בלאט 1 פון 1

ספרים בלויז אויף איין פרשה

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 11:50 pm
דורך ישלהוסיף
בדרך כלל זענען די ספרים על התורה על פי רוב אויף איין ספר שבחומש, דהיינו איין כרך אויף בראשית דער צווייטער אויף סדר שמות אא"וו. דא פארהאן לדוגמא די דברי יואל וואס האט עטליכע פרשות אין איין באנד. אבער א גאנצע ספר בלויז אויף איין פרשה אליינס איז זעלטן.

אבער לכל כלל יש יוצא מן הכלל,

א) צום אלעם ערשטן איז באקאנט די ספרים פון רבי שלמה קלוגער, וואס מכון חכמת שלמה דרוקט עס האלט שוין היינט ביי פרשת ויקרא, וואס ביז דארט איז יעדער פרשה א כרך פאר זיך!

ב) אגרא דכלה (פון דער בני יששכר) בלויז אויף פרשת בראשית

ג) מגלה עמוקות פרשת ואתחנן

ד) שפע חיים פון קלויזענבורגער רב אויף פרשת משפטים

דער אמת איז אז פון עטליכע פרשת פון דברי יואל איז גענונג ראוי צו ווערען געדריקט פאר א ספר פאר זיך.

איז דא נאך?

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 11:59 pm
דורך לכתחילה אריבער
ספרי ר' שלמה קלוגער זצ"ל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:00 am
דורך ישלהוסיף
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ספרי ר' שלמה קלוגער זצ"ל


כאמור לעיל עייש"ה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:14 am
דורך לכתחילה אריבער
ישלהוסיף האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ספרי ר' שלמה קלוגער זצ"ל


כאמור לעיל עייש"ה

אופס!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:42 am
דורך גענוג שוין
מאיר עיני חכמים אויף חנוכה

כ'ווייס נישט אויב מ'רעדט אויך פון הייניטיגע
ס'איז דא א חיבר פון שענדישוב'ער רבי שליט"א אויף פ' כי תשא (ס'הייסט צפנת פענח)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:03 pm
דורך Gevald Geshrigen
אבן עזרא פרשת בראשית ברענגט אז איינער פון זיין צייט האט געשריבן אויף די ערשטע פאר פסוקים

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:02 pm
דורך לב טוב
ישלהוסיף האט געשריבן:אגרא דכלה (פון דער בני יששכר) בלויז אויף פרשת בראשית

וואו איז דא א עקסטערע באנד פון פרשת בראשית ?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:17 pm
דורך מאטעס
ישנו ספר שלם בן זמנינו שמיוחד להסביר פרשת טלואים נקודים וברודים

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:51 am
דורך גענוג שוין
ספה"ק באר מיים חיים פ' בראשית איז אין עטליכע דפוס'ן א גאנצע באנד
אויב מען רעדט פון אן ענין איז מסתם דא הונדערטער ספרים (לדוגמא תפילה, שבת, וכו')
אגב צפנת פענח שהזכרתי לעיל איז א לאנג'ן מאמר אויף איין פסוק

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:52 pm
דורך ישלהוסיף
לב טוב האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אגרא דכלה (פון דער בני יששכר) בלויז אויף פרשת בראשית

וואו איז דא א עקסטערע באנד פון פרשת בראשית ?


אגרא דכלה על פרשת בראשית ע"י מכון ספרי מהרצ"א, ברוקלין תשס"ח
מכון הנ"ל תחת הנהלת צבי דוד פרייער

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:54 pm
דורך ישלהוסיף
גענוג שוין האט געשריבן:ספה"ק באר מיים חיים פ' בראשית איז אין עטליכע דפוס'ן א גאנצע באנד
אויב מען רעדט פון אן ענין איז מסתם דא הונדערטער ספרים (לדוגמא תפילה, שבת, וכו')
אגב צפנת פענח שהזכרתי לעיל איז א לאנג'ן מאמר אויף איין פסוק


דער קעפל פון דער אשול איז געווינדמענט בלויז אויף פרשיות התורה
ספרי מועדים וענינים אין להם שיעור וערך
חוץ אזעלעכע ספרים ווי אויף הלכות המפיל, עיטוש בהלכה, הלכות מים אחרונים, וכיוצ"ב.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:56 am
דורך ישלהוסיף
מרבי דוד אייזיק מסקאליע זצ"ל איז יעצט ארויס געקומען א ספר בלויז אויף פרשת בראשית, י"ל ע"י מכון באר יצחק בנשיאות נכדו האדמו"ר מסקאליע שליט"א

געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:00 pm
דורך תמימות'דיגער
גענוג שוין האט געשריבן:אגב צפנת פענח שהזכרתי לעיל איז א לאנג'ן מאמר אויף איין פסוק


ספר התניא איז איין לאנגער מאמר אויפן פסוק כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו....

געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:30 pm
דורך לחי
ישלהוסיף האט געשריבן:
ד) שפע חיים פון קלויזענבורגער רב אויף פרשת משפטים


האט איינער דאס אמאל געזען???
פלפול, אגדה, חידושים, של"ס תורה?
פון וועלכע יארן?
ווען האט מען עס געדריקט?

מגלה עמוקות

געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2017 2:05 am
דורך joegreen
היינט געהערט ביים שיעור אז דער מגלה עמוקות האט געשריבען א חיבור מיט 1000 פשוטים אויף די אלף זעירה פין ויקרא

סימן כד

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2017 9:26 pm
דורך לייברערין
פארהאן א ספר מיטן נאמען סימן כד, ברדיטשוב, תרס"ג אויפן שער שטייט "על סימן כד שבתורה [בראשית] ומדבר הרבה מהכד של רבקה ... ממני צבי הירש ב"ר בנציון שלעז זצ"ל .." (גענומען פון מפעל,, ווער עס ווייסט ווייסט)

איבערגעדרוקט לעצטנס הערליך, דורך ר' שלום דשייקאב פון מאנסי, א יוד א חידוש, א לויער, א ת"ח, דרוקט און באארבעט ספרים, וואס מען קען נישט לעזן און בעט, נאר ריכטגע יודישע ספרים פון אלע צייטן.

פארהאן און אוצר החכמה סימן כד

געשריבן: זונטאג יולי 30, 2017 5:54 am
דורך hamenagen
ספר מנחת החיים
מאת ר׳ מנחם חיים מרל מגייטסהד

א באנד אויף פרשת לך לך
א באנד אויף פרשת וירא
און א באנד אויף פרשת חיה שרה

געשריבן: זונטאג יולי 30, 2017 12:37 pm
דורך איש חמודות
דרושים לכל חפציהם
על פרשת האזינו
מאת רבי נתן פייטל תאומים זצ"ל (קראקא שנת שס"ט לפ"ק)

http://www.hebrewbooks.org/45769