שטארקע בריוו, די צוזאמענשטעל פון מים וואס קומט פון זיעה אדער די אתרוג מורכב, פארשטייט נישט מיין קאפ. אבער די נ. ב. וועגן דעם פרי מגדים מיט הייסע וואסער, דאס קען שוין זיין א שמועס, אויב באמת ווערט די וואסער אן אנדערע מציאות, אזוי ווי ווען וואסער בויעלד וכדו', (אויב דאס מיינט דער פרי מגדים.) דאן איז ער א שטארקער בא בטענה.
בגמרא חולין קה ע"ב וק"ו ע"א משמע שחומרא זו שמים נשתנה ע"י שמתחמם לכשיעור יד סולדות נאמר דוקא לגבי נטילת ידים ולא לגבי "טבילה" ב"מקוה מים". ועי' חלקת יעקב יו"ד קכ"ד.
און לו יהא אז לויטן פמ"ג איז עס א פראבלעם אויך ביי טבילה, וואס איז געווען דער מנהג למעשה - עפ"י כל גדולי וצדיקי עולם לטבילת נשים בחמין? איר ווייסט בעסער פון מיר די תשובה
כ'וועל סתם צולייגן וואס איך האב געהערט פון ר' יעקב באמבורגער דער מקוה איד אין עיה"ת גייטסהעד, וואס זיי האבן לעצטענס הערליך שיין איבערגעבויעט די מקואות אין שטאט, און דאס געבויעט לויט די מערסטע הידורים און חומרות, אז ביי די מענער האבן זיי אריינגעלייגט די מקוה ריין און עס ארבעט אגאנצע צייט, (הגאון ר' מאיר פוזן פירט שוין א לאנגע מערכה אז ס'איז גאר א הידור) אבער ביי די אנדערע זייט (ס'איז אין די זעלבע בנין) ארבעט עס נישט ווען מען נוצט עס, נישט צוליב די כשרות, נאר צוליב די ענין פון נישט טוישן גארנישט אין א מקוה.
שטארקע בריוו, די צוזאמענשטעל פון מים וואס קומט פון זיעה אדער די אתרוג מורכב, פארשטייט נישט מיין קאפ. אבער די נ. ב. וועגן דעם פרי מגדים מיט הייסע וואסער, דאס קען שוין זיין א שמועס, אויב באמת ווערט די וואסער אן אנדערע מציאות, אזוי ווי ווען וואסער בויעלד וכדו', (אויב דאס מיינט דער פרי מגדים.) דאן איז ער א שטארקער בא בטענה.
בגמרא חולין קה ע"ב וק"ו ע"א משמע שחומרא זו שמים נשתנה ע"י שמתחמם לכשיעור יד סולדות נאמר דוקא לגבי נטילת ידים ולא לגבי "טבילה" ב"מקוה מים". ועי' חלקת יעקב יו"ד קכ"ד.
און לו יהא אז לויטן פמ"ג איז עס א פראבלעם אויך ביי טבילה, וואס איז געווען דער מנהג למעשה - עפ"י כל גדולי וצדיקי עולם לטבילת נשים בחמין? איר ווייסט בעסער פון מיר די תשובה
די ראי' פון די פרמ"ג איז א דבר הלמד מענינו, אז פונקט ווי לגבי נט"י ווען עס ווערט צוריק קאלט בלייבט עס פסול, די זעלבע לגבי מקוה ווען ס'ווערט צוריק וואסער. עי' בהתשובה.
איך זעה אבער ער ברענגט פון חזו"א אז וועפארייזט וואסער וואס ווערט צוריק וואסער איז כשר לטבילה. איז דאס נישט די מציאות פון זיעה? וואס איז די חילוק צי ס'איז וועפארירט דורך תולדות חמה אדער תולדות אש?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
יצחק טובי' האט געשריבן:וואו זענען דער וואס שרייער אז די ראב"ד איז פון די אוסרים?
וואו זעסטו דא פארקערט?
ער שרייבט אז מ'זאל צושטעלן בורות אויך פאר די ממאנים וואס האבן נעבעך נישט וואו צו גיין, און דו זאגסט אז מיט דעם ווערט ער איינער פון זיי... קיין גרעסער ליצנות ווי דעם איז נישט דא...
קודם קאאל דאון, איך זאג גארנישט איך פרעג נאכדעם ער שרייבט, אפילו דו הרב ליטמאנאווויטש ביסט מתיר, למעשה זענען דא וואס ווילן נישט גיין, איז ביטע שטעל צו פאר זיי אויך איך זעה נישט דא בכלל וואס ער האלט, אפשר אלו הממאנים מיינט אים אויך
פון די בריוו פון די מתירים קוקט אויס נישט סתם אז ס'איז מותר, נאר ס'איז גאר א הידור.
פונעם בריוו וואס דער ראב"ד שרייבט איז משמע אז משום דרכי שלום זאל מען עס נישט לייגן אין אלע מקוואות. נישט אז ער האט עפעס דערקעגן, און נישט ער האלט אז עס טויג נישט.
יצחק טובי' האט געשריבן:וואו זענען דער וואס שרייער אז די ראב"ד איז פון די אוסרים?
וואו זעסטו דא פארקערט?
ער שרייבט אז מ'זאל צושטעלן בורות אויך פאר די ממאנים וואס האבן נעבעך נישט וואו צו גיין, און דו זאגסט אז מיט דעם ווערט ער איינער פון זיי... קיין גרעסער ליצנות ווי דעם איז נישט דא...
קודם קאאל דאון, איך זאג גארנישט איך פרעג נאכדעם ער שרייבט, אפילו דו הרב ליטמאנאווויטש ביסט מתיר, למעשה זענען דא וואס ווילן נישט גיין, איז ביטע שטעל צו פאר זיי אויך איך זעה נישט דא בכלל וואס ער האלט, אפשר אלו הממאנים מיינט אים אויך
יעך זאג נישט אז ער איז מתיר, הגם א רב בישראל וועט געוונדליך נישט הייסן מאכן א פשרה ווען ער האלט אז איין זייט איז אינגאנצן גערעכט.
ואגב ער שרייבט נישט צו רב ליטמאנאוויטש נאר צו ר' משה בראנדסדארפער [בעל היכל הוראה].
פאר'מוח'ט האט געשריבן:זייער מאדנע, דער ראב"ד דארף צוקומען צו א רב וואס איז נישט אין די עדה צו איבערגעבן וואס ער האלט מען זאל טון אין זיין אייגענע מקוה?