וויפיל פלאץ האט א 32GB טעבלעט באמת? בייטס VS ביטס.

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אלעס פיין און וואויל. אבער סינעט זאל גנב'ענען אן ארטיקל פון אונז איז נישט קיין יושר

www.cnet.com/news/internal-storage-vs-m ... uselMain.3
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

שכח, זייער שיין. עפעס גייט פאר מיט דיין לינק, לכאורה איז עס דאס: http://howto.cnet.com/8301-33088_39-575 ... -vs-memory

ער טוט שיין צענעמען די גאנצע נושא פון הארד-דרייווס, סאליד-סטעיט-דרייווס און קאמפיוטער מעמארי. בקיצור דערמאנט ער אויך די צעמישעניש מיט די פעלענדע גיגאבייטס אין ווינדאוס.

(אגב, לדעתי איז זיין ערקלערונג פון מעגאבייטס נישט ריכטיג.)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לכתחילה!

למדתי והבנתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א לויער האט די וואך געמאלדן, אז ער פלנט צו סוען, מייקראסאפט איבער די סטארידזש אישא. און לאו דוקא וועגן די "דיסקרעפענסי" פון פייטס, און ביטס, וואס דאס איז פשוט א מיספארשטענדעניש, וואס מענטשען פאפן זיך, נאר איבער די סטארידזש בכלל.

ווי געשריבן, איז די "סערפעס" פון 32 GB בעצם נאר 16 GB ליידיג ווען די קוסטעמער באקומט עס, די איבריגע 16, איז פארן אפערעטינג סיסטעם, די ריקאווערי פיילס, און עטליכע עפפ'ס. און אין פאקט שרייבט מייקראסאפט ארויס בפירוש אויף זייער סייט, אז מען באקומט נאר 16 ליידיג. אבער די לויער טענה'ט אז עס איז צו באהאלטן און עס פאפט אויס מענטשען.

די פראבלעם איז נישט מיט דעם אליינס, וויי ווי געזאגט שרייבט עס מייקראסאפט ארויס. נאר די פראבלעם איז, אז בשעת ביז יעצט האט קיינער נישט געשמועסט דערפון, ווייל אלע ארטיקלען האבן זיך באצויגען צו די "גיגעבייט V גיגעביט" אישא, וואס איז קאמפלעצירט, און רוב מענטשען פארשטיין נישט ואס דאס מיינט, איז עס אזאך וואס מען שלינגט אראפ. משא"כ אז מען רעדט פון דברים פשוטים, ווי סטארידזש און אויסגעניצטע סטארידזש, איז עס אזאך וואס יעדער פארשטייט, און אז איינער סואוט, איז דאס גורם אז עס ווערט פראמינענט אין די נייעס, און דאס איז א פראבלעם פאר מייקראסאפט. די לעצטע פאר טאג, זענען טאקע געווען צענדליגער נייעסן וואס האבן באריכטעט איבער די אישא.

און נאך אינטערעסאנטע זאך האבעך באמערקט. כ'האב געשריבן אינעם לאנגען ארטיקל, אז עפל פארלירט סאך ווייניגער פלאץ פאר זייער פראגראם, און פון 32 GB בלייבט איר מיט קנאפע 28. איז ווי אזוי איז דאס מעגליך? איז די תירוץ, אז עפל רעכענט נישט די פלאץ פונעם אפערעטיג סיסטעם, אין די נומער וואס זיי שרייבן. אין אנדערע ווערטער א עפל כלי האט טאקע מער פלאץ ווי זיי עדווערטייזן, און די אפערעטינג סיסטעם, ליגט אין איר אייגענעם סטארידזש, אפגעזינדערט פון די סטארידזש, וואס זיי שרייבן אז די כלי האט. נאר עפעס עפפ'ס וכדו' איז דאך דא, און דעס נעמט יא אויף עסוואס סטארידזש, וועגן דעם איז עס 28 און נישט 32, אבער די עיקר וואס נעמט אויף - די אפערעטינג סיסטעם - דאס איז נישט אריינגערעכענט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”