אלעס איבער וואויס ריקארדערס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

אלעס איבער וואויס ריקארדערס

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג יולי 10, 2008 7:50 pm

אפשר ווייסט איינער ווי איך קען באקומען די Olympus DM-20 Digital voice recorder די קאמפעני מאכט עס מער נישט און איך דארף זייער וויכטיג האבן דעם מאדעל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 10, 2008 8:59 pm

וואס גייסטו נישט אליינס צו מקור??????
אדער בעט דיין סעקרעטארשע


http://www.google.com/search?q=Olympus+ ... lz=1I7GGIH
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג יולי 10, 2008 9:13 pm

א גרויסן שכוח שוועמל אבער קיין איינער פון די פלעצער האט עס נישט, איך האב עס שוין גע'גוגל'ט און איך האב באקומען די זעלבע ריזאלטס

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 10, 2008 11:56 pm

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
Chuchem Atik
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am

תגובהדורך Chuchem Atik » מאנטאג יולי 14, 2008 1:35 pm

אבער נעקסט טיים שרייב אביסל מער אין די קעפל וואס די עמערזשענסי איז... די האטס מזל אז איך ווייס נישט וואו די ביסט לאקעטעד ווען יא שיק איך שוין לאנג הצלה מיט פייער אין פאליס....
קליגער ווי די גאנצע וועלט!!!

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג יולי 14, 2008 3:29 pm

קודם כל שוועמל אויב דו קוקסט גוט וועסטו זען אז די qty איז ביי 0

חכם אטיק - מיט חברים מיט מצילי אש מיט...???

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

olympus digital voice recorder

תגובהדורך מחזור » זונטאג דעצמבער 13, 2009 10:05 am

איך האב פון איינעם א olympus digital voice recorder vn960-pc איך האב אינסטאלט די סאפטווער, אין ווען מ'עפנעט די פראגרעם צינד זיך עס נישט (דהיינו מ'קען נישט דריקן on) קען זיין אז די סאפטווער איז נישט פאר וויסטא???????
וואס טוט מען דא??????
קען איינער פארשאפן עפעס??????? ווען מ'לייגט אריין די יו עס בי געט עס א קלינג אבער ביי מיי קאמפיוטער טרעף איך עס נישט

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 8:18 am

האט איינער א עצה ??????

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 10:58 am

לכבוד חנוכה האב איך באקומען א מתנה (פערצופאל פון א שוואגער ני"ו - תשואת חן חן לו) א דיגיטאלישע קול רעקארדירער פון די אלימפוס פירמע.

איך האב זיך אביסל אנגעהויבן באקענען דערמיט, געלעזט די אנווייזונגען (עכ"פ די ערשטע בלעטער דערפון), און דאס אויספרובירט אויף פארשידענע אופנים.

עס וויל זיך מיר פרעגן עטליכע נקודות פון אידן וואס האבן ערפארונג מיט דעם כלי:

1) אויף וועלכן וואליום זאל דער כלי זיין אנגעשטעלט ביים אויפכאפן? (ביי א טעיפ-ריקארדער ווייס איך אז אויב מען שטעלט עס אן אויף די שטילסטע איז בעסער, ווייל אזוי קען מען דאס מאכן העכער און העכער. דאכט זיך אבער אז ביי א ריקארדער קומט דאס גלייך ארויף שארף און קלאר).

2) נאכן ארויפלייגן דעם פייל אויפן קאמפיוטער, אויב וויל איך עס אביסל 'עדיטן', וועלכע פראגראם איז דאס בעסטע געאייגנט דערפאר?

מיט די צייט וועל איך מעגליך האבן נאך פראגעס איבער דעם נייעם שפילצייג מיינעם. אויף דערווייל א דאנק, און א לעכטיגן חנוכה.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 2:20 pm

לויט מיינע ידיעות דארף די וואליום זיין אנגעשטעלט אויף די שטילסטע.

אלימפוס דאכצעמער קומט מיט א פראגראם וואס קען עס אביסל עדיטן. אבער איך נוץ אדאבי אדישען. Adobe Audition

(וועלכע מאדעל האסטע באקומען?)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 11:45 pm

די מאדעל איז WS-321M

איך וועל עס אי"ה אנשטעלן אויף די שטילסטע, און זעהן די רעזולטאטן.

---
קען מיר איינער זאגען צוליב וועלכן צוועק זיי שיקן מיט אינעם פעקל א USB ווייער'ל, בעת ווען די רעקארדירער זעלבסט פארמאגט א USB שטעקער?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 12:23 pm

ווייל עס איז זייער א ברייטע שטיקל ביי דער פלאץ ווי דער יו עס בי איז, סאו שיקן זיי א לאנגע ווייער אז מען זאל עס קענען געהעריג אריינשטעקן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 2:36 pm

גראדע איז ער גאנץ שמאל, אבער דיין טעם לייגט זיך אויפן שכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 06, 2010 9:30 am

ברוך דיין קרעפלעך, דער רעקארדירער איז געגאנגען שלאפן (א נפל ל"ע, ווינציגער ווי א חודש צייט געפונט ער זיך ביי מיר).

די מעשה איז אזוי: ווען מען שטעקט אים איין אין קאמפיוטער איז ער פיין, מען קען אריינגיין אין די פיילס געהעריג. אבער ווען מען וויל אים נוצן מיט די באטעריען, לאזט ער זיך נישט אנצינדן.

וואס טוט מען דא? (עס איז א שטיקל עמערדזשענסי, ווייל איך נוץ עס טעגליך אויפצוכאפן א שיעור).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 06, 2010 10:43 am

סעיף א', ריטשארזש די באטעריען.
סעיף ב', אם הבאטעריען לאזן זיך נישט ריטשארזשן יכול להיות אז די עצם באטערי איז שוין געגאנגען שלאפן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 06, 2010 10:46 am

איך האב נישט קיין ריטשארדזשעבל בעטעריס.
איך האב פרובירט נייע בעטעריס, מערערע, גארנישט געהאלפן.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:21 am

קרעמער
איך נוץ שוין איבער 2 יאר אזא ריקארדער, מיין בעטערי גייט כסדר שלאפן, און מען טוישט אים מיט א אנדערע

איך זע נישט וואס נא האט געקענט פאסירן דא
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 06, 2010 7:06 pm

דער געשעפטסמאן איז אויך נבהל ונשתומם געווארן, מען גייט עס צוריקשיקן צו די פירמע.

דערווייל האב איך געקויפט א פרישע... איך בין שוין אדיקטעד דערצו.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך ינואר 06, 2010 9:29 pm

אז מען רעדט פון וואס רעקארדערס:
די נייע איי-פאד נענא, דור חמישי, האט א געוואלדיגע וואויס רעקארדער, כאפט אויף קלארער ווי סיי וועלכער וואויס רעקארדער איך האב נאר געזעהן, עס ווערט גרינג קאנווערטעט אין אן איי טונס פייל, מען קען עס האלטן אין די קעשענע און עס רעקארד פארט זייער קלאר.

ער איז קלענער אין שמעלער ווי רוב רעקארדערס, און טראץ אירע אלע פיטשערס איז ע עס פארט בערך הונדערט אכציג טאלער בסך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 10:18 am

שוין ווייטער האב איך פראבלעמען בעוה"ר.

איך האב מיר געקויפט א נייע וואויס רעקארדער (ווילאנג די פירמע פאריכט די אנדערע), עס האט פיין אויפגעכאפט דעם שיעור, אבער איך שטעל עס ארויף אויפן קאמפיוטער און דער פייל עפענט זיך נישט... עס איז א VOC. פייל

מיט וועלכן פראגראם קען מען דאס עפענען?
---
נאכן שרייבן באמערק איך אז די רעקארדער האט אינסטולירט אן אייגענע פלעיער מיטן נאמען DIGITAL VOICE MANAGER און דארט שפילט עס פיין.

אויפן באקסל שטייט אבער אז מען קען אויך 'עדיטן', און דאס זעה איך נאכנישט וויאזוי.
---

נאך א פראגע (וואס באלאנגט שוין נישט אהער, אבער אז מען רעדט שוין..):

די נעכטיגע שיעור איז אויפגעכאפט געווארן דורך א צווייטן, דורך א ווידיאו פון א סעלפאון. ער האט אריבערגעלייגט דעם 'קארטל' פון די טעלעפאן אויף א USB, אבער מיין קאמפיוטער כאפט נישט אויף אז איך שטעק אים אריין דעם USB. וואס איז די עצה?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 10, 2010 11:01 am

אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן מיט די DVM פלעיער וואס שפילט איבער די פיילס וואס איך רעקארדיר מיט דעם ניעם RCA וואויס רעקארדער?

איך האב פרובירט צו שפילן די פייל מיט אלע פלעיערס וואס איך פארמאג, אבער ער לאזט זיך נאר שפילן מיט DVM.

די פראבלעם איז, אז ביים דאבל-קליקן אויפן פייל, צינדט זיך בלויז אן די פלעיער גופא, אבער איך מוז נאך אויסקלויבן דעם פייל פון אלע הונדערט פיילס און פאלדערס מיינע, א זאך וואס איך וואלט געקענט באשטיין אויסצוקרויזן.

איז דא א וועג איך זאל קענען הערן דעם פייל מיט אנדערע פלעיערס? איז דא א וועג איך זאל דאבל קליקן אויפן פייל און ער זאל זיך תיכף נעמען שפילן מיט זיין DVM פלעיער?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג ינואר 10, 2010 11:31 am

וואס קומעט ארויף ווען דו רייט קליקסט אויף די פייל און דו דריקסט play with?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 10, 2010 11:32 am

עס קומען ארויף אלע פלעיערס, אבער ווען איך פרוביר זיי, שרייבט זיך ארויף ערארס.


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט