התכלת והחלזון מהו

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך דממה דקה »

Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אז יענער האט עס פראבירט, און ער איז דער מוכיח, איי אנדערע פון זיין אייגענע חדר זאגן פארקערט, דארף מען גלייבן נאר וועם דו ווילסט מען זאל גלייבן

זיי זאגן אז זיי האבן עס פרובירט און עס איז אויסגעקומען פארקערט?

ווען דיין ווייב זאל דיר מארגן זאגן אז זי האט געבאקן חלות און עס איז ארויסגעקומען קאקאש קעיק מוז איך עס פראבירן דיך אפצופרעגן?
עמותת פתיל תכלת מאכט יעדן טאג די פראסעס פון טיילן בראמיין מיט אינדיגא, מיט די לעקטער מיט די זין וכו', דער רעדט שטותים, דעטס אלל.
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

און דרך אגב, זיין תלמידה האט מיטגעארבעט מיט אים אין זי דערמאנט די ריזאלטס אין איר דיסערטאציע פון אוניברסיטת בר אילן.
לעצט פארראכטן דורך מהגוני אום מאנטאג יוני 21, 2021 2:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

דממה דקה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אז יענער האט עס פראבירט, און ער איז דער מוכיח, איי אנדערע פון זיין אייגענע חדר זאגן פארקערט, דארף מען גלייבן נאר וועם דו ווילסט מען זאל גלייבן

זיי זאגן אז זיי האבן עס פרובירט און עס איז אויסגעקומען פארקערט?

ווען דיין ווייב זאל דיר מארגן זאגן אז זי האט געבאקן חלות און עס איז ארויסגעקומען קאקאש קעיק מוז איך עס פראבירן דיך אפצופרעגן?
עמותת פתיל תכלת מאכט יעדן טאג די פראסעס פון טיילן בראמיין מיט אינדיגא, מיט די לעקטער מיט די זין וכו', דער רעדט שטותים, דעטס אלל.

עמותת פתיל תכלת, רירט נישט אן קיין אדומת פה אדער חד קוצים.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך Who knows »

דממה דקה האט געשריבן:ווען דיין ווייב זאל דיר מארגן זאגן אז זי האט געבאקן חלות און עס איז ארויסגעקומען קאקאש קעיק מוז איך עס פראבירן דיך אפצופרעגן?
עמותת פתיל תכלת מאכט יעדן טאג די פראסעס פון טיילן בראמיין מיט אינדיגא, מיט די לעקטער מיט די זין וכו', דער רעדט שטותים, דעטס אלל.

give me a break! דו האלטס טאקע אז דאס איז דומה?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך דממה דקה »

מהגוני האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אז יענער האט עס פראבירט, און ער איז דער מוכיח, איי אנדערע פון זיין אייגענע חדר זאגן פארקערט, דארף מען גלייבן נאר וועם דו ווילסט מען זאל גלייבן

זיי זאגן אז זיי האבן עס פרובירט און עס איז אויסגעקומען פארקערט?

ווען דיין ווייב זאל דיר מארגן זאגן אז זי האט געבאקן חלות און עס איז ארויסגעקומען קאקאש קעיק מוז איך עס פראבירן דיך אפצופרעגן?
עמותת פתיל תכלת מאכט יעדן טאג די פראסעס פון טיילן בראמיין מיט אינדיגא, מיט די לעקטער מיט די זין וכו', דער רעדט שטותים, דעטס אלל.

עמותת פתיל תכלת, רירט נישט אן קיין אדומת פה אדער חד קוצים.

טאקע נישט, פאר די איינרעדעניש אז דוקא די טראנקלאס איז די חלזון, אפי' זיי אליינס האבן נישט קיין געהעריגע הסבר דערויף.
אבער די רעסעפי קענען זיי בעסער, און דאס וואס ער זאגט זאגן זיי קען נישט זיין, אנלעס ער האט עס נישט ריכטיג געמאכט, וואס איז שטארק מסתבר, בפרט מיט די פיצל טראפ צבע וואס ער האט באקומען.

עניוועי א געלעכטער, ווייל ביז יעצט האסטו געשריגן סייענס, יעצט ווען דו כאפסט אז עמר האט קיינמאל נישט צוגעשטעלט קיין סיינטיפישע שטודיע, איז די תירוץ יענער האט פראבירט.

נאכאמאל, איין ווארט קלעבט נישט מיטען צווייטען.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך Who knows »

דממה דקה האט געשריבן:טאקע נישט, פאר די איינרעדעניש אז דוקא די טראנקלאס איז די חלזון, אפי' זיי אליינס האבן נישט קיין געהעריגע הסבר דערויף.

נאכאמאל האט שוין נאך איינער פראבירט דאס און עס איז אויסגעקומען אנדערש? ענטפער מיר א יא אדער א ניין? טראלן ווייס איך אז דו קענסט
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך דממה דקה »

Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:טאקע נישט, פאר די איינרעדעניש אז דוקא די טראנקלאס איז די חלזון, אפי' זיי אליינס האבן נישט קיין געהעריגע הסבר דערויף.
אבער די רעסעפי קענען זיי בעסער, און דאס וואס ער זאגט זאגן זיי קען נישט זיין, אנלעס ער האט עס נישט ריכטיג געמאכט, וואס איז שטארק מסתבר, בפרט מיט די פיצל טראפ צבע וואס ער האט באקומען.

עניוועי א געלעכטער, ווייל ביז יעצט האסטו געשריגן סייענס, יעצט ווען דו כאפסט אז עמר האט קיינמאל נישט צוגעשטעלט קיין סיינטיפישע שטודיע, איז די תירוץ יענער האט פראבירט.

נאכאמאל האט שוין נאך איינער פראבירט דאס און עס איז אויסגעקומען אנדערש? ענטפער מיר א יא אדער א ניין? טראלן ווייס איך אז דו קענסט

פון אדומת הפה נישט, אבער פון חד קוצים יא

מקור?

אביסעל א מילתא דבדיחותא.
מ'רעדט דא כסדר פון פארבען מיט חלזונות וכו', ווען מ'וואלט דא נאר געקענט אריינברענגען נישט נאר די אופן הצביעה וכו' די קאליר (visual), נאר אויך אנדערע חושים ווי די שמעק וואס באגלייט די פארבען (טראכט פון פארדארבענע רויע פיש) וואלטען אלע דא אנטלאפען.
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

און דממה דקה וואלט שוין אביסעל רחמנות געהאט אויף פרופ' עמר, און נאכגעלאזט די האס און געטראסט אביסעל...
עמר האט זיך ממש מוסר נפש געווען אויף די נישט באטעמטע ארבעט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך לכאורה »

מהגוני האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
מהגוני האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:זיי זאגן אז זיי האבן עס פרובירט און עס איז אויסגעקומען פארקערט?

ווען דיין ווייב זאל דיר מארגן זאגן אז זי האט געבאקן חלות און עס איז ארויסגעקומען קאקאש קעיק מוז איך עס פראבירן דיך אפצופרעגן?
עמותת פתיל תכלת מאכט יעדן טאג די פראסעס פון טיילן בראמיין מיט אינדיגא, מיט די לעקטער מיט די זין וכו', דער רעדט שטותים, דעטס אלל.

עמותת פתיל תכלת, רירט נישט אן קיין אדומת פה אדער חד קוצים.

טאקע נישט, פאר די איינרעדעניש אז דוקא די טראנקלאס איז די חלזון, אפי' זיי אליינס האבן נישט קיין געהעריגע הסבר דערויף.
אבער די רעסעפי קענען זיי בעסער, און דאס וואס ער זאגט זאגן זיי קען נישט זיין, אנלעס ער האט עס נישט ריכטיג געמאכט, וואס איז שטארק מסתבר, בפרט מיט די פיצל טראפ צבע וואס ער האט באקומען.

עניוועי א געלעכטער, ווייל ביז יעצט האסטו געשריגן סייענס, יעצט ווען דו כאפסט אז עמר האט קיינמאל נישט צוגעשטעלט קיין סיינטיפישע שטודיע, איז די תירוץ יענער האט פראבירט.

נאכאמאל, איין ווארט קלעבט נישט מיטען צווייטען.

און דו האסט א פאני נאז

האסטו געהערט אזאנס?

שלעסל שלעסל ווי וויכטיג ביסטו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך לכאורה »

Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:טאקע נישט, פאר די איינרעדעניש אז דוקא די טראנקלאס איז די חלזון, אפי' זיי אליינס האבן נישט קיין געהעריגע הסבר דערויף.
אבער די רעסעפי קענען זיי בעסער, און דאס וואס ער זאגט זאגן זיי קען נישט זיין, אנלעס ער האט עס נישט ריכטיג געמאכט, וואס איז שטארק מסתבר, בפרט מיט די פיצל טראפ צבע וואס ער האט באקומען.

עניוועי א געלעכטער, ווייל ביז יעצט האסטו געשריגן סייענס, יעצט ווען דו כאפסט אז עמר האט קיינמאל נישט צוגעשטעלט קיין סיינטיפישע שטודיע, איז די תירוץ יענער האט פראבירט.

נאכאמאל האט שוין נאך איינער פראבירט דאס און עס איז אויסגעקומען אנדערש? ענטפער מיר א יא אדער א ניין? טראלן ווייס איך אז דו קענסט

אבער א שלעסל באלאנגט נישט?
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מצפים לישועה »

סאו דממה, אזוי ווי מהאט דיך געכאפט אין א רואיגע מענוט, זיי אונז מגלה וואס איז דיין טעאריא איבער דעם מיורעקס, ינקוטא, קונכיליא, און פאווראס איז דא אזא שטילשווייגעניש אויף דעם תכלת ביי די גויאישע שרייבערס, און וואס האט געברענגט דעם שלטי גבורים און דעם חוות יאיר צו אזא גראבע טעות, און פארוואס הייסט תכלת אדער קלא אילן פורפורא, און פארוואס האט מען געהאט אזא משוגעת אז אלע סארטן קאלירן האט מען געמאכט פון די חלזונות, נאר תכלת האט מען מקפיד געווען נישט צו מאכן פון דעם, און עד כדי כך אז אפילו דער תוספתא איז נישט איינגעפאלן אז מען קען מאכן פון דעם תכלת.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך Who knows »

לכאורה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:נאכאמאל האט שוין נאך איינער פראבירט דאס און עס איז אויסגעקומען אנדערש? ענטפער מיר א יא אדער א ניין? טראלן ווייס איך אז דו קענסט

אבער א שלעסל באלאנגט נישט?

איך וואלט אייך מייעץ געווען צו דורכליינען די וויכוח אויב מ'קען מאכן בלוי פון אנדערע מיורעקעס'ן, אנגעהויבן פון דא, און איבערצייגט אייך אליינס
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך דממה דקה »

מצפים לישועה האט געשריבן:סאו דממה, אזוי ווי מהאט דיך געכאפט אין א רואיגע מענוט, זיי אונז מגלה וואס איז דיין טעאריא איבער דעם מיורעקס, ינקוטא, קונכיליא, און פאווראס איז דא אזא שטילשווייגעניש אויף דעם תכלת ביי די גויאישע שרייבערס, און וואס האט געברענגט דעם שלטי גבורים און דעם חוות יאיר צו אזא גראבע טעות, און פארוואס הייסט תכלת אדער קלא אילן פורפורא, און פארוואס האט מען געהאט אזא משוגעת אז אלע סארטן קאלירן האט מען געמאכט פון די חלזונות, נאר תכלת האט מען מקפיד געווען נישט צו מאכן פון דעם, און עד כדי כך אז אפילו דער תוספתא איז נישט איינגעפאלן אז מען קען מאכן פון דעם תכלת.

דו האלטס'ט אז דער שלטי גבורים (דאס איז נישט די שלטי גיבורים אויפן רי"ף, נאר פון ר' אברהם הרופא) האלטסט ער האט געהאט די פורפורא, אדער דער חוות יאיר האט עס געהאט?
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך Who knows »

דממה דקה האט געשריבן:דו האלטס'ט אז דער שלטי גבורים (דאס איז נישט די שלטי גיבורים אויפן רי"ף, נאר פון ר' אברהם הרופא) האלטסט ער האט געהאט די פורפורא, אדער דער חוות יאיר האט עס געהאט?

ווען איינער זאל נאר זאגן אזעלכע סארט ווערטער לטובת די מיורעקס וויל איך נישט טראכטן וואס ער וואלט געכאפט דערפאר

עקזעקטלי דאס וויל איך צוקימען, רש"י מיט די רמב"ם מיט אלע ראשונים מאכט מען אוועק ווייל זיי האבן עס נישט געזעהן, פליצלינג ווערט מען דשעלי עס שטייט אין שלטי גיבורים און אין מקור-חיים, איי זיי האבן עס נישט געזעהן?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מסתמא »

דממה דקה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דו האלטס'ט אז דער שלטי גבורים (דאס איז נישט די שלטי גיבורים אויפן רי"ף, נאר פון ר' אברהם הרופא) האלטסט ער האט געהאט די פורפורא, אדער דער חוות יאיר האט עס געהאט?

ווען איינער זאל נאר זאגן אזעלכע סארט ווערטער לטובת די מיורעקס וויל איך נישט טראכטן וואס ער וואלט געכאפט דערפאר

עקזעקטלי דאס וויל איך צוקימען, רש"י מיט די רמב"ם מיט אלע ראשונים מאכט מען אוועק ווייל זיי האבן עס נישט געזעהן, פליצלינג ווערט מען דשעלי עס שטייט אין שלטי גיבורים און אין מקור-חיים, איי זיי האבן עס נישט געזעהן?

;l;p-
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך Who knows »

דממה דקה האט געשריבן:עקזעקטלי דאס וויל איך צוקימען, רש"י מיט די רמב"ם מיט אלע ראשונים מאכט מען אוועק ווייל זיי האבן עס נישט געזעהן, פליצלינג ווערט מען דשעלי עס שטייט אין שלטי גיבורים און אין מקור-חיים, איי זיי האבן עס נישט געזעהן?

איך פערזענליך האלט נישט פון אוועקמאכן דברי הראשונים ווייל זיי האבן נישט געוואוסט וואס דאס איז, אבער דאך איז דא א חילוק, ווייל די ראשונים זאגן אז זיי ווייסן בככל נישט וואס דאס איז, ווידעראום זיי זאגן יא וואס דאס איז, זיי האבן עס מסתם נישט געזעהן, אבער געוואסט בערך וואס דאס איז (זיי האבן געוואוסט אז עס איז נישט קיין פיש), און די זעלבע סיבות וואס האט זיי געמאכט טראכטן אז עס איז די חלזון התכלת, איז א חלק פון די סיבות וואס מאכט אנדערע צו טראכטן אזוי

לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, ווען די פארשער וואלטן געהאלטן אז די ראדזינער פיש איז די חלזון, און וואלסט אנגעהויבן ליינען פון זיי און פון אנדערע וואס ווערן נשפע פון זיי, וואלסטו געטראפן שרעקליכע זלזול בדברי חז"ל והראשונים, מיינט דאס אז די ראדזינער האט מלגלג געווען על דברי חז"ל? ח"ו, נאר גראדע איז די מציאות דא פארקערט, אז רוב פארשער האלטן אז די מיורעקס איז די חלזון, ממילא טרעפסטו אין זייער אסאך באשרייבונגען אזעלכע דברי זלזול, אבער דאס רעפלעקטירט בכלל נישט יעדן'ס מיינונג
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך דממה דקה »

Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עקזעקטלי דאס וויל איך צוקימען, רש"י מיט די רמב"ם מיט אלע ראשונים מאכט מען אוועק ווייל זיי האבן עס נישט געזעהן, פליצלינג ווערט מען דשעלי עס שטייט אין שלטי גיבורים און אין מקור-חיים, איי זיי האבן עס נישט געזעהן?

איך פערזענליך האלט נישט פון אוועקמאכן דברי הראשונים ווייל זיי האבן נישט געוואוסט וואס דאס איז, אבער דאך איז דא א חילוק, ווייל די ראשונים זאגן אז זיי ווייסן בככל נישט וואס דאס איז, ווידעראום זיי זאגן יא וואס דאס איז, זיי האבן עס מסתם נישט געזעהן, אבער געוואסט בערך וואס דאס איז (זיי האבן געוואוסט אז עס איז נישט קיין פיש), און די זעלבע סיבות וואס האט זיי געמאכט טראכטן אז עס איז די חלזון התכלת, איז א חלק פון די סיבות וואס מאכט אנדערע צו טראכטן אזוי

ערשטענס, איך האב גערעדט צו מצפים, און ער האט שוין אפגעשריבן אין דעם אשכול עטליכע תגובות פיל מיט די דוגמאות ווי די ראשונים האבן זיך לשיטתו טועה געווען.

צווייטענס, איך וויל דיר פרעגן, אלעס איז געבויעט ארום געוויסע הנחות, ווי למשל אז חלזון מיינט א סנעיל, אויב וועל איך דיר ווייזן א ראשון וואס האט געוויסט אז חלזון מיינט א סנעיל, און דאך זאגט ער אז די חלזון התכלת איז א פיש, וועט עס מאכן עפעס א שטארקע משמעות ביי דיר?
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מצפים לישועה »

דממה דקה האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:סאו דממה, אזוי ווי מהאט דיך געכאפט אין א רואיגע מענוט, זיי אונז מגלה וואס איז דיין טעאריא איבער דעם מיורעקס, ינקוטא, קונכיליא, און פאווראס איז דא אזא שטילשווייגעניש אויף דעם תכלת ביי די גויאישע שרייבערס, און וואס האט געברענגט דעם שלטי גבורים און דעם חוות יאיר צו אזא גראבע טעות, און פארוואס הייסט תכלת אדער קלא אילן פורפורא, און פארוואס האט מען געהאט אזא משוגעת אז אלע סארטן קאלירן האט מען געמאכט פון די חלזונות, נאר תכלת האט מען מקפיד געווען נישט צו מאכן פון דעם, און עד כדי כך אז אפילו דער תוספתא איז נישט איינגעפאלן אז מען קען מאכן פון דעם תכלת.

דו האלטס'ט אז דער שלטי גבורים (דאס איז נישט די שלטי גיבורים אויפן רי"ף, נאר פון ר' אברהם הרופא) האלטסט ער האט געהאט די פורפורא, אדער דער חוות יאיר האט עס געהאט?

איך מיין נישט צו ברענגען א ראיה, ראיות איז נאר פון חז"ל און ראשונים, אחרונים זענען פול מיט טעותים כידוע בין מתנגדי התכלת, איך מיין נאר צו פרעגן אויב דו האלטסט אז דיין טעאריא איז ריכטיג אז עס איז נישט מוכרח בכלל אז מען האט עס גענוצט פאר תכלת, וואס האט געברענגט פינעף אחרונים צו מאכן דעם זעלבן טעות? אויב דו זאגסט מיר אז פשטות זעיט שטארק אויס אז דאס איז וואס מען האט גענוצט פאר תכלת, נאר מה נעשה פון די ראשונים וואס האבן נישט געקענט דעם חילזון קומט אויס אנדערש און אלע תירוצים זענען נארישקייטן, וואלט איך פארשטאנען, אבער פון וואס איך פארשטיי פון דיר איז אז סאיז נישטא קיין באזיס אז מען האט עס גענוצט בכלל פאר תכלת.
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

דממה דקה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עקזעקטלי דאס וויל איך צוקימען, רש"י מיט די רמב"ם מיט אלע ראשונים מאכט מען אוועק ווייל זיי האבן עס נישט געזעהן, פליצלינג ווערט מען דשעלי עס שטייט אין שלטי גיבורים און אין מקור-חיים, איי זיי האבן עס נישט געזעהן?

איך פערזענליך האלט נישט פון אוועקמאכן דברי הראשונים ווייל זיי האבן נישט געוואוסט וואס דאס איז, אבער דאך איז דא א חילוק, ווייל די ראשונים זאגן אז זיי ווייסן בככל נישט וואס דאס איז, ווידעראום זיי זאגן יא וואס דאס איז, זיי האבן עס מסתם נישט געזעהן, אבער געוואסט בערך וואס דאס איז (זיי האבן געוואוסט אז עס איז נישט קיין פיש), און די זעלבע סיבות וואס האט זיי געמאכט טראכטן אז עס איז די חלזון התכלת, איז א חלק פון די סיבות וואס מאכט אנדערע צו טראכטן אזוי

ערשטענס, איך האב גערעדט צו מצפים, און ער האט שוין אפגעשריבן אין דעם אשכול עטליכע תגובות פיל מיט די דוגמאות ווי די ראשונים האבן זיך לשיטתו טועה געווען.

צווייטענס, איך וויל דיר פרעגן, אלעס איז געבויעט ארום געוויסע הנחות, ווי למשל אז חלזון מיינט א סנעיל, אויב וועל איך דיר ווייזן א ראשון וואס האט געוויסט אז חלזון מיינט א סנעיל, און דאך זאגט ער אז די חלזון התכלת איז א פיש, וועט עס מאכן עפעס א שטארקע משמעות ביי דיר?

טאקע וויבאלט ער האט געוויסט דאס חלזון איז א סנעיל זעהט מען דאס "דג" איז לאו דוקא, ס'מיינט א באשעפעניש אין ים (און נישט קיין סנעיל פון די יבשה). זיינע אייגענע תלמידים זאגען קלאר דאס די חלזון איז א סנעיל ווען מפרש זיין זייער רבי'ס ווערטער אין משנה תורה.

מאטעך שוין גערעט, תירוצים איז נישט אינטרעסאנט, תירוצים זענען דוחקים און דוחקים זענען פירכות.
דו דארפסט קומען מיט קשיות, ווי למשל וויאזוי האט דער חוות יאיר גערופן דעם חילזון דג ווען ער האט געוואוסט אז סאיז א סנעיל, אה אנטשולדיגט, דאכטסעך אז דער חוות יאיר איז געווען א אחרון, שוין גארנישט שווער איך צו צוריק
פארשפארט

צוריק צו “הלכה למעשה”