בעל מדרגה האט געשריבן:
מיר ליגט אין קאפ אז די מעשה איז געווען אזוי, ווען מען האט געוואלט דריקן די ספר אין אמעריקע איז מען געקומען צום רבין ז"ל פאר א הסכמה, האט די רבי געבעטן מען זאל עס לאזן ביי אים פאר א שטיק צייט, למעשה איז עס געליגן אויפן רבינ’ס טיש פאר בערעך א יאר, דערנאך האט די רבי זיי צירוק גערופן און זיי געזאגט אז ער האט אסאך געלערנט אין דעם די לעצטע יאר, און ער האט זיי געגעבן א ווארעמע הסכמה.
ע"כ מזכרונותי ווער עס ווייסט אנדערש זאל ביטע ארויפקומען.
לויט ווי איך האב עס געהערט שוין יארן צוריק איז דער ספר ישמח ישראל נישט געווען בנמצא בכלל, און סאטמארער רבי זצ"ל האט אנגעטראפן דעם ספר ביי איינעם באיזה אופן און עס געבארגט פון אים. און ווען יענער האט זיך שוין נאכגעפרעגט דערויף, האט ער אים געבעטן עס צו לאזן נאך אביסל ביי אים, און אינצווישן האט ער געשיקט דעם ספר פאר דעם ערשטן מו"ל אין אמעריקע ער זאל עס זעהן צו איבערדרוקן, און אזוי איז דער ספר נישט פארלוירן געגאנגען.
איך בין נישט זיכער ווער ס'איז געווען דער ערשטער ארויסגעבער פונעם ישמח ישראל נאכן מלחמה, און וועלכע יאר דאס איז געווען, מ'קען עס מסתמא נאכזוכן היינט.
(אויך גלייבט זיך נישט אז ער זאל האבן געגעבן דערויף אן הסכמה, ווייל ער פלעגט דאס כמעט נישט טוהן)