בלאט 249 פון 354

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2021 8:25 pm
דורך חמרא טבא
וויל וועלן האט געשריבן:נייע איבערגעדרוקטע סדר הדורות שוין דא צו באקומען ביי ביגלאייזן:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... =#p2730228

מה יקר?

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מיטוואך מאי 05, 2021 3:37 pm
דורך ספרים ליבהאבער

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מיטוואך מאי 05, 2021 3:38 pm
דורך ספרים ליבהאבער

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מיטוואך מאי 05, 2021 10:32 pm
דורך חזקי פרידמאן
IMG-20210505-WA0073.jpg
IMG-20210505-WA0073.jpg (252.88 KiB) געזען 1645 מאל

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:32 am
דורך Ban Mazel
ווארקער חסיד האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ווארקער חסיד האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:לויט ווי איך האב עס געהערט שוין יארן צוריק איז דער ספר ישמח ישראל נישט געווען בנמצא בכלל, און סאטמארער רבי זצ"ל האט אנגעטראפן דעם ספר ביי איינעם באיזה אופן און עס געבארגט פון אים. און ווען יענער האט זיך שוין נאכגעפרעגט דערויף, האט ער אים געבעטן עס צו לאזן נאך אביסל ביי אים, און אינצווישן האט ער געשיקט דעם ספר פאר דעם ערשטן מו"ל אין אמעריקע ער זאל עס זעהן צו איבערדרוקן, און אזוי איז דער ספר נישט פארלוירן געגאנגען.

איך בין נישט זיכער ווער ס'איז געווען דער ערשטער ארויסגעבער פונעם ישמח ישראל נאכן מלחמה, און וועלכע יאר דאס איז געווען, מ'קען עס מסתמא נאכזוכן היינט.

(אויך גלייבט זיך נישט אז ער זאל האבן געגעבן דערויף אן הסכמה, ווייל ער פלעגט דאס כמעט נישט טוהן)


און בכלל, וואו איז די הסכמה אהינגעקומען? איז עס געדרוקט ערגעץ?

דער ערשטער מו”ל איז געווען כ”ק אדמו”ר מאלכסנדר הרה”צ רבי יחיאל מנחם זינגער זצללה”ה זי”ע. דער סאטמארער רב זצ”ל האט איהם געשטופט און מעורר געווען צו דריקען, אבער א געשריבענע הסכמה איז נישט געווען (פארוואס זאל יא זיין? אויב אין פוילין האט מען נישט געדארפט וואס עפעס יעצט...?)
אגב, בניו הרבנים הגאוה”צ שליט”א האבען באקומען בשעתו א בריוו א פסק הלכה פון בית דין הגדול שבירושלים עדה החרדית אז קיינער חוץ זיי האט נישט רעכט דאס צו דריקען און דאס איז א הש”ג...


WOW

יישר כח אויף דעם געוואלדיגן שטיקל, איך בין נאר נייגעריג פון וואו דאס קומט.

חידושים נפלאים, דער עצי חיים איז געפארן אויף שבת צום ישמח ישראל, איינער האט אמאל געהערט דערפון?

ביי אונז דערציילט מען טאקע אז זייער באגעגעניש איז געווען אין קארלסבאד.


אין ספר כתבי חסידים ברענגט ער וואס כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א פארציילט, אז דער עצי חיים האט זיך געטראפן מיטן ישמח ישראל אין א אפרוה ארט און דער ישמח ישראל האט אים געגעבן קונטרסים פון זיינע תורות, און דער עצי חיים איז ארויס פון התפעלות פון די קונטרסים. שפעטער ווען ער איז אהיים האט ער געטראפן זיין ברודער דעם רבין זי"ע ווי ער גרייט זיך צו פארן צו איינע פון די צדיקים, האט ער אים געזאגט בהאי לישנא: "די פארסט צו א רבי וואס איז מחנך די איצטיגע דורות, איך בין אבער געווען ביים רבין פון אלכסנדר און איך האב געזען זיין ספר ישמח ישראל וואס וועט מחנך זיין די קומעדיגע דורות, במילא ראט איך דיר אז די זאלסט פארן קיין אלכסנדר און זעהן דעם רבין וואס וועט מחנך זיין די קומענדיגע דורות"!!

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: דאנערשטאג מאי 06, 2021 10:35 am
דורך יוסף פריעדמאן
מודעת פירסום.jpg
מודעת פירסום.jpg (703.86 KiB) געזען 1569 מאל

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: זונטאג מאי 09, 2021 2:26 am
דורך חזקי ג
משמחי לב מדריך לקניית ספר תורה

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 7:27 pm
דורך חזקי פרידמאן
IMG-20210510-WA0032.jpg
IMG-20210510-WA0032.jpg (220.55 KiB) געזען 1277 מאל

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 7:32 pm
דורך חזקי פרידמאן
עברא דדשא על חג השבועות

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 7:37 pm
דורך שאראש-פאטאק
Ban Mazel האט געשריבן:
ווארקער חסיד האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ווארקער חסיד האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
און בכלל, וואו איז די הסכמה אהינגעקומען? איז עס געדרוקט ערגעץ?

דער ערשטער מו”ל איז געווען כ”ק אדמו”ר מאלכסנדר הרה”צ רבי יחיאל מנחם זינגער זצללה”ה זי”ע. דער סאטמארער רב זצ”ל האט איהם געשטופט און מעורר געווען צו דריקען, אבער א געשריבענע הסכמה איז נישט געווען (פארוואס זאל יא זיין? אויב אין פוילין האט מען נישט געדארפט וואס עפעס יעצט...?)
אגב, בניו הרבנים הגאוה”צ שליט”א האבען באקומען בשעתו א בריוו א פסק הלכה פון בית דין הגדול שבירושלים עדה החרדית אז קיינער חוץ זיי האט נישט רעכט דאס צו דריקען און דאס איז א הש”ג...


WOW

יישר כח אויף דעם געוואלדיגן שטיקל, איך בין נאר נייגעריג פון וואו דאס קומט.

חידושים נפלאים, דער עצי חיים איז געפארן אויף שבת צום ישמח ישראל, איינער האט אמאל געהערט דערפון?

ביי אונז דערציילט מען טאקע אז זייער באגעגעניש איז געווען אין קארלסבאד.


אין ספר כתבי חסידים ברענגט ער וואס כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א פארציילט, אז דער עצי חיים האט זיך געטראפן מיטן ישמח ישראל אין א אפרוה ארט און דער ישמח ישראל האט אים געגעבן קונטרסים פון זיינע תורות, און דער עצי חיים איז ארויס פון התפעלות פון די קונטרסים. שפעטער ווען ער איז אהיים האט ער געטראפן זיין ברודער דעם רבין זי"ע ווי ער גרייט זיך צו פארן צו איינע פון די צדיקים, האט ער אים געזאגט בהאי לישנא: "די פארסט צו א רבי וואס איז מחנך די איצטיגע דורות, איך בין אבער געווען ביים רבין פון אלכסנדר און איך האב געזען זיין ספר ישמח ישראל וואס וועט מחנך זיין די קומעדיגע דורות, במילא ראט איך דיר אז די זאלסט פארן קיין אלכסנדר און זעהן דעם רבין וואס וועט מחנך זיין די קומענדיגע דורות"!!

די רבי האט געזאגט אויף 3 צדיקים וואלט ער זיך געדארפט מער מטריח זיין אין פארען ישמח ישראל בית אברהם מהרש״ב

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 8:03 pm
דורך וויל וועלן
חמרא טבא האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:נייע איבערגעדרוקטע סדר הדורות שוין דא צו באקומען ביי ביגלאייזן:

viewtopic.php?f=54&t=17177&p=2730323&hilit=#p2730228

מה יקר?


איך האב באצאלט מיט'ן קארטל, עס האט מיר געקאסט קרוב צו 75.00

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 8:04 pm
דורך ספר.הערוך
מקור?

הרה"ק בעל בית אברהם איז געווען דריי יאר עלטער פון הרה"ק מסאטמאר, עס איז זייער נישט מסתבר אזא מימרא אויף אים.
לכאורה איז דאס געזאגט געווארן אויף זיין זיידע, הרה"ק בעל יסוד העבודה זצ"ל (פון די איינציגסטע ספרים - בפרט פונעם לעצטן דור לפניו - וואס די רבי רופט אן 'ספה"ק' בספרו ויואל משה), אדער 'אפשר' אויף די דברי שמואל, אבי בעל בית אברהם.

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 8:12 pm
דורך אוהב ספרים
וויל וועלן האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:נייע איבערגעדרוקטע סדר הדורות שוין דא צו באקומען ביי ביגלאייזן:

viewtopic.php?f=54&t=17177&p=2730323&hilit=#p2730228

מה יקר?


איך האב באצאלט מיט'ן קארטל, עס האט מיר געקאסט קרוב צו 75.00


לופט פרייז
שיף פרייז וועט זיין ביליגער

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 8:14 pm
דורך וויל וועלן
אוהב ספרים האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:נייע איבערגעדרוקטע סדר הדורות שוין דא צו באקומען ביי ביגלאייזן:

viewtopic.php?f=54&t=17177&p=2730323&hilit=#p2730228

מה יקר?


איך האב באצאלט מיט'ן קארטל, עס האט מיר געקאסט קרוב צו 75.00


לופט פרייז
שיף פרייז וועט זיין ביליגער


אגב, איז דא א מהלך אין די סימנים פון ביגלאייזן וואספארא פרייז יעדע אלפאבעט שטעלט פאר?

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 8:30 pm
דורך אוהב ספרים
נעוואדע

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 8:38 pm
דורך וויל וועלן
אוהב ספרים האט געשריבן:נעוואדע


נו אפשר ביסטו עס משתף דא?

ייש"כ

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2021 8:40 pm
דורך אוהב ספרים
וכי אלך רכיל

נעם א ספר וואס דו האסט געקויפט, וויפיל דו האסט באצאלט, און מאך א חשבון.

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2021 10:00 pm
דורך משה הירש
R =10
E=20
G=30
N=40
A=50

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2021 10:06 pm
דורך זריז
משה הירש האט געשריבן:R =10
E=20
G=30
N=40
A=50

הייסט עס וסימנך ANGER!!
לויט ווי נידריגער די פרייז איז, אלץ מער רעגן זיי זיך...

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2021 10:15 pm
דורך אוהב ספרים
נישט פונקטליך, אבער קרוב

וסימנך REGINA על שם אמם כמדומני

און דו נומערען זענען 1 2 3 4 5 6 וכו'
נישט 10 20 30

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2021 10:39 pm
דורך סענסיטיוו
אוהב ספרים האט געשריבן:וסימנך REGINA על שם אמם כמדומני

נישט זייער מאמע

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2021 11:00 pm
דורך אוהב ספרים
איז אפשר איינע פון די ווייבער

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2021 6:51 am
דורך חזקי ג
ספר היכל ידיד - על בית המקדש השני - מסכת מידות.jpg
ספר היכל ידיד - על בית המקדש השני - מסכת מידות.jpg (371.03 KiB) געזען 2288 מאל

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2021 6:52 am
דורך חזקי ג

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2021 8:09 am
דורך בניהו
חזקי פרידמאן האט געשריבן:
IMG-20210505-WA0073.jpg

דאס האט עפעס מיט אמרות טהורות פון ראחמעסטריווקע אדער קיין שייכות?