ספרים חדשים שיצאו לאור

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קוואל וואסער האט געשריבן:שוין דא אין מאנסי? קען קוים ווארטן!
איך הער אגב אז סיגארנישט מיט שמעו נאר חשובע אידן מיהאט שוין אזוי לאנג געווארט אויף אזאנער ספר פארן ויואמ


דאס איז א פארברייטערטע מהדורא פונעם ספר 'משנת רבינו', ארויסגעקומען א 10-15 יאר צוריק
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים »

אלע באווינדערן די נייע חיבור
עס איז א זעלטענער פראדוקט
אסאך האבן שוין בעארבעט דעם ויוא’’מ
אבער דאס איז א היט.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

ריכטיג!
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

ווייסט איינער ווי מען קען קויפען די מחזור המפורש די גרויסע סייז (7.25X10.25) איינצילע בענדער? אדער נאר אויף שלש רגלים?
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

מנהיג הדורות האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:
מנהיג הדורות האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:אידיש צו לשו"ק?


לשה"ק

שוין דא און אמעריקע ?

יא. כ'האב עס געזעהן נעכטן אין א ספרים געשעפט אין וויליאמסבורג

וועלכע?

אויף מארסי ביי היוז סט.
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @שוויציגע ביר און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
חזקי פרידמאן
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה
אטעטשמענטס
IMG-20210423-WA0016.jpg
IMG-20210423-WA0016.jpg (262.28 KiB) געזען 1327 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה


ווער איז דער מו"ל, זינגער?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

ניין.

אלכסנדר שבאלכסנדר
אוועטאר
תלישא קטנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלישא קטנה »

איינער מיט א אויסקוק פונעם ספר בפנים ?
חזקי פרידמאן
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה


ווער איז דער מו"ל, זינגער?


ניין
חזקי פרידמאן
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

לקט הקמח החדש מהגה"ח רבי יעקב צבי כ"ץ זצוק"ל
אטעטשמענטס
IMG-20210426-WA0049.jpg
IMG-20210426-WA0049.jpg (246.25 KiB) געזען 907 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה

פאר דעם יונגערן דור חסידי סאטמאר דארף מען פארציילן אז דער רבי זי"ע איז געווען שטארק דבוק אין ספר ישמח ישראל, ער האט געפילט אז ער רעדט זיין שפראך אין עבודת ה', ער האט זייער געשטופט עס צו איבערדרוקן, ואכהמ"ל, און האט זייער באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט.
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

Ban Mazel האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה

פאר דעם יונגערן דור חסידי סאטמאר דארף מען פארציילן אז דער רבי זי"ע איז געווען שטארק דבוק אין ספר ישמח ישראל, ער האט געפילט אז ער רעדט זיין שפראך אין עבודת ה', ער האט זייער געשטופט עס צו איבערדרוקן, ואכהמ"ל, און האט זייער באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט.

געהערט אמאהל פון די מוציא לאור אז די ספר פון די ברידער פון די ישמח ישראל תפארת שמואל גייט בעיקר אין קרית יואל אין וויליאמסבורג די אנדערע חרדישע פלעצער גייט עס אסאך שוואכער
מנהיג הדורות
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:15 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנהיג הדורות »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה

שוין דא און ניו יארק ?
משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

Ban Mazel האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה

פאר דעם יונגערן דור חסידי סאטמאר דארף מען פארציילן אז דער רבי זי"ע איז געווען שטארק דבוק אין ספר ישמח ישראל, ער האט געפילט אז ער רעדט זיין שפראך אין עבודת ה', ער האט זייער געשטופט עס צו איבערדרוקן, ואכהמ"ל, און האט זייער באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט.


מקור ? ?
זייער שווער צו זאגען אז דער דברי יואל זי’’ע איז גיווען דבוק און א ספר פון א בן דורו
בכלל איז נישט באקאנט . קיין שום חסידיש ספר. טראץ ער האט גילערנט א אסאך דערפון . וואס מהאט געזאגט ספעציעל דבוק
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

משה הירש האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה

פאר דעם יונגערן דור חסידי סאטמאר דארף מען פארציילן אז דער רבי זי"ע איז געווען שטארק דבוק אין ספר ישמח ישראל, ער האט געפילט אז ער רעדט זיין שפראך אין עבודת ה', ער האט זייער געשטופט עס צו איבערדרוקן, ואכהמ"ל, און האט זייער באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט.


מקור ? ?
זייער שווער צו זאגען אז דער דברי יואל זי’’ע איז גיווען דבוק און א ספר פון א בן דורו
בכלל איז נישט באקאנט . קיין שום חסידיש ספר. טראץ ער האט גילערנט א אסאך דערפון . וואס מהאט געזאגט ספעציעל דבוק

מ'זאגט נאך שטארקע אויסדרוקן פון רבין אויף דעם ספר, אבער צו ער איז געווען ממש 'דבוק' ווי דער שרייבער שרייבט דא, דאס איז שוין מן הסתם צוגעלייגט א שטיקל בערדל צו די עצם מעשה, נו גיי פארשטיי א סאטמארע נשמה וואס קען נישט לערנען ישמח ישראל נאר אויב די רבי ז"ל איז געווען דבוק דערין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מי יודע האט געשריבן:
משה הירש האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה

פאר דעם יונגערן דור חסידי סאטמאר דארף מען פארציילן אז דער רבי זי"ע איז געווען שטארק דבוק אין ספר ישמח ישראל, ער האט געפילט אז ער רעדט זיין שפראך אין עבודת ה', ער האט זייער געשטופט עס צו איבערדרוקן, ואכהמ"ל, און האט זייער באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט.


מקור ? ?
זייער שווער צו זאגען אז דער דברי יואל זי’’ע איז גיווען דבוק און א ספר פון א בן דורו
בכלל איז נישט באקאנט . קיין שום חסידיש ספר. טראץ ער האט גילערנט א אסאך דערפון . וואס מהאט געזאגט ספעציעל דבוק

מ'זאגט נאך שטארקע אויסדרוקן פון רבין אויף דעם ספר, אבער צו ער איז געווען ממש 'דבוק' ווי דער שרייבער שרייבט דא, דאס איז שוין מן הסתם צוגעלייגט א שטיקל בערדל צו די עצם מעשה, נו גיי פארשטיי א סאטמארע נשמה וואס קען נישט לערנען ישמח ישראל נאר אויב די רבי ז"ל איז געווען דבוק דערין

צו אלע וואס ווילן וויסן די מקור און אויך וואס האבן מיר אנגעפרעגט פריוואט וועל איך אי"ה ארויסלייגן מארגן די מקור, כוויל עס קודם באשטעטיגן
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

משה הירש האט געשריבן:מקור ? ?
זייער שווער צו זאגען אז דער דברי יואל זי’’ע איז גיווען דבוק און א ספר פון א בן דורו
בכלל איז נישט באקאנט . קיין שום חסידיש ספר. טראץ ער האט גילערנט א אסאך דערפון . וואס מהאט געזאגט ספעציעל דבוק

נישט א בן דורו געוועהן נאר א דור ארויף.
אבער עס איז ידוע אז הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע וואס איז יא געוועהן א בן דורו, האט שטארק געהאלטן פונעם ספר, אין עס געלייגט אפילו אויף די פאליצע פון די ספרים וואס זענען נתחבר געווארען ברוח הקודש.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'נישט אזוי גרויסע חידוש.

פאר ווער ס'פארשטייט צו די אמת'ע סחורה איז יעדעס פריערדיג חסיד'יש ספר כמוצא שלל רב און אפשר מער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

משה הירש האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:ישמח ישראל החדש ב' כרכים על התורה

פאר דעם יונגערן דור חסידי סאטמאר דארף מען פארציילן אז דער רבי זי"ע איז געווען שטארק דבוק אין ספר ישמח ישראל, ער האט געפילט אז ער רעדט זיין שפראך אין עבודת ה', ער האט זייער געשטופט עס צו איבערדרוקן, ואכהמ"ל, און האט זייער באדויערט אז ער האט אים נישט געקענט.


מקור ? ?
זייער שווער צו זאגען אז דער דברי יואל זי’’ע איז גיווען דבוק און א ספר פון א בן דורו
בכלל איז נישט באקאנט . קיין שום חסידיש ספר. טראץ ער האט גילערנט א אסאך דערפון . וואס מהאט געזאגט ספעציעל דבוק


מיר ליגט אין קאפ אז די מעשה איז געווען אזוי, ווען מען האט געוואלט דריקן די ספר אין אמעריקע איז מען געקומען צום רבין ז"ל פאר א הסכמה, האט די רבי געבעטן מען זאל עס לאזן ביי אים פאר א שטיק צייט, למעשה איז עס געליגן אויפן רבינ’ס טיש פאר בערעך א יאר, דערנאך האט די רבי זיי צירוק גערופן און זיי געזאגט אז ער האט אסאך געלערנט אין דעם די לעצטע יאר, און ער האט זיי געגעבן א ווארעמע הסכמה.

ע"כ מזכרונותי ווער עס ווייסט אנדערש זאל ביטע ארויפקומען.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

אוהב ספרים האט געשריבן:זכר רפאל - תולדות ר' רפאל שטערן ראש הקהל באונגוואר, מחסידי סטראפקוב
יצא לאור באב העל"ט על ידי נכדו ר' שמעון יוסף מלר [מספרי בריסק]

ווי קען מען זען דעם ספר?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

בעל מדרגה האט געשריבן:
מיר ליגט אין קאפ אז די מעשה איז געווען אזוי, ווען מען האט געוואלט דריקן די ספר אין אמעריקע איז מען געקומען צום רבין ז"ל פאר א הסכמה, האט די רבי געבעטן מען זאל עס לאזן ביי אים פאר א שטיק צייט, למעשה איז עס געליגן אויפן רבינ’ס טיש פאר בערעך א יאר, דערנאך האט די רבי זיי צירוק גערופן און זיי געזאגט אז ער האט אסאך געלערנט אין דעם די לעצטע יאר, און ער האט זיי געגעבן א ווארעמע הסכמה.

ע"כ מזכרונותי ווער עס ווייסט אנדערש זאל ביטע ארויפקומען.

לויט ווי איך האב עס געהערט שוין יארן צוריק איז דער ספר ישמח ישראל נישט געווען בנמצא בכלל, און סאטמארער רבי זצ"ל האט אנגעטראפן דעם ספר ביי איינעם באיזה אופן און עס געבארגט פון אים. און ווען יענער האט זיך שוין נאכגעפרעגט דערויף, האט ער אים געבעטן עס צו לאזן נאך אביסל ביי אים, און אינצווישן האט ער געשיקט דעם ספר פאר דעם ערשטן מו"ל אין אמעריקע ער זאל עס זעהן צו איבערדרוקן, און אזוי איז דער ספר נישט פארלוירן געגאנגען.

איך בין נישט זיכער ווער ס'איז געווען דער ערשטער ארויסגעבער פונעם ישמח ישראל נאכן מלחמה, און וועלכע יאר דאס איז געווען, מ'קען עס מסתמא נאכזוכן היינט.

(אויך גלייבט זיך נישט אז ער זאל האבן געגעבן דערויף אן הסכמה, ווייל ער פלעגט דאס כמעט נישט טוהן)
---
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

בשבילי נברא האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
מיר ליגט אין קאפ אז די מעשה איז געווען אזוי, ווען מען האט געוואלט דריקן די ספר אין אמעריקע איז מען געקומען צום רבין ז"ל פאר א הסכמה, האט די רבי געבעטן מען זאל עס לאזן ביי אים פאר א שטיק צייט, למעשה איז עס געליגן אויפן רבינ’ס טיש פאר בערעך א יאר, דערנאך האט די רבי זיי צירוק גערופן און זיי געזאגט אז ער האט אסאך געלערנט אין דעם די לעצטע יאר, און ער האט זיי געגעבן א ווארעמע הסכמה.

ע"כ מזכרונותי ווער עס ווייסט אנדערש זאל ביטע ארויפקומען.

לויט ווי איך האב עס געהערט שוין יארן צוריק איז דער ספר ישמח ישראל נישט געווען בנמצא בכלל, און סאטמארער רבי זצ"ל האט אנגעטראפן דעם ספר ביי איינעם באיזה אופן און עס געבארגט פון אים. און ווען יענער האט זיך שוין נאכגעפרעגט דערויף, האט ער אים געבעטן עס צו לאזן נאך אביסל ביי אים, און אינצווישן האט ער געשיקט דעם ספר פאר דעם ערשטן מו"ל אין אמעריקע ער זאל עס זעהן צו איבערדרוקן, און אזוי איז דער ספר נישט פארלוירן געגאנגען.

איך בין נישט זיכער ווער ס'איז געווען דער ערשטער ארויסגעבער פונעם ישמח ישראל נאכן מלחמה, און וועלכע יאר דאס איז געווען, מ'קען עס מסתמא נאכזוכן היינט.

(אויך גלייבט זיך נישט אז ער זאל האבן געגעבן דערויף אן הסכמה, ווייל ער פלעגט דאס כמעט נישט טוהן)


און בכלל, וואו איז די הסכמה אהינגעקומען? איז עס געדרוקט ערגעץ?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

סיפר הרב יעקב שאהן הי"ו, כי הי' נוכח בשעת תש"נ לפ"ק בפגישה שנערכה בין כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר ז"ל לבין האדמו"ר ר' יצחק מאמשינוב זצ"ל, והאדמו"ר מאמשינוב אמר להאדמו"ר מאלכסנדר שרבינו הק' מסאטמאר אמר לו "איך בין דעם ישמח ישראל'ס א חסיד".
(ניצוצי תומר ח"ב)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

סיפר הרב הגאון החסיד מסאדאוונא זצ"ל, שבימים הראשונים שהי' עלי אדמות ארה"ב, והספר ישמח ישראל לא הי' כמעט בנמצא, השאיל הוא את הספר למרן זי"ע על זמן קצר, ומרן נתן לו את הספר בחזרה רק אחר זמן ארוך ובקישוי רב, והי' מלא התפעלות, ופיו הי' מלא שבח ותהלה אודותיו.
(גליון כרמינו אדר תשנ"ה מפי הרה"ח ר' יונה לאנדא הי"ו וכעי"ז בס' תפארת יואל ח"א אות קכ"ט)
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”