בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ניי
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 8:06 pm

בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניי »

ר' איתמר שווארץ שליט"א בעל מוח נפלא "מאד" - ממש נישטא בדורינו
געט שיעורים אויף קול הלשון הונדערטער שיעורים אלעס ארום נפש האדם
אזוי אויך איז דא א זייטל בלבבי (וואס ער האלט נישט דערפון)
ביי די עולם הליטאים דאהערשט א צומעשיניש צו מען האלט יא פון אים אדער נישט ...

אלענפאלס איז ער וואונדערבאר מיט זיין טיפע פארשטאנד אין מוסר/חסידות/קבלה/ובעיקר נפש האדם
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שטארקע ספרים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

יאפס שוין אריינגעבלעטערט אין זיינע ספרים דא דארט און געזען אז דארט איז דא באהאלטענע אוצרות

איך וואלט געוואלט לערנען זיינע ספרים אבער ער האט אזוי סך אז איך ווייס נישט ווי אנצופאנגן
אפשר געבט איר א ליסט וועלכע זענען זיינע שטערקסטע ספרים ווי אנצופאנגן בעיקר אויף א
עניני הנפש
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

ניי האט געשריבן:ר' איתמר שווארץ שליט"א בעל מוח נפלא "מאד" - ממש נישטא בדורינו
געט שיעורים אויף קול הלשון הונדערטער שיעורים אלעס ארום נפש האדם
אזוי אויך איז דא א זייטל בלבבי (וואס ער האלט נישט דערפון)
ביי די עולם הליטאים דאהערשט א צומעשיניש צו מען האלט יא פון אים אדער נישט ...

אלענפאלס איז ער וואונדערבאר מיט זיין טיפע פארשטאנד אין מוסר/חסידות/קבלה/ובעיקר נפש האדם

וואס הייסט ער האלט נישט פון דעם זייטל? איז עס נישט אונטער זיין אויפזיכט?

גראדע געזען דארט אז מקען דאונלאודען טייל פון זיינע ספרים בחינם סמיר געווען זייער אינטערעסאנט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

וועןרענטל האט געשריבן:יאפס שוין אריינגעבלעטערט אין זיינע ספרים דא דארט און געזען אז דארט איז דא באהאלטענע אוצרות

איך וואלט געוואלט לערנען זיינע ספרים אבער ער האט אזוי סך אז איך ווייס נישט ווי אנצופאנגן
אפשר געבט איר א ליסט וועלכע זענען זיינע שטערקסטע ספרים ווי אנצופאנגן בעיקר אויף א
עניני הנפש

ווענדט זיך וואס דו זוכסט. פאר פשוט עבודה, הייבן אן די סעריע בלבבי ספרים, ער האט אבער אויך אסאך ספרים אויף ספעציפישע נושאים ווי מדות, התבוננות, הפשטה, דמיון, ועוד ועוד.
אני הוא הנער, נער המדבר
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

בניהו האט געשריבן:
וועןרענטל האט געשריבן:יאפס שוין אריינגעבלעטערט אין זיינע ספרים דא דארט און געזען אז דארט איז דא באהאלטענע אוצרות

איך וואלט געוואלט לערנען זיינע ספרים אבער ער האט אזוי סך אז איך ווייס נישט ווי אנצופאנגן
אפשר געבט איר א ליסט וועלכע זענען זיינע שטערקסטע ספרים ווי אנצופאנגן בעיקר אויף א
עניני הנפש

ווענדט זיך וואס דו זוכסט. פאר פשוט עבודה, הייבן אן די סעריע בלבבי ספרים, ער האט אבער אויך אסאך ספרים אויף ספעציפישע נושאים ווי מדות, התבוננות, הפשטה, דמיון, ועוד ועוד.

וואס ריפסטו אן די בלבבי ספרים? די ”דע” ספרים?
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

וועןרענטל האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
וועןרענטל האט געשריבן:יאפס שוין אריינגעבלעטערט אין זיינע ספרים דא דארט און געזען אז דארט איז דא באהאלטענע אוצרות

איך וואלט געוואלט לערנען זיינע ספרים אבער ער האט אזוי סך אז איך ווייס נישט ווי אנצופאנגן
אפשר געבט איר א ליסט וועלכע זענען זיינע שטערקסטע ספרים ווי אנצופאנגן בעיקר אויף א
עניני הנפש

ווענדט זיך וואס דו זוכסט. פאר פשוט עבודה, הייבן אן די סעריע בלבבי ספרים, ער האט אבער אויך אסאך ספרים אויף ספעציפישע נושאים ווי מדות, התבוננות, הפשטה, דמיון, ועוד ועוד.

וואס ריפסטו אן די בלבבי ספרים? די ”דע” ספרים?

ניין.די דע ספרים האבן אנגעהויבן ארויסקומען שפעטער. איך רעד פון די ספרים בלבבי משכן אבנה נאך וויאזוי מען רופט אים היינט. ס’איז א בלוי ספר מיט אסאך בענדער.
אני הוא הנער, נער המדבר
חזקי פרידמאן
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

נייע ספר ארויס לאור עולם
בעל שם טוב על התורה - עם ביאור בלבבי משכן אבנה
אטעטשמענטס
mxw_600,f_auto.png
mxw_600,f_auto.png (80.07 KiB) געזען 1373 מאל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

וועןרענטל האט געשריבן:יאפס שוין אריינגעבלעטערט אין זיינע ספרים דא דארט און געזען אז דארט איז דא באהאלטענע אוצרות

איך וואלט געוואלט לערנען זיינע ספרים אבער ער האט אזוי סך אז איך ווייס נישט ווי אנצופאנגן
אפשר געבט איר א ליסט וועלכע זענען זיינע שטערקסטע ספרים ווי אנצופאנגן בעיקר אויף א
עניני הנפש

זיינע ספרים אויף נפש וואלט איך נישט עפעס עקסטער רעקאמענדירט אלע פון זיי.

וועלעכע איך וואלט זיכער יא רעקאמענדירט זיינען:

התבודדות.

דע את נשמתך.

דע את הויתך.

דע את נפשך.

און פארשטייט זיך אז זיינע 'בלבבי' ספרים זענען ע"פ רוב גאר הייס רעקאמענדירט! ער פארמאגט על התורה, על המועדים, על עבודה.

זיינע ספרים זענען לכאורה - לפי ידיעתי עתה - די שטערקסטע ספרים בזמנינו אין עניני עבודה! מצד די עמקות און לייכטקייט און פשטות צוזאמען.

עס קומט ארויס א וועכענטליכע גליון פון זיינע זאכן וועלעכע מען קען דאונלאודן ביי די אויבן געברענגטע לינק, אדער קען מען זיך אויפסיינען עס צו באקומען אויף אימעיל: [email protected]
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג יוני 02, 2022 9:36 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פארמאג מיר זיינע ספרים
גאר קלאר צו לערנען און פארשטיין

זיין ספר התבודדות וואס איז לעצטענס ארויס איז גאר אינטערסאנט, די גאנצע מושג פון התבודדות האט יעצט א נייע דערהער ביי מיר.


וואס איז פשט אז ער לייגט נישט זיין נאמען?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

נארמאליזעם האט געשריבן:
וואס איז פשט אז ער לייגט נישט זיין נאמען?

ווינדערט מיך שוין לאנג די זעלבע

ער געבט אליינס ארויס די ספרים? אדער סאיז נאכגעשריבן פון זיינע שיעורים?

האט ער הסכמות אויף זיינע ספרים?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:וואס איז פשט אז ער לייגט נישט זיין נאמען?

ווינדערט מיך שוין לאנג די זעלבע

ער געבט אליינס ארויס די ספרים? אדער סאיז נאכגעשריבן פון זיינע שיעורים?

האט ער הסכמות אויף זיינע ספרים?

דוכט זיך אז אויף זיינע נייע זאכן לייגט מען שוין יא זיין נאמען, אויף זיין גליון ערשיינט זיכער זיין נאמען.

די סיבה פארוואס ער פלעגט נישט לייגן זיין נאמען איז לכאורה פשוט ווייל ער האט נישט געזוכט [און זוכט נאכאלץ נישט] קיין פאפולעריטי.

און יא, ער פארמאגט א שיינע פאר שטארקע הסכמות, צווישן אנדערע פון ר' משה שטערנבוך ר' עמרם אופמאן המקובל ר' שריה דבליצקי המקובל ר' יצחק מאיר מארגענשטערן, ועוד.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

א דאנק

ער אליינס שרייבט די ספרים? פון די ביסל נפש ספרים וואס כהאב אדורכגבלעטערט האב איך פארשטאנען אז דאס ווערט נאכגעשריבן פון זיינע שיעורים
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:א דאנק

ער אליינס שרייבט די ספרים? פון די ביסל נפש ספרים וואס כהאב אדורכגבלעטערט האב איך פארשטאנען אז דאס ווערט נאכגעשריבן פון זיינע שיעורים

רוב פון זיינע זאכן זענען אראפגעשריבן פון זיינע שיעורים, און עס איז גראדע אראפגעשריבן היבש ארגינעל ווי אזוי ער האט עס געזאגט, ווייל ער האט גאר א קלארע שפראך ווען ער רעדט - אזוי אז עס פעלט כמעט נישט אויס זיך ארומצושפילן.

רוב פון זיינע ספרים וואס קומען ארויס אין די לעצטערע יארן זענען פון מאמרים וועלעכע זענען קודם געלאפן אין זיין גליון. און איז דא געוויסע זאכן וועלעכע זענען געשריבן דורך אים אליינס.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

די ספרים זענען אויף העברעיִש אדער לשוה"ק?
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: בלבבי משכן אבנה - ר' איתמר שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

שמחהלע האט געשריבן:די ספרים זענען אויף העברעיִש אדער לשוה"ק?


לשוה"ק.

אבער אזויווי אסאך ספרים פון ארץ־ישראל אויף וואס עס איז נישטא לשוה"ק ווארט שרייבט מען עס אויף העברעיש.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”