פייערפאקס בראוזער
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר האלף
- תגובות: 1004
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3502
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
- לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט
קנאפער ידען האט געשריבן: (יא יא, אביסל צעמישט... WOW64 איז 32...)
דא איז עס נישט אזוי צעמישט ווי ווען מען גייט און די windows folder
דארט האסטו א פאלדער system32 דארט ליגט די 64 ביט פראגרעמס למשל די 64 ביט נאוטפעד
נאכדעם האסטו די syswow64 folder וואס דארט ליגט די 32 ביט פראגרעמס למשל די 32 ביט נאוטפעד
אבער די אמת איז אז syswow64 איז נישט קיין קשיא ווייל דאס איז ר"ת ווינדאוס אן ווינדאוס 64
די קשיא איז פארוואס האבען זיי נישט געטוישט system32 צו system64 מן הסתם איז די תירוץ וועגען קאמפעטעביליטי
- טויגליכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1216
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
- לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ
יעדע מאל וואס איך עפן פייערפאקס קומט ארויף די ערראר
כא נאך קיינמאל נישט געקענט געהעריג נוצן פייערפאקס

אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3502
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
- לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט
טויגליכער איד האט געשריבן:יעדע מאל וואס איך עפן פייערפאקס קומט ארויף די ערראר
כא נאך קיינמאל נישט געקענט געהעריג נוצן פייערפאקס
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1112763
- טויגליכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1216
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
- לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ
משנה מקום האט געשריבן:טויגליכער איד האט געשריבן:יעדע מאל וואס איך עפן פייערפאקס קומט ארויף די ערראר
כא נאך קיינמאל נישט געקענט געהעריג נוצן פייערפאקס
viewtopic.php?p=1112763#p1112763
wow יישר כח
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12397
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
https://send.firefox.com
פייערפאקס האט א נייע זאך אז מ'קען שערן ביז א גיג פיילס ענקריפטיד... בחינם.
מ'קען ניצען עני בראוזער.

איזי
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
טראבל מעיקער האט געשריבן:לאנדאנער האט געשריבן:טראבל מעיקער האט געשריבן:https://send.firefox.com
פייערפאקס האט א נייע זאך אז מ'קען שערן ביז א גיג פיילס ענקריפטיד... בחינם.
מ'קען ניצען עני בראוזער.
מיט ONE DRIVE קען מען שיקן 2 GB בחינם
אין מיט גוגל דרייוו 3 GB
אבער מיט גוגל ניצט עס אויס סטארעזש פון דיין פלאץ אין זשימעל משא''כ ביי מייקראסאפט OUTLOOK.COM האט אנלימיטעד סטארעזש ממילא מאכט עס נישט קיין נפקא מינה אויב די ניצט אויס דיין פלאץ אויף ONE DRIVE
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
- חכם ממה נשתנה
- שר האלף
- תגובות: 1150
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
- לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן
לאנדאנער האט געשריבן:טראבל מעיקער האט געשריבן:לאנדאנער האט געשריבן:טראבל מעיקער האט געשריבן:https://send.firefox.com
פייערפאקס האט א נייע זאך אז מ'קען שערן ביז א גיג פיילס ענקריפטיד... בחינם.
מ'קען ניצען עני בראוזער.
מיט ONE DRIVE קען מען שיקן 2 GB בחינם
אין מיט גוגל דרייוו 3 GB
אבער מיט גוגל ניצט עס אויס סטארעזש פון דיין פלאץ אין זשימעל משא''כ ביי מייקראסאפט OUTLOOK.COM האט אנלימיטעד סטארעזש ממילא מאכט עס נישט קיין נפקא מינה אויב די ניצט אויס דיין פלאץ אויף ONE DRIVE
זייט ווען איז one drive אנלימיטעד?
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20170804-042255.jpg (31.01 KiB) געזען 7742 מאל
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30752
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
חכם ממה נשתנה האט געשריבן:לאנדאנער האט געשריבן:טראבל מעיקער האט געשריבן:לאנדאנער האט געשריבן:טראבל מעיקער האט געשריבן:https://send.firefox.com
פייערפאקס האט א נייע זאך אז מ'קען שערן ביז א גיג פיילס ענקריפטיד... בחינם.
מ'קען ניצען עני בראוזער.
מיט ONE DRIVE קען מען שיקן 2 GB בחינם
אין מיט גוגל דרייוו 3 GB
אבער מיט גוגל ניצט עס אויס סטארעזש פון דיין פלאץ אין זשימעל משא''כ ביי מייקראסאפט OUTLOOK.COM האט אנלימיטעד סטארעזש ממילא מאכט עס נישט קיין נפקא מינה אויב די ניצט אויס דיין פלאץ אויף ONE DRIVE
זייט ווען איז one drive אנלימיטעד?
ליין איבער... ער זאגט אז "אוטלאק.קאם" אימעיל אדרעסן האבן אנלימיטעד פלאץ, און במילא דארף מען זיך נישט זארגן און מען קען רואיגער נוצן די גאנצע וואן דרייוו פלאץ. ווידעראום גוגל דרייוו נוצט דער זעלבער פלאץ ווי דזשימעיל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm
קנאפער ידען האט געשריבן:חכם ממה נשתנה האט געשריבן:לאנדאנער האט געשריבן:טראבל מעיקער האט געשריבן:לאנדאנער האט געשריבן:
מיט ONE DRIVE קען מען שיקן 2 GB בחינם
אין מיט גוגל דרייוו 3 GB
אבער מיט גוגל ניצט עס אויס סטארעזש פון דיין פלאץ אין זשימעל משא''כ ביי מייקראסאפט OUTLOOK.COM האט אנלימיטעד סטארעזש ממילא מאכט עס נישט קיין נפקא מינה אויב די ניצט אויס דיין פלאץ אויף ONE DRIVE
זייט ווען איז one drive אנלימיטעד?
ליין איבער... ער זאגט אז "אוטלאק.קאם" אימעיל אדרעסן האבן אנלימיטעד פלאץ, און במילא דארף מען זיך נישט זארגן און מען קען רואיגער נוצן די גאנצע וואן דרייוו פלאץ. ווידעראום גוגל דרייוו נוצט דער זעלבער פלאץ ווי דזשימעיל.
ווייסט אויס אז דער קנאפער ידען פארשטייט מיך בעסער ווי דער חכם ממה נשתנה
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30752
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
רופא נפשות האט געשריבן:איך האב א outlook.com אדרעס. דאס מיינט אז איך האב אנלימיטעד סטארעדש? איי איך האב נאר א טעראבייט? קען זיין אז איינמאל איך האב געמאכט office 365 איז עס אראפגעגאנגען צו א טעראבייט? מאכט נישט קיין סענס.
אוטלאק דאט קאם לחוד און וואן דרייוו לחוד. (אזווי גוגל פאטאס אדער ענדרויד בעקאפ נעמט נישט אויף קיין פלאץ אין גוגל דרייוו)
דיין וואן דרייוו אקאונט האט איין טב, און די פרייע האבן אפאר גיג. ווידעראום דיין אוטלאק.קאם אימעיל קאנטע קען נעמען אימעיל אנלימיטעד מיט עטעטשמענט און דאס פילט נישט אן די פלאץ (וויפיל דו האסט נאר) פון וואן דרייוו.
פארשטאנטא?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1004
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30752
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ס'גרויסע נייעס אינעם פייערפאקס וועלט!! פייערפאקס 57 איז דא! וואס, פרעגט איר? יא, מען רעדט פון פייערפאקס ווערסיע 57 וואס איז היינט ארויס פון אונטער די נעגל פון מאזילע.
וואס איז ניי מיט דער נייער ווערסיע? פרעג בעסער וואס איז אלט! און האסט נישט וואס צו פרעגן ווייל גארנישט איז ווי אמאל... צו בעסער, צו ערגער, און צו פשוט דער מציאות.
פייערפאקס ווערסיע 57 וואס איז היינט ארויס און אפדעיט זיך שוין געפרעגט און אומגעפרעגט ביי רוב פייערפאקס באנוצער איז א נייע בראוזער פון אונטן ארויף. אנגעהויבן ביי דער נייער בעיס ענדזשין און אלע זייטיגע ענדזשינס, ווייטער מיט דער נייער עקסטענטשאן שפראך, ווייטער מיט דער דראסטישער אויסזען און אויסשטעל, און - לויט ווי זיי זאגן - גאר שטארק פארבעסערטע ספיד און ריספאנסיוונעס.
לאמיר גיין צו וואס וועט די מערסטע אפעקטירן שטארקע באנוצער. ביז היינט איז א גרויס חלק פון פייערפאקס'ס יוזער בעיס געווען צוליב די פולע גאר גוטע עדד-אנס וואס זענען געווען עקסקלוסיוו צו פייערפאקס, אפילו אזאנע וואס האבן יא געהאט פאר קראום אויך איז צומאל דער פייערפאקס ווערסיע געווען פול מער קעיפעבעל. וואס איז דער סיבה דערצו, דער סיבה איז וויבאלד פייערפאקס עקסטענטשאנס האבן גענוצט א געוויסע סטאנדארט און קאוד וואס האט געגעבן פארן עקסטענטשאן מער טיפערע עקסעס צו דער קאמפיוטער און די וועב טרעפיק אזוי האט ער צומאל געקענט טון זאכן וואס אין קראום וואלט עס אים נישט מעגליך געווען. אבער...יעצט האט פייערפאקס געדראפט סופפארט פאר דער אלטער סטאנדארט און נוצן נאר דער זעלבער סטאנדארט ווי דאס וואס קראום נוצט (גערופן "וועב עקסטענטשאנס"). דער מעלה? עס איז גאר גאר גרינג צו מאכן די זעלבע עקסטענטשאן פאר ביידע צוזאמען מיט ממש מינימאלע - אויב בכלל - שינויים. דער חסרון? עס האט פארלוירן דער באהאלטענער (נישט עכט...) כח וואס ער האט געהאט מער ווי וואס קראום עקסטענטשאנס האבן געקענט.
דער עיקר פראבלעם איז אבער אז אפילו אזאנע וואס וואלטן געקענט עכט איבערשרייבן דער עקסטענטשאן אין דער נייער וועג, נישט יעדער איז נאך אקטיוו אדער וויליג צו אריילייגן דער ארבעט וואס דאס קאסט. און גאר אסאך פון די עקסטענטשאנס זענען אזאנע סייד פראדזשעקס פון פראגראמער און זיי האבן נישט די צייט אדער נערווען צו עס איבערשרייבן. און דאס איז אחוץ די פולע פולע וואס קענען פשוט נישט באווייזן מיט דער נייער סטאנדארט דאס וואס זיי האבן געקענט מיטן אלטער. דער תוצאה איז אז גאר גאר גאר אסאך פון די זאפטיגע זאכן ארבעטן נישט, נאר פאר א דוגמא אפאר: NoScript, Tab Groups, Classic Theme Restorer, Session Manager, Tab Groups, און Video DownloadHelper (שוין יא צוריק מיט ווייניגער פונקציעס און סטרימינג ווידיאוס קען ער נישט אן א אינסטאלירטע פראגראם אינעם קאמפיוטער), DownThemAll!, FlashGot Mass Downloader, mFull, און כמובן אז דאס איז נאר א טיפה מן הים. פאר געוויסע קען מען טרעפן ריפלעיסמענטס און פאר געוויסע נישט.
פאר איינער וואס איז אנגעוויזן אין איינער פון די עקסטענטשאנס איז די מערסטע מומלץ צו נוצן דער פייערפאקס ווערסיע 52 ESR וואס איז ע'קסטענדעד ס'ופפארט ר'עליס, דאס הייסט אז עס באקומט נאך אלץ סעקיורעטי אפדעיטס וואס איז זייער וויכטיג און דער בראוזער אליינס ווערט נישט אפדעיטעד. דאס קען מען דאונלאודן דאהי https://www.mozilla.org/en-US/firefox/organizations/. נאך א עצה - אבער נישט קיין רעקאמענדירטע - איז צו דאונלאודן פייערפאקס 56 (פון דא https://ftp.mozilla.org/pub/firefox/releases/56.0/) און בלאקן אטאמאטישע אפדעיטס.
דער אויסזען איז ממש פושט צורה ולובש צורה, להנאת פון די קראום באנוצער...און על אפם פון די פייערפאקס דיי-הארטס (וואס האבן שוין עכט געענדיגט זיך אויסגעוויינט ווען עס איז געקומען דער ביז איצטיגער אויסזען אוועק פון איינס בעפאר) האבן זיי געמאכט א טויש אינעם אויסזען און עס קוקט אויס גאר ענדליך צו קראום, סיי אויף ענדרויד און סיי אין ווינדאוס. די אויסזען און די פלעיסמענט פון זאכן, אפשענס וכדו'.
איינער פון די עיקר פרייליכע זאכן איז דאס שנעלקייט וואס זיי טענה'ן קומט מיטן אפדעיט, זיי זאגן אז עס איז ממש א 40% צו מער אימפראוומענט אין אוועראל בראוזער ספיד! און דאס איז אן אויפעסן אזויפיל רעם ווי קראום איז שלעכט-באקאנט פאר. איינער פון די גרויסע טוישן וואס ערמעגליכן דאס איז דאס אז זיי נעמען עדווענטידזש פון אפאר קאורס אינעם פראסעסער, ביז היינט האט זיך עס נאר גערעכנט מיט איין קאור און איגנארירט די אנדערע.
עטליכע קליינע קרישקעלעך:
אויף ענדרויד האבן זיי צוגעלייגט אזויווי קראום האט שוין לאנג אזאנע אין עפפ בראוזער ווינדאוס, וואס ווען מען דריקט א לינק עפענט זיך עס אין פייערפאקס אבער אזויווי אינעם עפפ (מיט די קאלירן און ווייניגער אפציעס, אזוי איז עס מער באקאנט און נעמט שנעלער צו לאודן).
מאזילע האט אפגעהאקט זייער דיעל מיט יאהו און גוגל איז צוריק אלץ דער דעפאלט סערטש ענדזשין אין פייערפאקס.

******