פונעם טעכנישן טאג-בוך

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

פונעם טעכנישן טאג-בוך

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 1:13 pm

די פאלגענדע שורות קומען פון א טעקנישן'ס טאג בוך (נישט מיין אייגענע)

א וויילע צוריק האט איינער פון מיינע קאסטומער'ס געקויפט א נייע לעפטאפ פאר זיך און געגעבן פאר זיין טאטן די אלטע. אזוי ווי דאס איז דער ערשטער לעפטאפ וואס זיין טאטע האט (ביז דעמאלט האט ער גענוצט א דעסקטאפ) בין איך געגאנגען צו זיין טאטעס הויז און אריינגעלייגט א ווייערלעס ראוטער אזוי אז ער זאל עס קענען נוצן עס איבער די גאנצע הויז און נישט זיין צוגעבינדן צו דער וואנט.

אונזער ערשטער פאנטשער איז געקומען ווען ער האט מיך גערופן מיט זארג אז די קעיבל קאמפאני האט אים נישט גערעכנט פארן פארגרעסערן די סערוויס און ער וויל נישט אז שפעטער זאל ער פלוצלונג באקומען אויף איינמאל א רעכענונג אויף מערערע חדשים אויפן חשבון פון דעם הוספה פאר ווייערלעס סערוויס. איך האב אים דערקלערט אז ווייערלעס איז גארנישט עקסטערע ס'איז נישט מער ווי א באקס וואס איך האב אים פארקויפט פאר אן איינמאליגע טשארדזש און עס וועט נישט זיין קיין עקסטערע טשארדזשעס אויזער די קעיבל אינטערנעט פי וואס ער באצאלט ביז היינט.

איך האב מיך איינגערעדט ער פארשטייט...

עטליכע חדשים שפעטער רופט מיך דער זון אז זיין טאטע האט א פראבלעם מיט די אינטערנעט און דארף טעקניקל הילף צו ער קען מיך קאלן? קאלט ער מיך אן אז אזוי ווי ער האט זיך אריינגעלייגט לעצטענס אין אראפרוקן זיינע הויכע חודש'ליכע בילס (זעט אויס קרן עזר איז דארט אינוואלווד) און אזויווי איך האב קעיר גענונען דערפון לכתחילה זאל איך פאר אים קאלן די קעיבל קאמפאני צו דיסקאנעקטן די ווייערלעס סערוויס ווייל בדיעבד איז אים גענוג נאר צו נוצן דעם אינטערנעט ווען ער איז איינגעפלאגט אין די וואנט און ער האלט נישט ביים צאלן מער וועגן דעם, זיינע ביל'ס זענען אזוי אויך צו הויך... איך האב אים ווידער דערקלערט אז ער באצאלט גארנישט עקסטערע פאר די ווייערלעס סערוויס אז די באקס וואס איך האב אים פארקויפט פאר אן איינמאליגע טשארדזש האט געמאכט דעם גאנצן הויז פאר א ווייערלעס האט-ספאט, און ס'האט באמת גארנישט מיט די קעיבל קאמפאני.

און איך האב מיך איינגערעדט ער פארשטייט...

לעצטנס זעמיר ווידער ביזי געווארן מיט אים. נאך א קורצשלוס האט ער מיך גערופן מיט אויפברויז איבער די פארוקטע קאסטומער סערוויס וואס ער האט באקומען פון די קעיבל קאמפאני ווען ער האט זיי געבעטן הילף צו ריסעטן זיין ווייערלעס ראוטער, און אז ער איז אזוי גערעגט אז ער וויל מבטל זיין די ווייערלעס סערוויס...

און איך האב מיך איינגערעדט ער פארשטייט...

למעשה האב איך נישט געקענט אריבערגיין צו אים אויף די רגע, אבער מיט א ביסל הילף פון א 14 יעריגן אייניקל (וואס האט נאך -מיין איך- אין זיין לעבן קיין קאמפיוטער נישט געטאטשט). ארבעט עס א מחי'.

גראדע טו איך יא אביסל באשולדיגן די קעיבל קאמפאני פאר נישט האבן געהעריגע קאסטומער סערוויס פאר די מענטשן וואס זענען נישט טעניקל.

איך מיין אז אפילו ער וועט נאכאמאל געבוירן ווערן וועט ער נישט פארשטיין אז די ווייערלעס סערוויס קומט פון די ראוטער און נישט די קעיבל קאמפאני שיקט א סיגנאל צו אים אין הויז.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 1:51 pm

טעקנישן: העללא

קאסטומער: איך האב א פראבלעם מיט מיין מייז? עס קוויטשעט?

טעקנישן: אנטשולדיגט, האט איר געזאגט עס קוויטשעט?

קאסטומער: יא ריכטיג. ווי שטערקער איך דרוק עס אויפן דעם סקרין, קוויטשעט עס העכער.

טעקנישן: אנטשולדיגט, זענען איר זיכער איר קוועטשט צו אייער מייז ארויף אויפן די סקרין?

קאסטומער: יא! זיכער, אזוי שטייט דער מעסעדזש אויפן סקרין "פרעסס העיר טא קאנטיניו!"
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 1:54 pm

האהא, ס'דערמאנט מיר פון דעם וואס האט געבעטן דעם אייניקל צו פעקסן א פאפיר, און האט געפרעגט צו ער וועט קענען האבן די ארגינעלע...

אבער פארוואס זאלן מיר לאכן פון זיי ווען אונז ווייס מיר נישט וויאזוי אונז וועלמיר אויסקוקן אויף די עלטערע מיט די טעכנעלאגיע פון יענע צייטן...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 1:59 pm

קאסטומער: העללא, קענט איר מיר העלפן? מיין קאמפיוטער האט זיך פארפרוירן, און נישט קיין חילוק וויפיל מאל איך טייפ עלף, ווערט עס נישט אויס פארפרוירן.

טעקנישן: וואס הייסט איר "טייפט עלף?"

קאסטומער: יא! זיכער, אזוי שטייט דער מעסעדזש אויפן סקרין "ערראר טייפ 11!"
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 2:25 pm

אויף איין קאל, האט פארן קאסטומער גענומען א אויסער געווענליכע לאנגע צייט צו ענדיגן יעדע אינסטרוקציע וואס דער טעקנישן האט אים געגעבן.

טעקנישן: ר' יוד, איך קען מיך נישט העלפן און איך מוז אייך זאגן אז איך באמערק אז יעדער מאל איך געב אייך אן אינסטרוקציע, נעמט עס זייער א לאנגע צייט איידער איר קומט צוריק צו מיר. איז אייער קאמפיוטער טאקע אזוי לאנגזאם?

קאסטומער: אה, ניין, עס נאר די נארישע נארישע צוזאמענשטעל פון דעם מאדעל קאמפיוטער. יעדעס מאל איך וויל קליקן עפעס, דארף איך אויסשטעקן די קיבאורד אריינצופלאגן די מייז. און יעדער מאל איך וויל צו נוצן די קיבאורד ווידער, דארף איך אויסשטעקן די קיבאורד, ווייל עס איז דא נאר איינער יו. עס. בי. דזשעק.

טעקנישן: ר' יוד, איר דארפט פארשטיין, איך זעה אין סיסטעם אז אויף אייער מאדעל איז דא מערערע יו. עס. בי. דזשעק'ס אויף די קיבאורד אליין, איר דארפט אריינצופלאגן די מייז אין די קיבאורד, און נאר די קיבאורד אין דעם קאמפיוטער.

קאסטומער: טאקע? איר מיינט עס ערנסט? רבונו של עולם! וואס איר זאגט נישט?! ווארט א רגע... יא, איך זע עס איצט! טאקע, הייליגער בורא. יו ס'גייט זיין אזוי פיל גרינגער!

טעקנישן: נאר פאר נייגעריקייט, ווי לאנג ניצט איר שוין אייער קאמפיוטער דעם וועג?

קאסטומער: זעקס וואכן!
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 2:54 pm

א קאסטומער האט גערופן דעם טעקנישן אויסצוגעפינען אויב עס איז דא א שנעלערע וועג צו טריגערן מעניו קאממענדס ווי ארויפצוגיין און דרוקן מיט די מייז אויף די מעניוס.

טעקנישן: זיכער! עס זענען דא ספעציעלע קיבאורד שארטקאטס פאר פילע פון די קאממענדס. צום ביישפיל, לאמיר זאגן איר ווילט די סעלעקטן אלע טעקס אין א דאקומענט...

קאסטומער: יא טאקע, איך נוץ עס אלעמאל! ווי אזוי טו איך דאס?

טעקנישן: גוט זייער גרינג, איר דארפט נאר דריקן קאנטראל-עי.

קאסטומער (נאך א הפסקה): המממ... דעס ארבעט נישט ביי מיר.

טעקנישן: האט איר א טעקסט דאקומענט אפן אין פארנט פון אייך?

קאסטומער: יא, זיכער!

טעקנישן: גוט, יעצט דרוקט קאנטראל-עי.

קאסטומער: איך טו עס, אבער גארנישט פאסירט נישט.

טעקנישן: דער טעקסט ווערט נישט היילייטעד?

קאסטומער: ניין, עס איז בכלל נישטא קיין שום שינוי נישט.

טעקנישן: דאס איז מאדנע. אויב איר דריקט קאנטראל-עי, דארף די גאנצע דאקומענט ווערן היילייטעד. פרובירט עס ווידער. דרוק קאנטראל-עי. זאג מיר פונקטליך וואס ס'געשעט.

קאסטומער: (כמעט ביים פלאצן): העי "יו" הער "דו" מיך צו! איך דרוק קאנטראל, העי! און גארנישט געשעט נישט, העי...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 3:56 pm

משה אהרן איז אין די דישעס...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:37 pm

אוי איז דאס גוט. די מערסטע אינטרעסאנט איז אז עס איז דא מענטשן וואס ארבעטן מיטן קאמפיוטער שוין יאאאארן, און זיי קענען ניטאמאל א' ב' און ווען מען רעדט צו זיי קוקן זיי ווי די הון אין בני אדם.
אויפן לעצטן א מזל ער האט גארנישט געהאט געקאפי'ט פארדעם...

אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

תגובהדורך aperlscript » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:54 pm

איך האב געהייסן אמאל א קאסטומער סעיווען א פייל אויפן דעסקטאפ , פרעג ער: די מיינסט דע בלויע סקרין?? :grin:

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:55 pm

חחח משה אהרן, ס'גוט א שמייכל צו געבן אין דעם פארום,
כ'קען אויך אנהייבן ברענגען מעשיות, כ'קען עס נאר נישט שרייבן וויבאלד אפאר פון די באטרעפענדע דרייען זיך דא..

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:11 pm

משה אהרן מיין טאטע איז אפשר דיין קאסטומער?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 4:41 pm

איינער רופט אריין דעם טעקנישן זיך צו באקלאגן אז ער באקומט א "עקסעס דענייד" ווארענונג יעדעס מאל ער לייגט אריין זיין יוזער נאמען און פעסווארד, נאך עטליכע פראגן שטעלט זיך ארויס אז ער טייפט זיין יוזער נאמען און פעסווארד אין קעפיטאל אותיות.

טעקנישן: אקעי, פרוביר נאכאמאל, אבער דאס מאל נוץ קליינע אותיות (לאוער-קעיס)

קאסטומער: אה דאס קען זיין א פראבלעם ווייל איך זעה אז איך האב נאר קעפיטאל אותיות אויף מיין קי-באורד...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 4:57 pm

טעקנישן: האט איר באקומען די סאפטוועיר אפדעיט וואס איך האב אייך געשיקט אין אימעיל?

קאסטומער: יא! זיכער האב איך עס באקומען, אבער איך באקום נאך אלץ די זעלבע ערראר מעסעדש ווי פריער.

טעקנישן: האט איר אינסטאלירט די אפדעיט?

קאסטומער: "ניין, אה, איך דארף עס אינסטאלן?....
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

hyper
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 1:23 pm

תגובהדורך hyper » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 4:57 pm

יו איז דעיס גוט
קאנטראל העי איז נאך די בעסטע

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 5:17 pm

פארוואס איז דאס נישט אין בדיחותא אשכול? איינס בעסער פון צווייטן.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 5:18 pm

קאסטומער: אונזער קוויקבוקס פעסווארד ארבייט נישט

טעקנישן: זענט איר זיכער אז איר געניצט די ריכטיגע פעסווארד?

קאסטומער: יא, איך בין זיכער! איך האב געזען מיין בעל הבית אריינלייגן די פעסווארד מערערע מאל.

טעקנישן: קענט איר מיר זאגן וואס די פעסווארד איז געווען?

קאסטומער: פינף שטערן'ס...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 5:22 pm

מזל טוה משה אהרן!!! שר האלפיים

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 5:22 pm

חחחחח פאר די לעצטע
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 5:26 pm

ווינקל האט געשריבן:מזל טוה משה אהרן!!! שר האלפיים


לאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאל פאר אלע
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 5:31 pm

איך קען צולייגן מיין אייגענע?
ווען איך האב אנגעהויבן מיט קאמפיוטערס האב איך באקומען פון איינעם אפאר אידישע פאנטס. ער זאגט מיר לייג עס אריין אין קאמפיוטער.
איך האב עס שיינערהייט אריינגעקאפיט אין מיי דאקומענטס... און איך רוף אים מיט א בהלה אז ס'ארבעט נישט!

אלטע זכרונות... חחחחח

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 10:40 pm

;l;p-

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2011 3:32 pm

קאסטומער: צי קענט איר מיר העלפן איך האב א פראבלעם מיט מיין פעקס-מאשין?

טעקנישן: איך בין נישט ממש און די ליין אבער כ'קען פרובירן, לאמיר הערן וואס איז די פראבלעם?

קאסטומער: די פראבלעים איז אזוי, איך האב ארויסגעשיקט א צעטל, און יענער האט מיך צוריק גערופן זאגן אז ס'איז נאר אנגעקומען די קאווער-צעטל און דערנאך א ליידיגע צעטל. איך פרוביר שוין אפאר מאל און די זעלבע זאך געשעהט ווידער א גאנצע צייט עפעס מוז זיין ראנג מיט די פעקס-מאשין.

טעקנישן: זייט ווען האט איר די פראבלעים?

קאסטומער: איך ווייס נישט פונקטליך, צופרי האט עס פיין געארבייט נאר די לעצטע שעה צוויי פרוביר איך שוין צו שיקן א וויכטיגע צעטל צו א דאקטער און די צייט ברענט! און ס'גייט נישט! איך פלאץ! ס'איז שוין באלד גרינגער ווען עס צו שיקן מיט א קאר סערוויס ווי פאר דרייסיג יאר צוריק...

טעקנישן: עפעס מוז זיין אנדערש ווי געווענליך, ווי אזוי האט איר אריינגעלייגט די צעטל?

קאסטומער: יו! וואס א חילוק ווי אזוי איך האב עס אריינגעלייגט! אקעי, ס'איז א סענסעטיווער צעטל, סא האב איך נישט געוואלט אז אנדערע מענטשן דארט זאלן עס חלילה לייענען אומוועלענדיג, האב איך עס צאמגעקנייטשט אין האלב אזוי אז נאר דער אנגעצייכענטער באקומער זאל אויפמאכן די צעטל און נאר ער זאל עס ליינען...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2011 3:37 pm

חחחחחחחחחחחח, די האסט מיר אויפגעקראכט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2011 3:38 pm

קרעמער האט געשריבן:משה אהרן איז אין די דישעס...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2011 3:42 pm

טעקנישן: וואס שטייט איר יעצט און ווארט?

קאסטומער: אויפן סקרין שטייט: היט ענטער ווען רעדי ...

טעקנישן: איז דאך גוט?

קאסטומער: וויאזוי זאל איך וויסן ווען עס איז גרייט?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט