בלאט 1 פון 2

"עפל'ס" צוזאמקום

געשריבן: מיטוואך מארטש 02, 2011 12:57 pm
דורך קארל
אין עטליכע מינוט ארום פאנגט זיך אן די גרויסע צוזאמקום וואס די פירמע "עפל" שטעלט צו, וואו עס וועט לויט שפעקולאציעס פארגעשטעלט ווערן די פרישע ווערסיע פון דעם "איי-פעד".

געשריבן: מיטוואך מארטש 02, 2011 1:03 pm
דורך ווער בין איך?
מען קען עס מיטהאלטן לייוו ערגעץ?

געשריבן: מיטוואך מארטש 02, 2011 1:29 pm
דורך פונקטליך

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2011 7:39 pm
דורך סתם_אזוי
למעשה. וואס זענען די מעלות פון די נייע איי-פעד?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2011 11:16 pm
דורך שוועמל
שוין דא א אייפעד 2

סטיוו ג'אבס וועט קענען מיטנעמען אין קבר די לעיטעסט מאדעלס, הי וויל סטילל בי קאנעקטעד..

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2011 11:22 pm
דורך יארצייטן
סך דינער, גאר גאר שנעל, און נאך מעלות.

עיקר מעלה איז, אז עפל מוז מאכן יעדעס יאר נאך א גענעראציע, פאר די הייניגע לעבעדיגע מענטשעלעך איז איין יאר זייער לאנג, און די "אלטע(!!!) אייפעד" פון קוים א יאר צוריק איז שוין אויט אף סטייל......

נאך א מעלה'לע איז; א קילע צודעק, וואס גיבט צו צום קלאפערגעצייג, עס ווערט א פאוער באטטאן, א שטענדערל, און א קאווער...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2011 11:49 pm
דורך לובלין
1- א דריטל דינער - פאר זיך א מאסיווע דורעכבראך
2- 15 פראצענט לייכטער
3- גראפיקס און ווידיאו וועט ארבייטן 9 מאל אזוי שנעל ווי די ערשטע ווערסיע
4- צום ערשטן מאל דואל קאהר a5 טשיפ- א פיל שנעלערע פערפארמענס
5- א נייע ווייסע קאליר אויסוואל
6- האט א קאמארע סיי אין בעק און אויך אין פראנט פאר פעיסטיים אזוי ווי די אייפאון
7- א נייע סמארט-קאווער וואס איז דייזייענט געווארן צוזאמען מיטן פראדוקט זעלבסט
8- די זעלבע 10 שעה באטערי לייף
9- נייע פארגעשריטענע עפפס ווי איימאווי פאר ווידיאו עדעטינג אזוי אויך גאראזש בענד וועט מען קענען שפילן אלע סארטן אינסטרומענטס, די אייפעד איז אזוי קלוג אז סשפירט ווען מגעט א קליינעם האק אויפן דראם אדער מ'געט א שטארקן אזוי אויך אויפן פיאנא, די גיטאר קען מען ממש ריקן די סטרינגס אא"וו
10- באוויזן אנציהאלטן די זעלבע פרייזן
ועוד

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2011 8:40 am
דורך יהיה כן
די רעזולאשען וואלט געמעגט בעסער ווערן
מעג שוין צילאזן געהעריג צו נוצן א שין דלת קארטל, און א ישב פלעש דרייוו
די סקרין סייז מעג זיין מיט א האלב אדער א גאנצן אינטש קלענער
די בלושטויס זאל זיך שוין מעגן פארשטיין מיט אנדערע דעווייסעס אויסער עפעל (אקעי, אנשטאט דעם איז די וויי פיי גאר גוט, שוין העמיר עם מוחל זיין אויף דעם)
ניין דאס אלעס נישט.... פארוואס ?? א קשיא אויף א עפעל מיט א דזשאב (כ'מיין דזשאבס)...

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2011 9:34 am
דורך אבי.גערעדט
וואס זאגן די טעכנעלאגיע פארשטייערס? לדעתי איז די גאנצע אייפעד2 ארויסגעבן יעצט א כאפ לאפ אין א וואסער מאלעריי, עפל האט אינטער געפערליכע פרעשור פון די קאנקירענצן וואס גייען פארפלייצן די טאבלעט מארקעט, אין עפל וואס פילט זיך שוין אזוי אויך שטארק באדראעט פון די פארפלייצטע אנדרויד מארקעט, באשלאסן אז זי גייט נישט נעמען יעצט קיין שאנסן אין נאך אין די י"א חודש פונעם ערשטן אייפעד (עפל איז נאך אין היסטארי נישט אזוי שנעל ארויסגעקומען מיט א אפגרעיד פאר א דעווייס) אין דער (געוועזענער?) CEO פון עפל האט טאקע מודה געווען אין געפרעגט צו 2011 גייט זיין די יאהר פון די קאמפאטישנס, איז לאמיר קומען צום אויספיר, עפל האט מתחילה געפלאנט ארויסצוקומען מיט א מעכטיגן אויפשאקעלדיגן אפגרעיד נוסח עפל, אבער איינזעענדיג ווי וואקעלדיג זי שטייט אויפן מארקעט, האט זי געגעבן א שיס ארויס א אפגרעיד, צוגעלייגט קאמערעס, איי-מאווי אין נאך אזאלכע קליינע פיטשעווקעס אין געגעבן א טאנץ ארויס צום מארקעט. דאס איז לדעתי די גאנצע אייפעד2 געמויזעכטס, איינער האלט אנדערש? לאמיר הערן!

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2011 9:55 am
דורך לאטצי
אבי.גערעדט האט געשריבן:וואס זאגן די טעכנעלאגיע פארשטייערס? לדעתי איז די גאנצע אייפעד2 ארויסגעבן יעצט א כאפ לאפ אין א וואסער מאלעריי, עפל האט אינטער געפערליכע פרעשור פון די קאנקירענצן וואס גייען פארפלייצן די טאבלעט מארקעט, אין עפל וואס פילט זיך שוין אזוי אויך שטארק באדראעט פון די פארפלייצטע אנדרויד מארקעט, באשלאסן אז זי גייט נישט נעמען יעצט קיין שאנסן אין נאך אין די י"א חודש פונעם ערשטן אייפעד (עפל איז נאך אין היסטארי נישט אזוי שנעל ארויסגעקומען מיט א אפגרעיד פאר א דעווייס) אין דער (געוועזענער?) CEO פון עפל האט טאקע מודה געווען אין געפרעגט צו 2011 גייט זיין די יאהר פון די קאמפאטישנס, איז לאמיר קומען צום אויספיר, עפל האט מתחילה געפלאנט ארויסצוקומען מיט א מעכטיגן אויפשאקעלדיגן אפגרעיד נוסח עפל, אבער איינזעענדיג ווי וואקעלדיג זי שטייט אויפן מארקעט, האט זי געגעבן א שיס ארויס א אפגרעיד, צוגעלייגט קאמערעס, איי-מאווי אין נאך אזאלכע קליינע פיטשעווקעס אין געגעבן א טאנץ ארויס צום מארקעט. דאס איז לדעתי די גאנצע אייפעד2 געמויזעכטס, איינער האלט אנדערש? לאמיר הערן!

איר האט נישט סתם אבי גערעדט נאר איר זענט הינדרעט פירסענט גערעכט והא ראיה אז די camera איז א שוואכע quality און אויכט אז די screen איז בכלל נישט געווארן אפגרעיד.
און דעיס אז זיי זענען געבליבן מיטן זעלבע פרייז דעיס קומט זיך קרעדיט פאר די קאמפטישען נישט פאר עפל

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2011 10:56 am
דורך לובלין
אבי.גערעדט האט געשריבן: אין עפל וואס פילט זיך שוין אזוי אויך שטארק באדראעט פון די פארפלייצטע אנדרויד מארקעט

מיט וואס איז עפעל באדראעט? עפעל האט פארקויפט איבער 15 מיליאן אין די צייט וואס די גאלעקסי -די אייפעדס גרעסטע קאמפעטישאן האט פארקויפט אינטער 2 מיליאן!

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2011 11:12 am
דורך משנה מקום
איינער קען מיך מסביר זיין די מעלה פין די tablets וואס מען קען גארנישט טין מיט עס מער ווי א cellphone אין מיט די ipad אפשר נאך ווייניגער

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2011 11:21 am
דורך קארל
לאטצי האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:וואס זאגן די טעכנעלאגיע פארשטייערס? לדעתי איז די גאנצע אייפעד2 ארויסגעבן יעצט א כאפ לאפ אין א וואסער מאלעריי, עפל האט אינטער געפערליכע פרעשור פון די קאנקירענצן וואס גייען פארפלייצן די טאבלעט מארקעט, אין עפל וואס פילט זיך שוין אזוי אויך שטארק באדראעט פון די פארפלייצטע אנדרויד מארקעט, באשלאסן אז זי גייט נישט נעמען יעצט קיין שאנסן אין נאך אין די י"א חודש פונעם ערשטן אייפעד (עפל איז נאך אין היסטארי נישט אזוי שנעל ארויסגעקומען מיט א אפגרעיד פאר א דעווייס) אין דער (געוועזענער?) CEO פון עפל האט טאקע מודה געווען אין געפרעגט צו 2011 גייט זיין די יאהר פון די קאמפאטישנס, איז לאמיר קומען צום אויספיר, עפל האט מתחילה געפלאנט ארויסצוקומען מיט א מעכטיגן אויפשאקעלדיגן אפגרעיד נוסח עפל, אבער איינזעענדיג ווי וואקעלדיג זי שטייט אויפן מארקעט, האט זי געגעבן א שיס ארויס א אפגרעיד, צוגעלייגט קאמערעס, איי-מאווי אין נאך אזאלכע קליינע פיטשעווקעס אין געגעבן א טאנץ ארויס צום מארקעט. דאס איז לדעתי די גאנצע אייפעד2 געמויזעכטס, איינער האלט אנדערש? לאמיר הערן!

איר האט נישט סתם אבי גערעדט נאר איר זענט הינדרעט פירסענט גערעכט והא ראיה אז די camera איז א שוואכע quality און אויכט אז די screen איז בכלל נישט געווארן אפגרעיד.
און דעיס אז זיי זענען געבליבן מיטן זעלבע פרייז דעיס קומט זיך קרעדיט פאר די קאמפטישען נישט פאר עפל

איך בין נישט אזוי זיכער מיט דעם. פראדוצירן אן "איי-פעד" וואס פארמאגט צוויי קאמעראס, וועגט ווייניגער, איז 33% דינער, און פארמאגט די זעלבע 10-שעה באטעריע-לעבן, איז שוין גארנישט קיין קלייניגקייט.

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2011 1:16 pm
דורך פארדינט
אריין אין טעכנעלאגיע פארום.

IPAD 2

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2011 1:41 pm
דורך Sprint
ipad 1 vs 2

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2011 1:40 am
דורך אךשמח
לובלין, וואס האט עפל פארקויפט פופצן מיליאן? אייפעדס אדער אלע אירע פראדוקטן צוזאמען?

איך האב נישט די נאמבערס פאר מיר היצטערט, אבער לויט ווי איך דענק האט ענדרויד סעלפאונס היבש איבערגעשטיגן דעם אייפאון דעם פארגאנגענעם יאר.

----

האט עמיצער געהערט, געזען, געליינט איבער דעם
motorola xoom?

מ'זאגט גאר גרויסע זאכן אויף דעם טעבלעט.

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2011 9:46 am
דורך לאטצי
לובלין האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן: אין עפל וואס פילט זיך שוין אזוי אויך שטארק באדראעט פון די פארפלייצטע אנדרויד מארקעט

מיט וואס איז עפעל באדראעט? עפעל האט פארקויפט איבער 15 מיליאן אין די צייט וואס די גאלעקסי -די אייפעדס גרעסטע קאמפעטישאן האט פארקויפט אינטער 2 מיליאן!

אויב עס ליגט מיר גיט און קאפ האט Samsung פארקויפט און די ערשטע 2 חדשים 2 מיליאן שטיק פארגעס נישט אייפעד איז ארויס געקומען א האלבע יאר פריער

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 10:15 am
דורך האניג
ווי דער פאלשע סטיוו דזאבס האט געשריבן אויף טוויטער:
.We were debating between calling it the iPad 2 or the iPad 1.2, but in the end, marketing won

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 11:26 am
דורך adobe yid
[quote="האניג"]ווי דער פאלשע סטיוו דזאבס האט געשריבן אויף טוויטער:
[quote].]]
loosen your temper a little, he is not such a bad guy u make him, after all he is producing extreme quality stuff which no one could compete

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 12:34 pm
דורך מאשקע
Whaaat?

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 12:53 pm
דורך האניג
אוי, ער האט עס ראנג!...

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 1:10 pm
דורך adobe yid
האניג האט געשריבן:אוי, ער האט עס ראנג!...

prove me im wrong i own a i mac, before i had a pc, and at work i have a pc, so i can tell the diffrerent, so if u dont own one how can u tell me im wrong when u dont even know there product?

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 1:15 pm
דורך leiby
די פארשטייסט אפיל נישט וואס די ביסט ראנג

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 1:19 pm
דורך adobe yid
leiby האט געשריבן:די פארשטייסט אפיל נישט וואס די ביסט ראנג

בין איך גרייט צו הערן, זיי מסביר

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 1:21 pm
דורך leiby
ס'דא א פאלשער סטיוו אויף טוויטער,
ספעציעל צום שמייכלען, אין פין אים האט מען נאכגעזאגט די מימרא..