וויפיל פלאץ האט א 32GB טעבלעט באמת? בייטס VS ביטס.

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

וויפיל פלאץ האט א 32GB טעבלעט באמת? בייטס VS ביטס.

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 1:37 am

אפגעטיילט פון דא

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דער עולם איז זייער העפי מיט די נייע טעבלעט פון מייקראסאפט "סערפעס", אנדערע זאגן שוין פאר אז זי וועט שטארק שאטן פארן אייפעד, און אנדערע זאגן אז עס האט געראטעוועט מייקראסאפט אא"וו.

פון די צענדליגער ארטיקלען איבערן "סערפעס טעבלעט" האבעך כמעט נישט באגעגענט אן ארטיקל וואס קריטעקירט די טעבלעט, חוץ פאר קלייניקייטן, למשל אז מען ווייסט נישט קיין פרייז דערוואל וכדו' אבער גארנישט ערענסט, בשעת קעגן די נייע עפל לעפטאפ, איז דא קריטיק, ווי אז עס איז אוממעגליך צו פארעכטען, אדער אז די בעטערע קען נישט ווערן געטוישט אליינס וכדו'.

אויך איז צו באמערקען (קען זיין א מעלה, קען זיין א חיסרון) אז די סערפעס, איז עטוואס גרעסער ווי די אייפעד 10.6 אינטשעס, קעגען 9.7 פאר די אייפעד ,און אין וואז מאכט עס כמעט נישט אויס, אינטער א אונס מער.

היינט איז געווען אין די נייעס אז די סערפעס טעבלעט פון מייקראסאפט וואס איז עדוועטייזט צו ערהאלטן 32 גיגעביטס (32GB) מיט סטארידזש (פלאץ אריינצולייגן אינפארמאציע) האט למעשה נאר בערך 16 גיגעבייטס (16GB) עוועליבל פלאץ.

פאר איר פאנגט אן שרייען דארפט איר פארשטיין אז בעצם איז עס א פשוטע חשבון, די אפערעטינג סיסטעם אליינס נעמט אויף פלאץ, פלאס די אלע "פראגראמען" - אדער צו זיין מער "טעק סעווי" (tech savvy, פארגעשריטן אין טעכנעלאגיע, אדער עכ"פ מאכן אזא איינדרוק :wink: ) "עפפ'ס" - נעמען אויף אסאך פלאץ.

מייקראסאפט געט ארויס א פונקטליכער חשבון הנפש וואס זי האט געטאן מיט די פלאץ, און צום סוף שטעלט זיך ארויס אז עס פעלט בערך 3GB. עס גייט אזוי 8GB ווערט פארניצט פאר די ווינדאס "RT" אפערעטינג סיסטעם, פלאס די "אפיס" פראגראם (פריוויו ווערסיע), און נאך פארשידענע געבעטענע און אומגעבעטענע עפפ'ס וואס מייקראסאפט האט מזכה געווען זייערע קליענטען.

(RT פאר א "טעבלעט קומפיוטער" - וואס די סערפעס איז - איז אזוי ווי "ווינדאס 7" אדער "וויסטע" פאר א געהעריגע קומפיוטער, אזוי האט מען א נאמען געגבן פאר די "אפערעטינג סיסטעם" פון די מייקראסאפט טעבלעט הנקרא "סערפעס")

דערנאך קומט נאך אין חשבון א 5GB וואס מייקראסאפט לייגט אוועק, און דארט ליגט "סאפטוועיר" אויף ריקאווערי, אז דער פון אויבן זאל היטן, ס'געט זיך אזא מעק אויס די גאנצע שקלא וטריא פונעם טעבלעט, זאלסטו האבן פון ווי עס צוריקצוברענגן.

האמען שוין א חשבון פון 13GB. אבער ווערט שווער א קשיא! אמער, די טעבלעט שרייט דאך אז זי האט 32GB און דא האבעך א חשבון אז כ'האב אויסגעניצט 13GB. פשוט "אריטמעטיק" 32 מיינוס 13 = 19 ! און למעשה שרייט דאס מאשינדל ווי א קאזאק הנגזל אז ער האט נאר 16 שמו שמים!

די תירוץ אויף דעם איז אביסל א טיפער, אבער זייער אינטערעסאנט, און עס איז נוגע יעדעס מאל ווען איר קויפט א קומפיוטער, אדער אפי' א קלענערע דיזשיטאלע געצייג.

אבער פאר מ'גיימgר צום הסבר, לאמיר איין סקונדע פארציילען וואס איר קריגט ווען איר קויפט א "טעבלעט" ביי איינע פון מייקראסאפטס קונקערענטן. די אייפעד - ערצייגט דורך לייבעלע גלי... סארי דורך אונזערע פריינד אין עפל - וואס איז עדווערטייזט אז עס האט 32GB באקומט איר 28GB!! די נעקסעס 7 - פון די גוטע לייט ביי גוגל - וואס זאגט אז זי האט 16GB האט למעשה עטוואס מער ווי 13GB.

קומט אויס אז מייקרעסאפט גיט אייך, די ווייניגסטע "קנאק פארן דולער" (אדער ווי מען זאגט עס אין לועזי "Bang for the buck")! אבער עס איז נישט אינגאנצען אזוי, ווייל די "סערפעס" קומט מיט א פלאץ פאר "מייקרא עס. די. קארד" (MicroSD card) וואס קען נעמען ביז נאך 64GB, אויך האט איר פרייע 7GB אין "אנליין סטארידזש" פון מייקראסאפט גערופן "סקיי דרייוו" (SkyDrive), און אויך קענט איר איינשטעקן אינעם סערפעס א "יו. עס. בי. וואס געט אייך אומבאגרענעצטע פלאץ צו האלטן סחורה. אבער פארשטייט זיך אז די "עפפ'ס" דארפן זיין אויף די כלי בעצם, סא די אלע זייטיגע זאכן וועלן קיין סך נישט העלפן אויף דעם.

דאס איז נאר געווען אגב "פאר אינפערמעשאן פערפעסעס אנלי"! יעצט לאמיר גיין צום הויפט פראגע וואס דריקט יעדעם, ווי איז אהין געקומען די איבריגע 3GB סטארידזש???

איז אזוי:

יעדער איינער ווייסט אז סטארידזש אויף א קומפיוטער ווערט גערעכענט מיט GB, איז די פראגע וואס מיינט א GB? אויף דעם איז די תירוץ: ווענט זיך ווער עס פרעגט!!

ווי גייט די מעשה, סטאלין האט געזיכט א בוקקיפער א רואה חשבון, האבן זיך געשטעלט עטליכע אין די רייע, פרעגט סטאלין דעם ערשטען, "וויפיל איז 1 מיט 1?" זאגט יענער 2 ! זאגט סטאלין "נישט גוט, ארויס", קומט דער נעקסטער אין ליין, "וויפיל איז 2 מיט 2?" זאגט יענער 4 ! זאגט סטאלין "נישט גוט, ארויס". אזוי האט ער אפגעווארפן אלע קאנדידאטען, ביז עס איז געקומען א איד, פרעגט אים דער רשע "וויפיל איז 10 מיט 10 ? ענטפערט דער איד, ווענט זיך ווער עס פרעגט! זאגט סטאלין "אזוי, דאס איז א גוטער סעקרעטאר"!

נחזור לענינינו, א GB בפשטות מיינט 1 ביליאן.

עס גייט פון "איינס" וואס הייסט פשוט "איינס",
דערנאך צען מאל אזוי סאך וואס איז 10 הייסט "דעקע",
צען מאל אזוי סאך - הונדערט - הייסט "העקטע",
צען מאל א "העקטע" - טויזענט - הייסט א "קילו", פון דעם איז די באקאנטע "קילוביט",
דערנאך 10 מאל אזוי סאך הייסט "מעגע" אדער - מיליאן - פון דעם קומט "מעגעביט",
און אזוי גייט עס ווייטער, אלס 10 מאל אזוי סאך "גיגע" - ביליאן - און דאס איז א "גיגעביט",
"טערע" - טריליאן - און ווייטער דאס איז די "טערעביט",
"פעטא" - קוואדריליאן -,
"עקסא" - קווינטיליאן -,
"זעטא" - סעקסטיליאן -,
און "יאטא - סעפטיליאן -.

ווען איר דארפט א גרעסערע נומער, קומט צו אונז און מיר וועלן אייך גערן אהין געבן!! דאס זענען די "ווערטליכע נעמען", וואס פארטרעטען די "נומבערישע ווערטן" פון 1, 10, 100 ,1000, 10000 אא"וו.

איז מיר רעדן פון GB דאס איז די קורצע ווערסיע פון די ווארט וואס פארטרעט 1,000,000,000 - ביליאן -. און ווען מען רעדט פשוט איז עס ווי געשריבן דא. אבער דאס איז ביי סתם נומערען וואס מיר באנוצען זיך יעדען טאג, וואס באשטייט פון 10 נומערען 0-9 וואס פון דעם איז אויסגעבויט די גאנצער סיסטעם ווי מיר ציילן, און עס ווער גערופן די "דעסימעל" סיסטעם.

און ווען מען רעדט פון די דעסימעל סיסטעם, ווערט די ערשטע "פלאץ" אין א נומער אנגערופען די "איינסער" פלאץ, די צווייטע פלאץ די "צענער" פלאץ, די דריטע פלאץ, די הונדערטער פלאץ, און די פערטע פלאץ די "טויזענטער" פלאץ, און אזוי ווייטער, דאס הייסט יעדע "פלאץ" איז 10 מאל אזוי סאך ווי די פריערדיגע פלאץ.

דאס הייסט אזוי, למשל די נומער "1234"!

די "4" מיינט איין "4'רער" אדער 4,
די "3" מיינט 10 "3'ערס" אדער 30,
די "2" מיינט 100 "2'ייערס, אדער 200,
און די "1" מיינט איין "1000'טער, אדער 1000.

און אז דו וועסט צוזאם רעכענען 4+30+200+1000 וועט עס אויסקומען 1,234!

און די סיבה פארוואס יעדע נומען ווערט 10 מאל אזוי סאך איז פשוט, וויבאלד אונזער סיסטעם באשטייט פון 10 נומערען, איז יעדע נומער מער, געט א געלעגענהייט צו מאכן 10 מאל אזוי סאך קאמבענאציעס!

למשל, יעדער פארשטייט אז א "נומער שלאס" וואס האט נאר 2 נומערן, איז נישט קיין גוטע שלאס, ווייל אז עס איז אינגאנצען דא 99 אופנים ווי אזוי צוויי נומערען קענען זיין אויסגעשטעלט, און ווי לאנג נעמט דען אריבערצוגיין 99 מעגליכקייטן, וועט עס נעמען פאר א גנב ממש געציילטע מינוטן צו פראבירן אלע מעגליכקייטן, און בום די שלאס איז אפן.

אבער אז דיין שלאס האט 3 נומערען, אה! דאס איז שוין בעסער, ווייל יעצט איז שוין דא 999 מעגלעכקייטן, און דאס איז שוין נישט אזוי גרינג, און ווער רעדט נאך פון 4 נומערען, דאן איז דא 9999 מעגליכקייטן! אא"וו, און דאס איז פשוט, יעדע נומער האט 10 מעגליכקייטן, 0-9 און יעדע נומער וואס דו לייגסט צו, ווערט עס 10 מאל אזוי סאך.

יעצט פארשטייט איר פארוואס יעדע "פלאץ" אין א נומער, האט א "ווערט" פון 10 מאל די פריערדיגע "פלאץ", דאס מיינט נישט אז די נומער איז פאקטיש 10 מאל אזוי סאך, ווי די "נומער" וואס שטייט איין אויף די פריערדיגע פלאץ, ווייל עס קען זיין אז אין פלאץ נומער איינס, איז דא א 9, און אין פלאץ נומער צוויי, איז דא א 3, און 10 מאל 9 איז ניינציג, און די נומער וואס איז אויפן צווייטער פלאץ יעצט - די דריי - פארטרעט נאר 30, אבער די "ווערט" פונעם פלאץ איז צען מאל אזויפיל, דאס הייסט אז די נומער 9, ווען זי איז ווען אויפן צווייטען פלאץ, וואלט זי געווען 90, און יעצט איז זי אויפן ערשטען פלאץ, איז זי נאר 9.

וואס וואלט אבער געווען ווען עס וואלט געווען נאר 2 נומערען? און מיר האבן יעצט א נומער 1212 (מיר האבן דאך נאר צוויי נומערען, קען מען נישט ניצן 1234 ווייל 3 און 4 איז דאך נישטא) איז די ערשטע פלאץ - די 2 - ווערט איינס, דאס איז פשוט, און די צווייטע פלאץ - די 1 - איז ווערט וויפיל? 4 !! ווייל וויפיל וועגן קען מען אים "אויסשטעלען"? אין אנדערע ווערטער, וויפיל וואלט ווען געווען אויף א שלאס וואס האט נאר צוויי נומערען, פון צוויי יעדע איינע? 4. מען קען עס אויס שטעלען אדער 11, 22, 12, און 21.

יעצט וויפיל איז ווערט א דריטע פלאץ און אזא מצב פון נומערען וואס גייען ביז צוויי? 8! יא? מען קען עס אויס שטעלען 111, 222, 112, 122, 211, 221, 121 און 212.

און ווייטער נאך א נומען איז שוין ווערט 16, און אזוי ווערט עס איבערגעגאנגען נאכאמאל און נאכאמאל, ווען יעדע פלאץ איז ווערט צוויי מאל ווי פריער.

קומט אויס מיר האבן אזוי, ביי איין סיסטעם וואס איז "דעסימעל" מיט 10 נומערען ווי די נומערן גיין:

1, איינס, ערשטע פלאץ
10, צען, צווייטע פלאץ
100, הונדערט, דריטע פלאץ
1000, טויזענט, פערטע פלאץ, און די נאמען פאר דעם איז "קילוביטס" (דאס הייסט עס האט 1000 "שטיקלעך")
10000, צען טויזענט, פיפטע פלאץ
100000, הונדער טויזענט, זעקסטע פלאץ
1000000, איין מיליאן, זיבעטע פלאץ, די פלאץ (1000 מאל ווי "קילו") הייסט "מעגאביטס" (דאס איז א מיליאן "שטיקלעך")
10000000, צען מיליאן, אכטע פלאץ
100000000, הונדערט מיליאן, ניינטע פלאץ
1000000000, איין ביליאן, צענטע פלאץ, די פלאץ (1000 מאל ווי "מעגא") הייסט "גיגעביסט"
10000000000, צען ביליאן, עלעפטע פלאץ
100000000000, הונדערט ביליאן, צוועלעפטע פלאץ
1000000000000, איין טריליאן, דרייצענטע פלאץ, די פלאץ (1000 מאל ווי "גיגע") הייסט "טעראביטס"
10000000000000, צען טריליאן, פערצענטע פלאץ
100000000000000, הונדערט טריליאן, פופצענטע פלאץ
1000000000000000, איין קוואדדריליאן, זעכטענסטע פלאץ, די פלאץ (1000 מאל ווי "טערע") הייסט "פעטעביטס"

אא"וו דאס הייסט א "בעיס 10 סיסטעם" (base 10)

דערנאך האמער א סיסטעם וואס איז נאר צוויי נומערן, וואס די נומערן גייען אזוי (און דא האט מען אויך געגעבן "ווערטערישע" נעמען פאר די נומערן):

1, איינס, ערשטע פלאץ
10, 2, צווייטע פלאץ
100, 4, דריטע פלאץ
1000, 8, פערטע פלאץ
10000, 16, פיפטע פלאץ
100000, 32, זעקסטע פלאץ
1000000, 64 , זיבעטע פלאץ
10000000, 128, אכטע פלאץ
100000000, 256, ניינטע פלאץ
1000000000, 512, צענטע פלאץ
10000000000, 1024, עלעפטע פלאץ, די פלאץ (10 מאל 2) הייסט "קילובייסט" (דאס הייסט עס האט 1024 "שטיקלעך")
100000000000, 2048, צוועלעפטע פלאץ
1000000000000, 4096, דרייצענטע פלאץ
10000000000000, 8192, פערצענטע פלאץ
100000000000000, 16384, פופצענטע פלאץ
1000000000000000, 32768, זעכצענטע פלאץ
10000000000000000, 65536, זיבענצטע פלאץ
100000000000000000, 131072, אכטצענטע פלאץ

אא"וו, דאס גייט אזוי ביז 50 פלעצער.

די צוואנציגסטע פלאץ, 1048576 , (אז דו וועסט ווייטער מאכן מאל 2) הייסט "מעגעבייטס" (דאס הייסט עס האט 1,048,576 "שטיקלעך")
די דרייסיגסטע פלאץ, 1073741824 , הייסט "גיגעבייטס"
די פערציגסטע פלאץ, 1099511627776, הייסט "טערעבייטס"
און די פופציגסטע פלאץ , 1125899906842624 , הייסט "פעטאבייטס"

דאס הייסט א "בעיס 2 סיסטעם" (base 2)

אזוי גיין די חשבון ווייטער און ווייטער, און דא זעהט איר אז די "ווערטערישע" נעמען פאר די נומערען, זענען נישט 10 מאל אזוי פיל, נאר יעדע 10 מאל 2,

יעצט אז מען זאגט "קילו", "מעגע", "גיגע", "טערע", אא"וו, ווי ווייסט מען צו מען רעדט פון די דעסימעל נומער סיסטעם, אדער פון די "צוויי" נומער סיסטעם? די חילוק איז וואס מען לייגט צו. אז איר וועט איבערקוקען וועט איר זעהן אז ביי די "דעסימעל נומערן הייסן זיי "קילוביטס", "מעגעביטס" אא"וו, און ביי די "צוויי סיסטעם נומערען" איז עס "קילובייטס", "מעגעבייטס" אא"וו.

זייער א קליינע חילוק, און דאס האט געברענגט א חורבן, ווייל אז מען האט געוואלט פארקורצערן די "ווערטערישע" נעמען פאר די נומערען, איז פון קילוביטס געווארן KB און מעגעביטס איז געווארן MB און גיגעביטס איז געווארן GB אא"וו, און ווען מען האט גערעדט פון קילובייטס, מעגעבייטס, גיגעבייטס, איז ווייטער געווען KB, MB, GB און מען האט נישט געוויסט וואס מען מיינט!

האט מען פראבירט צו טוישען אז ווען מען רעדט פון "ביטס" זאל מען צולייגן א "i" למשל KiB, MiB, GiB אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבייט, און למעשה היינט רופט מען ביידע מיט די זעלבע נאמען.

יעצט קום איך צו צו די שפיץ פון די ארטיקל.

די קומפיוטער, - האט מען שוין אמאל מסביר געווען ארבייט ארבייט מיט "ביינערי". ביינערי איז א "בעיס 2 סיסטעם", ווייל די קומפיוטער ווייסט נאר צוויי זאכען, אדער "אן (ON) אדער אףף (OFF) דאס הייסט אדער באקומט ער לעקטער, אדער באקומט ער נישט קיין לעקטער, די צוויי סטעידזשעס (אופנים) ווי דער קומפיוטער קען זיין ווערט גערופן "1 און 0" 1 מיינט יא לעקטער, און 0 מיינט נישט קיין לעקטער.

(אז איר ווילט דאס אביסל מער פארשטיין קענט איר נאכקוקען, דא, און אז איר האט דאן נישט פארשטאנען וואס דארט שטייט, וועט איר יעצט נאך די הקדמה גרינגער פארשטיין:

viewtopic.php?f=70&t=16867

אבער עס פעלט נישט אויס פאר די ארטיקל וואס מען שרייבט יעצט, נאר אזויפיל, אז די קומפיוטער "רעדט" און מעסט מיט "בעיס 2 סיסטעם", און סתם ווען מען רעדט צווישען מענטשען רעדט מען און מען מעסט מיט א "בעיס 10 סיסטעם".

יעצט אז א קאמפאני וויל אדווערטייזען אז ער פארקויפט א כלי מיט פלאץ פאר 32 ביליאן "שטיקלעך", אדער בעסער געזאגט "פלאץ אריינצולייגען 32 ביליאן שטיקלעך, שרייבט זי אין קורצען מיר האבן א מאשין וואס איז 32GB!!

און וואס געשעט ווען איר וועט "פרעגען" די מאשין "וויפיל GB האט איר"? וועט ער געבן א קוק און זאגן בערך 28! ווייל זיינע GB זענען גרעסער! זיינע GB זענען 1073741824 גרויס, בשעת די GB וואס די קאמפאני האט אייך צוגעזאגט, איז געווען דעסימעל GB, וואס איז נאר 1000000000.

און דא איז געגאנגען די איבריגע 3GB וואס מיר זוכען שוין פון אנהייב ארטיקל!! ס'איז פשוט א חילוק אין די שפראך, ווי האט יענער געזאגט, מ'דארף קקקקקעעעעענננען רעעעעדן!!
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג נובעמבער 06, 2012 1:28 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 1:48 am

מיין מח איז נישט גענוג קלאר צו קענען גרינטליך פארשטיין וועט מען דארפן איבערשלאפען די נאכט קודם

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 6:11 am

wow פאר אזא הסבר וואלט זיך אפילו געלוינט צו פארלירן עכטע ג"ב.

לכתחילה איך וואלט דיר געראטן צו שיקן א טוויט ווען דו שרייבסט אזא ארטיקל.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 9:33 am

WOW
אן ארטיקל וואס איך וואלט געספענד דערפאר 3 ווערטער עס מסביר צי זיין האסטו אזוי שיין מסביר געווען און געספענד דערפאר א טערעבייט מיט ווערטער!!!!!!!!!

ביידע וועי איין טעות האסטו געמאכט
1000 איז קילוביט
1024 איז קילאבייט
נישט פארקערט ווי דו האסט געשריבן

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 9:36 am

WOW WOW WOW WOW וכו'
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 9:59 am

זייער שיין און קלאר מסביר געווען.
א שאד כ'האב דיר נישט געהאט אלץ טיטשער ווען כ'האב מיך עס געלערנט, כ'געדענק נאך וויפיל בוקס און קליפס כ'האב געדארפט דורכקוקן ביז כ'האב עס ארויסגעהאט.

---

כ'מיין מ'קען אפטיילן די ארטיקל.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 10:50 am

פארדינט האט געשריבן:WOW WOW WOW WOW וכו'
kraitchmah עט גימעיל

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 12:24 pm

תגובהדורך וועלט » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 11:10 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס גייט פון "איינס" וואס הייסט פשוט "איינס",
דערנאך צען מאל אזוי סאך וואס איז 10 הייסט "דעקע",
צען מאל אזוי סאך - הונדערט - הייסט "העקטע",
צען מאל א "העקטע" - טויזענט - הייסט א "קילו", פון דעם איז די באקאנטע "קילובייט",
דערנאך 10 מאל אזוי סאך הייסט "מעגע" אדער - מיליאן - פון דעם קומט "מעגעבייט",
און אזוי גייט עס ווייטער, אלס 10 מאל אזוי סאך "גיגע" - ביליאן - און דאס איז א "גיגעבייט",
"טערע" - טריליאן - און ווייטער דאס איז די "טערעבייט",
"פעטא" - קוואדריליאן -,
"עקסא" - קווינטיליאן -,
"זעטא" - סעקסטיליאן -,
און "יאטא - סעפטיליאן -.



1000000, איין מיליאן, זיבעטע פלאץ, די פלאץ (צען מאל ווי "קילו") הייסט "מעגאבייטס" (דאס איז א מיליאן "שטיקלעך")
10000000, צען מיליאן, אכטע פלאץ
100000000, הונדערט מיליאן, ניינטע פלאץ
1000000000, איין ביליאן, צענטע פלאץ, די פלאץ (צען מאל ווי "מעגא") הייסט "גיגעבייסט"
10000000000, צען ביליאן, עלעפטע פלאץ
100000000000, הונדערט ביליאן, צוועלעפטע פלאץ
1000000000000, איין טריליאן, דרייצענטע פלאץ, די פלאץ (צען מאל ווי "גיגע") הייסט "טעראבייטס"
10000000000000, צען טריליאן, פערצענטע פלאץ
100000000000000, הונדערט טריליאן, פופצענטע פלאץ
1000000000000000, איין קוואדדריליאן, זעכטענסטע פלאץ, די פלאץ (צען מאל ווי "טערע") הייסט "פעטעבייטס"

א דאנק לכתחילה! און בדיעבד זייט מיר ביטע מסביר פארוואס לויט מיין חשבון דארף 10 מאל קילו זיין 10,000 אדער אין קורצן 10K און נישט א מיליאן. און 10 מעגא דארף ווען זיין 10M, נישט א גיגע.
די זעלבע ביי אלע אנדערע באלד ווערטער.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 1:16 pm

וועלט האט געשריבן:א דאנק לכתחילה! און בדיעבד זייט מיר ביטע מסביר פארוואס לויט מיין חשבון דארף 10 מאל קילו זיין 10,000 אדער אין קורצן 10K און נישט א מיליאן. און 10 מעגא דארף ווען זיין 10M, נישט א גיגע.
די זעלבע ביי אלע אנדערע באלד ווערטער.

ישר כח פאר די הערה, ביסט גערעכט עס איז א פליטות הפען, עס דארף זיין "1000 מאל אזויפיל", עס איז דאך 4 "פלעצער", איך גיי שוין פארעכטען.

און א ספעצילע ישר כח פאר אלע וואס באדאנקען זיך, עס איז זייער עפרישיעטעד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 1:20 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:ביידע וועי איין טעות האסטו געמאכט
1000 איז קילוביט
1024 איז קילאבייט
נישט פארקערט ווי דו האסט געשריבן

גערעכט, פאראכטען.

ישר כח פאר די הערה.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג נובעמבער 06, 2012 1:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 1:25 pm

leiby האט געשריבן:כ'מיין מ'קען אפטיילן די ארטיקל.

אסאך האבן אזוי געזאגט, און איינע פון די מנהלים האבן אויך אזוי געזאגט אין אישי. איך האב אבער נישט קיין חשק אנצופירקעלען מיט אסאך אשכולות, פלאס אין א געוויסע זין איז דא מער טשאנס אז א תגובה זאל ווערן געליינט אויב עס ליגט אין א אשכול מיט אנדערע זאכן, וואס קען ארויף ברענגען א אשכול פאר אנדדערע סיבות, און אגב זעהט מען שוין די תגובה אויך.

אבער פון די אנדערע זייט, זענען דא אזעלעכע וואס ווילן ליינען די ארטיקלען, און זיי ווייסען נישט אז עס איז דא א נייע ארטיקל , האבעך געטראכט א עצה אז א'זאל מאכן א אשכול א מפתח צו די ארטיקלען וואס כ'טראכט עס איז אינטערעסאנט, און יעדעס מאל איך שרייב אזא סארט ארטיקל, וועל איך דארט אריינשרייבן, עס זאל זיין אזא מין רימיינדער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 2:09 pm

לכתחילה; דאס איז זייער א געראטן פלאן, און אויב איינער וועט וועלן באקומען א מעססעזש ווען דיין פעדער שפאנט ארויס פון קאנטראל, קען ער אנשטעלן צו באקומען א מעלדונג ווען עפעס קומט צו צו דעם אשכול. (נאך בעסער וואלט געווען, אז עס זאל זיין פארשפארט פאר יעדעם, און אפן זיין נאר פאר דיר, אבער איך גלייב נישט אז עס איז בכדי שיעשו).

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 4:29 pm

הערליך, הערליך איז נישט דאס ווארט!
-----
עס איז כדאי אנצומערקן אז די אינדוסטריע האט שוין טאקע פרובירט צו טוישן אז מ'זאל ניצן באזונדערע פרעפיקסן. אנשטאט GB זאל מען שרייבן GiB ווען מען רעדט פון גיגאבייטס. למעשה האט זיך עס קיינמאל איינגעגעבן און יעדער ניצט ווייטער GB.

מער דא: http://en.wikipedia.org/wiki/Gigabyte

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 4:48 pm

תרגום יונתן האט געשריבן:הערליך, הערליך איז נישט דאס ווארט!
-----
עס איז כדאי אנצומערקן אז די אינדוסטריע האט שוין טאקע פרובירט צו טוישן אז מ'זאל ניצן באזונדערע פרעפיקסן. אנשטאט GB זאל מען שרייבן GiB ווען מען רעדט פון גיגאבייטס. למעשה האט זיך עס קיינמאל איינגעגעבן און יעדער ניצט ווייטער GB.

מער דא: http://en.wikipedia.org/wiki/Gigabyte

דא האבעך דאס דערמאנט:
האט מען פראבירט צו טוישען אז ווען מען רעדט פון "ביטס" זאל מען צולייגן א "i" למשל KiB, MiB, GiB אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבייט, און למעשה היינט רופט מען ביידע מיט די זעלבע נאמען.

א גרויסע ישר כח פאר די קאמפלימענט! א גוט ווארט פון א אמתע מבין, טראגט א עקסטערע ווערט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 5:52 pm

איך וועל זאגן דעם אמת, את חטאי אני מזכיר, כ'האב צו שנעל איבערגעבליקט דעם ארטיקל און טאקע פארזען אז דו דערמאנסט דאס שוין. סליחה.
-----
יעצט אבער אז איך ליין עס מער גרינטליך איבער, זע איך א שטיקל צעמישעניש.

דער חילוק פון ביט און בייט אז א צווייטע נושא און לגמרי נישט די סיבה פון די פעלענדע גיגאבייטס אויפ'ן הארד-דרייוו. איין בייט פארמאגט אכט ביטס, און לויט דעם טוט א "גיגאביט" פארמאגן בלויז 125 "מעגאבייטס" (צעטיילט אויף אכט) וואס איז זיכער פיל א גרעסערער חילוק ווי די רעדע דא.

כ'קען יעצט נישט מאריך זיין, אי"ה שפעטער.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 8:36 pm

תרגום יונתן האט געשריבן:איך וועל זאגן דעם אמת, את חטאי אני מזכיר, כ'האב צו שנעל איבערגעבליקט דעם ארטיקל און טאקע פארזען אז דו דערמאנסט דאס שוין. סליחה.
-----
יעצט אבער אז איך ליין עס מער גרינטליך איבער, זע איך א שטיקל צעמישעניש.

דער חילוק פון ביט און בייט אז א צווייטע נושא און לגמרי נישט די סיבה פון די פעלענדע גיגאבייטס אויפ'ן הארד-דרייוו. איין בייט פארמאגט אכט ביטס, און לויט דעם טוט א "גיגאביט" פארמאגן בלויז 125 "מעגאבייטס" (צעטיילט אויף אכט) וואס איז זיכער פיל א גרעסערער חילוק ווי די רעדע דא.

כ'קען יעצט נישט מאריך זיין, אי"ה שפעטער.

כ'כאפ נישט פונקט וואס דו מיינסט.

די נקודה איז, אז פונקט ווי עס איז דא עטליכע מיני אונסעס, עס איז דא "געהעריגע אונסעס", פאר דברים יבשים, און דערנאך איז דא "פלועד אנסעס" פאר דברים לחים, און עס איז דא "טרוי אנסעס" וואס מיט די מיני אונסעס מעסט מען זילבער גאלד וכדו', און די אלע מיני אונסעס - חוץ פון זייער נאמען - האבן זיי נישט קיין שיכות, עס איז אנדערשט יעדע איינע, אזוי אויך GB איז דא צוויי מיני, וואס האבן די זעלבע נאמען, אבער זיי מיינען עפעס אנדערשט.

(שיינע מעשה, יעדער איז פארנימען מיט די וואלען, און איך בין ביזי מיט מעגעבייטס!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 11:35 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
(שיינע מעשה, יעדער איז פארנימען מיט די וואלען, און איך בין ביזי מיט מעגעבייטס!)

סאמהאוי אינטערסירט מיר דאס מער ווי די וואלן... אפילו מיט די ריזיגע בלעטער פון יענע אשכול.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 10:23 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'כאפ נישט פונקט וואס דו מיינסט.

איר האט גאר גוט ארויסגעברענגט דעם פונקט אז א "גיגאבייט" פארמאגט א באזונדערע צאל "בייטס" ווענדט זיך וועם מען פרעגט.

אין דער גאנצער וועלט איז אנגענומען אז "גיגא" מיינט ביליאן (און "מעגא" א מיליאן און "קילא" טויזענט). למשל "קילאוואטס" פארמאגט טויזענט וואטס, "קילאגראם" וועגט טויזענט גראם, "קילאהערטס" מיינט א שנעלקייט פון טויזענט הערטס אא"וו. אבער ביים קאמפיוטער (ביי רעם ספעציפיש) איז געווארן אנגענומען אז "קילאבייט" מיינט 1,024 בייטס און נישט 1,000 בייטס, און "מעגאבייט" מיינט 1024x1024 בייטס (1,048,576) און נישט א מיליאן (1,000,000) בייטס, און "גיגאבייט" מיינט 1024x1024x1024 בייטס און נישט א גלייכע ביליאן אא"וו.

די הארד-דרייוו קאמפאניס רעכענען אבער נישט אזוי, ביי זיי איז 300 גיגאבייטס פונקטליך 300 ביליאן בייטס אזוי ווי דאס ווארט "גיגא" באדייט. דער קאמפיוטער אבער, וויבאלד ער רעכענט 1 גיגאבייט אלס 1,073,741,824 בייטס (1024x1024x1024) און נישט א גלייכע ביליאן, וועט ער זאגן אז דער 300 גיגאבייט הארד-דרייוו פארמאגט בלויז 279 גיגאבייטס. ווייל 300 ביליאן צעטיילט אויף דעם קאמפיוטער'ס גיגאבייט (1,073,741,824 אדער 1024x1024x1024) איז 279.

יעצט פארוואס ס'איז געווארן אנגענומען אין דער קאמפיוטער אינדוסטריע אזוי צו רעכענען איז אן היסטארישער איבערבלייבעניש פון דער ערצייגונג פון רעם (קאמפיוטער מעמארי) וואס איז באאיינפלוסט געווארן דורך דער ביינערי סיסטעם אויף וואס דער גאנצער קאמפיוטער איז געבויעט (1024 איז 10^2 ליודעי חן). וואס איר האט אזוי הערליך מסביר געווען.

אבער איבער דעם צאמשטעל פון ביטס און בייטס הערשט א שטיקל צעמישעניש. איר שרייבט:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יעצט אז מען זאגט "קילו", "מעגע", "גיגע", "טערע", אא"וו, ווי ווייסט מען צו מען רעדט פון די דעסימעל נומער סיסטעם, אדער פון די "צוויי" נומער סיסטעם? די חילוק איז וואס מען לייגט צו. אז איר וועט איבערקוקען וועט איר זעהן אז ביי די "דעסימעל נומערן הייסן זיי "קילוביטס", "מעגעביטס" אא"וו, און ביי די "צוויי סיסטעם נומערען" איז עס "קילובייטס", "מעגעבייטס" אא"וו.

דער חילוק פון א "ביט" און א "בייט" איז א צווייטע נושא און האט גארנישט מיט דעסימאל אדער ביינערי.

איין "ביט" מיינט איין שטיקל אינפארמאציע. איין "בייט" פארמאגט אכט "ביטס". ס'איז דא זאכן וואס מען רעכענט אין ביטס און זאכן וואס מען רעכענט אין בייטס. למשל נעטווארק ספידס רעכענט מען אין ביטס. מיין אינטערנעט ווייזט אז איך קען דאונלאודן אויף א שנעלקייט פון קרוב צו 100 "מעגאביטס" פער סעקונדע. דאס מיינט און אנדערע ווערטער אז טעארעטיש דארף איך צו קענען דאונלאודן א 100 "מעגאבייט" פייל און אכט סעקונדעס (100 מעגאבייטס טיימס 8 ביטס = 800 מעגאביטס). אדער א 25 "מעגאבייט" פייל אין צוויי סעקונדעס (25MB x 8b = 200Mb). פייל סייזעס רעכענט מען טאקע אין בייטס (און אלעס דידזשיטאל וואס נעמט אויף סטארעדזש).

האבן מיר דא דריי מושגים:
א "קילאביט" מיינט טויזענט "ביטס" (אדער 125 "בייטס"). אין ענגליש שרייבט מען דאס: Kb
א "קילאבייט", לשיטות ההארד-דרייוו קאמפאניס (און דאס ווארט "קילא" בכל העולם), מיינט טויזענט "בייטס" (אדער 8,000 "ביטס"). אין ענגליש שרייבט מען דאס: KB
א "קילאבייט", לשיטות הקאמפיוטער, מיינט 1,024 "בייטס" (אדער 8,192 "ביטס"). אין ענגליש שרייבט מען דאס אויך: KB

די זעלבע ווען מען רעדט פון "מעגא" אדער "גיגא" שרייבט מען Mb פאר "מעגאביטס" און MB פאר "מעגאבייטס" און Gb אדער GB אא"וו. מערקט דעם חילוק צווישן "ביטס" וואו מען ניצט א קליינעם b, און "בייטס" וואו מען ניצט א גרויסן B. (אז איר קוקט אויפ'ן בילד פון מיין ספיד וואס כ'האב געלינקט וועט איר טאקע זען זיי ניצן א קליינעם b).

זענען געקומען די חכמים און געוואלט מען זאל אנהויבן ניצן א נייעם נאמען און פרעפיקס ווען מען רעדט פונעם קאמפיוטער'ס "קילאבייט" (1,024). דער נייער נאמען וועט זיין "קיביבייט", "מעביבייט" און "גיביבייט" און מען וועט עס שרייבן KiB, MiB, און GiB. מערקט ווידער דעם גרויסן B וויבאלד דא רעדט מען פון "בייטס" (ביי "ביטס" איז קיינמאל נישט געווען דער חילוק פון 1,000 און 1,024). דער "בי" אין "קיבי", "מעבי" און "גיבי" דארף הפנים צו באדייטן אז דא רעדט מען פון די ביינערי רעכענונג סיסטעם וואו 1KiB מיינט 1,024 בייטס און נישט 1,000 בייטס. עס האט זיך אבער נישט איינגעגעבן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 1:46 pm

מיר זענען מער ווייניגער איינשטימיג, עס איז אמת אז א בייט ביי א קומפיוטער איז 8 בייטס, און א GB ביי א קומפיוטער, איז גרעסער ווי א GB ביי סתם זאכן.

און עס איז אמת אז קילו, מעגע, גיגע וכו' מיינט יעדע איינס טויזענט מאל די פריערדיגע, אבער למעשה ביי קומפיוטער האט מען "געבארגט" די ווערטער, און עס געלייגט אויף 10 מאל אזוי סאך, 230 און 240 און 250 אא"וו, אבער מען האט דאך געמאכט א חילוק, איינט הייסט בייטס, מעגעבייטס, גיגעבייטס וכדו', און די אנדערע הייסט ביטס, מעגעביטס און גיגעביטס וכדו'.

סא, ס'האט נישט מיט דעם אז אין בייטס איז דא ביטס, עס קען זיין אז וועגן דעם האט מען אזוי משנה געווען די נעמען, - פון בייט צו ביט - ווייל אין בייטס איז דא ביטס, אבער עס האט נישט מיט די "צאל" ביט'ס, ווייל וואס האסטו אויפגעטאן, עס שטימט ווייטער נישט מיט די אנגענומענע "סטאנדארט ארגענעזאציעס" (די SSO אדער SDO), אז עס מיינט 1000 מער.

נאר ווי געשריבן אז מען האט די נעמען סתם געבארגט, פונקט ווי ביי סתם זאכען, איז עס 1000 מאל אזויפיל, דאס הייסט אז יעדע פון די נעמען - מעגע, גיגע, וכדו' - דאפעלט זיך פון פריער, 103 און 106 און 109 אא"וו, וועט מען עס ניצן אויך ביי קומפיוטער, ווי עס דאפעלט זיך אויך, טאקע נישט מיט 1000, נאר מיט 10, אבער סוף כל סוף, איז עס געדאפלט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 2:37 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א בייט ביי א קומפיוטער איז 8 בייטס

האסט זיכער געמיינט צו שרייבן "ביטס" מיט איין י'.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און עס איז אמת אז קילו, מעגע, גיגע וכו' מיינט יעדע איינס טויזענט מאל די פריערדיגע, אבער למעשה ביי קומפיוטער האט מען "געבארגט" די ווערטער, און עס געלייגט אויף 10 מאל אזוי סאך, 230 און 240 און 250 אא"וו, אבער מען האט דאך געמאכט א חילוק, איינט הייסט בייטס, מעגעבייטס, גיגעבייטס וכדו', און די אנדערע הייסט ביטס, מעגעביטס און גיגעביטס וכדו'.

איך פארשטיי נישט, וואס הייסט מען האט געמאכט א חילוק? ווען ניצט מען וועלכע? ניצט מען אמאל "מעגאביטס" ווען מען רעדט פון "בייטס"?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 2:54 pm

תרגום יונתן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:א בייט ביי א קומפיוטער איז 8 בייטס

האסט זיכער געמיינט צו שרייבן "ביטס" מיט איין י'.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און עס איז אמת אז קילו, מעגע, גיגע וכו' מיינט יעדע איינס טויזענט מאל די פריערדיגע, אבער למעשה ביי קומפיוטער האט מען "געבארגט" די ווערטער, און עס געלייגט אויף 10 מאל אזוי סאך, 230 און 240 און 250 אא"וו, אבער מען האט דאך געמאכט א חילוק, איינט הייסט בייטס, מעגעבייטס, גיגעבייטס וכדו', און די אנדערע הייסט ביטס, מעגעביטס און גיגעביטס וכדו'.

איך פארשטיי נישט, וואס הייסט מען האט געמאכט א חילוק? ווען ניצט מען וועלכע? ניצט מען אמאל "מעגאביטס" ווען מען רעדט פון "בייטס"?

יא כ'האב געמיינט ביט.

מען ניצט נישט מעגאביטס, ווען מען רעדט פון מעגאבייטס, ווייל עס איז צוויי זאכן, סך הכל זענען די ווערטער "מעגאבייטס" "מעגאביטס", "גיגעבייסט "גיגעביטס" אא"וו, "ווערטער" וואס מיינען נומערען.

אזוי ווי למשל די 7 "טענער" פון מוזיק, איז א קול, אבער יעדע פון די טענער, האט אויך א נאמען, "דע, רי, מע, פא, סא, לא, טא, דא", אזוי איז דא "נומערען" וואס מען שרייבט מיט "דיזשיטס" 1 2 3 4 5 6 וכדו' און מען קען עס שרייבן מיט "ווערטער" ווי מעגעבייטס, פאר 1,000,000 אא"וו.

יעצט נארמאל מיינט "מעגעבייט" טויזענט מאל אזויפיל, און מען קען עס שרייבן GB, און ביי קומפיוטער שפראך, מיינט "מעגעביטס" 10 מאל אזויפיל, אבער מען שרייבט עס אויך GB (כ'מיין נישט דוקא קעפיטל אדער סמאל, כ'מיין די אויתיות GB), ממילא הערשט א צימושעניש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 3:08 pm

עפעס ווער איך כסדר פארלוירן ווען איר ברענגט אריין "ביטס" אינעם בילד. פונקט ווי א פונט באשטייט פון זעכצן אונצעס, באשטייט א בייט פון אכט ביטס. איך זע נישט וואס דעסימאל אדער ביינערי האט דערמיט. איך קען אויף קיין פאל נישט פארשטיין וואו עס קומט דא אריין. מיט אנטשולדיגונג.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 3:58 pm

תרגום יונתן האט געשריבן:עפעס ווער איך כסדר פארלוירן ווען איר ברענגט אריין "ביטס" אינעם בילד. פונקט ווי א פונט באשטייט פון זעכצן אונצעס, באשטייט א בייט פון אכט ביטס. איך זע נישט וואס דעסימאל אדער ביינערי האט דערמיט. איך קען אויף קיין פאל נישט פארשטיין וואו עס קומט דא אריין. מיט אנטשולדיגונג.

ביסט גערעכט א "בייט" איז 8 "ביטס".

אבער א מעגעביט האט גארנישט צו טאן מיט די "8 ביטס" פון א "בייט".

א "מעגעביט" איז א ווארט וואס מען ניצט צו "דיסקרייבן" א געוויסע מאס פון א געוויסע זאך. ביי סתם זאכן מיינט מעגעבייט 1,000,000 שטיקלעך פון עפעס, און ביי קומפיוטער מיינט "מעגעביט" 1,024,000 "בייטס" (וואס פערצופאל יעדע באשטייט פון 8 ביטס, אבער איינס האט גארנישט מיט די צווייטע).

און דו האסט אנגעכאפט א זייער גוטע משל. א א פונט באשטייט פון זעכצן אונצעס, אבער נישט אלס! א "טרוי אונס" (וואס מען נישט צו וועגען גאלד און זילבער וכדו') באשטייט פון 12 אונצעס! אבער סיידע האבן די זעלבע נאמען "פונט"! און נאך מער, די "טרוי אונס" איז 31.103 גראם, און א רעגיולער אונס איז 28 גראם, כאטש עס איז די זעלבע נאמען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 4:15 pm

פריער האב איך געפרעגט:
תרגום יונתן האט געשריבן:ניצט מען אמאל "מעגאביטס" ווען מען רעדט פון "בייטס"?

איר האט געענטפערט:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען ניצט נישט מעגאביטס, ווען מען רעדט פון מעגאבייטס, ווייל עס איז צוויי זאכן

יעצט שרייבט איר:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ביי קומפיוטער מיינט "מעגעביט" 1,024,000 "בייטס"

האיך יתקיימו שניהם?
-----
איך זאג, נאכאמאל, אז א "מעגאביט" מיינט א מיליאן ביטס. און ס'האט גארנישט מיט בייטס איינגעלייגט. (אחוץ אז ס'איז די זעלבע ווי 125,000 בייטס).

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 4:26 pm

תרגום יונתן האט געשריבן:פריער האב איך געפרעגט:
תרגום יונתן האט געשריבן:ניצט מען אמאל "מעגאביטס" ווען מען רעדט פון "בייטס"?

איר האט געענטפערט:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען ניצט נישט מעגאביטס, ווען מען רעדט פון מעגאבייטס, ווייל עס איז צוויי זאכן

יעצט שרייבט איר:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ביי קומפיוטער מיינט "מעגעביט" 1,024,000 "בייטס"

האיך יתקיימו שניהם?
-----
איך זאג, נאכאמאל, אז א "מעגאביט" מיינט א מיליאן ביטס. און ס'האט גארנישט מיט בייטס איינגעלייגט. (אחוץ אז ס'איז די זעלבע ווי 125,000 בייטס).

מען ניצט נישט מעגאביטס, ווען מען רעדט פון מעגאבייטס, אבער מען ניצט מעגאבייטס, ווען מען רעדט פון בייטס.

און יא ביסט גערעכט מעגאביט" מיינט א מיליאן ביטס, אבער "מעגעבייט" מיינט 1,024,000 "בייטס. און ביידע הייסן אין קורץ GB.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט