אינטערעסאנטע מנהגים: דבר יום ביומו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
scy4851 האט געשריבן:בין מנחה למעריב איז אויסגעקומען א שמועס איבער די פארשידענע מנהגים בנוגע זאגען יו"כ קטן.
כ'האב מיך דערמאנט א מנהג וואס איך האב געהערט ווען איך האב געוואוינט און מאנסי.
עס איז מיר איינמאל אויסגעקומען צו זאגען יו"כ קטן און די יעקישע שוהל דארט 'בית תפילה' וואס אלע זייערע מנהגים זענען מנהג פראנקפורט.
אן אינטערעסאנטע מנהג האב איך דארט געהערט.
אזוי וויא מנהג אשכנז, זאגען זיי יו"כ קטן ביי אנדער ערב ראשי חדשים אויכעט. נישט נאר ערב ראש חדש אלול.
אבער, זיי לאזען אויס בכונה עטליכע ערב ראשי חדשים און יאהר וואס זיי זאגען נישט.
זיי האבען אן הקפדה, נישט צו זאגען יו"כ קטן דריי חדשים און איין צו.
מעוועט זאגען צוויי ערב ראש חדש, און דערנאך וועט מען אויסלאזען דער נעקסטע ערב ראש חדש. און אזוי ווייטער.
ניין, דאס האט נישט מיט דריי מיט צוויי אדער פיר. פיר מאל אין יאר זאגט מען נישט יום כיפור קטן, וסימנ"ך חטא"ת (ערב ר"ח חשון, טבת, אייר, און תשרי. יעדעס מאל צוליב אן אנדערע סיבה.
אום ער"ח חשון - ווייל ס'איז דאך הערשט געוועהן יו"כ גדול. טבת - ווייל ס'קומט אויס אינמיטן חנוכה, אייר - ווייל ס'איז ניסן, תשרי - כדי לערבב השטן די זעלבע פארוואס מ'בענטשט נישט ר"ח.
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
השלך על ה' יהבך - בסוף ברהמ"ז
איך פון אייביג געזעהן ביי מיין פאטער אז ווען ער ענדיגט בענטשען ברהמ"ז לייגט ער צו דעם פסוק השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך לא יתן לעולם מוט לצדיק. כאטש יעדער מנהג וואס מ'זעהט ביי די עלטערן איז קודש אפי' אנע מקור, איז דאך אבער שיין צו וויסען מקור מקומו הטהור. איך האב קיינמאל נישט געטראפן די מקור. שפעטער האב איך געזעהן אז אין סידור מהרי"ץ פון דושינסקיא שטייט אויך דער מנהג. לעצטנס האב איך אנגעהויבן נאכקוקן אידן וואס זאגן ברכהמ"ז און צו מיין וואונדער זעה איך גאנץ א שיינער עולם האט דעם מנהג.
צו ווייסט איינער מהיכן יצא הדברים פון דעם מנהג קדוש?
צו ווייסט איינער מהיכן יצא הדברים פון דעם מנהג קדוש?
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
און כף החיים הלכות חנוכה סימן תרע"א אות ל"ב ווערט געברענגט א מנהג אריין לייגען וואסער און די נרות חנוכה און די טבע איז אז די שמן שווימט ארויף און די וואסער שטייט פון אינטען. ער ברענגט עס פון א ספר יפה ללב לר' יצחק פלאג'י חלק ב' אות ב'.
דאס איז א רמז אויפען נס "כי גבר ישראל שנמשלו לשמן, על אומות העולם שהם המים הזידונים"
דאס איז א רמז אויפען נס "כי גבר ישראל שנמשלו לשמן, על אומות העולם שהם המים הזידונים"
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
און תשובות מבי"ט ח"א סימן ק"פ ווערט געברענגט אז דער מנהג און רוב מקומות איז ביי ספירת העומר זאגט קהל די ברכה קודם, און ערשט דערנאך זאגט דער ש"ץ די ברכה. פינקט פארקערט פון וויא מיר טוהן.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=101
דער מבי"ט שרייבט דארט דער טעם פארוואס מען פירט זיך אזוי.
וענין ברכת ספירת העומר שנהגו ברוב המקומות לברך כל הקהל ביחד ואח"כ ש״צ ובמקומות מועטים הש״צ קודם ואח"כ כל הקהל יחד וכו'...
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=101
דער מבי"ט שרייבט דארט דער טעם פארוואס מען פירט זיך אזוי.
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
געזעהן און א ספר ברענגען אז און תשובות ראשית ביכורים פון הגאון ר' בצלאל הכהן מווילנא זצ"ל סימן ד' ברענגט ער א מעשה וואס איז מיט אוהם געשעהן ווען ער איז געווען און טרייעסט און איטאליע
די משנה זאגט און מגילה פ"ד משנה ח'
אבער לויט דער מנהג, וויל ר' בצלאל הכהן זאגען, איז שוין זייער פארשטענדליך.
הוא נושא את כפיו מיינט אז ער איז דער ווער עס זאגט ברכת כהנים הויך און די אנדערע כהנים שווייגען און זענען יוצא דורך שומע כעונה
איך האב געטראפען צוצייכענען צו א ספר 'בית דוד' פון ר' דוד חיים קורינאלדי ז"ל געדרוקט און אמשטרדם בשנת תצ"ח.
דארט שרייבט ער א ענדליכער חידוש אויף דער משנה.
דער חילוק צווישען ר' בצלאל הכהן און דער ספר בית דוד איז אז ר' בצלאל שרייבט אז די אנדערע כהנים האבען גארנישט געזאגט און האבען יוצא געווען מיט שומע כעונה. און ספר בית דוד שטייט אז זיי האבען יא געזאגט, נאר זיי האבען עס געזאגט שטילערהייט
לויטען 'בית דוד' האבען זיי נישט געדארפט אהנגעקומען צו שומע כעונה.
מיט דעם וויל ער זאגען פשט און א משנה און מגילה, וואס פון אויבען אויף איז עס שווער צו פארשטיין.וכשהייתי שמה בחדש אלול שנת בברכ״ת לפ"ק והתפללתי בש״ק פ׳ שופטים בבהכ"נ ספרדים שם כבדוני אז בעז״ה להיות הכהן המברך כל ברכת כהנים לבדי בקול וכל הכהנים בבהכנ״ס שעלי עמי יחד לדוכן שתקו אז ושמעו ממני לבד. שכך מנהגם שם שכהן אחד לבד מברך לעם בקול ושאר הכהנים שעולים עמו יוצאין בזה ע"י שומע כעונה לבד
די משנה זאגט און מגילה פ"ד משנה ח'
די ווערטער הוא נושא את כפיו איז שווער צו פארשטיין, ווייל אלע כהנים דוכענען דאך, נישט נאר ער!המפטיר בנביא הוא פורס על שמע, הוא עובר לפני התיבה, והוא נושא את כפיו.
אבער לויט דער מנהג, וויל ר' בצלאל הכהן זאגען, איז שוין זייער פארשטענדליך.
הוא נושא את כפיו מיינט אז ער איז דער ווער עס זאגט ברכת כהנים הויך און די אנדערע כהנים שווייגען און זענען יוצא דורך שומע כעונה
איך האב געטראפען צוצייכענען צו א ספר 'בית דוד' פון ר' דוד חיים קורינאלדי ז"ל געדרוקט און אמשטרדם בשנת תצ"ח.
דארט שרייבט ער א ענדליכער חידוש אויף דער משנה.
אטי אם יש שם כהנים אחרים אינם נושאים כפיהם הא ודאי דכלהו חייבין ע״י עצמן, ובעיני נראה דל״ק מידי דהוא נושא את כפיו היינו שהוא המברך בקול רם והאחרים העומדים עמו על הדוכן מברכין בלחש וכמנהג הרבה קהילות קדמוניות שבמלכות סאבוי״א בערי פיימונט״י ומתני׳ מסייעא למנהגם:
דער חילוק צווישען ר' בצלאל הכהן און דער ספר בית דוד איז אז ר' בצלאל שרייבט אז די אנדערע כהנים האבען גארנישט געזאגט און האבען יוצא געווען מיט שומע כעונה. און ספר בית דוד שטייט אז זיי האבען יא געזאגט, נאר זיי האבען עס געזאגט שטילערהייט
לויטען 'בית דוד' האבען זיי נישט געדארפט אהנגעקומען צו שומע כעונה.
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
דער בן איש חי ברענגט און זיין ספר בן איש חי (שנה א' פרשת עקב) אז און זיין שטאט באגדאד און אויך און ירושלים עיה"ק
זאגט מען די ברכה עושה מעשה בראשית אויף בליצען און די ברכה שכוחו וגבורתו אויף דינערען בלא שם ומלכות
ווייסט איינער אויב אזוי איז היינט דער מנהג און ירושלים?
זאגט מען די ברכה עושה מעשה בראשית אויף בליצען און די ברכה שכוחו וגבורתו אויף דינערען בלא שם ומלכות
ווייסט איינער אויב אזוי איז היינט דער מנהג און ירושלים?
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
געזעהן א מאדענע מנהג און 'ספר קושיות' לאחד מן הראשונים באשכנז בן דורם של תלמודי מהר"ם מרוטנבורג
וז"ל שם סי' י"א
פארוואס זאל איינער אהננעמען דער 'כיבוד' צו זיין פון די עדי קידושין ביי א חתונה?
וז"ל שם סי' י"א
תקשי לך, למה נהגו העולם להכות העדים בשעת קידושין.
תירץ, כי גמרינן 'קיחה' 'קיחה' משדה עפרון, קיחה בגימטריא קטטה, ואין קיחה בלא קטטה, לכן אנו מכים העדים כדי שיכלה הקטטה בזה
פארוואס זאל איינער אהננעמען דער 'כיבוד' צו זיין פון די עדי קידושין ביי א חתונה?
the SCY is the limit
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
ערוך השולחן סימן כט סעיף ג
דאס געזעהן ביי א"א ע"ה ווען ער איז שוין ניט און א מצב איך זאל קענען פרעגען ביי וועם ער האט דאס געזעהן געפרעגט דודי זז"ג
אבער ער האט דאס ניט געזעהן , שפעטער געזעהן און ".." שלומה אז הרש"ז אויערבאך נהג כן אבער ניט געויסט פארוואס
נור אז מען האט אים אזוי אויסגעלערנט
יש שנהגו כשמגיעים ב"ובא לציון" ל"יהי רצון שנשמור חוקיך..." – לסלק הרצועה מעל האצבע, לזכר "לשמור חוקיו" דבני מערבא.
ואיני יודע אם כדי לעשות כן, כיון דלא קיימא לן כבני מערבא. ועוד: דבני מערבא לא היו מברכים רק אם חלצום לעת ערב.
אך להיפך: איזה חשש יש בזה? ומכל מקום לא ידעתי אם יש לעשות זכר למאי דלא קיימא לן לדינא. וצריך עיון.
דאס געזעהן ביי א"א ע"ה ווען ער איז שוין ניט און א מצב איך זאל קענען פרעגען ביי וועם ער האט דאס געזעהן געפרעגט דודי זז"ג
אבער ער האט דאס ניט געזעהן , שפעטער געזעהן און ".." שלומה אז הרש"ז אויערבאך נהג כן אבער ניט געויסט פארוואס
נור אז מען האט אים אזוי אויסגעלערנט
לוי יצחק האט געשריבן:וכן נהג המנחת אלעזר זי"ע. עי' דרכי חיים ושלום
יישר כח.
ביז יעצט פיר איך מיך ווי דער בן איש חי שרייבט, נישט אראפצונעמען די כריכות פון די פינגער ביז נאך "אחד ושמו אחד" פון עלינו לשבח.
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
מנהה ש"ק
כתוב בספר המנהגים (חב"ד :
זיי זאגען ניט די הללו ' ס
כתוב בספר המנהגים (חב"ד :
"."מנהגינו להתחיל לומר ח"ק קרוב לסוף הגלילה, למהר בהגלילה ואמירת יהללו והכניסה לארון, ולהאריך במתינות באמירת הח"ק, באופן שיסיימו הח"ק אחר הכניסה, ועכ"פ להסמיכו להתפלה ככל האפשר
זיי זאגען ניט די הללו ' ס