טעכנאלאגיע וואס מ'מיינט ס'נישטא

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

טעכנאלאגיע וואס מ'מיינט ס'נישטא

תגובהדורך MUTCHE » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 2:44 pm

טראכט נאר אריין, די וועלט איז טאקע גאר פארגעשריטן, באנען לויפן שנעלער ווי פליגערס, טעלעפאנען וואס ארבעטן בעסער ווי קאמפיאטערס, שיקן מעיל איז שנעלער ווי רעדן, און מאשינען הערן דיר אויס מער ווי מענטשן (וואויס קאנטראל בלע"ז), זייער א מאדערענע וועלט.

אבער ווי נישט ווי, זענען עטליכע זאכן וואס מיר באניצן זיך שוין יארן אבער ווי עס קוקט אויס איז די טעכנאלאגיע איבערגעשפרינגען איבער זיי, מען האט פון זיי אינגאנצן פארגעסן.

האב איך מיר אראפגעזצעט טראכטן, וואס קען מען אויפטוהן פאר טעכנאלאגיע, ס'איז מיר איינגעפאלן עטליכע רעיונות, אבער נאך א קליינע סערטש, בין איך געוואר געווארן אז איך בין נישט דער איינציגסטע בעל דמיונות, און עטליכע זאכן וואס הערט זיך ווי א פאנטאזיע, זענען שוין דא צובאקומען, אדער האט מען שוין געטראכט דערפון.

אזעלכע זאכן, ווי למשל א שירעם, וואס די איינציגסטע טעכנאלאגיע פון א שירעם אין די לעצטע צוויי הונדרעט יאר איז געווען די קנעפל עס זאל זיך עפענען און צומאכן, איך האב שטענדיג געמיינט אז דאס איז עס, עס וועט שוין נישט זיין קיין חידושים דערין אין די קומענדיגע צוויי הונדרעט יאר.

איר וואונדערט זיך, וואס קען מען שוין מאכן? א שירעם איז א שירעם, מען זעהט אז עס רעגנט כאפט מען עס אהן, מען עפענט עס, מען האלט עס שטארק אהן, אז עס דרייט זיך איבער דרייט מען עס צוריק, מען גייט אריין אין שטוב מאכט מען עס צו, מען לייגט עס אין א זייט, און אלע וואסער דערויף מאכט א קליינע טייכל צו די "פרייד" פון עקרת הבית.

אבער נאכן אפירזוכן, האב איך געטראפן עטליכע אינטערסאנטע שירעמעס וואס קען זיין עס וועט איינעם צונוץ קומען.

בילד


ווען מען לויפט אין א רעגן, די ווינט בלאזט אריין אין פנים, און מען מוז האלטן די שירעם כמעט אינגאנצן גראד קעגן פנים, שטעלט זיך ארויס אז מען קען נישט זעהן גארנישט, אויף דעם איז מען אויפגעקומען מיט די דורכזיכטיגע שירעמעס.
עס איז דא פארשידענע דורכזיכטיגע שיערמעס פון פירמעס, אבער די "באמפברעלא" צייכנט זיך אויס אינעם אויסשטעל, ווי אויך מיט אריין געבויטע על-עי-די לייטס וואס זאלן שיינען ביינאכט.

אבער עס איז דא סתם דורכזיכטיגע שירעמעס, קויפט א דורכזיכטיגע שירעם אויף עמעזאן

אויב האט איר אן אייפאד, מן הסתם האט איר די פראבלעם, איר שפאצירט אויפן גאס, די אייפאד ארבעט, אייער אויערן זענען פארשטאפט מיט עירפאונס, און איר ברומט אייך אונטער, אלעס פיין און וואויל.
אבער, פלוצלינג עס לאזט זיך אראפ א שלאקס רעגן, איר נעמט ארויס אייער שירעם און עפענט עס אויף, איר כאפט אהן די שירעם מיט ביידע הענט עס זאל נישט אייך איבערלאזן אום באשיצט.
פלוצלינג פאלט אייך איין אויפן געדאנק אז איר ווילט יעצט הערן א ווארימע ניגון, די אייפאד ליגט און טאש, און די הענט זענען אויפן שירעם וואס טוט מען?

0,1425,sz=1&i=156785,00.jpg
אייברעלא

דערפאר איז דא די שירעם מיטן נאמען "אייברעלא", וואס מען קאנעקט צום אייפאד, און דורך די שירעם קען מען קאנטראלירן די מוזיק.
אז מען גיבט דאס שירעם א רוק אויף פארויס, גייט עס צום נעקסטן ניגון, און אויף צוריק גייט די אייפאד אויך צוריק א טרעק.
אויב דרייט מען עס ארום ווערט די וואליאם העכער אדער שטילער.

בלייבט נאר איבער צו וואונדערן, וואס פאסירט אין גאר א שווערן וועטער, ווען די ווינט ווארפט דאס שירעם אהין און צוריק, אדער ווען די שירעם דרייט זיך אויס....

0,1425,sz=1&i=156802,00.jpg
וואס איז די וועטער?
0,1425,sz=1&i=156802,00.jpg (47.63 KiB) געזעהן 1811 מאל

געענדיגט מיט די צייטן וואס איר גייט ארויס פון דערהיים, שפרייט אויס אייערע הענט צום הימל דרייענדיג ארויף און אראפ, צו האבן א פונטקליכע אפשאצונג צו עס רעגנט צו נישט.
באקענט אייך מיט די שירעם וואס דערציילט די וועטער, דורך א לעמפל וואס עס צינדט זיך אהן, און אלערט דער איינגעטומער אז עס קומט א שווערן וועטער, שניי, לייכטע רעגן, שווערע רעגן וכו'.
די אינפארמאציע נעמט די שירעם פון זיין אויטאמאטיש קאנעקטעד צו AccuWeather.com
צובאקומען פאר הונדרעט דרייסיג דאללער (בעסער פארגעסט עס נישט אין מקוה) דא
אן ענליכע שירעם איז דא פון א צווייטע פירמע

אויב זענט איר נישט צופרידן מיט די שירעם וואס איז בלויז קאנעקטעד צום אינטערנעט צו וויסן די וועטער, וועט איר אפשר זיין אינטערסירט צו וויסן וועגן די "אינטערנעט שירעם".

252986258_9c00b43cfd.jpg
אינטערנעט שירעם

דאס שירעם איז א גרויסע סקרין, וואס קען זיך קאנעקטן צום נעט דורך וויי-פיי, ווי אויך אויך פארמאגט די שירעם א קעמרע אפצוכאפן בילדער, און עס אפלאודן אויף פליקער, ווי אויך א דזשי-פי-עס פאר די באקוועמליכקייט פון א טוריסט אן א פרעמד לאנד, מען קען דערויף האבן טרידי מאפעס, און אנוויזונגען, (דער טוריסט האט מזל אז עס רעגנט, ווען נישט וואלט ער געדארפט גיין אין א שיינע קלארע וועטער מיט זיין שירעם נישט צו בלאנדזשענען).
מער אינפארמאציע קענט איר טרעפן דא

אין אמת'ן, איך האב נאך נישט ארויס די געדאנק, ווי אזוי קען מען ארום שפאצירן די שטאט אהן דעם וואס די ווי-פיי קאנעקשן זאל זיך אפהאקן, די איינציגסטע עיצה וואס איך זעה איז זיך אריין צו זעצן אין א קאפעי הויז וואס טיילט וויי-פיי בחינם, איך בין נאר סתם נייגעריג צו זעהן ווי אזוי מען וועט אנקוקן דער מענטש וואס זעצט זיך אוועק צום טיש מיט א אפענע שירעם...


איך ווארט נאך אויפן פירמע וואס זאל ערצייגן א שירעם וואס זאל זיך אליינס האלטן, און עס דערמאנען איידער איר פארלאזט א פלאץ אז איר זאלט נישט איבערלאזן די שירעם דארט.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 3:06 pm

יוש איז דאס זיס
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 5:30 pm

מאטכע
יו ביזטו גוט!!!
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 6:09 pm

יוש מאטכע ביסט גוט...
בלייבט נאר איבער צו זאגן 'זעצדעך לערנען!'

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 7:02 pm

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג ינואר 31, 2010 12:50 am

אייפאד קאנטראל אין די קויט ווען ס'איז קאלט
צוגעלייגטע
iMBCWLE-2T.jpg
אייפאד אין די קויט 3
iMBCWLE-2T.jpg (12.15 KiB) געזעהן 1523 מאל
black-coat-with-ipod-controls.bmp
אייפאד אין די קויט 2
black-coat-with-ipod-controls.bmp (90.05 KiB) געזעהן 1525 מאל
spyder_limited_edition.JPG
אייפאד אין די קויט
spyder_limited_edition.JPG (37.68 KiB) געזעהן 1529 מאל
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » מיטוואך פאברואר 03, 2010 12:18 pm

מאטל האסט מיר עס געהייסן ליינען, כ'האב עס געליינט און ס'איז סופער דופער... ;l;p- ;l;p- ;l;p- ס'קומטער דריי אזאנע
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט