על הספר 'חמדת הימים' ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בסייעתא דשמיא

על הספר 'חמדת הימים' ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסייעתא דשמיא »

די וואך שבת ביים אריינבליקן אינעם ספר שו"ת מקדש ישראל אויף ימים נוראים, פון הרב הארפענס שליט"א, שרייבט ער דארט איבער די מנהג פון זאגן לדוד ה' אורי. ער ברענגט אראפ פון אפאר צדיקים, אז זיי האבן עס נישט געזאגט, ווייל עס ווערט געברענגט אין ספר חמדת הימים. (ער שרייבט צום סוף, אז עס ווערט אבער יא געברענגט פון נאך פריער, פאר די ספר חמדת הימים)

היינט צופרי ביים טרינקן מיין קאווע, האב איך אריינגעבליקט אינעם גליון הלכות, וואס ווערט פארשפרייט דירך עוז והדר, שטייט דארט די זעלבע זאך. אז געוויסע צדיקים האבן נישט געזאגט לדוד ה' אורי ווייל די מקור איז אין ספר חמדת הימים.

ווייסט איינער וואס איז דאס ספר חמדת הימים?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א ספר וואס איז געדרוקט געווארן בעילום שם, אן דעם נאמען פונעם מחבר אויפ'ן שער בלאט, וואס דער אידענטיטעט פונעם מחבר איז תלוי במחלוקת. טייל האלטן אז ער איז געווען אן אמת'ער צדיק נסתר, און טייל האלטן - ר' יעקב עמדין צווישן זיי - אז ער איז געווען נתן העזתי, דער תלמיד פון שבתי צבי ימ"ש.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דא האסטו אן אינטערעסאנטן באשרייבונג איבער חמשה עשר בשבט, וואס לויט אסאך צדיקים און להבדיל היסטאריקער האט זיך דער גאנצער הו-הא פון "ט"ו בשבט" פייערונגען אנגעפאנגען דורך די ש"צ'ניקעס, נאכדעם וואס דער "חמדת הימים" האט געמאכט אן אישו דערפון.

http://www.haaretz.co.il/hasite/pages/S ... ntrassID=0
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דא איז א שטיקעל באשרייבינג גענומען פון ספרים אנליין דאט ארג

Chemdas Yamim is an anonymous kabbalistic work written in the late 17th, early 18th centuries on the subjects of Shabbos and the Yamim Tovim. It's a very multifaceted work that discusses halachah, mussar, kabbalah, customs of the Arizal, prayer, and many other subjects. This sefer is one of the most controversial seforim of the past three centuries because from its original publication it was accused, mainly ba Rav Yakov Emden, of being authored by a Shabatean. The sefer is a major source of many kabbalistic minhagim that are practised by many Jews today, especially Chasidim and Sefardim. In the past few decades it had a revival, because it is the primary source of the famous Tu BeShevat Seder (see Vol. 2, Shovevim Ch. 3, p. 108-110), which has become very popular among many various groups of Jews.
the SCY is the limit
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

אין בוצינא קדישא פון ר' סענדער זכרונו לברכה ברענגט ער וואס ער האט פערזענליך גערעדט מיט רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע וועגן די ספר חמדת הימים אז דער רבי האט אים געזאגט אז דער ספר האט געמאכט אן איש קדוש ויסודתו בהררי קודש נאר די כת ש"ץ האבן זיך אריינגעכאפט דארט און אריינגעשמוגלט פילע זאכן פון זייער משיח שקר שר"י, און וועגן דעם האבן זיך אלע ערליכע אידן (כמעט) צוריקגעהאלטן פון צו לערנען אדער צו האלטן די ספר אין שטוב,
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

עס איז דא אן הערליכער קונטרס 'חמדת יוסף' פון איינער א ספרדי, א גרויסע ידען קוקט ער אויס, וואו ער איז מבאר מיט ראיות חותכות אז ס'איז נישט מעגליך אז נתן העזתי זאל עס האבען מחבר, לויט ווי פריערדיגע ספרים זענען מעתיק דערפון ווען עס איז נאך געווען בכת"י, נאך פארן תקופה פון נתן העזתי, נאר וואס דען דאס איז זיכער אז די כת ש"ץ האט שולח יד געווען דארט, אזוי ווי זיי האבען געטוהען מיט פילע ספרי קבלה, און לויטן יעב"ץ אין 'מטפחת סופרים' אויך אינעם זוה"ק אליינס.

בכלל שרייבט ער דארט זייער שיין די גאנצע נושא בטוטו"ד, אז אפילו איינער וואס האט נאכנישט געהערט די נאמען פון 'חמדת ימים' זאל דאס פארשטיין.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א ברייטע אפהאנדלונג איבערן ספר חמדת הימים (אכטונג: דער שרייבער איז מזרחי'ניק, איך נעם נישט קיין אחריות דערויף) עס אנטהאלט גאר אינטערעסאנטע פאקטן איבערן חיבור ומחברו.
דער ספר איז צו ערשט געדרוקט געווארן דורכן מהרי"ט אלגאזי אין איזמיר, טערקיי. דער עשטער ארויסצוקומען דערקעגן איז גווען ר' יעקב עמדין (יעב"ץ) אז דער מחבר איז געווען פונעם כת ש"ץ ימ"ש.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אגב, די ספר הייסט 'חמדת ימים' אן א ה"א, נישט 'חמדת הימים'.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

מיללער האט געשריבן:א ברייטע אפהאנדלונג איבערן ספר חמדת הימים (אכטונג: דער שרייבער איז מזרחי'ניק, איך נעם נישט קיין אחריות דערויף) עס אנטהאלט גאר אינטערעסאנטע פאקטן איבערן חיבור ומחברו.
דער ספר איז צו ערשט געדרוקט געווארן דורכן מהרי"ט אלגאזי אין איזמיר, טערקיי. דער עשטער ארויסצוקומען דערקעגן איז גווען ר' יעקב עמדין (יעב"ץ) אז דער מחבר איז געווען פונעם כת ש"ץ ימ"ש.


טאקע זייער א ברייטע אפהאנדעלונג, דאס קען מען נישט דורכטוהען אויף איין פוס.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

WOW דאס איז עפעס!
the SCY is the limit
בסייעתא דשמיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסייעתא דשמיא »

א גרויסע ישר כח, איך האב הנאה, איך בין נישט געווארן אנויטשט, נאר באקומען אינהאלטסרייכע ענטפערס.

א שיינעם דאנק.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פאר איינער כאפט התפעלות באדארף יעדער צו וויסן אז דער משה צוריאל איז א המשך צו די פארצייטישע משכילים, ראיות זענען דא גענוג און נאך, נפתלי הירץ וויזל, יוסף פערל [טארלער] ובדומה להם וואס ביי אונז זענען זיי אויסגעשפיגענע פאסקודנע פארשוינען, זענען ביי אים ארויף געקוקטע פערזאנען, ער ערלויבט זיך איבער צו דריקן זייערע ווערק וכו'.

אויף איהם ובדומה לו איז געזאגט געווארן און עס שפיגלט זיך אפ די המשך פון די מחריבי כלל ישראל אין לעצטערע דורות, די היינטיגע מזרחי'סטן=ציונים זענען אזוי, די רוסישע זענען ממשיכים פון די חובבי ציון און די משכילים און די דייטשע אונגארישע זענען ממשיכים פון די נעלאגאן=רעפארמער תלמידים פון די משכילים, ואם שגיתי בדיוק יחוסם ה' הטוב יכפר.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב ביקסאד,
דארפסט מיר נישט זאגען ווער דער צוריאל איז, כ'האב שוין פלענטי זאכען געליינט פון איהם, און ביזט 100 פערצענט גערעכט, וואס די שרייבסט וועגען איהם,
אבער מיט דעם אלעמען, יש דברים בגו, און וואס ער זאגט.
פארשטייט זיך אז ער קומט מיט אן אדזשענדע, אוועק צי מאכען די עוררים אויפען 'חמדת ימים' איבערהויפט דעם עמדין [אזוי האב איך געפילט ווען איך האב געליינט זיינע ווערטער] אבער, אויב מערעכענט זיך נישט מיט זיינע 'השערות' און מיט זיינע 'סברות כרסיות', און מעקוקט נאר אויף די זאכען וואס ער ברעגט, איז אביסעל שווער אהן נעמען די דעה אז א ש"ץ'ניק האט געשריבען דער 'חמדת ימים'

מעיבי איים ראנג, אבער דאס איז מיין אימפרעשאן
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ווי אויווען דערמאנט איז דא פלעצער ווי מ'זאגט נישט לדוד ה' אורי חודש אלול, וועגען דען קאנטראווערסיע פונעם חמדת הימים
איז כדאי ציצילייגען איך ווייס אויך פון פלעצער וואס זאגען נישט די יהי רצון נאך תהילים פאר די זעלבע סבה, ווייל עס איז מיסודו פונעם חמדת הימים
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און דער תפילה זכה פאר כל נדרי איז אויך אריין און דער גורל.
הגם, וואס איז ביי אינז און די מחזורים איז נישט ענליך צי וואס עס שטייט און חמדת ימים
the SCY is the limit
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

אין היכל הבעש"ט חלק ו' ז' ח' איז דו א גרויסע אפהאנדלונג דעריבער
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

דעריבער, איז וואס?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' דוד שלמה קוסובסקי-שחור פון בני-ברק האט לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר 'אוצר חמדת הימים' וואו ער באהאנדלט אלע מנהגים פונעם חמדת הימים וועלכע איז מקובל בתוך תפוצות ישראל, ובכלל די תולדות פונעם מחבר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

צוויי געהענגלעך איבער דעם אוצר חמדת ימים, איינע אין ספרים וסופרים, און איינע אין 'לדעת'.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

scy4851 האט געשריבן:און דער תפילה זכה פאר כל נדרי איז אויך אריין און דער גורל.
הגם, וואס איז ביי אינז און די מחזורים איז נישט ענליך צי וואס עס שטייט און חמדת ימים

אין מחזור דברי יואל ליו"כ שטייט אז דער רבי פלעגט אין געוויסע יארן זאגן תפלת זכה (כשהי' לו פנאי).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאיר האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:און דער תפילה זכה פאר כל נדרי איז אויך אריין און דער גורל.
הגם, וואס איז ביי אינז און די מחזורים איז נישט ענליך צי וואס עס שטייט און חמדת ימים

אין מחזור דברי יואל ליו"כ שטייט אז דער רבי פלעגט אין געוויסע יארן זאגן תפלת זכה (כשהי' לו פנאי).

............
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

איך האב נישט געהייסן גלייבן די מחזור דברי יואל! קיינער מוז נישט אפקויפן אז דער רבי האט טאקע געזאגט תפלת זכה... לא באתי רק להעיר.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אינעם וועכנטליכן אויסגאבע "קאמיונעטי קאנעקשנס" וועלכע ערשיינט אין מאנסי, איז געווען א הערליכע באשרייבונג איבער שבתי צבי ימ"ש, עס איז קענטיג די ארבעט און ליקוט וואס ליגט דערין, דארט האט דער שרייבער אוועקגעגעבן גאנצע צוויי וואכן איבער דעם ספר חמדת ימים, צוליב די אינטערעסאנטקייט פונעם נושא וועל איך עס דא צוטירן, איך גלויב אז דער שרייבער וועט נישט זיין ברוגז, ווייל עס וועט אים דינען אלס שטיקל עדוועטייזמענט.

פרק יח[/b]
ספר חמדת הימים

דער פארנעפלטער ספר
ווי קען מען דורכגיין דעם קאפיטל פון תפילות און מנהגים וואס פארמאגן א חשד פון שבתאות אן דערמאנען דעם ספר “חמדת הימים”? פיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן צו ערקלערן די מיסטעריע פון דעם פארנעפלטן ספר, אבער קיינער איז נאכנישט ארויסגעקומען מיט א פולשטענדיגער קלארקייט אין דעם ענין, און עס איז נאך פארבליבן פיל פלאץ צו גריבלען און חוקר זיין די מהות פון דעם ספר. למען האמת קען מען אויף דעם אליין מאכן א גאנצע באשרייבונג און קיינמאל נישט פארטיג ווערן דערמיט.
פאר דער קלארקייט איז וויכטיג צו באטאנען אז עס זענען פאראן עטליכע ספרים מיטן נאמען “חמדת הימים”, אבער דער באקאנטסטער “חמדת הימים” איז דאס וואס מיר וועלן אצינד דורכשמועסן.

וואס איז “חמדת הימים”?
“ספר חמדת הימים”, א סעריע פון פיר בענדער (שבת, ימים נוראים, שלוש רגלים, חנוכה פורים וראש-חודש), איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין איזמיר, אין יאר תצ”א. אין דער הקדמה שרייבט דער מוציא-לאור אז מען האט דאס געפונען אין א כתב-יד אין צפת און מען ווייסט נישט ווער דער מחבר איז.
דער ספר ענטהאלט דברי מוסר, הנהגות און תפילות, און איז מעורר דעם מענטש צו אהבת ה’ און יראת ה’ און צו גיין אין ערליכע גוטע וועגן. צווישן אנדערע שרייבט ער אז יעדן שבת ביי כתר פלעגט ער פארגיסן טייכן טרערן צוליב דער התעוררות פון זיין נשמה, אבער זיין הארץ פלעגט אים קלאפן צי מען מעג וויינען אום שבת. ער האט דעריבער פראבירט זיך צוריקצוהאלטן, אבער אן ערפאלג; ביז ער האט געפונען די אגדה אז די תלמידים פון רבי עקיבא האבן אים געפונען וויינען און זיי האבן אים געפרעגט ווי אזוי מען מעג וויינען שבת, האט ער זיי געענטפערט אז ער האט אן עונג דורך דעם, ווייל זיין דביקות צום באשעפער האט אים געברענגט צו וויינען.
אינעם ספר ווארפט ער צוזאמען שטיקער פון גמרא בבלי און ירושלמי, אגדה, תנ”ך, און אלע ספרי הזוהר און ר’ חיים וויטאל. פונעם ספר איז גאר שטארק קענטיג דעם מחבר’ס למדנות און בקיאות (וואס ער האט באוויזן אן קיין קאמפיוטער :wink: ).

דער שטורעם
עטליכע יאר שפעטער, צווישן די יארן פון תצ”ה און תצ”ז, איז דער ספר איבערגעדרוקט געווארן אין קושטא. דער ספר האט דאן פאראורזאכט א גרויסן שטורעם, וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג. פארשידענע השערות זענען געזאגט געווארן אויף ווער דער מחבר דערפון איז.
טראצדעם וואס דער ספר איז געדרוקט געווארן זעכציג יאר נאך שבתי צבי’ס שמד, זענען נאך פאראן מיינונגען אז דער מחבר פונעם ספר איז נתן העזתי שר”י אדער איינער פון זיינע תלמידים.
אינעם ספר איז פאראן א שיר אין וועלכן די ערשטע אותיות פון די חרוזים ליינען זיך “אני בנימין נתן בן אלישע חיים חזק” – אן אפענער סימן אז עס האט א שייכות מיט כת ש”ץ. פארט זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן זאגן אז דער ספר שטאמט בעצם פון א הייליגן מקור, נאר מענטשן פון כת ש”ץ האבן אריינגערוקט דארט איינצלנע תפילות און פיוטים.
איינע פון די ראיות אז דער ספר שטאמט פון א שבתאי’שן מקור איז דער פאקט אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער הלכות בין-המצרים און תשעה באב. מאידך גיסא ווערט יא דערמאנט אין הלכות פסח איבער תיקון חצות, א זאך וואס נתן העזתי האט מבטל געווען אין זיין צייט.
למעשה איז פאראן אין אנהויב פונעם ספר א הסכמה פון רבי יעקב בן רבי
יום-טוב אלגאזי זצוק”ל, בעמח”ס שלמי ציבור ועוד, אן אנגענומענער גדול בישראל. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא גדול זאל געבן א הסכמה אויף א ספר וואס האט א שמעק פון שבתאות.

בעילום שם
מיר געפינען דעם ספר אין א נייעם דרוק, אין וועניציע, שנת תקי”ח. מאיזה סיבה שטייט נישט דער פלאץ וואו מען האט עס געדרוקט און די נעמען פון די דרוקערס, איינצלהייטן וואס ווערן דערמאנט כמעט אין יעדן ספר. דאס אליין ווייזט שוין אז עפעס ליגט דערין; ווי טייל טייטשן עס אפ, איז דאס צוליב דעם טומל וואס דער ספר האט אנגעמאכט. אנדערע שרייבן עס אבער צו צום חרם וואס איז ארויסגעגעבן געווארן נאך שבתי צבי’ס שמד, אז מען זאל נישט דרוקן קיין נייע ספרים וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין די פארגאנגענע הונדערט יאר.
(כדי צו פארשטיין פשט אינעם חרם איז וויכטיג ארויסצוברענגען דאס פאלגנדע: נאך דער הסתלקות פונעם אריה”ק האט רבי חיים וויטאל אנגעהויבן פארשפרייטן דעם דרך הקבלה צווישן אידן. קבלה איז דאן געווארן א לימוד ווי אלע אנדערע לימודים, און יונגע קינדער אין בחורים האבן גענומען עוסק זיין דערין. נאך שבתי צבי’ס שמד האבן די גדולי ישראל איינגעזען אז דאס לערנען קבלה אין די יונגע יארן קען ברענגען גרויסע חורבנות, ווי עס האט טאקע פאסירט מיט שבתי צבי. עס זענען דעריבער ארויסגעקומען דאן עטליכע גזירות פון די רבנים פון אה”ו, צום-ביישפיל, יונגעלייט אונטער פערציג יאר זאלן נישט לערנען קבלה, און אז מען זאל עס לערנען בקדושה ובטהרה. צווישן אנדערע האט מען אויך גוזר געווען אז מען זאל נישט דרוקן קיין ספרים וועלכע זענען נתחדש געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר, וויבאלד זיי פארמאגן פיל קבלה’דיגע מושגים, און אויך ווייל פיל פון זיי ענטהאלטן גאר שבתאי’שע רמזים. פערציג רבנים פון איטאליע האבן אונטערגעשריבן די גזירות, און עס זענען אנגענומען געווארן אין אלע אידישע קהילות. אין בערלין איז ארויסגעקומען אן ענליכע גזירה, נישט צו דרוקן ספרים פון די פארגאנגענע זיבעציג יאר, דאס-מיינט פון יאר תכ”ה – דאס יאר פון דער התגלות פון שבתי צבי ימ”ש.
ביי חסידים איז אנגענומען אז עס האט געהערשט א קטרוג אין הימל אויפן דרך פון אריז”ל, ווייל די תורות און כוונות פון קבלה ברענגען נישט ארויס דעם למעשה’דיגן חלק פון דער עבודה. צוליב דעם האט מען געשיקט פון הימל די מעשה מיט שבתי צבי, וואס זאל ווייזן פארן דור אז עס איז נישט אזא פשוט’ע זאך. שפעטער איז געקומען דער הייליגער בעל-שם-טוב און מתקן געווען דעם ענין, דורך דעם וואס ער האט ארויסגעברענגט דעם דרך פון אריז”ל אויף למעשה.)

די מתנגדים פונעם ספר
אין ציצת נובל צבי שרייבט דער מחבר אז אין חמדת הימים ווערט אויף יעדן דף דערמאנט רמזים פון שטות איבער שבתי צבי ימ”ש.
אויך דער יעב”ץ (חלק ב’ סימן פג) שרייבט צו זיין תלמיד:
אבל מה ענין ספר מירוס חמדת הימים לדברי חכמי המשנה קדושי עליון אבות העולם, אך דבר זה יצא מפי איש הרוח העזתי המזוהם ומטונף בצואה רותחת, על האשפה ההיא בנה כמוש טירות כזב של ספרו מקור משחת, לא מהם ולא מהמהם ולא בהם נחת, ה’ ישמור רגלי חסידיו מלכד בפחת והיה מקום איתי להאריך בזה אלא שאין פנאי...
אין אידיש: אבער וואס איז דער שייכות פון דעם ספר חמדת הימים צו די רייד פון די חכמי המשנה קדושי עליון? דער ספר איז ארויס פון דעם לופטיגן מויל פון דעם עזתי, דער שמוציגער פון צואה רותחת. אויף די מיסט האט ער געבויט זיינע פאלשע בנינים פון זיין ספר וועלכער איז פון א מושחת’דיגן מקור. נישט פון דעם קען מען געפינען נחת, דער אויבערשטער זאל אפהיטן די טריט פון זיינע קנעכט פון ווערן אריינגעכאפט אין דעם נעץ. איך האב נאך געוואלט מאריך זיין דערמיט אבער איך האב נישט קיין צייט...

ווער איז טאקע דער מחבר?
אין ספר כבוד חכמים )ירושלים תרנ”ו( איז ער מחולק מיט דער השערה פון רבי יעקב עמדין, און ער טענה’ט אז דער ספר איז נישט פון נתן העזתי. אין ספר חמשה מאמרים )הרה”ק ממונקאטש זצוק”ל( איז פאראן דארט א מאמר “משיב מפני הכבוד”, דארט ענטפערט ער בנוגע דעם חמדת הימים אז עס קען זיין אז דער מחבר איז געווען א הייליגער מענטש אבער עס איז נישט קיין ספק אז עס איז דארט אריינגעפאלן זאכן וואס טויגן נישט. צווישן אנדערע ברענגט ער אראפ וואס עס שטייט דארט אויף די כוונות פון פסח, אז דער בכור בן הצנועה איז נתגדל געווארן איז ליל התקדש חג הפסח און דערנאך איז נשפך געווארן זיין בלוט בעצם היום וכו’, אז עס איז א רמז אויפן אותו-איש ימש”ו, וועלכער איז גע’הרג’עט געווארן אום פסח, און ער רופט אים אן “בן הצנועה”, ווייל דער אותו-איש איז געבוירן געווארן דורך א זינד פון זיין מאמע און די נוצרים שעמען זיך דערמיט, דעריבער שרייבן זיי אז ער איז א “בן הצנועה” עפ”ל.
אין תעלימות ספר )א. יערי( איז ער משער אז דער מחבר איז רבי בנימין הלוי, דער מקובל פון צפת, א תלמיד פון רבי חיים וויטאל, דער תלמיד פונעם אר”י-הק’. ער בויט זיין סברה אויף דעם וואס אלע ספרים פון רבי בנימין זענען באזירט אויף דעם ווארט חמדה, צום-ביישפיל: “חמדה גנוזה”, “חמדת הלבבות”, “ארץ חמדה”, “מחמד עין”, “חמדת ישראל” און נאך. דאס איז אבער נאר א השערה, וואס האט נישט קיין קראנטער מקור אדער יסוד.
אנדערע השערות זענען פאראן אז דער מחבר איז רבי חייא דיין, פון די רבנים פון איטאליע, וועלכער האט מרמז געווען זיין נאמען אינעם נאמען פון ספר. רבי חייא איז
צוערשט געווען אן אנהענגער פון שבתי צבי, און האט שפעטער צוריקגעצויגן, ווי רוב מנין ובנין פון כלל ישראל. אינצווישן זענען זיינע חיבורים פארלוירן געווארן און ער האט נישט געקענט מבאר זיין די שבתאי’שע שטיקלעך, אדער האט ער יא געקענט, אבער וויבאלד די שירים און מאמרים זענען מעורר אידישע קינדער האט ער נישט געפונען פאר וויכטיג זיי צו מבאר זיין, טראצדעם וואס ער האט געוואוסט ווער דער מחבר דערפון איז.
עס זענען פאראן אזעלכע וואס טענה’ן אז עס קען נישט זיין אז דער גאנצער ספר איז נתחבר געווארן דורך נתן העזתי, ווייל עס זענען פאראן דערין שטיקלעך וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל אז עס זאל קומען פון נתן. צום ביישפיל, עס ווערט דארט געברענגט אז דער מחבר האט זיך מפלפל געווען מיט מהר”ש הלוי, און דער מהר”ש הלוי איז נפטר געווארן איידער נתן איז געבוירן געווארן... עס זענען דעריבער דא וואס האלטן אז נתן האט אנגעהויבן מיט דעם חיבור און אן אנדער חכם האט עס צוגעענדיגט, אדער אז דער חיבור קומט נישט פון נתן נאר עס זענען אריינגערוקט געווארן שטיקלעך פון נתן העזתי.

ברענגען דעם ספר
עס זענען פאראן אויפן ספר פיל מימינים און מישמאלים. עס זענען דא וועלכע טענה’ן אז מען טאר נישט לערנען דעם ספר; אנדערע, ווידער, זענען נישט חושש דערין און שרייבן אז עס איז א גוטער ספר.
אין סידור “חסד לאברהם”, פון רבי אברהם טוביינא זצ”ל, וואס איז געבויט אויף כוונת האר”י, ברענגט ער פיל אראפ דעם ספר חמדת הימים. אויך אין סידור “עבודת תמיד”, פון רבי אלישע חבילייוו זצ”ל, ברענגט ער אים אראפ, אבער צום סוף איז ער זיך מתנצל און שרייבט אז אצינד איז ער געוואויר געווארן אז דער בעל חמדת הימים איז געווען חשוד בנגע הצבי, און ער האט חרטה פארן אראפברענגען זיינע רייד.

קובע זיין א שיעור
למעשה ברענגט אים אראפ דער מקדש מלך אויפן זוהר איבער פופציג מאל, ווי אויך דער משנת חסידים ברענגט אים אראפ און פסק’נט להלכה ווי אים, כאטש עס איז קעגן שולחן ערוך. אויך ברענגען אים אראפ דער חיד”א, רבי חיים אבואלעפיא, דער חתם-סופר, רבי אהרן קארלינער און נאך.
דער יסוד ושורש העבודה שרייבט אז דער ספר חמדת הימים איז ראש וראשון לכל ספרי המוסר, דערנאך קומט דער ספר ראשית חכמה און דערנאך אלע אנדערע מוסר ספרים. ענדליך ברענגט דער בעל שמן משחת קודש אין דער צוואה פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן קובע זיין א שיעור אין ספר חמדת הימים און ראשית חכמה.
עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן געהייסן לערנען דעם ספר חמדת הימים, זאגנדיג אז מען קען נישט שפירן קיין טעם אין שבת און יום טוב אן לערנען דעם ספר.

דער חמדת הימים איז זיך נוקם
רבי חיים פלא’גי שרייבט אז ווען עס זענען ארויסגעקומען עוררים אויפן חמדת הימים, איז אנגעקומען פון ארץ-ישראל קיין איסקאפה, טערקיי, א שד”ר מיטן נאמען ר’ שבתי ווינטוריי. דער מנהג דארט איז געווען אז ווען אן אדם גדול האט באזוכט די שטאט האבן אלע איינוואוינער אים באגלייט אויפן וועג צוריק, און וויבאלד דער בית-החיים האט זיך געפונען אינדרויסן פון שטאט האט דער ציבור זיך דאן משטתח געווען אויף קברי צדיקים.
ווען ר’ שבתי איז דורכגעפארן דעם בית-החיים און זיך משטתח געווען אויף די קברים, האט מען אים געוויזן אויף אן ארט אז עס איז מקובל אז דא ליגט דער חמדת הימים. הערנדיג דאס האט ער געגעבן א מאך מיט דער האנט, ווי איינער וואס זאגט אז עס איז נישט אינטערעסאנט. פון דארט איז ער ווייטער געפארן.
ארויספארנדיג פון שטאט איז ער אראפגעפאלן פון אייזל און זיך צובראכן די האנט. ר’ שבתי האט געהאלטן אז דאס איז א קפידה פונעם חמדת הימים, און איז צוריקגעפארן צו דעם קבר, אים איבערגעבעטן און זיך פארגענומען צו זאגן יעדן טאג אכצן קאפיטלעך תהילים לעילוי נשמתו.
מיט יארן שפעטער איז ר’ שבתי’ס זון, ר’ אברהם, אנגעקומען קיין איסקאפה, און אין דער ערשטער נאכט פון זיין באזוך איז ער נסתלק געווארן. נאך דער לוויה האט מען באמערקט אז מען האט אים באהאלטן נעבן דעם חמדת הימים. דאן האבן זיך די זקנים דערמאנט אין דער מעשה, און באוואונדערט ווי די השגחה האט צוגעפירט אז זיין זון זאל ליגן נעבן דעם חמדת הימים.

פארוואס האט זיך איינער פון דעם בעל-שם-טוב’ס תלמידים געדארפט שמד’ן? ווען וועט דער סידור האר”י זיין א ליצנות? – מעג מען זאגן לדוד ה’ אורי נאכן דאווענען?

קומענדיגע וואך אי”ה
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אויב דער ציבור איז אינטערעסירט, וועל איך זיך מטריח זיין אראפצוברענגען די קומענדיגע וואך, וואו ער איז מבאר ווי אזוי מען האט זיך געפירט למעשה צווישן אשכנזים און צווישן ספרדים.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא גדול זאל געבן א הסכמה אויף א ספר וואס האט א שמעק פון שבתאות.


איך ווייס נישט און פארשטיי נישט פארוואס עס זאל זיך נישט לייגן אויפן שכל, אפשר אויפן היינטיגן קליינעם שכל וואס מיינט אז בשעתו זענען נישט קיין גרויסע וואס האבן זיך טועה געווען לייגט זיך עס נישט אבער עס האט נאר אביסעלע א ידיעה ווייסט אז איז קיין דבר תמיהה בכלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”