אלעס ארום דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

אלעס ארום דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

לאחר החיפוש האב איך נישט געטראפן אן אשכול איבער דעם וועל איך גיין פתיחה.

***
אילו כל הימים דיו כל קני חורשתא קענען אונז נישט באגרייפן די געוואלדיגע קדושה פון דעם ספר נועם אלימלך, דער ירושה לדורות פון דעם הייליגען רבי'ן ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, וואס באלייכט דעם כלל ישראל, און איז דער עמוד אש להאיר להם ביזן היינטיגן טאג, פון דעם טאג ווען עס איז ארויס פון דרוק, קורץ נאך זיין פטירה.

פיהל מימרות פון צדיקים זענען געזאגט געווארן בנוגע דעם הייליגען ספר, און ווי אויך זענען דא פילע ענינים דורכצוטוהן איבער אלעס ארום דעם ספר, וועל איך אנהייבן, וכל הפושט יד צו צולייגן וואס ער ווייסט, בדין הוא שיטול שכרו. וזכותו של אותו צדיק יגן עלינו עד סוף כל הדורות.

***
איבער דעם נאמען פונעם ספר וואס איז גערופן געווארן "נועם אלימלך", טרעפט מען מוראדי'גע ווערטער אינעם ספר נהרי אש להגה"ק ר' שמעון זעליכאווער זי"ע (מכתב י"ח) ווי ער שרייבט דברים נפלאים איבער דעם הייליגען ספר, און ער איז מבאר טיפע סודות התורה באהאלטן אינעם נאמען פונעם ספר, און נאך דברים נפלאים ונשגבים עד מאד. וזל"ק:
הננו כותב כאן נוספות לענין שאמרתי בהלולא של רבינו הק' נועם אלימלך זלה"ה, והוא, כי ספרו נקרא ברוח הקודש ודאי בשם נועם אלימלך. ידוע כי נועם הוא רבוע ס"ג, וכו'. וכן אלימלך הוא רבוע שם מ"ה וכו'. כשהצדיקים עולם וממתיקים הוא נחמד ונעים מאד, על זה שמו 'נועם' יוכיח כי נעשה ע"י ההמתקה נועם וחדוה, ושמו נועם יוכיח, וכו'. כי כל ספרו הוא נר דלוק להשי"ת, וכו'. וכו'.
והנה נועם מלא, וכו'. והמשכילים יבינו שסה"ק נועם אלימלך ממתיק הדינים מן כלל ישראל עד היום בכח הי"ג מכילי דרחמי, וכו'. ראה זה פלא שהצדיק הקדוש בנו מהרר"א זי"ע קרא הליקוטים לקוטי שושנה, והעיקר הוא ל'ק'ט, וכן כתבתי לעיל וכו', צרף לזה לקט הרי י"ג פעמים מ"ו ונשלם י"ג ע"ב של הי"ג מכילין. וכו'.
אבקש ממך מאד לצרף לזה מה שכתבתי למר שאול נ"י ולהעתיקו לי, כי בעיני הוא ענין יקר מאד ונפלא. וכו'.
ע"כ תוכן דבריו הקדושים.
אט די קורצע ווערטער זענען די והותר צו כאפן א שטיקעלע בליק ווי אזוי די פריערדיגע צדיקים האבן אנגעקוקט דעם ספר נועם אלימלך.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

און איבעראל לערנט מען במשך'ן שבת ספרו הקדוש, יש וואס פירן זעך ארום צו פעסן בייט טיש יעדערער זאגט א שטיקל, מאנכע א שטיקעלע פאר קידוש (כידוע רבינו זי"ע הי' לומד במוצ"ש מהשבוע הבא) כל אחד לפי הרגשו וקבלה מאבותיו ורבותיו הק'

דערמאן כ'זיך אזוי, א שטיק צייט (אלס בחור) האב איך געהאט א קביעות צו גומר זיין דעם גאנצן נועם אויפ'ן פרשה יעדע וואך. איין וואך האב איך נישט מספיק געווען צו ענדיגן האב איך גענדיגט מיטן די וואך, קומט צו מיין משגיח (וועל איך נישט פורש זיין בשמו) און האלט פאר היתכן "נועם אלימלך לערנט מען נאר שבת", עכ"פ באוויסט איז דאס ווארט אז דער נוע"א איז מטהר ומקדש אפי' מען פארשטייט נישט אקוראט, אבער א געוואלד מוסר וואס מען קען ארויס נעמען, (אפשר א צווייט געלעגנהייט העמיר צוריק קערן אהער)
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וואס איז די מקור אז די ערשטע דרוק נועם אלימלך איז א סגולה מער ווי די צווייטע דרוק?
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

בספר אוהל אלימלך (אות רפ"ט) להרב מיכלזאהן ברענגט עהר בזה"ל : כתב אלי ידי נפשי הרה"ג מו' חיים דוב גראס (שליט"א) זצ"ל אבד"ק פעטריווא "יש צדיקים שהחזיקו שהספר נועם אלימלך דפוס הראשון - תקמ"ח, הוא מסוגל למקשה לילד", שתשים הספר במיטתה ותלד בניקל. עכ"ל.

אע"פ וואס דער ספר הנ"ל און אזוי אויך די אנדערע ספרים "אהלי צדיקים" פון הרב מיכלזאהן זענען אנגענומען אלס גאר פארלעסליך און מקורות'דיג, מ"מ איז נאך אלס נישט קלאר מבטן מי יצא הדברים, ער ברענגט עס פון אבד"ק פעטריווא וואס ברענגט עס בשם צדיקים אהן א נאמען.

[וע' בספר 'קדושת נועם אלימלך' ברענגט ער צו כמה עובדות פון צדיקים וואס האבן זיך משתמש געווען מיט'ן ספר אלס א סגולה, און ס'איז קלאר משמע אז ס'נישט געווען קיין קפידא דוקא אויף די ערשטע דרוק].
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

היינט די יארצייט זכותו הגדול יגן עלינו

ס'ווערט פארציילט אז איינער האט נאכגעזאגט פארן קדושת ציון מבאבוב וואס די וועלט זאגט אז מ'גייט אויפן ציון פון הייליגן ר"ר אלימלך שטארבט מען נישט אהן תשובה, אויף האט דער באבוב'ער רב גענטפערט "דאס איז קלאר אז אז מ'לערנט נועם אלימלך לעבט מען תשובה".

ווי איז דער מקור הסיפור?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח הרב ידיעות פאר די אשכול זיעועכי"א
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

נעכטן ביינאכט אין איילעניש אפגעפלויגן צום שפיטאל, און פארגעסן צו נעמען דעם נועם אלימלך. ווייזט אויס די יומא דהילולא האט מגין געוועזען, נאך געציילטע מינוטין פונעם אנקום האב איך שוין געהערט דאס געוויין פונעם קינד...
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מזל טוב. אויב איז עס א יונגל וועט נאמען זיכער זיין מיילעך, און אויב א מיידל מלכה , אדער גאר, זיסל...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איבער די שטערנס וואס זענען געדריקט און נועם אלימלך איז ידוע וואס יעדער ווייסט אז סאיז דארט באהאלטן סודות וכו'

אבער אין נועם אלימלך הוצאת פאר מקדושים ברענגען זיי אז סקומט בשם (דענק איך נישט ) און אז ווען מהאט געוויזן פאר רבי יאנקעלע אז אסאך ספרים פון א אלטע דריקן האבן דאס (אויך נישט אידישע) האט ער געזאגט אז מדארף נישט מער זיכן קיין סיבה פאר דעם

סאיז א לאנגע שמועס אפשר האבן צייט וועט מען דאס אויסשמועסן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

כ'האב באמערקט דעם סיפור דארט, וואלט טאקע געווען זייער אינטערסאנט צו הערן מער איבער דעם.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ש'כח זייער אינטערסאנט

פון צווישן די פארשידענע מהלכים וואס ווערט דארט אויסגעשמועסט זעהט אויס אז די שטארקעסטע ראי' איז דאס וואס ווערט נאכגעברענגט אז אין די כת"י פון נועם אלימלך שנכתב בעצם כתי"ק הרה"ק ר' אלעזר ליזענסקער זי"ע איז אויך דא פארשידענע צייכענעס צווישן די ווערטער, און דאס צייגט אז יש דברים בגו.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פרשת ויקהל די וואך וואס עס קומט אויס בדר״כ די יארצייט איז נישטא קיין תורות כידוע
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ווי איז טאקע די מקור פונעם הסבר?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

עי׳ ספר דברי תורה ח״ח סי׳ לה שגור בפי העולם הת״ח והחסידים וע״ע באהל אלימלך אות רפ״ט
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חמרא טבא האט געשריבן:פרשת ויקהל די וואך וואס עס קומט אויס בדר״כ די יארצייט איז נישטא קיין תורות כידוע


נישט אז סאיז נישט דא נאר סאיז אריינגעלייגט אין פרשת פקודי

ויקהל.jpg
ויקהל.jpg (270.19 KiB) געזען 4207 מאל

נועם אלימלך ויקהל.jpg
נועם אלימלך ויקהל.jpg (400.24 KiB) געזען 4207 מאל


אין דברי תורה מונקאטש שרייבט ער יא אז סאיז נישטא אבער צריך לומר שכוונתו אז סאיז דא מיעוט תורות (און נאר אין עטרת צבי איז בכלל נישט דא)

דברי תורה.png
דברי תורה.png (121.5 KiB) געזען 4202 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ידיעות שונות האט געשריבן:ש'כח זייער אינטערסאנט

פון צווישן די פארשידענע מהלכים וואס ווערט דארט אויסגעשמועסט זעהט אויס אז די שטארקעסטע ראי' איז דאס וואס ווערט נאכגעברענגט אז אין די כת"י פון נועם אלימלך שנכתב בעצם כתי"ק הרה"ק ר' אלעזר ליזענסקער זי"ע איז אויך דא פארשידענע צייכענעס צווישן די ווערטער, און דאס צייגט אז יש דברים בגו.


נו וואו איז די כת"י?
און אפילו אויב אין כת"י איז דאס דא איז נאך נישט מוכרח ווי די שרייבן דארט באריכות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

טאקע א חידוש כשלעצמו. איינער ווייסט צו זאגן פון א כת"י פון נועם אלימלך? ס'הערט זיך אינטערסאנט אז צווישן דעם היימישן עולם איז קיינער נישט אנגעקומען צו דעם. (בפרט די נייע מהדורות וואלטן שוין געדארפט צו דערשנאפן אזא ארטיקל...)
לעצט פארראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך פעברואר 27, 2019 9:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

בנו הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע כותב בהקדמת הספה"ק נועם אלימלך, שכל אחד משיג ומבין בספר לפום דרגא דיליה.
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

פון ספר "צור צדיק" עמ' רע"ז:
שמעתי מאא"ז הרה"ק מטשעכויב זי"ע ששמע מחו"ז הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע שאביו הרה"ק רבי שלום מבעלזא זי"ע רצה לעשות פירוש על הספה"ק נועם אלימלך, וראה "אז טינט מיט פאפיר וועלן נישט סטייען" (-לא יספיקו). [א. ה. וכן סיפר רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע ששמע מהרה"ק מטשעחויב]
הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע ראה פעם בחלומו בית מלא ספרים פירושים על הספה"ק נועם אלימלך.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איינס האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פרשת ויקהל די וואך וואס עס קומט אויס בדר״כ די יארצייט איז נישטא קיין תורות כידוע


נישט אז סאיז נישט דא נאר סאיז אריינגעלייגט אין פרשת פקודי

ויקהל.jpg

נועם אלימלך ויקהל.jpg


אין דברי תורה מונקאטש שרייבט ער יא אז סאיז נישטא אבער צריך לומר שכוונתו אז סאיז דא מיעוט תורות (און נאר אין עטרת צבי איז בכלל נישט דא)

דברי תורה.png

דער אהל אלימלך וואס כ'האב צוגעצייכנט ערווענט דאס שוין
דביה תחדי נפשא
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

איינס האט געשריבן:איבער די שטערנס וואס זענען געדריקט און נועם אלימלך איז ידוע וואס יעדער ווייסט אז סאיז דארט באהאלטן סודות וכו'

אבער אין נועם אלימלך הוצאת פאר מקדושים ברענגען זיי אז סקומט בשם (דענק איך נישט ) און אז ווען מהאט געוויזן פאר רבי יאנקעלע אז אסאך ספרים פון א אלטע דריקן האבן דאס (אויך נישט אידישע) האט ער געזאגט אז מדארף נישט מער זיכן קיין סיבה פאר דעם

סאיז א לאנגע שמועס אפשר האבן צייט וועט מען דאס אויסשמועסן

געהערט בשם רביה"ק מסאטמאר אז די שטערנס איז נאר א סימן פונעם דרוקער "והא ראיה אז אין די הסכמות אויפן ספר איז עס אויך דא "
אבער אם כל זה היה מתנגד לאלו הדפוסים שהשמיטו
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איינס האט געשריבן:איבער די שטערנס וואס זענען געדריקט און נועם אלימלך איז ידוע וואס יעדער ווייסט אז סאיז דארט באהאלטן סודות וכו'

כעין זה, אין די הקדמה צו דרשות חתם סופר
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (93.96 KiB) געזען 3605 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

שמעתי דבר נאה מהרב יסגור שליט"א ש"כוכב" גימטריא מח ובשנת תק"מח הדפיסו את הספר
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

dovidal האט געשריבן:שמעתי דבר נאה מהרב יסגור שליט"א ש"כוכב" גימטריא מח ובשנת תק"מח הדפיסו את הספר

רמזים און גימטריות איז זייער שיין און זיי זענען פרפראות לחכמה אבער מדארף צולייגן אז דאס זענען רמזים שלאחר מעשה און נישט אז סאיז געווען די כונה מלכתחילה (סמאכט דאס נאך אלטס נישט אוועק).
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”