די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
און וואס איז מיט לעקיך - האניג קעיק?

בקיצור, דער עולם דא איז ארויס פון די ארגינעלע שמועס. מען רעדט פון עכטע סעודה ברויט, ווי ראולס בייגלס און "מזונות ברויט," מיט שיעור קביעות סעודה. אלע אנדערע זאכן האבן זייערע אדרעסן. צוריק צום ענין.
דאס מיינט מישן געפיל מיט הלכה, עס איז א שווערע שאלה, אבער איז די זעלבע הלכה אייער קיכל און מזונות ברויט (אויב מ'דארף נישט פילן די טעם).
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
און וואס איז מיט לעקיך - האניג קעיק?

בקיצור, דער עולם דא איז ארויס פון די ארגינעלע שמועס. מען רעדט פון עכטע סעודה ברויט, ווי ראולס בייגלס און "מזונות ברויט," מיט שיעור קביעות סעודה. אלע אנדערע זאכן האבן זייערע אדרעסן. צוריק צום ענין.
איך ווייס נישט איבער האני-קעיק, אבער קאקאש איז די זעלבע ווי פיצא במציאות (און בהלכה קוקט אויך אזוי אויס, נישט דורכגעטוהן), די זעלבע מיט אייער קוכן, עס איז א געהעריגע נישט זיסע טייג.

האני קעיק איז א זיסע טייג

---
האקט ריכטיג
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

דער אשכול איז געעפענט געווארען מיט די שאלה אויב די "מזונות ברויט" אד"ג האבען היינטיגע צייטען די דין ווי געהעריגע ברויט, היות מ'נוצט זיי אין געהעריגע מאלצייטען, און מ'דארף מאכען אויף דעם שטענדיג א המוציא, אזויווי אויף מצה, און דערויף זענען דא עטליכע חשובע פוסקים שליט"א וואס האלטען אז היינטיגע צייטען איז אזוי די עיקר הדין, נישט קיין ווייטע חומרות.

שפעטער האט מען אריינגעברענגט די שאלה אז אויך אויפן צד אז נישט, נאר ס'האט די דין ווי געהעריגע פת הבאה בכסנין (כאטש ס'איז געמאכט פון קאנצעטרירטע זאפט), אזויווי קאקאש קעיק אד"ג, אעפ"כ טאמער עסט מען א שיעור קביעות סעודה דארף מען מאכען א המוציא און בענטשען, און דערויף איז א גרויסע מבוכה אין די פוסקים ווען הייסט א שיעור קביעות סעודה.

דאס איז אבער פשוט וברור אז טאמער עסט מען א שיעור קביעות סעודה פון סיי וועלכע סארט פת הבאה בכסנין, ווצב"ש קאקאש קעיק אייער קיכלעך אא"וו, דארף מען זיך וואשען מאכען א המוציא און בענטשען.
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

נו, על זה אנו דנין.
עס איז דא גענוג און נאך פוסקים בדורינו וואס האלטן אז די אנגעגעבענע שיעור קביעת סעודה פון וואס דער שו"ע רעדט, וואס אגב פלעגט בשעתם זיין איינמאל א טאג מיט שטיקער פלייש, איז זייער שווער צו דערגרייכן נארמאלערהייט מיט עטליכע ראללס.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

איינער האט אפשר די תשובה פון הגה”צ רבי שמואל דוד סאקס שליט"א איבער די נושא פון מזונות ברויט ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עדות פון הרה"ג ר' יצחק אהרן גאלדבערגער זז"ג איבער דעת רבו פאפא רב בעל "ויחי יוסף" זצ"ל
אטעטשמענטס
ויחי יוסף11.jpg
ויחי יוסף11.jpg (193.98 KiB) געזען 954 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הזן את הכל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2023 6:42 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הזן את הכל »

Birkas5777.jpg
Birkas5777.jpg (65.39 KiB) געזען 877 מאל
הזן את הכל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2023 6:42 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הזן את הכל »

Birkas577710.jpg
Birkas577710.jpg (190.25 KiB) געזען 877 מאל
הזן את הכל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2023 6:42 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הזן את הכל »

86.jpg
86.jpg (368.99 KiB) געזען 874 מאל
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין דערמאנט געווארן, אבער אין מיין גראסערי איז דא לכה"פ 2 סארטן ראללס (אין די אינגרידיענטס שטייט עפל דזשוס - ס'גראדע נישט זיס...) מיט התאחדות הכשר, ביי ביידע שטייט "ברכתו מזונות".
איז פשט אז זייערע רבנים האלטן אזוי?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

תגובה דורך משלנו »

יחליצך האט געשריבן:

יא!
ר' הלל וויינבערגער פסקנט אז מען מעג מאכן מזונות אויף ברויט
(בלי קביעת סעודה)
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לישועה »

י גרין האט געשריבן:
445424024.pdf
דברים תמוהים, הרי גם למחבר צריך שיהיה נרגש הטעם היטב, ואעפ״כ כתב המהרשם שאם הרוב הוא מי פירות לא צריך הרגשת טעם, א״כ הוא הדין לרמ״א, דמהיכא תיתי לחלק.
גם מה שכתב שדעת הפוסקים כהט״ז אינו נכון, דאף אחד מהפוסקים חוץ מהמשנה ברורה לא העתיק דברי הט״ז שצריך גם טעם יותר מהעיסה וגם רוב, וגם הט״ז כנראה דבריו לאו דווקא שכן מוכח בדרכי משה וכמו שהאריך לבאר דבריו הרב פנחס ווייס בקובץ קול התורה שנת תש״ס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מצפים לישועה האט געשריבן:
וגם הט״ז כנראה דבריו לאו דווקא שכן מוכח בדרכי משה.
איני יודע על איזה ד"מ כוונתך.

אבל הט"ז לא ראה הד"מ, נדפס אחר פטירתו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

משלנו האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין דערמאנט געווארן, אבער אין מיין גראסערי איז דא לכה"פ 2 סארטן ראללס (אין די אינגרידיענטס שטייט עפל דזשוס - ס'גראדע נישט זיס...) מיט התאחדות הכשר, ביי ביידע שטייט "ברכתו מזונות".
איז פשט אז זייערע רבנים האלטן אזוי?
יא!
ר' הלל וויינבערגער פסקנט אז מען מעג מאכן מזונות אויף ברויט
(בלי קביעת סעודה)
עפעס מער פרטים ארום דעם?
ער האט עס געזאגט ברבים, אדער געשריבן?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

יחליצך האט געשריבן:
משלנו האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין דערמאנט געווארן, אבער אין מיין גראסערי איז דא לכה"פ 2 סארטן ראללס (אין די אינגרידיענטס שטייט עפל דזשוס - ס'גראדע נישט זיס...) מיט התאחדות הכשר, ביי ביידע שטייט "ברכתו מזונות".
איז פשט אז זייערע רבנים האלטן אזוי?
יא!
ר' הלל וויינבערגער פסקנט אז מען מעג מאכן מזונות אויף ברויט
(בלי קביעת סעודה)
עפעס מער פרטים ארום דעם?
ער האט עס געזאגט ברבים, אדער געשריבן?
חחח. געשריבן מיט זיין חותם אויף יעדע פעקל ברויט מיט התחדות הכשר
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ברכות אלערט - CRC
ברכות אלערט - CRC
unnamed (1).png (136.13 KiB) געזען 580 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הגה"צ רבי הלל וויינבערעגער שליט"א אין זיין שיעור היינט אין הלכות ברכת הפירות בספינקא כולל בארא פארק האט פארציילט אן אינטערסאנטע אנעקדאט אזוי:

עס האט מיר גערופן א מנהלת פון א בית חינוך, דארטן איז א בית חינוך פון 400 קינדער, פארציילט זי מיר, אז יעדן צופרי ביי פרישטאג עסן די קינדער מזונות ברויט, אהן קיין המוציא און אנע נטילת ידים, האב איך איר געזאגט אז עס איז נישט ריכטיג, עס איז א ריכטיגע קביעות סעודה און מען דארף זיך וואשן דערויף, און זי האט זיך גע'טענה'ט מיט מיר אז נטילת ידים און ברכת המזון וועט נעמן צו סאך צייט און מען וועט דערלייגן א האלבע שעה פונעם פראגראם... 400 קינדער דערלייגן ברכת המזון טעגליך! פארוואס? אלעס כדי אריינצוכאפן נאך א רד"ק אין דניאל...
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

משלנו האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין דערמאנט געווארן, אבער אין מיין גראסערי איז דא לכה"פ 2 סארטן ראללס (אין די אינגרידיענטס שטייט עפל דזשוס - ס'גראדע נישט זיס...) מיט התאחדות הכשר, ביי ביידע שטייט "ברכתו מזונות".
איז פשט אז זייערע רבנים האלטן אזוי?
יא!
ר' הלל וויינבערגער פסקנט אז מען מעג מאכן מזונות אויף ברויט
(בלי קביעת סעודה)
די סיבה פארוואס סאיז "גראדע נישט זיס" איז וויבאלד די בעקרייען ניצען דזשוס פון קאנצענטרעיט.

וואס איז א מחלוקת הפוסקים אויב דזשוס געמאכט פון קאנצענטרעיט מאכט א געבעקס זאל זיין מזונות אדער סדארף זיין געהעריגע דזשוס אן קיין לעק וואסער.
אין ר' הלל האט געפאסקנט להקל.

רוב מנין ובנין פון כלל ישראל בארה"ב וקנדה פארלאזט זיך סיי ווי אויף הגאון ר' הלל שליט"א ווען סקומט צי כשרות!
וכדי הוא רבי הלל מען זאל זיך פארלאזן אויף עם ביי דע שערוריה אויך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

התאחדות בעקערייען נוצן "נישט" פון קאנצעטרעיט.

נאר עפל דזשוס פיהלט מען נישט אזוי שטארק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
משה יוחנן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2022 12:56 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוחנן »

איך וויל פארשטיין אויב איינער קען מסביר זיין וואס די קאמפאניס שרייבן אויף די ברויט מזונות ווען פשטות להלכה ווען מען זעצט זיך פאר א פרישטאג וכדומה דארף מען מאכן אן המוציא??!!
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פארוואס זיי שרייבן אזוי? ווייל די ברכה איז מזונות (לפי שיטתם).
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

משלנו האט געשריבן:
משלנו האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין דערמאנט געווארן, אבער אין מיין גראסערי איז דא לכה"פ 2 סארטן ראללס (אין די אינגרידיענטס שטייט עפל דזשוס - ס'גראדע נישט זיס...) מיט התאחדות הכשר, ביי ביידע שטייט "ברכתו מזונות".
איז פשט אז זייערע רבנים האלטן אזוי?
יא!
ר' הלל וויינבערגער פסקנט אז מען מעג מאכן מזונות אויף ברויט
(בלי קביעת סעודה)
די סיבה פארוואס סאיז "גראדע נישט זיס" איז וויבאלד די בעקרייען ניצען דזשוס פון קאנצענטרעיט.

וואס איז א מחלוקת הפוסקים אויב דזשוס געמאכט פון קאנצענטרעיט מאכט א געבעקס זאל זיין מזונות אדער סדארף זיין געהעריגע דזשוס אן קיין לעק וואסער.
אין ר' הלל האט געפאסקנט להקל.

רוב מנין ובנין פון כלל ישראל בארה"ב וקנדה פארלאזט זיך סיי ווי אויף הגאון ר' הלל שליט"א ווען סקומט צי כשרות!
וכדי הוא רבי הלל מען זאל זיך פארלאזן אויף עם ביי דע שערוריה אויך!
איך בין נישט קיין רב ומורה הוראה, איך קען נישט רעדן אין א זאך וואס געהער אין הוראה - אבער איך בין דאך א חלק פון כלל ישראל קען איך רעדן לגבי די לעצטע צוויי שורות
ובכל הכבוד איך האף מ'וועט עס אויפנעמען מיט נארמאלע פארשטענדעניש:

איך זע נישט פארוואס זיין מומחיות און אנגענומענקייט בעניני כשרות וואס פאדערט א ריזיגע חלק און עקספיריענס און פארשטיין מציאות'ער אין פאבריקן וכדו' - און דאס איז אנגענומען שטארק צו פארלאזן אויף התאחדות - (נישט ברור אויף ר' הלל אלץ פוסק יחיד אבער עכ"פ ער האט זיכער א חלק הארי ) האט שייכות צו די שאלה פון מזונות ברויט וואס איז א שאלה ב"הלכה" און געהערט צו גדולי המורים, מעגליך ס'איז טאקע ר' הלל וויינבערגער אבער נישט ווייל זיין השגחה איז אלץ פוסק יחיד,
והא ראי'
רוב מנין ובנין פון כלל ישראל פארלאזט זיך אויף כשרות פון האחים הגאונים מ'באטור וואלאווע, און איך בין כלל נישט זיכער אז אויף אנדערע ענינים זענען זיי די ראשי הפוסקים, כבוד תורתם ומסירת נפשם בכשרות במקומו מונח, אבער דאס הייסט נישט זיי זענען די פוסקי הדור. זיי זענען די מכשירים שבדור, גענוג א חשוב'ע טיטל - ואשרי להם.
ווער יא ? גלייב איך נישט אז מ'קען עס לאזן דא מיט די תקנות המקום הלואי מי יתן והי' מ'זאל זיין גענוג מעטשור און רעספעקטפול צו קענען דאס דיסקוסירן אבער מ'האלט מיר נאך ווייט פון א עולם התיקון.

אזויפיל יא מיר האבן זיי (די מעוררים לעצטנס אויף מזונות ברויט) שוין געמאכט אסאך בויך דריינישן צו זוכן א סינק וכו' - א המוציא שטיקל להוציא מן הספק - אבער שוין ס' האט זיך זיכער געלוינט
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ווייסעך נישט וועלכעס איז א גרעסערע סגולה לפרנסה
זאגן מארגן פרשת המן שמו"ת, [וואס כידוע אויף דעם איז עפעס דער עולם זייער פארגלייבט דערינען, הגם ס'האט כמעט נישט קיין מקור]
אדער מהדר זיין זיך נישט צו עסן מזונות ראללס פאר פרישטאג נאר זיך צו וואשן און בענטשן כהלכה לכל הדיעות...
איינער קען מיר העלפן פותר זיין די שאלה??
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יחליצך האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין דערמאנט געווארן, אבער אין מיין גראסערי איז דא לכה"פ 2 סארטן ראללס (אין די אינגרידיענטס שטייט עפל דזשוס - ס'גראדע נישט זיס...) מיט התאחדות הכשר, ביי ביידע שטייט "ברכתו מזונות".
איז פשט אז זייערע רבנים האלטן אזוי?
אודאי אזוי.

זעה עך אז @פראקטיש האט שוין טאקע געברענגט זייער קלארע הבהרה.

------

נ. ב. וואס איז די דזשאוק פון שרייבן כסדר איבעראל אז מען עסט עס אלעמאל בקביעות סעודה? איר אלע האט נאך קיינמאל געהערט פון אזא איידיע פון כאפן א סענדוויטש אויפן וועג אדער ביי די ארבעט? איך פארשטיי פשוט נישט.

ווען דו זיצט ביי דיר אין קאך/דיינעט/וואטעווער, ווילסט מחמיר/מהדר זיין זיך צו וואשן אויף המוציא ברויט? גאו אהעד, שרייב אפילו אז "ווען מען איז זיך קובע סעודה", דארף מען זיך וואשן. אבער ביטע, טרייב נישט ארויס מיין אן דע גאו סענדוויטש פון די מארקעט. טענקס, החותם בשם נאך טויזנטער אידן.
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

נ. ב. וואס איז די דזשאוק פון שרייבן כסדר איבעראל אז מען עסט עס אלעמאל בקביעות סעודה? איר אלע האט נאך קיינמאל געהערט פון אזא איידיע פון כאפן א סענדוויטש אויפן וועג אדער ביי די ארבעט? איך פארשטיי פשוט נישט.

ווען דו זיצט ביי דיר אין קאך/דיינעט/וואטעווער, ווילסט מחמיר/מהדר זיין זיך צו וואשן אויף המוציא ברויט? גאו אהעד, שרייב אפילו אז "ווען מען איז זיך קובע סעודה", דארף מען זיך וואשן. אבער ביטע, טרייב נישט ארויס מיין אן דע גאו סענדוויטש פון די מארקעט. טענקס, החותם בשם נאך טויזנטער אידן.
כאפן א סענדוויטש מאכט עס נישט ווייניגער קביעות סעודה. אויב איז דאס דיין פרישטאג יעדען טאג קענסטו עס אראפשלינגען אין בית הבליעה בבת אחת (נישט ממש ווייל סאיז נישט די דרך האכילה אבער די כאפסט די נקודה) אין עס וועט נאך אלטס הייסען קביעת סעודה.[/quote]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”