ראבאטן וואס קוקן אויס באוועגן זיך פליען ווי לעבעדיגע בעלי חי

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

ראבאטן וואס קוקן אויס באוועגן זיך פליען ווי לעבעדיגע בעלי חי

תגובהדורך thefact » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 1:53 pm

בילד

טעד איז א וועבסייט פאר מורא'דיגע זאכן. אויב איר זענט נאך קיינמאל געווען צו TED.COM און איר ווילט אייך אביסל אויסבלאזן, קענט איר אייך אמאל מאכן צייט צו גיין חול המועד האלטן און פארברענגען דארט א מיני וועב-וואקעישאן. עס איז ווערט! (פארגעסט נישט אראפצושרייבן אייערע געפינסן פאר אונז אייוועלט ליינער דער עולם וועט אייך דאנקבאר זיין...) זייער סלאגען איז "איידיעס וואס זענען ווערט צו פארשפרייטן" און איר וועט נישט טרעפן אויף זייער סייט עפעס וואס זאל זיך סותר זיין מיט דעם סלאגאן.

עס מאכט זיך זעלטן מיר זאלן האבן א געלעגנהייט דארט אפצושטאטן א באזוך אבער די וואך האמיר דארט אנגעטראפן א געוואלדיגע נייעס ס'איז גראדע נישט עכט קיין נייעס ווייל עס האט שוין פאסירט עטליכע מאנאטן צוריק אבער אינטערעסאנט איז עס נאך אלץ.

"א ראבאט פייגל!"

א ראבאט פייגל א מאשין וואס קוקט אויס און באוועגט זיך און פליט ווי א פאקטישער לעבעדיגער פויגל.

איינער פון די עלטסטע חלומות פון די מענטשהייט איז צו פליען ווי א פויגל. וויפיל שירים של קודש זענען שוין אפילו אויף דעם באפאסט געווארן, ווי דוד המלך שרייבט אין תהילים מיט אזא גלוסטעניש און נאסטאלאגיע "מי יתן לי אבר כיונה אעופה ואשכנה", פילע פארשער און סייענטיסטן האבן אין די לעצטע זעקס טויזנט יאר געפארשט און געזוכט צו דערגיין דעם סוד ווי אזוי א פייגל פליט ווער רעדט נאך עס צו קענען נאכמאכן.

א דייטשע טעכנאלאגיע פירמע, פעסטא, איז איבערצייגט אז זיי האבן אין יאר תשע"א לפ"ק באוויזן דעם ווינדער און זיי האבן דעוועלעפט א וואונדערליכער שאפונג וואס ווערט גערופן סמארט-בירד, א פליעדיגן ראבאט וואס קען ארויפפליען אין די לופטן נישט ווי אן עראפלאן נאר די זעלבע וועג ווי א פייגל דורך פאכען און פלאטערן מיט אירע פליגלען. אין דעם ווידעא, האט מארקוס פישער, דער קאפ פון פעסטא, געוויזן פאר א לעבעדיגן עולם "לייוו" וואס דער סמארט-בירד קען טאן.

דער דעזיין פונעם סמארט-בירד איז געצילט נאכצומאכן דעם הערליכן געבוי פונעם אייראפעיאישן "הערינג גאל" פייגל (רעכטס אונטן אויפן בילד), אין סייז איז עס א ביסל גרעסער ווי דעם "הערינג גאל", מיט א פליגל שטרעקע פון א צוויי-מעטער (בערך 6.5 פיס) און א קארבאן-פייבער סקעלעטן וואס וועגט בלויז 450 גראם! (אביסל ווייניגער ווי א פונט), דער בויך פונעם סמארטבירד איז פלעקסיבל ווי א לעבעדיגער פייגל און דאס טוט קאנטראלירן די פלי-ריכטונג. אבער אנדערש ווי א לעבעדיגער פייגל, קען דעם סמארט-בירד'ס באוועגונגען באגלייט ווערן פון דערווייטנס (רעמוטלי-קאנטראלירט) דורך ראדיא-זענדונדונגען.

די חידוש איז אז עס האט נישט קיין פראפאלשן סיסטעם (טרייבקראפט) אויסער ווי דאס פלאטערן פון דעם סמארט-בירד'ס אייגענע פליגל "פונקט ווי אן עכטע פייגעל", און זיינע באוועגונגען זענען אזוי רעאליסטיש, אז ווען דער סמארט-בירד איז אריבערגעפלויגן איבער די קעפ פון די צוקוקער, האט דער עולם (צוויי מאל) געטראכט צוצודעקן זייערע קעפ. און נאכמער איז אינטערעסאנט איז אז ווען מען האט עס אויספראבירט אויפן גאס צווישן "עכטע פייגל" אונטערן פרייען הימל האבן די פייגל נישט דערקענט א חילוק.


מענטשן פרעגן, וואס איז די פוינט פון ספענדן אזויפיל געלט און צייט אין מיסט אריין צו אנטוויקלען א ראובאטישער פייגל ווען עס זענען ב"ה דא א שפע פון לעבעדיגע פייגלען וואס פליען ארום איבעראל אין אלע גאסן אין פארקס וואס דער רבש"ע האט מיט ווינדער נאטורליך באשאפן. און אויב צו פליען אין די לופטן ווי א פייגל איז דאך שוין פארהאן פליגער'ס העליקאפטער'ס און לופט באלאנען שוין איבער הונדערט יאר?

אבער מר. פישער איז מסביר אז דער ציל פון דעם פארשונג איז זיך צו לערנען פון די בריאה נישט נאר ווי אזוי צו באוועגן די פליגל, אבער אויך לערנט מען זיך פון די פייגל ווי אזוי עס צו טון מיט ענערגי עפישענסי

סמארטבירד טעכנאלאגיע שטעלט צו יסודות'דיגע חידושים און א נייע פארשטאנד צו קענען פארבעסערן די (הייבריד דרייוו) "פאר טעכנאלאגיע" בכלל. ווי אזוי צו מינימיזירן דאס באנוץ פון אויל, גאזאלין און אנדערע מאטעריאלן און ווי אזוי צו בויען גאר לייכטע פאר מיטלען איינצושפארן ענערדזשי און ריסורסעס.

זעה די ווידעא'ס, די מארך וועט אייך ארויספאלן פון די אויערן.
http://www.ted.com/talks/lang/eng/a_rob ... _bird.html
http://www.40tech.com/2011/07/23/smartb ... tech-video
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג ינואר 17, 2012 5:19 pm

זייער אונטערסאנט

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג ינואר 17, 2012 5:31 pm

אוי ווי שיין דו שרייבסט, ווערי אינטערעסטינג.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 17, 2012 6:26 pm

הערליך שיין באשריבן

די קליפ איז הפלא'דיג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 17, 2012 6:53 pm

thefact האט געשריבן:מענטשן פרעגן, וואס איז די פוינט פון ספענדן אזויפיל געלט און צייט אין מיסט אריין צו אנטוויקלען א ראובאטישער פייגל ווען עס זענען ב"ה דא א שפע פון לעבעדיגע פייגלען וואס פליען ארום איבעראל אין אלע גאסן אין פארקס וואס דער רבש"ע האט מיט ווינדער נאטורליך באשאפן. און אויב צו פליען אין די לופטן ווי א פייגל איז דאך שוין פארהאן פליגער'ס העליקאפטער'ס און לופט באלאנען שוין איבער הונדערט יאר?


די מיליטער ארבייט אויך אויף אזא זאך פאר שפיאנאזש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 17, 2012 7:31 pm

אינטערעסאנט אז איך האב זיך נאך נישט באדאנקט. איך געדענק ווען איך האב עס געקוקט האב איך אויסטערליש הנאה געהאט. די גאנצע וועב זייטל איז ווערט א בוקמארק

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג יוני 14, 2012 7:39 pm

שרעק
בילד
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » פרייטאג יוני 15, 2012 11:16 am

וואס איז דאס?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » פרייטאג יוני 15, 2012 11:17 am

שכוח פאר דיין אויבערשטע ארטיקל, יעצט געליינט צומערשטען מאל...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג יוני 17, 2012 9:24 pm

טראנספארט האט געשריבן:וואס איז דאס?

א ראבאטישע מאסקיטא

די ראבאטישע מאסקיטא דארף צו זיין 'כשמו כן הוא' א פראטאטייפ פון א פיצעלע מאסקיטא וואס איז א ראבאט!!! דער דזשאב פון דעם ראבאט-אינזעקט איז אנגעבליך אז ער איז פעאיג אויסצוזויגן בלוט אדער אראפצוציפן פיצעלע הויט צעלן (סקין סעללס) פון דעם געצילטן קרבן גענצליך אומבאמערקטערהייט מיטן ציל צו באקומען זיין די. ען. עי. וכדומה אדער גאר איינצושפריצן א טויטליכן סם...

דער ראבאט דארף צו זיין קליין וויא עכטע מאסקיטא און דער בילד דארף שוין צו זיין אן אויפגעבלאזענע ווערסיע דערפון ווי מ'קען טאקע זען זיצט דער מאסקיטא אויף א שפיץ פון א פינגער אויך קען מען זען זיין סייז אנטקעגן די מענטשליכע אויג.

אומבאגרינדעטע קאנספיראציע קוועלער זאגן אז אזא מין ראבאט אדער ענליך איז שוין ערפונדן געווארן אין מיליטערישן-געהיים דורך די אדער יענע לאנד...

קעפל געטוישט
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט