Smart Home

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Smart Home

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

כ'מיין אז ס'איז שוין געקומען די צייט קליגער צו מאכן מיין שטוב מיט smart home.

אנשטאט זיין ביזי ערב שבת מיט שבת זייגערס זיכן גרינע מיט רויטע שטיקלעך און אויב כ'האב נישט דאבל געטשעקט פארן עס איין-שטעקן זיכער צו מאכן אז am מיט pm זענען גוט קען מען זיך טרעפן מיט די טשולענט אויסגעלאשן 3'ע פארטאגס מיט די בעדראם עיר קאנדישן גייט זיך הערשט אנצינדן 1'ע נאכמיטאג און אויסלעשן 5'ווע.

בין איך געקומען צו די החלטה צו מאכן מיין הויז אביסל smarter.

וויל איך וויסן אויב איינער האט עקספיריענס דערמיט און וועליכע ס'לוינט זיך צו קויפן און אויב כ'גיי עס אנשטעלן פון מיין פאון און דערנאך אויסלעשן מיין פאון לכבוד שבת אויב ס'גייט ווייטער ראנען לויט די זמנים וואס כ'האב עס אנגעשטעלט אדער נישט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
אייגענע מיינונג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:13 pm
לאקאציע: ברוקלין נו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענע מיינונג »

איך האלט אינמיטן מאכן רעסוירטש אויף א.ג. קלוגע היימען.
איך פארמאג א nest טערמאסטאט מיט וואס איך בין זייער צופרידן. הן בעניני שבת זייגער והן בכלל. געגאנגען אין קאנטרי און פארגעסן צו פארלעשן די עיר קאנדישאנער? נאו פראבלעם, נעמט ארויס דעם טעלעפאן און לעשט עס אויס. (אדער קענט איר באפוילן גוגל עס צו טון פאר אייך). פארן זיך ארויסלאזן אהיים קענט איר אנשטעלן די עי סי זאל זיך אנצינדען בעפאר איר קומט אן.
סעקיוריטי קאמערעס און door bell איז מיך נישט נוגע, אבער עס איז א פשוטער עסק רובם ככולם זענען או קעי.
ווען עס קומט צו לייטונג איז מער קאמפליצירט. זינט עס זענען דא פארשידענע אפציעס און קוואליטעט.
נאכן מאכן אינטענסיוו רעסוירטש איז אויסגעקומען אז tp-link (אוועיל אויף אמאזאן) איז א גוטע, רעלאטיוו ביליגע אפציע. עס האט אלע פונקציעס מיט די עפפ, ווי 7 טאג סקעדולינג אדג. אבער זינט איך האב עס נאכנישט געקויפט ביטע פארלאזט זיך נישט אויף מיר.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דארפסט אבער האבן ווייפיי אינדערהיים וואס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן פאר געוויסע (אינקלודינג מייסעלף)
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”