איך פלאן אי"ה צו ציען אפאר Ethernet ווייערס, וואלט איך געוואלט וויסן וועלכע קאמפעני ווייערס לוינט זיך צו קויפן? דהיינו the bang for your buck. אוודאי קען מען קויפן די גאר טייערע און זיין רואיג אז עס איז גוט, אדער קויפן די גאר ביליגע און באקומען זיכער דז'אנק, וויל איך וויסן וועלעכע קאמפעני באקומט מען דאס בעסטע פאר די געלט.
אויך וואלט איך געוואלט וויסן צו עס לוינט צו צאלן פאר cat6/cat6/cat 7 וכו', אדער איך קען בלייבן ביי cat5e?
Ethernet wires
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
Re: Ethernet wires
קיינער ווייסט נישט?
Re: Ethernet wires
לויט ווי איך פארשטיי איז די חילוק צווישן די ווייערס ווי שנעל עס קען לויפן די אינטערנעט
איז די שאלה פאר וועלכע באנוץ ווילסטו נוצען די ווייערס רעג אפיס באנוץ? דו דארפסט דאונלאודען גרויסע פיילס אפט?
איז די שאלה פאר וועלכע באנוץ ווילסטו נוצען די ווייערס רעג אפיס באנוץ? דו דארפסט דאונלאודען גרויסע פיילס אפט?
איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
Re: Ethernet wires
הייליג האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי איז די חילוק צווישן די ווייערס ווי שנעל עס קען לויפן די אינטערנעט
איז די שאלה פאר וועלכע באנוץ ווילסטו נוצען די ווייערס רעג אפיס באנוץ? דו דארפסט דאונלאודען גרויסע פיילס אפט?
איך דארף עס נישט פאר אפיס וכו' כרגע איז עס פאר WIFI, איך ווייס אז פאר דאס איז געניג 5E, די שאלה איז נאר צו עס לךוינט צו צאלן מער ווייל שפעטער וועט אלעס דארפן מער אינטערנעט...
מיין עיקר שאלה איז געוועהן אויף די ערשטע העלפט. וועלעכע קאמפעני ווייערס צו קויפן?