אדווערטייזמענט: ...רבי, רבי, מיר וועלן זיך מקשר זיין צו דיר

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: ...רבי, רבי, מיר וועלן זיך מקשר זיין צו דיר

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

זומער תשל"ב לפ"ק. בעל הארבער, ניו יארק.


אט שטייט ער שוין דא, נאכ'ן זיך שלעפן מיט'ן אלטן קאר אויף די וואקלדיגע ראודס אינאיינעם מיט די בני המשפחה. געקומען זענען זיי צו מקבל זיין א ברכה פונעם רעיא מהימנא קדישא רבינו הק', צו בעטן דעם צדיק אמת זאל מבטיח זיין אז די אזוי לאנג ערווארטעטע ישועה זאל שוין אנקומען.

מען רירט אָן די הייליגע קלאמקע פון דעם אויסגעבענקטן 'קוויטל צימער', און דאס הארץ צאפלט פון התרגשות און האפענונג. מען גרייט זיך אָט צו אריינגיין אל הקודש פנימה, איבערגעבן דאס קוויטל, מזכיר זיין די בקשה און בעטן א ברכה און בעיקר א 'הבטחה'.

אוי ווי שטארק מען קוקט ארויס אז דער רבי זאל צוזאגן, אז דער רבי זאל מבטיח זיין, ווייל דאס איז דאך א דבר ידוע אז דער רבי איז ממעט צו "מבטיח זיין" אויף ישועות, אבער אין די זעלטענע פעלער ווען דער רבי דרוקט זיך יא אויס מיט א לשון פון הבטחה, דאן איז מען "א זיכערער געהאלפענער" בלי ספק.

אידן ווייסן צו דערציילן אומצאליגע מעשיות נפלאות וויאזוי "א הבטחה" פון רבינו הק' זי"ע האט גע'פועל'ט און געהאלפן למעלה מדרך הטבע. דער רבי האט זייער ווינציג מאל "צוגעזאגט" א ישועה, אבער אידן וועלכע האבן געהאט שכל האבן פארשטאנען אז עס לוינט צו מפציר זיין און באקומען "א הבטחה פונעם רבי'ן", און ווי גליקליך איז געווען דער איד וואס האט טאקע ערהאלטן אזא הבטחה, ווייל דאן איז מען געווען פארזיכערט מיט אפענע ישועות, רפואות און ברכות עד בלי די.



חודש אב תשפ"א לפ"ק. ניו יארק.

דאס הייליגע ליכט איז שוין פארלאשן אריבער 40 יאר. שוין צענדליגער יארן וואס עס איז מער נישטא דער עמוד צלותהון דישראל וואס האט מיט זיין תפלה און עבודה געבעטן און אראפגעברענגט פאר אידן ישועות און רפואות כל ימי חייו, אבער עס איז יא פארהאן איין וואונדערליכע מהלך וויאזוי מיר קענען אויך היינט זוכה זיין צו "א הבטחה פונעם רבי'ן זי"ע".

דאס הייליגע ענין פון די פעולות חובקות דורך "נטרונא" איז למעשה "דאס איינציגע מאל" וואס מיר געפינען "א בפירוש'ע הבטחה" אין די צענדליגער ספרי קודש פון רביה"ק זי"ע, אז ווען מען איז דאס מחזק, ווען מען העלפט דאס צו, דאן איז מען מובטח צו באקומען "שכר מצוה בהאי עלמא".

אזוי שרייבט רביה"ק זי"ע אפענע ווערטער אין חידושי תורה פרשת עקב:

"טראץ דעם וואס געווענליך איז דער כלל "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא" אבער דער וואס העלפט לוחם זיין פאר'ן כבוד שמים, באקומט נאך אויף די וועלט אלע השפעות פון עולם הזה. דער באשעפער באצאלט אים מיט א גרויסן שכר מצוה בהאי עלמא."

דער הייליגער רבי זאגט צו השפעות פון עולם הזה פאר אלע וועלכע זענען עוסק אין דעם גרויסן ענין אויף וואס 'נטרונא' איז באזירט! דער הייליגער רבי איז מבטיח באלדיגע ישועות און שכר מצוה פאר אלע מעמבער וועלכע זענען מקיים רצון קדשו! און דער רבי איז א "מבטיח ועושה" - גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם.



די ספעציעלע זכי' פון "מעמדות געלט"

ס'איז באקאנט צווישן חסידים אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך נוהג געווען נישט צו נוצן געלט פון סתם מענטשן פאר זיינע אייגענע געברויכן. דאס גאנצע געלט איז צעטיילט געווארן פאר נצרכים און פעולות הצדקה וואס דער רבי האט אלץ אויסגעהאלטן.

פאר זיין פריוואטע געברויך האט דער רבי זיך נישט געוואלט באנוצן מיט די אלגעמיינע געלט, דאס איז צאמגעשטעלט געווארן בלויז צווישן א קליינע מסגרת, פון דעם רבי'נס געטרייע תלמידים. נאר פון די עטליכע אידן, חסידים ותלמידים נאמנים, האט דער רבי מסכים געווען נהנה צו זיין.

דער עלטערער דור אנשי שלומינו געדענקט נאך אז הרה"ח הישיש ר' אפרים פאלקאוויטש ע"ה איז געווען ממונה אויף דעם ענין, ער פלעגט צאמשטעלן "מעמדות" פאר'ן רבי'ן. און ווי ער פלעגט זעלבססט דערציילן איז דאס ביים רבי'ן געווען אן ענין מיוחד פון וועמען ער האט גענומען געלט פאר זיך, נישט יעדער האט דערצו געקענט זוכה זיין. דער רבי פלעגט די מעמדות רופן "ידידות געלט", און דאס באטראכט ווי געלט פון זיינע פערזענליכע ידידים.

אבער ווי אומגלויבליך עס הערט זיך איז, בימים ההם בזמן הזה, אויך היינט צוטאגס נאך פארהאן א זכי' צו זיין פון די אידן וועלכע גיבן געלט פאר דעם רבי'נס ענין פערזענליך!

דעם רבי'נס פערזענליכע ליסטע פון טויזנט מעמבערס


מיט אריבער 60 יאר צוריק האט דער אבוהון ורבן של ישראל, רבינו הק' מסאטמאר זי"ע, געגרינדעט די ארגאניזאציע "איחוד עולמי של היהדות החרדית", וועלכע איז געווען באזירט אויף די זעלבע יסודות פון מפעל הק' נטרונא, צו באקעמפן די ציוני'סטישע איינפלוס און קלארשטעלן פאר די וועלט די התנגדות פון תורה טרייע אידן קעגן די מדינה הטמאה.

דער רבי זעלבסט, האט דאן משמיע געווען רצון קדשו, ביי אן אסיפה דחופה יום ב' חוקת שנת תשי"ז לפ"ק, ווי עס איז דאקומענטירט אין ספר בוצינא קדישא ח"ב דף רס"ז. דארט האט דער רבי געזאגט קלארע ווערטער איבער זיין הייליגן ציל און וואונטש:

"ס'איז זייער כדאי צו גרינדן אזא ארגאניזאציע פון "אנשים כשרים"... לדעתי קען מען צוזאמנעמען טויזנט מענטשן פון די ערליכע אידן וועלכע ווילן זיין א טייל אין אזא מסגרת, און וועלן צאלן מעמבערשיפ, דאס וועט זיין א גרויסע כח בעזרת השם". עכל"ק.

נורא נוראות! דער צדיק הדור פארלאנגט אז טויזנט אידן זאלן זיך אנשליסן אין אזא ארגאניזאציע וועלכע זאל זיך אפגעבן מיט זיין הייליגן ענין פון אמונה, און ווי וואונדערליך עס הערט זיך האבן מיר, אזויפיל יאר שפעטער, נאך די געלעגנהייט צו זיין "אויפ'ן רבי'נס ליסטע". מיר קענען נאך אריינכאפן צו זיין פון אט די מעמבערס אויף וועמען דער רבי האט געווארט און געשטרעבט!

דאס איז דאך די ריכטיגע "ידידות געלט" בימינו אלה ווען דער רבי איז שוין טאקע נישטא מיט אונז אבער זיין רצון און וואונטש, אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען כל ימי חייו, זעצט ב"ה ווייטער פאר מיט אזא פראכטפולע המשכה קבל תבל ומלואה.



לאמיר זיין פון דעם רבי'נס נאנטע מקורבים...

אין לויף פון די לעצטע צוואנציג יאר דינט "נטרונא" ווי דעם רבי'ס ארגאניזאציע אין אלע געביטן פון די שיטה הק', אויף וואס רביה"ק זי"ע האט זיך מוסר נפש כל ימיו. נטרונא איז עומד ומשמש מיט א געטריישאפט צו פארשפרייטן דעם רבי'נס הייליגע ליכטיגקייט איבער די גאנצע וועלט און האט ב"ה באוויזן צו ממלא זיין רצון קדשו אויפ'ן שענסטן פארנעם.

בימים ההם האבן אידן געוואוסט אז ווען דער רבי האט מסכים געווען צו נעמען געלט פון א איד איז דאס געווען דער בעסטער סימן אויף א ישועה און השפעה גדולה. מענטשן וועלכע האבן געוואלט געהאלפן ווערן בדבר ישועה ורחמים האבן געטון כל טצדקי שבעולם אז דער רבי זאל מקבל זיין זייער געלט, אזוי ארום צו קענען זוכה זיין צו די ברכה וישועה.

אט די גליקליכע מעמבערס וועלכע פאלגען אויס דעם רבי'נס געבעט, האבן די באשיינפערליכע זכי' אז "דער רבי איז מקבל זייער געלט", דער רבי פאררעכנט זיי צווישן זיינע תלמידים, פאר וועמען ער איז א מליץ יושר בשמי מעל צו געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן.

ווייל די שטיצער פון "נטרונא" זענען די "אנשי הצדיק", דעם רבי'נס מענטשן, וואס שטיצן די נקודה הפנימיות פון דעם רבי'נס ענין עלי אדמות. אשרי העומדים על סודיך!



טייערע ברודער לאמיר דאס געדענקן און האלטן פאר די אויגן:

אונזער שותפות מיט'ן רבינ'ס ארגאניזאציע - דאס איז אונזער פארזיכערטע שמירה. דאס איז אונזער פארזיכערטע גאראנטיע צו קענען ארויפקומען צום ציון הק' דעם קומענדיגן כ"ו אב הבעל"ט און זאגן בפה מלא:

"רבינו הק', מיר האבן געטון דיין שליחות!"


קליקט דא

https://secure.cardknox.com/truetorahjews



ווייל "כמעשהו בחול כך מעשהו בשבת" - די ענינים וואס א צדיק איז עוסק אויף די וועלט איז ער אויך עוסק אויף יענע וועלט, ביום שכולו שבת, און דער רבי וועט דארט נישט שולדיג בלייבן פאר זיינע מקורבים!



פועלט'ס אויס אלעס גוטס! וזכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.



דריקט דא

צו זעהן אדער דאונלאודן דעם תמוז נטרונא בראשר:




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
פארשפארט

צוריק צו “אידישע וועלט”