היימישע אידן אין קאמפיוטער סעקיוריטי

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אל תדאג
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm

היימישע אידן אין קאמפיוטער סעקיוריטי

תגובהדורך אל תדאג » זונטאג יוני 04, 2017 6:48 am

עס איז מיר געווען אינטרעסאנט צו טרעפן א היימישן פנים ביי די גוגל vulnerability reward program, אבער ממש מיטן הוט און רעקל אזוי, דאס איז שוין העכסט אינטרעסאנט!

שטעלט זיך ארויס אז דער איז א גורער חסיד פון בני ברק וואס פארשטייט צו די מלאכה, ער האט שוין געטראפן און באריכטעט פילע באגס און אנדערע vulnerabilities צו פארשידענע קאמפעניס. איינע פון זיינע גרויסע טרעפונגען איז געווען א פעיסבוק באג, דא זעהט אויס ווי ער האט געטראפן עפעס ביי Uber און Slack, שפעטער ביי מייקראסאפט האב איך אים אויך געטראפן. בקיצור א פיינעם סעקיוריטי ריסוירטשער.

דא איר א אינטערוויו מיט דעם יונגערמאן, ער איז פריש און מונטער. אז ער האט זיך דאס געקענט אלעס לערנען, פון ענגליש (ער האט גראדע א פיינעם ענגליש) ביז העקן, קען דאך יעדער, ניין?

ווייסט איר פון נאך היימישע אידן וואס ארבעטן אין דעם פעלד?
צוגעלייגטע
ישראל גורט.png
ישראל גורט.png (55.68 KiB) געזעהן 2905 מאל
לעצט פאראכטן דורך אל תדאג אום זונטאג יוני 04, 2017 9:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג יוני 04, 2017 7:58 am

יישר כח
זייער אינטערעסאנט דיין PDF
אויב נאך א איבער א האלבע יאר איז ער נאך נאומבער 48 איז א סימן אז כאטש איינס איז געווען א ערענסטע באג

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יוני 25, 2017 6:04 pm

געליינט היינט איבער גולן בן עמי פון IDT, וואס IDT באלאנגט אויך פאר א איד (גראדע געמאכט אפאר ביליאן פאריגן חודש)

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » זונטאג יוני 25, 2017 6:23 pm

scary how can i scan my computer DoublePulsar??

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג יוני 25, 2017 6:53 pm

מומחה עצום האט געשריבן:געליינט היינט איבער גולן בן עמי פון IDT, וואס IDT באלאנגט אויך פאר א איד (גראדע געמאכט אפאר ביליאן פאריגן חודש)


ס'כאפט א פחד דאס צו ליינען ווי שווער עס איז זיך צו באווארענען פון אזעלכע זאכן, און איינמאל מ'האט שוין יא א סאלושען וועלן די העקער'ס טרעפן א פרישע וועג וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם.

אגב דער גולן-בן אוני (זיי שרייבן זיין נאמען בן אוני, נישט בן-עמי) זעהט אויס ווי א בחור מיט ביינער וואס קען די מלאכה ווי עס דארף צו זיין, און אז ער שווערט זיך נקמה אין די חברה האט ער עפעס א פלאן...

זיי באטיטלען אים גאר אלץ א "האסידיק דזשו"...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יוני 25, 2017 7:18 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:זיי באטיטלען אים גאר אלץ א "האסידיק דזשו"...

ער איז א חב"ד'סקער. א געהעריגער היימישער איד:
צוגעלייגטע
BN-HZ775_0421_C_G_20150421110024.jpg
BN-HZ775_0421_C_G_20150421110024.jpg (38.8 KiB) געזעהן 2568 מאל
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט