ספרים חדשים מכתב יד

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

ספרים חדשים מכתב יד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון צייט צו צייט קומען ארויס פארשידענע ספרים און פירושים טייל פון קדמונים אשר עדיין לא ראו עד הנה את אור הדפוס, עס וואלט כדאי געווען ווען איינער פון די חברים דא אין ביהמ"ד האנדעלט זיך איין עפעס עס צו איינמעלדן און אדורכשמועסן כדי לזכות את הרבים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גאר לעצטענס איז ערשינען א ספר פון א תלמיד פון מהרי"ל דיסקין, הגאון ר' אליעזר רלב"ג ז"ל, דער ספר איז געדרוקט געווארן דורך אן אייניקל פון לעיקוואוד.

איך האב נישט געזעהן דעם ספר, ווער עס האט מער פרטים איבער דעם מחבר אדער דער מהות הספר איז ווילקאמירט צו מחוה זיין דעתו.

און שיעור פארגעסן, א דאנק הרב פארשלאפן פאר נישט זיין פארשלאפן, נים ולא נים!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בזה היחלי, נעכטן אריינפאלענדיג בטעות אין ספרים געשעפט זענען מיינע אויגן געפאלן אןיף א ניי ספר:
פירוש חזקוני עפרש"י
נעמענדיג עס אין די האנט זע איך אז דאס א פריש געדרוקטע פירוש פון גאר אן אנדערן חזקוני, א מפרש מיטן נאמען ר' שמעון בן? בן דורו של הרמב"ן, איך האב מיר דעם ספר שטייטסיך אינגעהאנדעלט, איבער די קומענדיגע טעג האף מיר מיטן אויבירשטנס הילף עס אדורך צו גיין און ברענגען א פולן רעפארט.

[דערוויל האט הרב מיללער מיר שוין אריינגעהאקט מיט זיינס א ספר, ווייזט אויס אז דער אשכול וואלט ווען שוין לאנג געמעגט דא זיין].
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ספרים פון ראשונים וועלכע ערשיינען מכתב יד, זענען שטענדיג א ציל ברעט פאר מבקרים, די אוטענטישקייט איז אונטער א פראגע צייכן און די מאמרים ווערן סקעפטיש באטראכט.

אונטער די קאטעגאריע פאלן אונטער די אלע ספרי הראשונים וועלכע 'מכון ירושלים' האט געדרוקט די לעצטערע צענדליגע יארען און אפי' די פון באבער און הרכבי פון פאר די קריג.

אנדערש איז אבער כתבי ידות פון מחברים פונעם לעצטן יאר-הונדערט א שטייגער ווי דער ספר 'מצוות השם' פון ר' יונתן שטייף זצ"ל אדער די תשובות פון ר' יוסף חיים זונענפעלד, וועלכע רופען געווענליך ארויס א פרייד ביי חובבי ספרים.
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

מיללער האט געשריבן:ספרים פון ראשונים וועלכע ערשיינען מכתב יד, זענען שטענדיג א ציל ברעט פאר מבקרים, די אוטענטישקייט איז אונטער א פראגע צייכן און די מאמרים ווערן סקעפטיש באטראכט.

אונטער די קאטעגאריע פאלן אונטער די אלע ספרי הראשונים וועלכע 'מכון ירושלים' האט געדרוקט די לעצטערע צענדליגע יארען און אפי' די פון באבער און הרכבי פון פאר די קריג.


עס איז אזוי גרינג צו געבן א נעם אלע ספרים פון די ראשונים וואס זענען געדרוקט געווארן מכת"י, און זיי באצייכענען אז זייער אוטענטישקייט איז אינטער א פראגע צייכן, און יאללא.. ווייטער געגאנגען,
האט איינער א ספק אויף די חידושי המאירי? חידושי הריטב"א לב"מ? וכו' אז עס איז אוטענטיש
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אפילו מען דריקט עס הערשט היינט איז דאס שוין לאנג באוויסט צב"ש אין אוקספורד אדער אין היברו איוניווערזיטעט מיט נומערן און פונקטליכע מקורות.
אבער אלע פוסקים נעמען דאס נאר אן אלץ א צירוף צום שו"ע ונו"כ
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' מאטעס, עס איז נישט אזוי גראד ווי איר שטעלט עס אראפ, עס אינוואלווד אסאך קאמפליקאציעס צו קאנען קלאר שטעלן א הונדערט פראצענט ווער דער מחבר איז, די ערשטע פראגע איז ווער איז דער וואס האט עס צוגעשריבן צו דעם מחבר? צווייטענס, וצומאל זענען דא סתירות צווישן די פארשידענע כתבי ידות און נסחאות וכדו' סיי מיטן לשון און סיי מיטן מקור הדברים צו וועם עס איז מיוחס, און ווער איז דען דער גרויסער מאן דאמר וואס האט באשלאסן וועלכע עס איז ריכטיג?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאטעס,
א פראגע צייכן מיינט נישט אז דער מסקנא איז נישט גוט, עס איז נאך אלס געווען א פראגע העכסטענס האט עס א תירוץ.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך האב אלץ ליב צו קוקן די נייע ספרים פון די ראשונים, אין די הקדמה וועט מען קיינמאל נישט זען אז איינער האט געטראפן א "נייע" כתב יד, אלץ איז דא מער ווי איין כתב יד פון וואס מ'רעדט וואס מ'האט שוין געזען פאר דעם, עכ"פ די וואס טוען אין כתבי ידות געווענליך איז דא א כת"י אוקספורד, כת"י מינכען, כת"י ברלין, און נאך (די דייטשע אוצרות געפינען זיך היינט אין ארץ ישראל, כ'מיין אין היברו יוניברסיטי).
אלזא, ס'איז א מילתא דעבידא לגלויי מיט פונקטליכע נומערן, און יעדער חוקר קען עס נאכקוקן
מיר האבן אויך א חוקר דא אין קרעטשמע אדרבא פרעגט אים.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
books

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך books »

אזוי ווי לעבעדיגער בערל שרייבט. עס געווענדט זיך איבער וואס מ'איז דן. אויב איז מען דן צו מען זאל אננעמען די פריש ענדעקטע כת"י פון די ראשונים להלכה, קעגן אן אנגענומענע שיטה, דאן רעכנט מען זיך נישט דערמיט. אויב איז די רעדע אלס א פשט אין א גמרא, דאן וועם שטערט דאס. דער חזון איש שרייבט אויף א פלאץ אז אויף די אלע פריש ענדעקטע ראשונים קען מען קען מען זיך נישט סומך זיין להלכה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב שוין אמאל געהערט פון חזון איש און נישט געקענט טרעפן,
למעשה זאגן די דיינים אז מ'נעמט עס אן א אלץ א שטארקער צירוף צו נאך הוכחות אדער פוסקים
אז מ'לעבט דערלעבט מען
books

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך books »

דער חזון איש דארף זיין ערגעץ אין די אגרות. אבער ליתר שאת האב איך פאר אייך א שטיקל חזון איש, אין כלאים סי' א', וואו ער שמועסט אביסל איבער דעם ענין.

אויב ווילט איר מער, נו, נאט אייך א מאמר אינעם 'המעין' טבת תשכ"ח, וואו די ענינים ווערן באארבעט פון אן אקאדעמישן פערספעקטיוו.

(גילו דעת: אויב זענט איר א סאטמארער חסיד, זאלט איר זיך נישט צופיל אנליינען מיט דעם ספעציפישן גליון).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין ספרים סטאר האב איך געזעהן אז פון ר'יהושע לייב דיסקין זעלבסט איז אויך ערשינען חידושים עה"ת מכתב ידו, אויסער די וועלכע זענען געדרוקט אינעם ספר פון זיין תלמיד הנ"ל.

[שלום עליכם, א איד פאר די 'ביכער' המכונה בוק"ס בלע"ז, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרנינו למעלה]
שלוימיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוימיי »

"דורך מיללער אום מאנטאג פבואר 02, 2009 5:36 pm

גאר לעצטענס איז ערשינען א ספר פון א תלמיד פון מהרי"ל דיסקין, הגאון ר' אליעזר רלב"ג ז"ל, דער ספר איז געדרוקט געווארן דורך אן אייניקל פון לעיקוואוד.

איך האב נישט געזעהן דעם ספר, ווער עס האט מער פרטים איבער דעם מחבר אדער דער מהות הספר איז ווילקאמירט צו מחוה זיין דעתו."


איך שיק א א
.pdf
(178.28 KiB) געווארן דאונלאודעד 224 מאל
טאטשמענט וואס איך העב געליינט וועגען אם ספר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שלומי,
קודם ברוך הבא,
לדאבונינו איז דער PDF נישט פארמאטירט געהעריג און קומט נישט ארויף לעזבאר, גיב א קוק צו דו קענסט עס איבערלייגען, אדער שיק א לינק פון וואנעט דער פייל קומט.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ראבבאי מיללער,
סעיוו דער פייל אויף דיין PC מיט עני נאמען וואס די ווילסט
דערנאך גיי און טויש דער עקסטענשען צי PDF
דערנאך עסטו עס קענען עפענען

פאר מיר האט עס אזוי געארבעט
the SCY is the limit
שלוימיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוימיי »

איך העב איבערגרעדרייט דער ארטיקעל פון דער pdf צו א ווארד doc

ערשיינונג פון ספר "דמשק אליעזר" עה"ת רופט אויס פרייד ביי חובבי תורה
כתי"ק פון הגאון הגדול רבי אליעזר דן רלב"ג זצ"ל, ראש ישיבת עץ חיים בעיה"ק ירושלים

לעיקוואוד. - מיט גרויס שמחת התורה האבן חובבי ומוקיר תורה אויפגענומען די פרייליכע בשורה, איבער די ערשיינונג פונעם נייעם ספר "דמשק אליעזר" על התורה, וואס איז אין די טעג ארויסגעקומען פון דרוק.
דער ספר באשטייט פון די כתבי ידות פון הגאון הגדול רבי אליעזר דן רלב"ג זצ"ל, וועלכער איז געווען פון די בני עלי' שבירושלים און פון די אריות שבחבורה פונעם ישוב הישן אין ירושלים עיה"ק ת"ו, מיט איבער הונדערט יאר צוריק, ווען אזעלכע גרויסע לייבן ווי רבי יושע לייב דיסקין זצ"ל און רבי שמואל סאלאנט זצ"ל האבן באשיינט די שטאט.
דער מחבר, הגאון ר' אליעזר דן רלב"ג זצ"ל, איז געווען לאנגע יארן ראש ישיבה פון ישיבת "עץ חיים", ער איז געווען סיי א תלמיד מובהק און סיי א שוועסטער-קינד מיט'ן גאון רבי יושע לייב דיסקין זצ"ל, פון וועמען ער האט מקבל געווען תורה און א דרך אין לימוד התורה.
אצינד הונדערט און פופצן יאר נאך זיין פטירה, האבן זיינע אייניקלעך ארויסגעגעבן דעם ספר "דמשק אליעזר", וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן פון די כתבי ידות וואס דער מחבר האט איבערגעלאזט און איז געווען באהאלטן און אפגעהיטן במשך די יארן.
די חידושי תורה זענען געשריבן געווארן בעומק הפשט, אויפ'ן סדר פון די פרשיות התורה און די ווערטער פון מדרש רבה. צווישן די שורות זענען באהאלטן תירוצים אויף פארשידענע קשיות וואס ווערן ערווענט אין די מפרשי התורה, די גדולי הראשונים והאחרונים.
חיבה יתירה נודעת להם צו די חידושים אויפ'ן מדרש רבה, וואס דאס טראגט אריין די לומדי הספר אין אן אטמאספערע פון צענדליגער יארן צוריק, ווען דער גאון האט יעדן שבת פארטאגס פארגעלערנט א שיעור אין מדרש רבה, אינעם אלטן ביהמ"ד "מנחם ציון" וואס געפינט זיך אינעם חצר פון חורבת רבי יהודה החסיד, וואס איז זיינער-צייט געווען א שם דבר אין ירושלים.
זיין מהלך אין די חידושים איז אויפ'ן וועג פון זיין גרויסן רבי'ן און קרוב הגאון ר' יושע לייב דיסקין זצ"ל, און זייענדיג פון זיינע נאנטע תלמידים און שטוב מענטשן ברענגט ער אין זיינע כתבים פארשידענע חידושי תורה וואס ער האט געהערט פון אים ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אריינגערעכנט פון די חומש שיעורים פון ר' יושע לייב און די שיחות תלמידי חכמים וואס ער האט אפגעהאלטן מיט אנדערע גאונים פון יענע צייט, וואס פילע פון זיי זענען נאך קיינמאל נישט געדרוקט געווארן אין אנדערע חיבורים אדער כתבים פון זיינע תלמידים.
דער ספר האט באקומען גאר ווארימע הסכמות פון הגאון רבי משה שמואל שפירא זצ"ל, דער ראב"ד הגאון רבי ישראל יעקב פישר זצ"ל, ווי אויך פון הגאון רבי שמואל אויערבאך שליט"א וועלכער שרייבט בתוך הדברים: "מה מאוד רגש לבי והמו מעי כאשר באו לפני מצאצאיו של אותו גאון וצדיק נשגב מדור דעה בדור שלפני פנינו בירושלים של מעלה, כש"ת רבי אליעזר דן רלב"ג זללה"ה. אשר זכורני מאז ומקדם אשר זקני קרתא דשופריא מזכירים שמו בסילודין".
דער ספר "דמשק אליעזר" איז דער ערשטער פון זיינע כתבים וואס איז יעצט ערשינען דורך זיין אייניקל הרב אליעזר דן רלב"ג שליט"א פון לעיקוואוד, און די אייניקלעך גרייטן זיך ארויסצוגעבן זיינע אנדערע חידושים וואס זענען נאך בכתב יד, צ.ב.ש. א פירוש אויף מגילת רות און אנדערע חידושים אויפ'ן מדרש, און נאך.
דער ספר איז צו באקומען אין די ספרים געשעפטן. פאר האלסעיל קען מען רופן: 718-377-0047.
קחו ברכה אל תוך בתיכם!
שלוימיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוימיי »

אין הקדמה פון ספר האב איך געליינט אסאך אינטרסנטע מעשות פון דער מחבר מיט ר' היושע ליב ביי עם אלטן ישוב אין ירושלים,(שטייט גער (מיט א הילד פון דעם)אז מהרי"ל דיסקין האט געבעטען פאר זיין פטירה צי ליגען לעבען דער תלמיד'ס קבר אין הר הזיתים)..
- דעם ספר אליין איז א גער טיפער ספר איך העב אסאך אריינגקוקט שבת, למשל ער איז מסביר מתוק כדבש דעם מדרש וירא וואס שטייט אז קריעת ים סוף איז צוליב דער בקיעת עצים וואס אברהם אבינו האט געטהן ביים עקידה, דאס איז דאך א שווערע מדרש ווייל דער קריעת ים סוף איז דאך א תנאי שהתנה הקב"ה עם מעשה בראשית און נישט צוליב אברהם אבינו. זאגט ער אז אין מדרש קהלת שטייט אן אנדרע לשון "בשכר שתי בקיעות שבקע אברהם אבינו שתי גזרי עצים זכו בניו שיבקע הים לשתים עשרה קרעים". איז משמע אז ווען אברהם האט בוקע געווין עצים איז דעמאלט שוין געוען שתי גזרי עצים כדכתיב ויבקע עצי עולה ומיעוט עצי שתים, און נאך דעס וויגען האט ער גשפלטען מער עצים צו ווייזען חביבות המצוה וזריזות המצוה האט ער גאמעכט מער עצים, אזוי אוכעט איז דער מידה כנגד מידה העט דער אייבישטער געוויזען חביבות צו אונז אז הגם דער עצם בקיעת ים סוף איז געוון א תנאי שהתנה עם מעשה בראשית, אבער דעם שתים עשרה קרעים איז צוליב דער שכר פון ויבקע עצי עולה פון אברהם אבינו.
שלוימיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוימיי »

רביי מיללער, איך האב געטרעפפען דא נאך אפפעס: "1"
1.PDF
(199.62 KiB) געווארן דאונלאודעד 184 מאל
שלוימיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוימיי »

אין דא איז דער צווייטער: "2"
2.PDF
(249.04 KiB) געווארן דאונלאודעד 320 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לעצטענס איז ערשינען לאור צוויי בענדער "שו"ת ר' עקיבה יוסף" פון הרה"ג ר' עקיבא יוסף שלעזינגער מירושלים עיה"ק זצ"ל, דער ספר ערשיינט פון כתבי ידות אויף או"ח און יו"ד אין צוויי בענדער, מיט א שיינע אויפלאגע און קורצע ביאגראפיע איבער דעם גאון וצדיק.

ר' עקיבא יוסף איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' הילל קאלאמייער זצ"ל מגדולי תלמידי החת"ס, ער איז ארויף אויף ארץ ישראל ווי ער האט אסאך געטאן איבער תורת א"י און עניני מצות התלויות בארץ. טייל פון זיינע פראעיקטן זענען געזעהן געווארן אלס קאנטערווערסיאל ווי צום ביישפיל דאס שאפן קאלאניעס אדער דאס בלאזן שופר און ר"ה שחל בשבת.

ער איז אבער שטענדיג געווען געשעצט ביי אלע קרייזן אלס א גאון וצדיק, און מפורסם בחיבוריו שכבר יצאו לאור; לב העברי, כתבי ר' עקיבא יוסף שלזינגר ושא"ס.

איך האב מאל געהערט אז רביה"ק מסאטמאר האט זיך אויסגעדרוקט אז גאר אסאך פון די ערליכע אידן אין ירושלים זענען אפשטאמיגע פון ר' עקיבא יוסף, ארויסברענגדיג אז אסאך גדולי ארץ הקודש פון בימים ההם האבן נישט זוכה געווען דערצו, דאס צייגט אויף זיין סיעתא דשמיא און אמת'דיגקייט טראץ וואס נישט יעדער האט מסכים געווען לשיטתו.

[אין א זייטיגע נאטיץ, האב איך נישט פארשטאנען פארוואס די מו"ל שרייבן דעם נאמען 'עקיבה' מיט א ה' צום סוף, ווען עס איז זיכער אז דער מחבר זעלבסט האט זיך אונטערגעשריבען מיט אן א']
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:אנדערש איז אבער כתבי ידות פון מחברים פונעם לעצטן יאר-הונדערט א שטייגער ווי דער ספר 'מצוות השם' פון ר' יונתן שטייף זצ"ל אדער די תשובות פון ר' יוסף חיים זונענפעלד, וועלכע רופען געווענליך ארויס א פרייד ביי חובבי ספרים.

דער מצוות השם איז שוין געווען געדריקט אין דער אלטער היים.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:לעצטענס איז ערשינען לאור צוויי בענדער "שו"ת ר' עקיבה יוסף" פון הרה"ג ר' עקיבא יוסף שלעזינגער מירושלים עיה"ק זצ"ל, דער ספר ערשיינט פון כתבי ידות אויף או"ח און יו"ד אין צוויי בענדער, מיט א שיינע אויפלאגע און קורצע ביאגראפיע איבער דעם גאון וצדיק.

ין א זייטיגע נאטיץ, האב איך נישט פארשטאנען פארוואס די מו"ל שרייבן דעם נאמען 'עקיבה' מיט א ה' צום סוף, ווען עס איז זיכער אז דער מחבר זעלבסט האט זיך אונטערגעשריבען מיט אן א']

ב''ה
כי כך הוא שינה בעצמו .
ועיין
בספר בית-שמואל עם הגהות טיב גיטין שלגבי השם עקיבא-ה יש ראי' לזה ולזה כאשר האריך בזה המרש''ל ומסקנתו שלכתחילה בה' אבל בדיעבד כשר אף באל''ףמאחר שהוא נח ולא ניכר במיבטא .
עיין קצת קורות חייו בתורת יחיאל עה''ת חלק בראשית -וקשה ליכתוב את כל האמת אודות חייו הסוערים -אך לכל הדעות כוונתו לשם שמיים-
רחמנא ליבא בעי .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטערעסאנט וואס איר זאגט כבוד הבד"צ, ווייל איך האב אלעמאל געוואוסט אז אויף לשה"ק ענדיגען זיך די נעמען מיט א ה' (שרה, רבקה, חנה, שפרה וכדו') אבער אויף אראמיש און אזוי אויך אויף אידיש שרייבט מען מיט אן א' (פיגא, עלקא, דוואשא וכדו') און דאס איז טאקע איינע פון די שווערע גיטין שאלות אין ארץ ישראל ווי די חברה האבן העברעאיזירט די אידישע נעמען צו שרייבן מיט אן ה' ביים סוף.

וועלן מיר זעהן וואס דער בית שמואל זאגט ביי עקיבא, און וואס דער הייליגער צאנזער רב האט אנגענומען להלכה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב טאקע געהערט די פארגאנגענע שבת פון א חשובען רב א משפחה מיט ר' עקיבה יוסף, אז ער האט זיך געשריבען מיט א ה' צום סוף.

-

אין מיין נעכטיגע באזוך אין ספרים געשעפט האב איך באגעגנט א ניי ספר 'הגיון מלב' וועלכע אנטאהאלט צוויי בענדער מיט חידושים עה"ת ומועדים, תשובות וחידושי סיגיות מכתב ידו לש הרה"ג ר' ינה פילאפף ז"ל ר"מ במתיבתא תו"י דסאטמאר בקרית יואל.

ר' יונה איז געראטעוועט געווארן אין די קריג אלס בחור, בשעת וואס זיין פאטער ר' משה ע"ה איז אויך געראטעוועט געווארן, אבער באזונדער, עס האט געדויערט גאנצע זיבעצן יאר ביז ווען דער פאטער און זוהן האבן זיך נאכמאל באגעגנט ווען ר' משה איז ארויסגעקומען פון די קאמוניסטישע אונגארן, שוין נאכדעם וואס ר' יונה האט געהאט חתונה געהאט.

ר' יונה איז אהערגעקומען אלס בחור קיין אמעריקא ווי ער האט געלערנט אין ביהמ"ד עליון, בעפאר האט ער געלערנט איד די סטיינעס ישיבה (?) מיט ידידו ורעו ר' צבי מאיר גינזבערג שליט"א מנהל אגודת הרבנים, אינעם ספר איז פארהאן א תשובה פון ר' יונתן שטייף צו ר' יונה און פון נאך רבנים בימים ההם, ווי אויך איז דא אסאך חילופי מכתבים מיט זיין חבר הרב גינזבערג.

כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביים דיערעשער רב דער תורת יקתואל ז"ל, ער איז קודם געווען א מלמד אין 'תורה ודעת' דערנאך איז ער אריין אין די סאטמארע ישיבה אלס ר"מ.

תנצב"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”