וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דריידל האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פארוואס פירט מען זיך צו זאגן פרשת ויאמר מיט רבנו תם'ס תפילין?

אין זכרו קונטרס, במדור יוסי"ף דעת סי' ל"ד, ברענגט ער פון משנ"ב, פרמ"ג, תניא, דאי משום קורא קר"ש בלי תפילין, כבר תיקן בשתי פר' הראשונות, ולפ"ז אין אי"צ לויאמר. אבער דע מהר"ם שיק סי' כ"ג איז נוטה מ'זאל יא זאגן ויאמר אין ער שרייבט וכן ראה אצל רבנים קשישאי. וכך היה נהג לעצמו. אבער לכו"ע דארף מען נישט אנכאפען די ציצית.

שכוח פאר'ן מקור, מ'עמיר אי"ה נאכקוקן.

לגבי אנכאפן די ציצית קען מען זאגן אז מ'דארף טאקע נישט אנכאפן אבער וויבאלד מ'פירט זיך צו קישן די ציצית וויל מען עס נישט דארפן אויפזיכן אינמיטן קרי"ש דעריבער נעמט מען עס אין די האנט פאר'ן אנפאנגן.
איי וועסטי פרעגן ווער זאגט אז מ'דארף קישן די ציצית? קען טאקע זיין ס'האט טאקע נישט קיין מקור אבער די תפילין דארף מען אויך נישט קישון און למעשה טיט מען יא אזוי.
אגב, די בית יוסף ברענגט דאכציכמיר פון רבנו ירוחם אז ביים זאגן וכתבתם על מזוזות בתיך וואלט מען געדארפט קישן די מזוזה נאר מ'איז נישט מטריח מ'זאל גיין וואקן צו א מזוזה עס צו קישן משא"כ תפילין וואס ליגט אויפ'ן קאפ. לפי"ז, ווען מ'האט אן א טלית דארף מען לכאורה יא קישן די ציצית.

אבער צו נעמען אלע פיר ציצית אין די הענט פעלט לכאורה נישט אויס און ס'גענוג צו קישן די פאדערשטע אזויווי ביי ברוך שאמר, נאר ביי שחרית שטייט מ'זאל נעמען אלע א ציצית ווען מ'זאגט מהר והבא עלינו וכו' מארבע כנפות הארץ

אי משום טעמיה דעניינא אפשר דבעינן לנשק גם בתפילין דר"ת.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

וואס איז דער מקור צו שרייבן תלים אן א ה', (אנשטאט תהלים) וואס מ'קען טרעפן ביי פאריגע צדיקים.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

כתב הגאון מהר"ח פלאג'י (בהקדמתו לספרו הכתוב לחיים על תהילים)
שלושה שמות ידועים הם לספר ולמזמוריו: תהילים, תלים וזמירות - וזה לשונו בביאור שלושת השמות הללו:

  • "תהילים - לשון שבח והילולים לאל עליון שלו נאה תהלה, וכמ"ש דוד הע"ה מי ימלל גבורות ה' ישמיע כל תהלתו.
  • ונקראים תלים בלשון רבותינו - לשון תולים המלמד שכל העולם תולים בזכות התהלים ועיניהם תלויות בזה הספר על כל צרה שלא תבוא ותהיה להם תשועה ע"י לימוד מזמורי התהלים.
  • ונקראים זמירות - לשון חיתוך, כמ"ש אומרים בתפילת יה"ר לזמר עריצים ולהכרית כל החוחים, שהם סגולה לבטל כל המקטרגים וכל צר ומשטין מעלינו"
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ייש"כ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

איז דא א מקור אויף דעם וואס מ'זאגט אז א יולדת זאל זיך נישט שערן ביז דרייסיג טעג נאכ'ן געבוירן?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך ווייס נישט אבער איך ווייס פון צוויי פרויען ואס האבן זיך געשוירן און עס האט זיי געכאפט א פליצלינגדיגע עקסטרעמע שוואכקייט און דיזינעס, עס לוינט זיך נישט צו טרייען
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:וואס איז דער מקור צו שרייבן תלים אן א ה', (אנשטאט תהלים) וואס מ'קען טרעפן ביי פאריגע צדיקים.
די זעלבע סבה פארוואס מ'זאגט קרישמע אנשטאט קריאת שמע, לוזער אנשטאט אלעזר, וכו' וכו'. אזוי איז אויך געווען בימי חז"ל ווערטער וואס מ'האט נישט ארויסגעזאגט אינגאנצן, אזויווי ס'שטייט אין ב"ק דף ו: האי תנא ירושלמי הוא דתני לישנא קלילא.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חלב ישראל האט געשריבן:

לעזר זאגט מען ווייל מ'וויל נישט זאגן די שם א-ל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

דריידל האט געשריבן:לעזר זאגט מען ווייל מ'וויל נישט זאגן די שם א-ל

פארוואס דאן זאגט מען יא מיכאל, גבריאל, רפאל, דניאל, אליקים, וכו'?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חלב ישראל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:לעזר זאגט מען ווייל מ'וויל נישט זאגן די שם א-ל

פארוואס דאן זאגט מען יא מיכאל, גבריאל, רפאל, דניאל, אליקים, וכו'?

מיכאל, גבריאל וכו' זאגט מען נישט ארויס די אל"ף, ס'איז נאר א וואעל (vowel). אליקים איז נישט קיין שכיח'דיגע נאמען און איך ווייס נישט וויאזוי מ'פירט זיך (וכמבואר בפוסקים בדבר שאינו שכיח לא שייך מנהג). אלימלך זאגט מען אויך מיילך און מ'לאזט אויס די א-ל.
איך מיין די גאנצע אויסלאזן איז נאר ביי חסידים יוצאי פולין - אונגארן. כ'בין אמאל געווען אין א ליבאוויטשע שול און מ'האט געוואלט אויפגעריפן איינעם און די גבאי האט געפרעגט וואס זיין נאמען איז און ווען יענער האט געזאגט "לאזר" האט ער איבערגעפרעגט אפאר מאל און נאכ'ן ליינען האט ער געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט אזא נאמען.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דריידל האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:וואס איז דער מקור צו שרייבן תלים אן א ה', (אנשטאט תהלים) וואס מ'קען טרעפן ביי פאריגע צדיקים.
די זעלבע סבה פארוואס מ'זאגט קרישמע אנשטאט קריאת שמע, לוזער אנשטאט אלעזר, וכו' וכו'. אזוי איז אויך געווען בימי חז"ל ווערטער וואס מ'האט נישט ארויסגעזאגט אינגאנצן, אזויווי ס'שטייט אין ב"ק דף ו: האי תנא ירושלמי הוא דתני לישנא קלילא.

לעזר זאגט מען ווייל מ'וויל נישט זאגן די שם א-ל

תילים - תלים שטייט געשריבן אין תלמוד און אין מדרש.

לעזר שטייט שוין אין תלמוד ירושלמי.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

קרית שמע שטייט אויך אין חז"ל.

טייבעלע האט געשריבן:קרית שמע שטייט אויך אין חז"ל.

וואס מיינסטו חז"ל.

געמיינט מיט חז"ל - בבלי, ירושלמי, מדרשים.
לעצט פארראכטן דורך טייבעלע אום זונטאג נאוועמבער 18, 2018 3:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

ס'איז באקאנט א מעשה פון א קעניג וואס האט אמאל געלאזט רופן איינע פון די גדולים און ער האט איהם געפרעגט מה נשתנה ישראל מכל אומה ולשון אז זיי מאכן מיט אזוי פיהל צרות, דער גדול האט פראבירט זאגן אזא טעם אדער אזא טעם אבער דער קעניג איז נישט געווען צופרידן. האט ער געמאכט א שאלת חלום און מ'האט איהם מגלה געווען פון הימל אז דער סיבה איז שנאת חינם, דער מלך האט נישט געגלייבט ביז איינמאל האט איהם עפעס א איד געראטעוועט און ווען ער האט איהם געפרעגט וואס ער וויל האט ער געזאגט אז ער האט א שכן וואס איז איהם משיג גבול און ער בעט דער קעניג זאל איהם אסר'ן צו פארקויפן. דעמאלס האט דער קעניג אינגעזעהן אז דער גדול איז גערעכט.
ווייסט איינער ווי איז דער מקור פון די מעשה? אויב קען מען צושטעלן א מראה מקום וועט מיר עס זייער העלפן.
א גרויסן יש"כ
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

די מעשה איז געווען מיט ר' שמשון ווערטהיימער, א מקור געדענק איך נישט יעצט.
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

געוואלדיג האט געשריבן:די מעשה איז געווען מיט ר' שמשון ווערטהיימער, א מקור געדענק איך נישט יעצט.

אז דו זוכסט א מקור צו די מעשה, קוק אריין אין די גליון פון הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן אויף שבועות, דארט ברענגט ער די גאנצע מעשה באריכות, און ער שרייבט דארט אז הרה''ק רבי מאיר פרעמישלאנער זי"ע פלעגט פארציילן די מעשה יעדעס יאר שבועות איידער זאגן די אקדמות.
{כפי המונח בזכרוני ברענגט ער אויך די מעשה אין זיין ספר אויף שבועות, אבער כ'בין נישט זיכער.}
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

בריוועלע האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:די מעשה איז געווען מיט ר' שמשון ווערטהיימער, א מקור געדענק איך נישט יעצט.

אז דו זוכסט א מקור צו די מעשה, קוק אריין אין די גליון פון הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן אויף שבועות, דארט ברענגט ער די גאנצע מעשה באריכות, און ער שרייבט דארט אז הרה''ק רבי מאיר פרעמישלאנער זי"ע פלעגט פארציילן די מעשה יעדעס יאר שבועות איידער זאגן די אקדמות.
{כפי המונח בזכרוני ברענגט ער אויך די מעשה אין זיין ספר אויף שבועות, אבער כ'בין נישט זיכער.}

א גרויסן יש"כ פאר אלע משיבים, אדאנק אייך האב איך עס געטראפן.
יש"כ
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די וואך: ויגל את האבן מעל פי הבאר. פאר קינדער לערנט מען אויסשטאפירט יעקב האט אראפגעריקט די שטיין מיט איין פינגער (פינקי). האט דאס א מקור?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

ניין
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

דא און אין די נעקסטע בלאט איז שוין אויסגעשמועסט געווארן.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

איז דא א מקור אויף דעם וואס מ'זאגט, אז אויב מען באגעגנעט בשעת מען לערנט גמרא, א פסוק פון פרשת השבוע, איז עס א סימן אויף תורה לשמה?
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עיין בעמ' 79 ושם כתוב גם לעיין בעמ' 41 ובעמ' 30
viewtopic.php?p=1285717#p1285717
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

אז מ'זאל נישט צומאכן די קנעפלעך פון די העמד אין א רייע?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס ערשטע מאל כ'הער פון אזא הנהגה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

געהערט פון מענטשן אז זיי היפען איבער א קנעפל צו דערמאנען זיי עפעס

דער צווייטער קנעפל דארף נאך זאגען קריאת שמע אין צייט
פערטע קנעפל דארף נאך לייגען רבינו תם תפילין
זעקסטע קנעפל מעריב

.....
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”