"גאר געהיימע" ספיי קעמרע

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

"גאר געהיימע" ספיי קעמרע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך MUTCHE »

די שפיאנאזש וועלט איז געקניפט און געבינדען מיט עולם הדמיון, יעדע העלדישע געוואגטע מיסיע וואס איר וועט הערט און לייינט קוקט אויס (אדער גאר איז) א פאנטאזיע, און צוגאב זענען אלע כלים וואס מען באנוצט זיך צו שפיאנירן קוקן אויס ווי איין זאך און טוהן אינגאנצן עפעס אנדערש, שיך וואס קענען זעהן, בלומען וואס קענען הערן, וכו'
נו, אז איינער וויל קויפן א באהאלטענע קעמרע וועט ער זוכן עפעס וואס רופט נישט אויס קיין פארדאכט, צו איז דאס א פעדער, צו א זייגער, אדער א טישא באקס, אבער א געוויסע פירמע האט באשלאסן אז דאס אלעס קען נאך אלס אויסרופן עפעס א פארדאכט, דערפאר האבן זיי באשלאסן ארויס צוגעבן זייער פראדוקט: א באהאלטענע קעמרע וואס ליגט באהאלטן אין א.... קעמרע.
איז נאר איין קלייניגקייט שווער, וואס איז די אויפטוה פון א באהאלטענע קעמרע וואס קוקט אויס ווי א קעמרע?
די פירמע טענה'ט אז די פראדוקט איז "פערפעקט" צו נוצן ביי א אום צופרידענשטעלנדיגע קאסטעמער סערוויס טישל - Perfect for recording videos at dissatisfactory customer service counters – דארף מען בלויז פארשטיין וואו אזוי דאס ארבעט, מען שטייט אין די לאנגע רייע פאר שטונדעס? (נישט פארגעסן אז די בעטערי האלט פאר איין שטונדע) מען באקומט נישט קיין גוטע סערוויס? וואס העט די קעמרע העלפן? אז דער וואס געבט די סערוויס זאל זיך דערשרעקן אז מען כאפט אים אפ און אנהויבן זיך אויצופירן נארמאל? פארדעם קען מען דאך קויפן א טוי קעמערע. וצ"ע
דאך איז עס א געוואלדיגע איינפאל, שטעלט אייך פאר אז אין די צייט וואס איר זיצט אין אפיס מיט אייערע געהיימע שפיאנאזש דאקומענטן, קומט איינער מיט א מתנה פאר אייך, א קעמרע. ער לייגט עס אויפן שעלף, און שפאצירט ארויס, וועט אין אייער ווילדסטן חלום נישט איינפאלן אז דאס איז געמאכט אויפצוכאפן אייער באשעפטיגונג, דאס איז דאך סתם א קעמרע. (א בחינה פון פאקערט אויף פאקערט)
אויב זענט איר איבערצייגט אז די פראדוקט איז פאר אייך געאיינט, בין איך פרייליך צו מעלדן אז דאס איז דא צובאקומען פאר כמעט פערציג דאללער, מיט פרייע ליפערונג (פרי שיפינג בלע"ז). אויב איז עס צו טייער, וועט איר זיך זיכער פרייען צו הערן אז אויב איר קויפט דריי באקומט איר אן הנחה פון עטליכע דאללער. איילט אייך צו, עס קען נאך אויסגיין צוליב די גרויסע פארלאנג...
די אדרעס: http://www.dealextreme.com/details.dx/sku.33605
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

קיל, גיימער גיין אויסשפילן די אויסשפילער פון די אויסגעשפילטע אויסשפילעכצער??
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

האנט זייגער. שפיאנאזש קעמערע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

איר זיצט און שמועסט מיט אייער חבר שטותים מיט נארישקייטן וואס איר ווילט נישט אז א צווייטער זאל הערן. און פליצלינג כאפט איר זיך אז ער האלט זיין האנט אין איין פאזיציע אגאנצן צייט און ער באברעט ארום צו סאך מיט זיין זייגער. זייט געווארנט! עס ליגט א באהאלטענע קעמערע אין דעם זייגער!פאר מער אינפארמאציע דרוקט נומער 6 אופס! קליקטדא
אטעטשמענטס
דער שפיאנאזש זייגער
דער שפיאנאזש זייגער
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

דא האט איר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו באנוצן מיטן זייגער

די קעמערע ליגט ממש פארן 2'ער ווייזערל

די זייגער אנשטעלער איז אויפן פלאץ

אונטן ביים 6'ער איז די לייט וואס ווייזט אז די קעמערע איז אנגעצינדן

אויף די לינקע זייט איז דא 2 קנעפלעך
די אינטערשטע אנצוצינדן/אויסצולעשן די קעמערע.
די אויבערשטע איז צו כאפן א בילד/ווידיאו
אינמיטן איז דא א פלאץ צו טשארדזשן און/אדער איינפלאגן א יו-עס-בי.

עס האט אן 8 GB מעמארי(גענוג?...) און עס כאפט ווידיאו אויף די AVI פארמאט.
אה! און שיעור פארגעסן. עס קאסט נישטיגע 50 דאלער און!.....עס איז א זייגער אויך...
אטעטשמענטס
דער שפיאן
דער שפיאן
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

דער שפיאנאזש פען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

עס איז ווינטער. עס פאלט א הויכע שניי איר גייט אויפן גאס זייער שטייט אבער... היינט איז נישט אייער טאג. איר כאפט א גוטן גליטש. די הוט/קוטשמע פליט איין זייט און די קאפי ערגעץ אנדערש. דער בלעקבערי ווי איר זענט געווען אזוי פארטיפט ביז יעצט אויף א דריטע זייט. און די גלעזער ערגעץ אנדערש בקיצור עס איז א דיזעעעעעסטער.

איר קוקט זיך ארום. איר זעהט אז כמעט קיינער איז נישט דא געווען ווען איר האט געכאפט דעם גליטש. נאר איינעם האט איר געזען דארטן. איר טראכט "זאל זיין כפרת עונות" האב איך כאטש נישט געהאט קיין בושות. איר זעט אז דער יוד וואס איז דארט געווען שפילט זיך ארום מיט א פעדער. אבער איר לייגט נישט קיין אכט דערויף. און גייט ווייטער און פרובירט צו פארגעסן פונעם אינצידענט.

איר קומט אפאר שעה שפעטער אין ארבייט באקומט איר א גוגל טאלק מעסעדזש פון אייער חבר מיט אלינק צו יו-טוב(פוי! טריפה!) איר עפענט עס אויף און איר זעהט אייער היינט צופרי עקסידענט מיט א קלארקייט. איר וואונדערט זיך "איך האב דאך נישט געזען קיינעם מיט א קעמערע?"
זאלט איר וויסן אז אייער חבר האט זיך נישט אומזיסט ארומגעשפילט מיט א פעדער אינמיטן גאס. עס איז א געהיימע קעמערע!

איר ווילט דאך אודאי צוריקצאלן פארן חבר ווען ער וועט זיך אויסגליטשן. טא טראכט נישט קיין 2 נאר קליקט
דא און פאר $35 איז עס אייערס
אטעטשמענטס
דער ספיי פען
דער ספיי פען
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

די אלע זאכן זענען נישט קיין אלטע זאכן?
כהאב שוין געליינט פאר 10 יאר צוריק אז פאר 50 יאר צוריק האבן עס אלע רוסישע שפיאנען געהאט...
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

דא האט איר (עס איז די אויבערשטע חלק פונעם פען) די לעקטער וואס ווייזט אז עס איז אנגעצינדן. און די ריסעט קנעפל
אטעטשמענטס
a%20spy%20pen%202.jpg
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

די לענס פון די קעמערע. (העכער די זילבערנע אייזן אויבן פון די פען)
אטעטשמענטס
a%20spy%20pen%203.jpg
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ביי די זייגער שטייט:
OS Supported: Windows 98SE/ME/2000/XP/""""Vista (32 bit version only)""" /Windows7, Mac OS X+, Linux 2.4.2

גיי ווייס פארוואס.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

דא לייגט מען אריין די מייקרא SD(עס קומט מיט אן 8 GB קארטל) און העכער דעם טשארדזשט מען די קעמערע
אטעטשמענטס
טשארדזשער און .MICRO SD SLOT
טשארדזשער און .MICRO SD SLOT
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

די רוסן - און אנדערע - האבן עס טאקע געהאט פאר א פופציג יאר צוריק אבער היינט קען עס יעדער באקומען פאר שפאט ביליג.
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”