נשמה האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איינער קען דא ארויסברענגען קלאר וואס די חברה טוהען. "אן די הלכה חלק"?
איך וועל דיר זאגן וויאזוי עס ליגט מיר אין קאפ.
זיי פרובירן צו
פארבעסערן די געלויף פון ענערגיע אינעם מענטש. אזוי ווי ווען דו פרובירסט אויפצושטאפן א פארשטאפטע סינק. די ענערגיע אין א מענטש דארף לויפן, עס טאר נישט ווערן געבלאקט. זיי האלטן (אדער עס איז טאקע אזוי) אז די גאנצע סיבה פארוואס א מענטש האט חולי נפש, (אדער אפילו חולי גוף) קומט
פון סטאק ענערדשי.
זיי פרובירן
מיט זייער מחשבה, (אדער מיט זייער כח המדמה) און זיי קאנצענטרירן זיך שטארק אויף די קלייענט וואס קומט צו זיי, (און אפשר אויך אויף די מקור וואס געבט ענערגיע פאר דעם געוויסן מענטש, לאמיר זאגן אז זיי קאנצענטרירן זיך אויף די מזלות וואס האבן השפעה אויף דעם מענטש, יעדע מענטש האט דאך א געוויסע מזל, און פרובירן פון דארט צו געבן ענערגיע פאר'ן מענטש, איך ווייס נישט פונקטליך). זיי פרובירן צו דערשפירן און זיי כאפן אויף וואו יענעמ'ס ענערגיע איז סטאק, און זיי עפענען דאס מיט די כח המחשבה, מיט די כח פון קאנצענטראציע. (אזוי זאגן זיי).
האסט אמאל געזעהן א מענטש וואס האלט אין איין רעדן?
ער איז סטאק אין די ענערגיע וואס איז ארום די מויל. האסט אמאל געזעהן א מענטש וואס קען נישט אויפהערן
טראכטן? ער איז סטאק אין די ענערגיע ארום די 'מחשבה צענטער'. און אזוי ווייטער.
מער ווייניגער, סטאק ענערגיע איז אזא סארט 'עצבות'.
דער מענטש ווערט סטאק ביי אין פלאץ אין זיין קערפער. אדער בכלל ער ווערט אומבאלאנסירט. זיי טענה'ן אז זיי כאפן אויף וויאזוי דער מענטש איז אומבאלאנסירט, און זיי שטעלן עס צוריק. דו זאגסט זיי "אין חדר בין איך דורך אזא שטארקע ווייטאג" און זיי זאגן "טראכט פון עס" און דו טראכסט פון עס, און זיי מאכן אז דו זאלסט עס זייער שטארק שפירן, און נאכדעם טוען זיי קאנטראלירן דיין נפש, און די ווייטאג היילט זיך אויס. (אזוי צו זאגן) און די ענערגיע גייט אוועק פון בלייבן סטאק ביי יענע פלאץ אינעם נפש.
איך האב שוין אמאל געפילט ווי איינער מאכט ענערגיע אויף מיר. דאס קוקט מיר אויס צו זיין
א מאניפיולירונג אויפן נפש.
זיי פרובירן
מיט זייער 'מחשבה' דאס אויפצומאכן. שמחה קען דאס אויך אויפמאכן. וועסט זעהן א מענטש וואס איז בעצבות, מאך אים בשמחה און ער הייבט זיך אן
רירן. די חילוק צווישן שמחה און עצבות, איז ענערגיע. עצבות איז ענערגיע וואס איז געבליבן שטעקן. מרירות איז נישט ענעריגע וואס איז געבליבן שטעקן.
ווען א מענטש גייט דורך א טראמא אין זיינע יונגע יארן. צום ביישפיהל: ער האט געמוזט איינהאלטן זיין ענערגיע. ער האט געמוזט זיין שטיל. דאס מיינט אז זיין ענערגיע איז געבליבן סטאק.
זיי פרובירן סיי צו - פון ערגעץ וואו - אראפצוברענגען צום מענטש, ענערגיע. און סיי עס צו באלאנסירן. עס זאל נישט זיין סטאק.
ס'איז כאילו זיי מאניפיולירן מיט זייער מחשבה, די נפש פונעם קלייענט.
דאס מיין איך איז די מציאות הדברים. איך רעד נישט פון די קייטל, און פון מוסקל טעסטינג.