געענדיגט מיטן וואש מאשין

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

געענדיגט מיטן וואש מאשין

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 18, 2011 4:23 am

אין א ברעכעדיגע נייעס האט א פירמע אנאנסירט א ניי ערפינענע מאטעריאל, "נעווער-וועט" וואס לאזט נישט קיין פייכטקייט זיך אנכאפן אין בגדים.

מען שפריצט דעם מאטעריאל איין מאל אויפן קלייד און עס טרייבט פשוט אוועק יעדע סארט פליסיגקייט פון זיך.

די פראדוקט באשטייט פון 13 פאטענט-פענדיגס, און קומט אין פארם פון א ספרעי, די הויפט באשטאנדטייל איז סיליקאן און ארבייט ענליך צו "טעפלאן" (די ווייסע טעיפ פאר פלאמערס) וואס טרייבט אוועק וואסער פון זיך. עס פארמאגט כוחות פון היידרא-פאביק, היידרא-פיליק און אליא-פאביק וואס איז אויסגערעכענט אז ווי גלייך עס קומט אין בארירונג מיט ליקוויד זאל די נויטיגע כוח איבערנעמען מאמענטום און טוען זיין פעולה פון אוועקגליטשן דעם פליסיגקייט.

צו קויפן, גייט דא http://www.neverwet.com.
עס וועט זיין צובאקומען אנהויב יארע 12'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21982
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 18, 2011 6:11 am

עס סיען אן ...
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 18, 2011 11:40 am

געוואלדיג פאר מיינע טלעס קאטענס!
כ'מיין דאס וועט זיין די '12 יוניווערזעטי פרעזענט פאר מיין אידענע מערצע שעם
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 18, 2011 3:02 pm

סביב העולם האט געשריבן:געוואלדיג פאר מיינע טלעס קאטענס!
כ'מיין דאס וועט זיין די '12 יוניווערזעטי פרעזענט פאר מיין אידענע מערצע שעם

א גוטער איינפאל


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט