מקום משכן שילה

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

בעקבות די תגובה

כמה שאלות

1) איז די פלאץ שילה וואס מען רופט היינט שילה, די זעלבע שילה פון יענע צייט? איז דא פריערדיגע מקורות אויף דעם?

2) די מקום המשכן אליינס איז דא פריערדיגע מקורות וואס שרייבן דאס?

3) איז דא אלטע יסודות וואס מען קען פעסטשטעלן די סייז צו עס שטימט מיט די משכן שילה?

4) וואס איז די ענין פון מתפלל זיין דארט? שטייט ערגעץ אזא ענין למשל פון אר"י הקדוש וכו'?

Potus האט געשריבן:
כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א ביים מקום פון משכן שילה.

בילד

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וויאזוי קען זיין יסודות, דער משכן האט דאך נישט געהאט קיין יסודות

איך ווייס נישט אויב צו שטיין ביים כותל פון דרויסן אויף דער אנדערער זייט פון הר הבית שטייט יא עפעס א מקור, מען פארשטייט אליין אז דער בית המקדש, דער הר המוריה איז דער שער השמים וואו עס גייט ארויף די תפילות איז דאס די נעקסט בעסט טינג (אפשר וועגן דעם שטופן זיך אזוי די מתעקשים ארויפצוגיין אויפן הר הבית, אלס די חלק פון הר המוריה, הגם איך געדענק נישט די חרדי'שע וואס טוען דאס (נישט לשם ציונות וכו') זאלן דאס אויפברענגען), און אזוי האבן זיך אידן געפירט פאר הונדערטער יארן מתרפק צו זיין על דלתותיה הנעולות ליידער.

קען מען זאגן ביי שילה אויך די זעלבע (הגם ס'איז נישט אינגאנצן דומה וויבאלד דער משכן איז דאך נאר א פארטעבל זאך, און ווען דער משכן איז שוין מער נישט דא איז דאך שוין לכאורה נישטא קיין הלכה'דיגע קדושה אויפן פלאץ וחאו עס איז געשטאנען).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

מען ווייסט בערך די פלאץ, די פונקטליכע פלאץ איז כמדומה לי א מחלוקת הארכילוגים.
צו עס איז דא א ענין? להלכה פסק'ענען מיר אז דער פלאץ האט מער נישט קיין קדושה, אבער עס איז פארט א מקום שהתפללו בו אבותי, נישט ווייניגער ווי סיי וועלכע חרוב'ע שוהל הויף אין אייראפע.
פוצה פה ומצפצף
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Programming האט געשריבן:וויאזוי קען זיין יסודות, דער משכן האט דאך נישט געהאט קיין יסודות

איך ווייס נישט אויב צו שטיין ביים כותל פון דרויסן אויף דער אנדערער זייט פון הר הבית שטייט יא עפעס א מקור, מען פארשטייט אליין אז דער בית המקדש, דער הר המוריה איז דער שער השמים וואו עס גייט ארויף די תפילות איז דאס די נעקסט בעסט טינג (אפשר וועגן דעם שטופן זיך אזוי די מתעקשים ארויפצוגיין אויפן הר הבית, אלס די חלק פון הר המוריה, הגם איך געדענק נישט די חרדי'שע וואס טוען דאס (נישט לשם ציונות וכו') זאלן דאס אויפברענגען), און אזוי האבן זיך אידן געפירט פאר הונדערטער יארן מתרפק צו זיין על דלתותיה הנעולות ליידער.

קען מען זאגן ביי שילה אויך די זעלבע (הגם ס'איז נישט אינגאנצן דומה וויבאלד דער משכן איז דאך נאר א פארטעבל זאך, און ווען דער משכן איז שוין מער נישט דא איז דאך שוין לכאורה נישטא קיין הלכה'דיגע קדושה אויפן פלאץ וחאו עס איז געשטאנען).

לא היה שם תקרה, אלא בית של אבנים מלמטן ויריעות מלמעלן.

משנה זבחים פי"ד

---

ביים כותל איז דא אן ענין פון מעולם לא זזה שכינה

דא שטייט ויטש משכן שילה
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דער בית של אבנים איז דא 2 מהלכים, אדער אז אנשטאט האלצערנע קרשים איז געווען קרשים פון שטיין, אבער לכאורה האט עס ווייטער געהאט אדנים פון אונטן אן קיינע יסודות, אדער דער ירושלמי אז מען רעדט יא פונעם זעלבן משכן מיט די האלצערנע קרשים וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אויף א 10 טפחים הויכער פונדאמענט פון שטיין. - און לויט דעם קען מען אפשר הערן אז עס זאל בלייבן עפעס יסודות.

דער מעולם לא זזה שכינה שטייט דאך אויפן כותל המערבי פונעם ביהמ"ק כידוע, נישט דער כותל הר הבית וואס מען גייט היינט.

אז דו ברענגסט ויטש משכן שילה ברענג שוין אויך די צענדליגער אויב נישט הונדערטער אזאלכע און שארפערע פסוקים אויפן ביהמ"ק
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

דאס אז דארט איז שילה איז זייער קלאר, די אראבער האבן גערופן דעם ארט 'חורבה סילון' וואס שטאמט פון שילה, ס'שטימט גוט אויף די מאפע
און בעיקר האט מען געטראפן דארט א פופצן הונדערט יעריגע אויפשריפט וואס דערמאנט אז דארט איז די שטאט שילה, אויך איז דא נאך ראיות און אזוי נעמט טאקע אן די כפתור ופרח
דאס אז דארט איז די משכן איז טאקע נישט קלאר, זיי אליין זאגן עס אויך נישט פאר זיכער, נאר אזוי שטימט עס די בעסטע לויט די פסוקים, און אויך שטימט זייער שיין דארט א געוויסע אויסגעהאקטע פלאץ צווישן שטיינער פונקט לויט די מדה פון די משכן, אבער אנדערע נעמען עס נישט אן און האבן אנדערע השערות אויפן פלאץ וואו ס'געווען די משכן
חחח...
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Programming האט געשריבן:וויאזוי קען זיין יסודות, דער משכן האט דאך נישט געהאט קיין יסודות

איך ווייס נישט אויב צו שטיין ביים כותל פון דרויסן אויף דער אנדערער זייט פון הר הבית שטייט יא עפעס א מקור, מען פארשטייט אליין אז דער בית המקדש, דער הר המוריה איז דער שער השמים וואו עס גייט ארויף די תפילות איז דאס די נעקסט בעסט טינג (אפשר וועגן דעם שטופן זיך אזוי די מתעקשים ארויפצוגיין אויפן הר הבית, אלס די חלק פון הר המוריה, הגם איך געדענק נישט די חרדי'שע וואס טוען דאס (נישט לשם ציונות וכו') זאלן דאס אויפברענגען), און אזוי האבן זיך אידן געפירט פאר הונדערטער יארן מתרפק צו זיין על דלתותיה הנעולות ליידער.

קען מען זאגן ביי שילה אויך די זעלבע (הגם ס'איז נישט אינגאנצן דומה וויבאלד דער משכן איז דאך נאר א פארטעבל זאך, און ווען דער משכן איז שוין מער נישט דא איז דאך שוין לכאורה נישטא קיין הלכה'דיגע קדושה אויפן פלאץ וחאו עס איז געשטאנען).

הר המוריה האט א הייליגע היסטאריע לפי חכז"ל מזמן בריאת העולם, משם הושתת העולם, אדם הראשון הקריב שם קרבנות, אברהם אבינו האט דארט מתפלל געווען, די עקידת יצחק האט א שייכות מיט דארט, יעקב אבינו האט דארט מתפלל געווען, קפץ לו ההר, וכו' וכו', ביז מען האט למעשה דארט אויפגעשטעלט דעם בית המקדש. און פון דעמאלטס און ווייטער האבן זיך אידן קיינמאל נישט אפגעשיידט פון דעם מקום - ווען מען האט געקענט.

ממילא שרייבן אז עס איז סתם די נעקסט ביג טינג, איז ווייט פון חכמה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

נא_שכל האט געשריבן:

שטייט דאך אין פסוק וזה שער השמים. מקום תפלה לעלות תפלתם השמימה ומדרשו שבית המקדש של מעלה מכוון כנגד בית המקדש של מטה
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

מעכל קנעכל האט געשריבן:דאס אז דארט איז שילה איז זייער קלאר, די אראבער האבן גערופן דעם ארט 'חורבה סילון' וואס שטאמט פון שילה, ס'שטימט גוט אויף די מאפע
און בעיקר האט מען געטראפן דארט א פופצן הונדערט יעריגע אויפשריפט וואס דערמאנט אז דארט איז די שטאט שילה, אויך איז דא נאך ראיות און אזוי נעמט טאקע אן די כפתור ופרח
דאס אז דארט איז די משכן איז טאקע נישט קלאר, זיי אליין זאגן עס אויך נישט פאר זיכער, נאר אזוי שטימט עס די בעסטע לויט די פסוקים, און אויך שטימט זייער שיין דארט א געוויסע אויסגעהאקטע פלאץ צווישן שטיינער פונקט לויט די מדה פון די משכן, אבער אנדערע נעמען עס נישט אן און האבן אנדערע השערות אויפן פלאץ וואו ס'געווען די משכן

ערשטענס, איך ווייס נישט וויפיל מען קען בויען אויף אראבישע נעמען, (דשאבאל מוסא איז קלאר אז די נאמען איז אפאר הונדערט יאר אלט, און איז נישט קיין פריערדיגע זאך)
צווייטענס, ווער זאגט אז שילה האט עפעס מיט סילון
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Programming האט געשריבן:דער בית של אבנים איז דא 2 מהלכים, אדער אז אנשטאט האלצערנע קרשים איז געווען קרשים פון שטיין, אבער לכאורה האט עס ווייטער געהאט אדנים פון אונטן אן קיינע יסודות, אדער דער ירושלמי אז מען רעדט יא פונעם זעלבן משכן מיט די האלצערנע קרשים וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אויף א 10 טפחים הויכער פונדאמענט פון שטיין. - און לויט דעם קען מען אפשר הערן אז עס זאל בלייבן עפעס יסודות.

דער מעולם לא זזה שכינה שטייט דאך אויפן כותל המערבי פונעם ביהמ"ק כידוע, נישט דער כותל הר הבית וואס מען גייט היינט.

אז דו ברענגסט ויטש משכן שילה ברענג שוין אויך די צענדליגער אויב נישט הונדערטער אזאלכע און שארפערע פסוקים אויפן ביהמ"ק

א מקור?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

נא_שכל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:וויאזוי קען זיין יסודות, דער משכן האט דאך נישט געהאט קיין יסודות

איך ווייס נישט אויב צו שטיין ביים כותל פון דרויסן אויף דער אנדערער זייט פון הר הבית שטייט יא עפעס א מקור, מען פארשטייט אליין אז דער בית המקדש, דער הר המוריה איז דער שער השמים וואו עס גייט ארויף די תפילות איז דאס די נעקסט בעסט טינג (אפשר וועגן דעם שטופן זיך אזוי די מתעקשים ארויפצוגיין אויפן הר הבית, אלס די חלק פון הר המוריה, הגם איך געדענק נישט די חרדי'שע וואס טוען דאס (נישט לשם ציונות וכו') זאלן דאס אויפברענגען), און אזוי האבן זיך אידן געפירט פאר הונדערטער יארן מתרפק צו זיין על דלתותיה הנעולות ליידער.

קען מען זאגן ביי שילה אויך די זעלבע (הגם ס'איז נישט אינגאנצן דומה וויבאלד דער משכן איז דאך נאר א פארטעבל זאך, און ווען דער משכן איז שוין מער נישט דא איז דאך שוין לכאורה נישטא קיין הלכה'דיגע קדושה אויפן פלאץ וחאו עס איז געשטאנען).

הר המוריה האט א הייליגע היסטאריע לפי חכז"ל מזמן בריאת העולם, משם הושתת העולם, אדם הראשון הקריב שם קרבנות, אברהם אבינו האט דארט מתפלל געווען, די עקידת יצחק האט א שייכות מיט דארט, יעקב אבינו האט דארט מתפלל געווען, קפץ לו ההר, וכו' וכו', ביז מען האט למעשה דארט אויפגעשטעלט דעם בית המקדש. און פון דעמאלטס און ווייטער האבן זיך אידן קיינמאל נישט אפגעשיידט פון דעם מקום - ווען מען האט געקענט.

ממילא שרייבן אז עס איז סתם די נעקסט ביג טינג, איז ווייט פון חכמה.

צי מיין תגובה איז חכמה צי נישט קען מען זיך דינגען, אבער דאס איז דאך כו"ע מודי אז אינו נבהל להשיב איז א צייכן פון חכמה. ליין זיי מוחל איבער מיינע ווערטער שטייטעלעך - ולישר שאת ליין אויך די איינגערינגלטע - און אלעס וועט מיושב ווערן כמין חומר.

ד.ה. דו ביסט בעצם גערעכט מיט דיין טענה אז מיינע ווערטער זענען נישט אזוי קלאר געשריבן און אויב מען ליינט דאס שנעל איבער קען מען זיך טועה זיין, אבער עס איז צו ערווארטן אין א פארום, בפרט פון א הויך קוואליטעט ניק ווי אייך, צו גוט איבער ליינען א תגובה און פארשטיין וואס עס שטייט בעפאר מען איז מגיב, בפרט אויב שרייבט מען נעגאטיוו אדער קריטיקירנד.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

פרסום ראשון: כ"ד בתמוז תשע"ג, 02/07/13 08:00שמעון כהן

ממצאים שהתגלו באתר שילה הקדומה, מאששים את הערכות החוקרים באשר למיקומו של משכן שילה.

על פי דיווח ב'ישראל היום' איתרו הארכיאולוגים החוקרים את אתר שילה הקדומה את ההוכחות לקיומו של המשכן במקום.

הממצאים, שיוצגו בכנס של עמותת שילה שייערך השבוע באתר, כוללים בין היתר גילוי של מעין גומות חצובות, שבתוכן אפשר להציב קורות עץ כדי להעמיד מבנה ארעי.

גומות אלה היו הכרחיות על מנת לקבע בתוכן את הקורות מהן היו מורכבות דפנות המשכן.

עוד מדווח כי בסמוך לגומות, בחלקה הצפוני של תל שילה, נחשפו מבנים שתוארכו לתקופת ההתנחלות של יהושע בן נון ועד תקופת דוד וימי המלוכה.

באחד המבנים נמצאו כלים מקרמיקה ושלושה טאבונים גדולים שלהערכת החוקרים לא שימשו לבתים פרטיים, עובדה המחזקת את ההערכה לפיה במקום היה מבנה מרכזי שכינס אליו ציבור גדול.

עוד עולה מהדיווח כי במקום התגלו ראיות למה שנראה כפינה הדרום־מערבית של החומה שהקיפה את העיר שילה. על בסיס ממצא זה יכולים החוקרים להעריך את המיקום המשוער של שער הכניסה לעיר ומתוך כך את מיקומו של אוהל מועד שהיה קרוב לשער העיר.

יצוין כי ממצאים שאותרו בעבר במקום העלו כי על הגבעות שסביב האתר נמצאו עצמות של קורבנות שנאכלו על ידי העם המגיע לשילה. בדיקה של גיל בעלי החיים שנשחטו במקום העלה התאמה בין ההלכה התורנית לבין הממצאים בשטח.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מענין לענין אין שילה איז דא א בית מדרש וואס איז אויסעגשטעלט ווי א משכן

Shilo_centr_synagogue.jpeg
Shilo_centr_synagogue.jpeg (17.65 KiB) געזען 1810 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Mizbeach_hola copy.jpg
Mizbeach_hola copy.jpg (168.23 KiB) געזען 1807 מאל

1280px-The_basin.jpeg
1280px-The_basin.jpeg (396.07 KiB) געזען 1809 מאל

The_wall_of_Miscan_2.jpeg
The_wall_of_Miscan_2.jpeg (206.76 KiB) געזען 1809 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

uLDy10943360.jpeg
uLDy10943360.jpeg (92.03 KiB) געזען 1799 מאל

download.jpeg
download.jpeg (7.82 KiB) געזען 1799 מאל

img_2991.jpeg
img_2991.jpeg (63.26 KiB) געזען 1799 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אבן הפינה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 9:43 am

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן הפינה »

שמי לאנדאן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:01 am

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמי לאנדאן »

דממה דקה האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:וויאזוי קען זיין יסודות, דער משכן האט דאך נישט געהאט קיין יסודות

איך ווייס נישט אויב צו שטיין ביים כותל פון דרויסן אויף דער אנדערער זייט פון הר הבית שטייט יא עפעס א מקור, מען פארשטייט אליין אז דער בית המקדש, דער הר המוריה איז דער שער השמים וואו עס גייט ארויף די תפילות איז דאס די נעקסט בעסט טינג (אפשר וועגן דעם שטופן זיך אזוי די מתעקשים ארויפצוגיין אויפן הר הבית, אלס די חלק פון הר המוריה, הגם איך געדענק נישט די חרדי'שע וואס טוען דאס (נישט לשם ציונות וכו') זאלן דאס אויפברענגען), און אזוי האבן זיך אידן געפירט פאר הונדערטער יארן מתרפק צו זיין על דלתותיה הנעולות ליידער.

קען מען זאגן ביי שילה אויך די זעלבע (הגם ס'איז נישט אינגאנצן דומה וויבאלד דער משכן איז דאך נאר א פארטעבל זאך, און ווען דער משכן איז שוין מער נישט דא איז דאך שוין לכאורה נישטא קיין הלכה'דיגע קדושה אויפן פלאץ וחאו עס איז געשטאנען).

לא היה שם תקרה, אלא בית של אבנים מלמטן ויריעות מלמעלן.

משנה זבחים פי"ד

---

ביים כותל איז דא אן ענין פון מעולם לא זזה שכינה

דא שטייט ויטש משכן שילה

נאך מער שטייט וימאס באהל יוסף
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איינס האט געשריבן:מענין לענין אין שילה איז דא א בית מדרש וואס איז אויסעגשטעלט ווי א משכן

Shilo_centr_synagogue.jpeg

אנגעבליך אויפ׳ן ארט ווי משכן שילה איז געשטאנען. צורת אהל מועד והמזבח.
אוועטאר
איש יהודי בשושן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:10 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש יהודי בשושן »

געהערט אז די קאסאווער רבי שליט״א פארט קיין שילה אויף פוקד זיין עקרות
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אינטערסאנט צו באמערקן, אז ארום די אנגעבליכע פלאץ פון משכן שילה, אויף די בערג וואו ס'איז סמוך ונראה, טרעפט מען גאר אסאך צובראכענע כלי חרס.
אמאל האט מען געגעסן אין כלי חרס, די קרבנות בזמן משכן שילה האט מען געמעגט עסן בכל הנראה, און די כלים האט מען שפעטער צובראכן צוליב די בליעות פון נותר...
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

צעטל קלעבער האט געשריבן:אינטערסאנט צו באמערקן, אז ארום די אנגעבליכע פלאץ פון משכן שילה, אויף די בערג וואו ס'איז סמוך ונראה, טרעפט מען גאר אסאך צובראכענע כלי חרס.
אמאל האט מען געגעסן אין כלי חרס, די קרבנות בזמן משכן שילה האט מען געמעגט עסן בכל הנראה, און די כלים האט מען שפעטער צובראכן צוליב די בליעות פון נותר...

יאפ, האמיר אהיימגעברענגט פון דארט א שטיקל
אוועטאר
איש יהודי בשושן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:10 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש יהודי בשושן »

צעטל קלעבער האט געשריבן:אינטערסאנט צו באמערקן, אז ארום די אנגעבליכע פלאץ פון משכן שילה, אויף די בערג וואו ס'איז סמוך ונראה, טרעפט מען גאר אסאך צובראכענע כלי חרס.
אמאל האט מען געגעסן אין כלי חרס, די קרבנות בזמן משכן שילה האט מען געמעגט עסן בכל הנראה, און די כלים האט מען שפעטער צובראכן צוליב די בליעות פון נותר...

דאס איז אנגעגאנגען בזמן הבית אויך אלס נותר.
האב איך געהערט פון הגאון רבי מנשה ריזמאן אז פלעסטיק דיספאסעבל כלים איז א ישיעת הכלל סיי בנוגע טומאה וטהרה (לויט אסאך פוסקים איז פלעסטיק נישט מקבל טומאה) און סיי בנוגע אוועקווארפן די כלים נאכן עסן אלס נותר.

יבא יבא זאל ער שוין קימען…
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

ווייסט מען קלאהר וואו איז די פלאץ פון מקום המשכן אין שילה?
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3912
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: מקום משכן שילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

דא איז דא א סייט וואס רעדט ארום איבער דאם

https://www.a-shiloh.co.il/en
(איך האב נישט ווערעפייד אז די לינק איז אויסגעהאלטען, אויב נישט ביטע אראפנעמען אדער מיך מודיע זיין אין איך וועל)
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”