מאכן מעיל מארדש אויף א אימעיל

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

מאכן מעיל מארדש אויף א אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

איך ניץ אוטלאק פאר מיין אימעילס
וויל איך אבער וואוסן צו עס איז שייך צו מאכן א מעיל מארדש אז מיין גאנצע אימעיל גרופ זאל יעדער באקומען למשל א אנדערע שירה למשל א"כ מורינו הרב ר' ............(די נאמען)....שליט"א און עס זאל שטימען מיט די אימעילס (אדער אפילו עס זאל נישט שטימען מיט די אימעילס אבער יעדע זאל באקומען 1 אנדערע שירה?
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

וויפיל יארן איך נוץ שוין אוטלוק, האב איך נישט געזען א מעגליכקייט צו מאכן דארט מעיל מערדזש. צו דעם דארפסטו האבן "ווארד" און דארט מאכן די מערדזש, מיט א דאטאבעיס מיט נעמען און אינפארמאציע וכו' וכו'.

די בעסטע וועג איז, ביי ווארד, צו גיין צו די "מעילינגס" טעב > סטארט מעיל מערדזש, אבער קליק נישט גלייך, נאר אויף די "עראו" אראפ, קומט ארויף די מעניו > קליק אויף די לעצטע אונטן, מעיל מערדזש "וויזארד." דאס וועט עפענען א נייע פענסטערל אויף די רעכטע זייט פון ווארד, דיר צו העלפן אויף טריט און שריט.

אבער זאלסט וויסן פון פאראויס, א מעיל מערדזש איז טעכניש קאמפליצירט, און עס האט שוין פאסירט אז, אקעי נישט ממש די בארד איז ווייס געווארן פון פלוץ יפליצין, אבער נאך אן עקשנות'דיגע סעסיע מיט'ן ווארד פראגראם האט געקענט פעלן א שטיקל בארד, א ווינקל אזא. זיי גערישט.

און פיל הצלחה און סייעתא דשמיא.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אלטן דור האט געשריבן:איך ניץ אוטלאק פאר מיין אימעילס
וויל איך אבער וואוסן צו עס איז שייך צו מאכן א מעיל מארדש אז מיין גאנצע אימעיל גרופ זאל יעדער באקומען למשל א אנדערע שירה למשל א"כ מורינו הרב ר' ............(די נאמען)....שליט"א און עס זאל שטימען מיט די אימעילס (אדער אפילו עס זאל נישט שטימען מיט די אימעילס אבער יעדע זאל באקומען 1 אנדערע שירה?

קענסט עס טוהן דורך מייקראסאפט עקסעס מיט א פיצי קאוד אדער מיט א פשוטע מאקראו נישט קיין גרויסע תורה
ער וועט ניצן אין די בעקגראונד מייקראסאפט אוטלוק ווייטער געהעריג
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

זיי בעסער מסביר וואו אזוי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30707
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

און דזשימעיל איז דא אפאר וועגען וויאזוי צומאכען א מעיל מערדזש

1. Yet Another Mail Merge זייער לייכט און פשוט, מאכט א "גוגעל ספרעדשיעט" מיט אלע אינפארמאציע וואס איר ווילט, דערנאך מאכט אן דרעפט אימעיל (אין דזשימעיל), ניצט דעם עד-אן צי שיקען די אימעילס
2. Merge by MailChimp מער אפציעס, ניצט גוגעל דאקס פאר די אימעיל, מען קען מאכען פי.די.עף.
3. Ultradox Template Editor, זעהר אסאך אפציעס פון שיקען און באקומען (אביסעלע קאמפליצירט אויסצושטעלען, אבער גוט)
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: מאכן מעיל מארדש אויף א אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא בתרא »

אין GMAIL קען מען ס"ה אריינגיין ביי די CONTACTS, און סעלעקטן אלע אדרעסן פאר וועם מ'וויל שיקען.

7658.jpg
7658.jpg (64.31 KiB) געזען 2538 מאל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30707
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

תנא בתרא האט געשריבן:אין GMAIL קען מען ס"ה אריינגיין ביי די CONTACTS, און סעלעקטן אלע אדרעסן פאר וועם מ'וויל שיקען.

7658.jpg

"מעיל מערדזש" מיינט נישט סתם "שיקן אין באלק". עס מיינט פערסענעלייזן פאר יעדן עפעס אנדערש, דאס הייסט אז דער אימעיל וואס גייט צו [email protected] זאל זיך אנהויבן "כבוד הרב תנא בתרא".
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: מאכן מעיל מארדש אויף א אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

איך זוך א פראגראם צו פאר זיצן אין א ביהמ"ד.

איך האב שוין באמת א אויסשטעל פון די זיצן אין ביהמ"ד, און א עקסעל פון א לע נעמען און נומערן. די שאלה איז וואס איז די בעסטע וועג עס צו מאכן?

איז שייך עפעס א סארט מעי"ל מערדז"ש?
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”