תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

גוזמא, א++!

צעפלאטשקעט, פיינע אשכול!
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

צווייטע טאג סוכות

אין ישיבת ”בית התלמוד” אין קעלעם האט געהאנגען חודש אלול א מודעה מיטן כתב יד פונעם ראש ישיבה דער סבא פון קעלעם זצ”ל. ס’איז געשטאנען אזוי, ”ווער ס’גייט דורך בשלום די ימים נוראים דארף בענטשן הגומל בשם ומלכות, ס’איז גארנישט ווייניגער ווי העובר את הים אדער דעם מדבר. איי פארוואס מאכט דער עולם נישט קיין הגומל, ווייל קיינער ווייסט נישט אויב ער איז אריבער בשלום”.

אבער אונז ערליכע אידן, מיר האפן צום אייבישטען אז ס’קומט א גוט יאר, וועגן דעם פראווענען מיר סעודות מ’עסט און מ’טרונקט ראש השנה, און ווי אונז זאג מיר ביי מוצאי יום הקדוש בת קול יוצאת און רופט אויס ”לך אכול בשמחה לחמך ושתה בלב טוב יינך, כי כבר רצה האלקים את מעשיך”, און אונז טוה מיר למעשה אויך, תיכף דערנאך פראווענען מיר דעם גרויסן יו”ט סוכות, ”זמן שמחתינו” און מיר נעמען א לולב, ווי דער מדרש ברענגט א משל (ויקרא רבה ל, ב) צוויי מענטשן האבן זיך מתדיין געווען ביים מלך, און איינער פון זיי איז ארויס חייב און דער צווייטער זכאי, פרעגט דער זכאי פונעם מלך ווי אזוי קען איך איבערווייזן פאר די מידיע וואס שטייען אונדרויסן אנגעשפיצט מיט די קעמערעס אז איך בין דער זכאי?, יעדער גייט דאך פרובירן צו באקומען א סטעיטמענט פון אונז ביידע, דער צווייטער קען דאך פונקט אזוי זאגן אז ער איז דער זכאי, האט אים דער מלך איבערגעגעבן זיין שרביט, דאס איז דער לולב מיט די מינים דאס זענען די שרביטו של מלך, וואס ווייזט אז מיר זענען ארויס זכאי און עס ערווארט אונז א שנה טובה מיט כל משאלות לבנו לטובה.

שטעלט זיך יעצט א שאלה, דוקא אין דעם ”זמן שמחתינו” ווען מיר צייכענען אפ דעם זיכוי בדין, גייען מיר ארויס פון אונזערע באקוועמע דירות צו א ז’ על ז’ טפחים, קוים הויעך עשרה טפחים, מיט ווענט וואס האבן שוין געזען בעסערע צייטן, דופן עקומה, לבוד, גוד אסיק גוד אחית, מחיצה תלוי’, גדיים בוקעין בו, פרוץ מרובה על העומד, שלוש דפנות, אביסעלע פארטרוקענטע סכך, בדוחק איז צלתו מרובה, וואס איז פשט אין דעם?

אבער באמת אז מיר וועלן גוט אריינקוקן און זיך אריינלייגן וועל מיר זעהן אז דא שטעקט א טיפע באהאלטענע סימן, אז ס’קומט בעזהשי”ת אן אמת’ע זיסע לעכטיגע יאר.

לאמיר אנהייבן מיט ”מעשה אבות סימן לבנים”, אברהם אבינו איז פארטריבן געווארן פון זיין לאנד, פון זיין געבורט פלאץ, פון זיין טאטן’ס הויז, ער קומט שוין פיינעלי אן קיין ארץ ישראל, און א הונגער רוקט זיך אן, קיין ברירות האט ער נישט געהאט, ”וירד מצרימה לגור שם, כי כבד הרעב בארץ” אויפן וועג דארף מען דאך ערגעץ איבערשלאפן, האט ער דאך נישט געהאט קיין פעני צו זיין נאמען, שוין, האט מען געבוקט אויף קרעדיט, קומט שוין ענדליך אן קיין מצרים קידנעפט מען אים שרה, פרעה כאפט מערדערליכע מכות און ער ריליעסט איר, אבער מיט רבי געלט, כיד המלך, ”ואברם כבד מאד במקנה בכסף ובזהב, וילך למסעיו”. זאגט רש”י אויפן וועג אהיים פון מצרים קיין ארץ כנען איז ער איינגעשטאנען אין די זעלבע אכסניות ווי אויפן וועג קיין מצרים, צו לערנען דרך ארץ אז מ’זאל נישט משנה זיין קיין אכסניות.

לאמיר אביסל פארשטיין, נישט אז איך ווייס, אבער כ’האב געהערט אמאל, אז ביי האטעלן איז דא אזא זאך ווי שטערנס, נישט די וואס מ’הענגט אין די סוכה, ס’ארבעט עפעס אז ווען די זעסט פינף שטערנס אויפן רעסיט, מיינט דאס אז די ביזט אין א טייערע האטעל, אויב זעסטו נאר צוויי שטערנס איז עס א ביליגערע האטעל.

קומט אריין א מענטש אין א טייערע האטעל, א לאבי איינס אין דער וועלט, מיט קאלירטע וואסער פאלן, אויג פארכאפענדע פיש טאנקען, רייכע פאטעלן, גלאנציגע טשעינדלעירס, אויסגעצירטע מארבל שטיקער, פרעכטיגע פעינטינגס, מייעסטעטישע פורהאנגען, און ער זאגט פאר די רעסעפשעניסט, איר ווייסט, די אקאנאמיע איז אין דער ערד, אינפלאציע איז אין הימל, מענטשן דרייען זיך ארום הינגעריג זוכן עסן ביי די גארבעדזש, אבער דא ביי ענק, אנבעליוועבעל, מ’סערווירט די געשמאקסטע דעליקאטעסן, טייערסטע וויינען, זעלטענסטע פרוכט, רויע פיש, גערייכערטע פלייש, עלטסטע קעז, פרישסטע געבעקסן, שמעקעדיגע בלומען, מייעסטעיטישע הענג לייכטער, הערליכע מוזיק, אפילו שטרוי פאר די פערד איז דא בשפע, נאר וואס זאל איך אייך זאגן, איך וויל זיין אויפריכטיג מיט אייך, איך האב נישט קיין פרוטה צו באצאלן, די פלאץ געפעלט מיר זייער, אי”ה ווען די מצב וועט בעסער ווערן, איך ווייס נישט ווען, אויב בכלל, וועל איך באצאלן.

וואס ענטפערט מען אזא מענטש? גארנישט! צוויי אריסטאקראטישע האטעל איינגעשטעלטע כאפן אים אן איידל ביי די אויערן, און באגלייטן אים העפליך צום הויפט ארויסגאנג, הערסט א חוצפה? האסט נישט קיין געלט, האסטו אויפגעזוכט דעם טייערסטן פלאץ?

אין קליוולאנד אהייא האט איינער געמאכט אן אפוינטמענט ביים גרעסטן פראפעסאר אין דעם ספעציפישן אפטיילונג וואס דער האט זיך גענויטיגט, ער קומט אן באצייטנס צום פראפעסאר אין אפיס, ער ווייזט אים ס’טוט אים וויי דא, ס’טוט אים וויי דארט, און דער פראפעסאר גיבט א טשעק, ער קוקט, גיבט א קוועטש, ער דרוקט, שטעכט, שמירט, פארצייכנט זיינע נאטיצן, גיבט אים די רעזולטאטן, און געזעגנט אים אפ, מיט א ביל פון ”ניין הונדערט דאלאר”.

”איך האב נישט”

ער ווינדערט זיך. ”וואס איז פשט?”

”איך האב נישט, זייער פשוט”

גוט, לאמיר נישט מאכן קיין עסק פון דעם. ”געב מיר פונף הונדערט טאלער”. מענטשן ווארטן אינדרויסן, ס’איז א שאד די צייט.

”איך האב נישט”. זאגט ער איבער.

”הער מיך צו, פיר הונדערט טאלער, ס’איז ווייניגער פון האלב, געב מיר און לאמיר גיין”.

מ’זאגט אז פראפעסארן זענען קלוגע מענטשן? פלעין ענגליש פארשטייט ער נישט, ”איך האב נישט”.

דער פראפעסאר איז מחליט צו נעמען א געמבל, ”הער מיר גוט צו, וויפיל האסטו יא”

”איך האב נישט גארנישט”

”אינטער וועלכע אינשורענס ביזטו?” פרובירט דער פראפעסאר זיין לאק

”מעדיקעיד”, די נעמסט עס?

”איך פארשטיי נישט” ווינדערט זיך דער פראפעסאר. ”ווען מ’האט נישט קיין געלט קומט מען נישט צו קיין פראפעסאר. ווען מ’האט נישט קיין געלט גייט מען צו אן ערזשענט קעיר!”

איז אים דער פאציענט מסביר: ”מיין טאטע זאגט אלעמאל, ווען ס’קומט צו געזונט, קוקט מען נישט אויף קיין געלט”...

און ס’איז אמת. אבער אויב וואלט ער עס געזאגט פון אנפאנג, וואלט ער געבליבן מיט זיינע פראבלעמען. און אברהם אבינו האט זיכער געזאגט פון פאראויס פאר יעדן, איז ווי אזוי האט ער טאקע מצליח געווען מ’זאל אים אריינלאזן, אין א הונגער, אן קיין געלט, א פרעמדער מענטש, א נייער אימיגראנט, אויפן וועג קיין מצרים?! אפשר אין א איין שטערן האטעל, און די שטערן איז מסתם אויך אראפ געפאלענע.

אויפן וועג אהיים, ואברם כבד מאד, במקנה בכסף ובזהב. יעצט, האט ער זיך שוין געקענט וועלען האטעלן פון די שענסטע און דאס בעסטע, אזעלכע וואס זענען באצירט מיט שטערנס ככוכבי השמים לרוב. אבער אברהם אבינו האט נישט געטוישט קיין אכסניות, ער איז געגאנגען צו די זעלבע פארשימעלטע איינגעפאלענע מילביגע האטעלן, געשלאפן אויף בונקער סטייל הארטע וואקעלדיגע לעכעריגע ברעטער צוזאמען מיט פריינטליכע מייז און ראטן. און פארוואס? ווייל ער האט זיך נישט געוואלט צוגעוואוינען צו לעבן ווי גראף פאטאצקי!

”ואברם כבד מאד” טייטשט דער אלשיך הקדוש, אייזערנע קייטן - הענד קאפס - זענען שווער. תכשיטים, זענען נישט שווער. ווייל די שמחה און דאס זיך בארומען פאר יעדן מאכט אז מ’זאל נישט שפירן די וואג. ואברם כבד, כבד מאד, במקנה בכסף ובזהב, ס’איז אים געווען לעול ולמשא, ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ער האט געמוזט שלעפן די אלע זאכן ווייל ער האט געדארפט שפייזן זיינע אלע תלמידים, און זיין הכנסת אורחים האט אים אפגעקאסט א הון תועפות, שטעלטס ענק פאר יעדער אראבער האט באקומען טאנג מיט מאסטערד, דאס קאסט אן אפותוקי, אבער פאר זיך?! א טעלער חרוסת איז אים געווען איבער גענוג.

איך דערמאן מיר, דער ראש ישיבה הגאון רבי אברהם יפה זצ”ל אן איידעם פונעם נאווהארדעקער זצ”ל איז געקומען אויף א וויזיט אין ארץ ישראל, ער איז איינגעשטאנען ביי מיר, ס’איז מיר געווען א געוואלדיגע זכי’, מוצאי שבת זאגט ער מיר, קום לאמיר גיין כאפן א וויזיט ביים ”סטייפלער”, ער איז דאך געווען מיין תלמיד נאך אין ביאליסטאק, זעמיר ארויף, מ’האמיר אים געטראפן אינמיטן ”מלוה מלכה”: שריים חלה פון שבת, א וויידל פון א הערינג, און א גלעזל וואסער. דער ראש ישיבה האט אים געזען און זיך אויסגעדרייט: ”דער זעלבער סטייפלער פון דרייסיג יאר צוריק”!

דאס איז א עקסטערע ברכה, און ס’איז אזוי וויכטיג: ”ובאו עליך כל הברכות האלה, והשיגוך”. וואס איז די ”והשיגוך?” די סדר העולם איז, א מענטש הייבט אן צו מצליח זיין, איז ער שוין נעקסט לעוועל, ער דארף שוין מופן צו א נייע דירה, ער דארף תיכף טוישן קאר, ער ניצט שוין אן אנדערע שפראך, ער פארשטייט שוין צו וויין, אויב מאכט ער שוין טאקע געלט, דעמאלטס דארף מען שוין מאכן אן אפוינטמענט, קודם מיטשע זיך צו טרעפן זיין נייע אדרעס, און מ’קוקט אויפן קעמערע ווער ס’איז, מ’לאזט אים ווארטן, ביז מ’זאגט אויפן אינטערקאם דער בעל הבית איז נישט אינדערהיים.

דאס איז נישט קיין מהלך: ”והשיגוך” מ’זאל דיך נאך קענען ריטשן, ”והשיגוך” זיי נישט משנה! בלייב אויף דיין פלאץ! טויש נישט קיין אכסניות!

איך האב אמאל געדארפט פארן פון בני ברק קיין ירושלים, האב איך גענומען דעם באס נומער 54, איך האב מיר געפריידט צו זעהן א באקאנט פנים, איינער פון די געגענט, איך האב אים געגעבן א הארציגן שלום עליכם און דער האט מיר געענטפערט אזוי תשעה באב’דיג, אונטער די נאז, איך האב געטראכט אפשר איז ער אן אבל.

איך גיב אים א פרעג: ”וואס הערט זיך”, און ער זאגט: ”פרעג נישט” מ’טאר נישט מבשר זיין שלעכטע בשורות, ”איך האב פארקויפט מיין קאר”.

איך טראכט צו מיר, ס’איז דאך דא הלכות אויף דעם, ווי אזוי מען איז מנחם. איך זאג אים ”המקום ימלא חסרונך” און ממש ס’איז נישט דא צו וועם צו רעדן, דער האט נישט אויפגעהערט צו באוויינען זיין קאר, ווי גוט ס’איז געווען, אן אמת’ער עושה רצון בעליה, ווי שטארק ער בענקט זיך נאך עס, אוי מי יתו לו תמורתה.

איך האב אים פרובירט צו בארואיגן, קוק דער אייבישטער האט שוין מקדים די רפואה פאר די מכה, ער האט צוגעגרייט פובליק טרענספארטעישן, באקוועם, דארפסט נישט אנפילן קיין געז, דארפסט נישט זיכן קיין פארקינג, נישט זיצן אין טרעפיק, קיינער קריכט דיך נישט אויף די נערווען פון פארנט, קיינער פייפט נישט פון די בעק, באקומסט נישט קיין טיקעטס, האסט א שאפער, קענסט לערנען אויפן וועג, קענסט שלאפן, קענסט שמועסן. און גארנישט, נישט געווען צו וועם צו רעדן, ער האט זיך צוגעוואוינט צו א קאר און אן דעם איז ער הענדיקעפ.

איך טראכט צו מיר: ווי גליקליך בין איך, אז איך האב מיך נישט צוגעוואוינט צו קיין קאר, און צו נאך אסאך זאכן!

אינדערהיים אין שטעטל זענען די פרנסי הקהלה ארויף צום רב. זיי האבן אים מודיע געווען אז זיי האבן גערעדט צום בעה”ב פון די היט געשעפט. דער רב קען אריינגיין אויסוועלן א שיינעם נייעם היט, א מתנה פון קהל. דער רב גייט מיטן זעלבן היט וואס זיינע עלטערן ע”ה האבן אים געקויפט צו די חתונה, ס’פאסט נישט, ס’איז נישט שיין, אונז שעם מיר זיך צו זעהן דעם רב מיט אזא היט, קהל האט באשלאסן ס’איז צייט פאר א נייע היט.

זאגט זיי דער רב, ס’פריידט מיר באמת די איידיע, און איך בין זייער מחשיב אז מ’טראכט פון מיר, ס’איז כאלו איך האב עס מקבל געווען, אבער ביטע געבט מיר רשות צו ממשיך זיין און בלייבן מיטן אלטן היט…

זיי האבן פארשטאנען, און זיי האבן זיך צוגעגרייט צו דעם אויך, אויב דער רב האט א פראבלעם מיט ”שונא מתנות יחיה” דער רב קען אריינטשיפן צען רובל…

צושמייכלט ער זיך: ”איך ווייס אז מיין היט קוקט אויס שוידערליך, און קען מיך ב”ה עפארדן צו באצאלן דעם פולן פרייז פאר א נייע היט, און איך בין גרייט עס צו ספענדן, אבער, דאס גייט מיר סוף כל סוף אפקאסטן א מיליאן טאלער, און א מיליאן דאלער איז עס נישט ווערט”...

א מיליאן?! וואס רעדט איר!

”לאמיר ענק מסביר זיין”, זאגט דער רב, ”איך גיי מיר איינהאנדלען א שיינע רעבישע היט ווי עס פאסט, איך גיי אויסקוקן ווי א וואנזיניגער משוגענער, אן אפגעכוימעלטן רעקל, אלט און פארלאטעט, מיט א שיינעם היט? ממש נזם זהב באף איר ווייסט ווער, איז דאך נישט דא קיין ברירה, איך וויל דאך נישט אויסקוקן פאני, גייט מען גיין קויפן א נייעם פראק, און וואס? פון אינטן גייט זיך ארויס שטעקן לעכעריגע שיך מיט א מויל ווי אן עלעגעיטאר? וועל מיר קויפן נייע שיך, נו נאר דאס פעלט מיר אויס אז איך זאל אויסקוקן ווי א מלך ביפיו און די רעבעצין וועט זיך ארום שלעפן מיט אן אלטע פאנדזשעלא, ס’איז דאך א משנה מפורש שהאשה קודמת לאיש לכסות (הוריות יג.).

יעצט שטעלט אייך פאר, שטייען די רב מיט די רעבעצין אנגעטיען הדורים בלבושם און זיי זיצן אויף אלטע צוריסענע הינקעדיגע בענקלעך, ארום א שאקעלדיגע טיש וואס מ’קען שוין נישט פטר’ן אפילו ביי א יארד סעיל? נאו פראבלעם, מ’וועט קויפען באקוועמע בענקלעך מיט א נייע טיש. ס’וועט דאך אבער נישט מעטשן מיט די ספרים שאפע, וואס באשטייט פון א געמיש פון האלצענע שעלווס, מילך קעסטלעך, אייער באקסעס ארום גענומען מיט כל מיני רעפינג פעיפער, קויפט מען שוין א שיינעם ספרים שאפע, א מהודר, מיט גלאזערנע טירן, ס’גייט אבער געפערליך קלעשן די גלאנציגע מעהאגעני שאנק מיט די צוקראצטע פלאר, וועט מען שוין לכבוד דעם סקרעפן, וואס טיט מען נישט פאר כבוד הספרים. וויפיל האט מיר שוין אפגעקאסט ביז יעצט?

די ראשי קהילה זענען נישט קיין בטלנים, זיי קענען חשבון, זיי זענען דאך אין ביזנעס, מ’האלט שוין קרוב צו פופציג אלפים, נישט געפערליך, ס’לוינט נאך אלס, די רב קען ניצן א נייע דיינונג רום, כבוד התורה, זיי קענען עס זעהן בארעכטיגט, מענטשן קומען ארויף צום רב, ס’פאסט טאקע נישט.

יעצט זאגט די רב, איר זענט דאך נישט קיינע נערנים, אויך נישט קיין בחורים, איר האט דאך אויך ווייבער, קומט מיט מיר און קאך פאר איין מינוט, מיט אזא דיינונג רום קען מען אזאנס צו לאזן, איר מיינט אז דאס גייט דורך גיין גלאטיג, קוק, די טירן פון די קעבינעטס הענגען אלע למחצה לשליש ולרביע, אן קיין קאליר יעדע שאפע זינגט א אנדערע טאן, טייל אפילו אף טאן.

זיי קוקן זיך אביסל אום, יא גערעכט, ס’איז נישט ווערט דא צו משקיע זיין, ס’שוין ענדערש צו טוישן דירה.

”דאס האב איך געמיינט” זאגט דער רב ”געבט מיר נאר רשות צו בלייבן מיט מיין אלטע היט”

און דאס איז די סוכה, די דירת ארעי.

דוקא ווייל אונז זעמיר פארזיכערט מיט א גיט געבענטשט יאר, טיען מיר זיך איינ’חזר’ן און אריין פראגרעמן אז מיט די אלע ברכות זאל אויך זיין ”והשיגוך”

אמאל וויל דער אייבישטער באשטראפן איינעם, ער וויל אוועקנעמען זיין הרחבת הדעת, זיינע חבירים, ווי מ’רופט עס זיין גוד טיים, איז אנשטאט אים מאכן קראנק און ער זאל אפליגן אין שפיטאל אדער אים סתם מאכן פאר א מצורע א מוכה שחין אויף אן אויפן וואס איז אומבאטעמט צו שטיין מיט אים אין ווארט, אבער דער אייבישטער האט רחמנות, צו ווייל ס’קומט אים נישט קיין יסורים, צו ווייל זיין משפחה איז נישט באשערט צו ליידן, געבט אים דער אייבישטער אפאר טאלער און ער ארלעדיגט שוין אליינס דאס איבעריגע.

קומט אונז די סוכה דערמאנען, ס’איז טאקע ”זמן שמחתינו” ס’דא אפאר טאלער, מ’האט געכאפט אביסל אייד”ל לאו”ן, ס’גיסט זיך פי פי פי, ווער ס’איז נאך קריעטיוו נעמט אויך אנעמפלוימענט, אבער רילעקס, ביהעיוו, בלייב אין דיין דירת ארעי, ”והשיגוך”, טויש נישט קיין אכסניות, קענסט פארטיען אבער מעגסט נאך רעדן צו דיינע חברים וואס דרייוון נאך סיענע’ס מיט אדעסי’ס, וואס עסן נאך טשיקן פאר סאפער, וואס זייער בארד וואקסט נאך אויף אראפ, זיי פארשטייען נאך נישט די חילוק פון א בורבן און א סקאטש, רעב שייע בערעב מוישע מיינט נאך ביי זיי א קאפיטל תהילים, איך וויל נישט שרייבן ווייטער ווייל מ’וועט במילא מעקן.

האטס מיר אלע א גוט יום טוב
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

מתוק מדבש!!!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

א גרויסען ש'כח פארן (לכאורה) שווערע ארבייט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גאר גאר שטארק


ווען מלערנט זיינע זאכן ברויך מען צו האבן א בילד פון עם ווי ער לאכט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

גוזמא האט געשריבן:

גוזמא, דו שרייבסט גאר גוט, ווארט מיר אויף נאך!
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

מתוק מתוק!!
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

פרשת וירא

איך בין ארויף אין שטוב פון איינע פון די גרויסע גבירים אין בארא פארק, אים צו מזכה זיין מיט א תמיכה פאר די מוסדות אין בני ברק, פארשטייט זיך נאך א לענגערע ראן עראונד, רוף מיך, קאל מיך, קלינג מיך, זוך מיך, ביפ מיך, ער איז נישט אינדערהיים, ער איז אוועק געפארן, וכו’ וכו’, פיינעלי טרעף איך מיר שוין זיצן ביים פריץ אין סאלאן, דער באראן שלייכט זיך אריין אינעם טיפן פאטעל אויסציענדיג דעם רעכטן טלף איבערן לינקן, און מיט א ברייטן שלום עליכם נעמט ער מיר אויף ”אה גאלינסקי איך דארף מיט אייך רעדן, זעצט אייך” הקיצור, דער גביר איז געווען אין די גיסטע און ער האט יעצט געטראפן א שעת הכושר צו אפלאדענען זיין זאק מיט טענות אנטקעגן איינע פון די גרויסע מרביצי התורה אין ארצינו הק’ מיט וועם ער איז פאליטקלי צו בשיטה נישט געווען בדעה אחת, און אזוי ווי איך קען יענעם, איך טרעף מיר אפט מיט יענעם, זאל איך אים אריינגעבן.

”דאס גייט אייך קאסטן געלט” האב איך אים תיכף מודיע געווען, פון עקספיריענס, דאס איז די וועג צו ענדיגן דעם שמועס.

”פארוואס זאל עס קאסטן געלט” געבט ער זיך א זעץ אויף.

”איך וועל דיר מסביר זיין, אבער קודם לאמיר ענדיגן דעם ענין צוליב וואס דעם בין איך אהער געקומען”. ער האט מסכים געווען, ער האט אויסגעהערט, ער האט געגעבן א שיינעם סכום, ער געבט א רוק אראפ דעם ריקליינער, און ער זאגט: ”אקעי לאמיר צוריק גיין צו וואס אונז האמיר אנגעהויבן”.

איך זאג אים: "איין מינוט. קודם זייט אזוי גוט, זאגטס מיר, איר ווייסט אפשר פון א גוטן ספעציאליסט דא אין ניו יארק פאר די אויערן נאז און האלז (ENT)?"

” וואס פאר א שאלה, ס’איז דא צענדליגע. אבער דער גרעסטער איז פראפעסאר פלוני. אים וואלט איך רעקאמענדעד, איך קען אים גראדע - אבער אלס וואס פרעגסטע?”

”און וויפיל נעמט ער?”

”אוי, דער איז א טייערער בחור. גרייט דיר צו א טויזענטער”.

”זאג נאר אויב גיי מיר ביידע וועט עס זיין ביליגער, מיינסט אונז קען מיר באקומען א הנחה?”

”איך פארשטיי נישט, איך האב נישט קיין אהנונג וואס די ווילסט פון מיר”.

”אה, איך וועל דיר מסביר זיין. לאמיר אנהייבן מיט א מעשה”.

דער גאון ר’ מנחם מענדל זאקס זצ”ל אן איידעם פונעם הייליגען חפץ חיים זי”ע, פארציילט איין צופרי פאר זיין שוואגער ר’ לייב א זון פונעם חפץ חיים, אז די נאכט האט אים אנגעכאפט א שמערצליכע אויער ווייטאג.

ר’ לייב איז דערציטערט געווארן: ”אויער ווייטאג! די מיזט שוין פארן צו פראפעסאר שעוועס אין ווילנא!”

ווער האט דען נישט געהערט פון פראפעסאר שעוועס, דער גרעסטער אויערן דאקטער אין ליטע, ער נעמט 10 רובל פאר א וויזיט, נאר גרויסע עשירים ערלויבן זיך צו באזוכן זיין קליניק. ר’ מענדל צולאכט זיך: ”וואס מאכסטו אזא באלאגאן מיט אביסל אויער ווייטאג? מ’טונקט איין א שטיקעלע וואטע אין ווארימע אויל און מ’שטופט עס אריין אונעם אויער, און ביז א טאג צוויי פארגעסט מען דערפון!”

אבער ר’ לייב איז געפערליך אנגעצויגן, ער שטופט אריין ר’ מענדל אין די האנט 10 רובל, און לאזט נישט נאך, און מיטשעט ער זאל זיך שוין ארויס לאזן אין וועג. און מ’רעדט נישט דא פון נעמען א טעקסי און צוריק, קודם דארף מען זיך שלעפן מיט א פיאקער צום באן סטאנציע, ווארטן אויפן טרעין, פארן 12 שעה מיט די אמאליגע באנען, מאכן אן אפוינטמענט, ווארטן, ענדליך זעהט ער זיך שוין מיטן גרויסן פראפעסאר: ”וואס איז אייער פראבלעם?”

”די אויער טוט מיר וויי”.

דער דאקטער צולאכט זיך מיט א פיל מויל: ”אז די אויער טוט וויי, גייט מען צו א פראפעסאר?! גיי צו דיין לאקעל ערזשענט קעיר!” ער טוט אים א טובה, געבט אים א זוך אונטער, ”ס’איז גארנישט, ס’וועט אוועקגיין ביז א טאג צוויי”. ער האט אפילו נישט געוואלט נעמען קיין געלט פון אים. ”פון ווי קומט איר?”

”פון ראדין” ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא שטאט.

”נעבן לידא” ענטפערט ער.

”און פון לידא ביזטו געקומען וועגן א נערישע אויער אינפעקשן?!”

ער האט זיך געפילט 2 צענט, ער האט באמת געמאכט ליצנות פון זיך אליינס, און אלעס איז זיין שוואגער שולדיג… ער קומט צוריק קיין ראדין, און גרייט זיך אים צו באוואשן ווי ס’ברויך צו זיין, צו זיין ווינדער, זעהט ער ר’ לייב רייסט אים אנטקעגן, און פרעגט אים נערוועזערהייט: ”נו וואס זאגט דער פראפעסאר?!”

”וואס ער זאגט?!” קרעכצט ער, ”וואס איך האב געזאגט!, אז ס’איז גארנישט, אז איך האב נישט געדארפט קומען. וואס איז די שרעק וואס די האסט מיר דא אנגעשראקן, פארוואס האסטו מיר געשטופט צו פארן?!”

”ברוך השם, ברוך השם אז ס’איז געווען אן אומזיסטע שרעק” האט זיך ר’ לייב בארואיגט. ”לאמיר דיר פארציילן, די געדענקסט זיכער די מעשה פון די גמרא (בבא מציעא פד:) וועגן רבי אלעזר ברבי שמעון וואס צוליב א געוויסע סיבה האט אים זיין רעבעצין געהאלטן אין בוידעם נאך די פטירה. ער איז געליגן פארשפארט במשך 22 יאר פרישערהייט. איין טאג האט זי געזען א ווערעם קריכט ארויס פון זיין אויער און ס’האט א טראפעלע געבלוט. זי האט זיך זייער דערשראקן, אז די ווערעם האבן שוין א שליטה אויף אים. איז רבי אלעזר איר געקומען אין חלום און בארואיגט, ס’איז נאר געווען איין ווארעם, וואס איז שוין ארויס, און ס’איז געווען אן עונש ווייל איינמאל, און טאקע נאר איינמאל האט ער געהערט ווי מ’פארשעמט א תלמיד חכם און ער האט נישט מוחה געווען ווי ס’דארף צו זיין.

איז אזוי, פאריגע וואך מאנטוג האב איך געזען ווי איינער רעדט עפעס קעגן איינע פון די ראשי ישיבה, די ביזט געשטאנען דארט און די האסט נישט מוחה געווען, דעם נעקסטן צופרי פארציילסטו מיר אז די האסט אויערן ווייטאג, מ’דארף נישט זיין קיין סייענטיסט צוזאם צו שטעלן 1 פלאס 1, איך האב באמת מורא געהאט פאר דיר, האב איך דיר געשיקט צו פראפעסאר שעוועס. יעצט אז די זאגסט מיר אז ס’איז נישט געפערליך, האב איך מיר בארואיגט”...

”איר פארשטייט”, זאג איך פאר דעם גביר, ”די ווילסט רעדן שלעכטס אויפן ראש ישיבה, טו ווי די פארשטייסט, אבער לייג מיר צו א טויזענטער, אין קעיס איך באקום אן אויער אינפעקשן”...

האט ער געלאכט, פאר מיר איז עס בכלל נישט געווען קיין געלעכטער, ”אקעי איך וועל דיר צולייגן דעם טויזענטער, אבער פארוואס דארף איך מיטגיין מיט דיר?”

”אה, ווייל ער איז אויך א האלז דאקטער, אפשר וועסטו אים אויך דארפן ניצן. אבער דאס האט שוין מיט אן אנדערע מעשה”.

איך בין געווען אין ניו יארק ביי די לוי’ פון הגאון ר’ משה פיינשטיין זצ”ל, טויזענטער אידן זענען געשטאנען און געוויינט בעצם יום הפורים, דער מעיאר פון ניו יארק איז דורך געפארן און געזען אזא מחזה, האט ער זיך אינטערעסירט: ווי אלט איז ער געווען? האט מען אים געענטפערט: איבער די 90. האט ער זיך געווינדערט: דעמאלטס פארוואס וויינט מען….

השגות פון א גוי!

נאך די לוי’ האט אן אייניקל פארציילט, פאר אפאר אידן, וואס ער האט געהערט פון זיין גרויסן זיידן: ווען ער איז געווען א אינגערמאן איז ר’ משה געווען רב אין שטאט ליובאן אין רוסלאנד, די קאמוניסטן האבן אים ענג געמאכט מיט וואס זיי האבן נאר געקענט, זיי האבן געטיען יעדע פעולה און תחבילה אים אפצוטיילן פון זיין קהילה, זיי האבן מרמז געווען, אז ווער ס’וועט האבן שייכות מיט אים, וועט מען שוין טרעפן עפעס א בלבול און פארשיקן און גולאג קיין סוביר, די פחד און אימה פון די רשעים האט געארבעט, און דער עולם האט געציטערט צו זאגן דעם רב גוט שבת!

ס’איז געווען איין איד אין ליובאן א גרויסער תלמיד חכם, וואס איז געווען כלו בבית, נאך א שווערן עקסידענט האט ער ל”ע פארלוירן ביידע פיס רח”ל, ער האט נישט מורא געהאט אז מ’וועט אים פארשיקן קיין סוביר, זיי האבן נישט געזוכט קיין אינוואלידן דארט, פלעגט ר’ משה אריין גיין יעדן שבת נאכן דאווענען צו דעם איד ווינטשן ”גוט שבת” און פרעגן ווי אזוי ער פילט, דער איד זייענדיג א תלמיד חכם און איינער וואס איז נישט געווען אויף די ראדאר פון די נ.ק.וו.ד. איז יעדן פרייטוג צונאכטס ספעציעל אין די לאנגע שבת’דיגע ווינטער נעכט, פלעגן זיך אידן צוזאם קומען ביי אים אינדערהיים, ער פלעגט פארלערנען שיינע זאכן אויף די פרשה, מדרשים, וכדו’.

שבת צופרי פרשת ”וירא” ר’ משה קומט אריין צו אים אין שטוב, צו זאגן ”גוט שבת” און זיך אביסל נאכפרעגן ווי אזוי ס’גייט, און דער איד זאגט אים: ”היינט גיי איך שטארבן!”

דער רב איז דערציטערט געווארן: ”ווי אזוי רעדט איר, אל תפתך פה לרעה!”

ענטפערט דער איד, נעכטן נאכט זענען געקומען אפאר אידן ווי געווענליך הערן א שמועס אין די פרשה, און במשך די שיעור איז מען אריינגעפארן צו די פרשה פון בנות לוט, וואס זיי האבן געמיינט אז די גאנצע וועלט איז חרוב געווארן אזוי ווי די מבול, און נאר זיי און זייער טאטע זענען איבער געבליבן, נאכדעם וואס זייער מאמע איז אויך באזאלצן געווארן נאכן זיך ראטעווען, און די גמרא זאגט אז זיי האבן געמיינט לשם מצוה צו ראטעווען די וועלט, פיין, אבער ווען זיי זענען ארויס פון די מערה און זיי האבן געזען אז זיי האבן געלעבט אין א טעות, די גאנצע וועלט גייט ווייטער אן, וואס איז פשט אז זיי האבן גערופן זייערע קינדער על שם מעשיהם, איינער האט א נאמען געגעבן מואב, בני מאבי, און די צווייטע בן עמי? איך האב מיך אויסגעדריקט אביסל שארף, איך האב געזען אין דעם א געפערליכע חוסר צניעות.

ביינאכט, פארציילט דער איד, האבן זיך באוויזן צו אים צוויי אלטע באבעס, אנגעטיען מיט א געוואלדיגע צניעות, באדעקט שווארץ פון קאפ ביז פיס, און זיי האבן זיך פארגעשטעלט אלס די בנות לוט. און זיי האבן אים געלאזט וויסן אז זיי רופן אים צו דין תורה אין הימל, ווייל ער האט זיי דן געווען לכף חובה, און ער האט גערעדט שלעכט אויף זיי. זיי האבן געזאגט: "אונז האב מיר געראטעוועט די גאנצע מענטשהייט פון משיחיות שקר! יעדער האט געוויסט אז אונז זעמיר ערליכע מיידלעך, און מלאכים האבן אונז ארויס געראטעוועט פון סדום, און ווען מ’וועט זעהן אז אונז זעמיר טראגעדיג וועט מען זאגן אז דאס איז זיכער רוחניות’דיגע קינדער, מען וועט די קינדער מאכן פאר געטער, אזוי ווי די נוצרים האבן טאקע געטיען צוויי טויזענט יאר שפעטער! פאר דעם האמיר אונז מסכים געווען צו זיין לחרפה ולבוז, און אונז האמיר אויסגערופן די אמת’ע מעשה מיטן א נאמען געבן אונזערע קינדער, כדי ס’זאל נישט ארויסקומען קיין תקלה דורך אונז, און וויבאלד אונזער כוונה איז געווען לשם שמים צו ראטעווען די וועלט פון משיחיות שקר, האב מיר אונז זוכה געווען אז משיח בן דוד שטאמט פון אונזערע קינדער, רות המואביה איז געווען די באבע פון דוד המלך, ”אמה של מלכות”, און נעמה העמונית אשת שלמה איז געווען די מאמע פון רחבעם המלך.

און די, וואס די האסט אונז דן געווען לחובה, אונז רוף מיר דיר צו דין תורה אין הימל!”

יענע מוצאי שבת איז דער איד נפטר געווארן. די צונג איז אים געווארן אויפגעשוואלן און ער האט זיך דערווארגן צום טויט רח”ל.

די פארשטייסט, זאג איך צום גביר, ס’קען זיין אונז וועל מיר גיין צוזאמען, איך מיט מיין אויער ווייטאג, און די מיט אן אויפגעשוואלענעם צונג אין האלז, אבער האב נישט מורא, היינט מאכט מען שוין לעכער אין די האלז און מ’אטעמט דורך א פייפ (רעספירעטאר), ס’איז שוין דא א רפואה…

”פארגעט איט” זאגט ער, ”לעטס טאלק סאמטינג עלס” אזוי האב איך דערלייגט מיין טויזענטער, און אים געראטעוועט דאס לעבן.

אויב וועל מיר דאס געדענקן, וועל מיר זיך ראטעווען דאס לעבן.

ואידך פירושה הוא זיל גמור, ענק ברויכן נישט מיינע מוסר דרשות, פיל אין די בלענקס.
לעצט פארראכטן דורך גוזמא אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 4:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

זאפטיג הרב גוזמא!!!

א קליינע הערה אויף די לעצטע שורה... מיר ברויכן יא!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

ארחיקה נדד האט געשריבן:זאפטיג הרב גוזמא!!!

א קליינע הערה אויף די לעצטע שורה... מיר ברויכן יא!!


שכוח ארחיקה פאר די חיזוק, ובחדא מחתא א גרויסן דאנק פאר אלע דאנקערס בפומבי ובאישי, עס געבט גוזמא’ן די שטופ צו ממשיך זיין, וזכות הרבים תלוי בכם.

צו דיין הערה.

מיר איז די מעשה א חידוש נפלא אז מיר האבן א גריס פון יענע וועלט, שוכני עפר פון פיר טויזענט יאר צוריק, און ממש כלי שלישי, מיט נעמען נאמנים, מ’רעדט נישט פון רש”י מיטן מלאך מט”ט/חנוך, אדער דער אריה”ק מיט רשב”י, וכד’, מ’רעדט פון ממש בדור הזה,

און די מעשה פאר זיך איז גענוג פאוערפול, אז מ’לייגט עס אראפ גענוג דראמאטיש פאר די קינדער, לענ”ד איז כל המוסיף גורע, יעדעס ווארט איז איבעריג.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

גוזמא, גיי אן! כ'באלעק זיך די פינגער יעדעס מאל פון פריש!
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

גוזמא האט געשריבן:פרשת וירא
רבי אלעזר ברבי שמעון ו
ואני בתומי אלך.
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
גוזמא האט געשריבן:פרשת וירא
רבי אלעזר ברבי שמעון ו


שכוח קאנסאלטענט פארן אויפמערקזאם מאכן

שוין פארראכטן
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

גוזמא, תפארת שבתפרת! געוואלדיג איך האב זייער הנאה ממתוק הקלמוס שלך, חזק ואמץ, מיר ווארטן אין קוקן ארויס אויף נאך.
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

סאיז מיר נאר אינטערעסאנט צי וויסן וואס איז די קשר צו פר וירא.
ואני בתומי אלך.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

פיינע ווארע דאס ייש''כ
קיינמאל נישט געהערט פון בנות לוט מעשה דאס פארציילט ר' יעקעלע? סאיז געדריקט?
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

געדרוקט אין והגדת ע"ת דרשות רבי יענקעלע.
ואני בתומי אלך.
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

קאנסאלטענט האט געשריבן:סאיז מיר נאר אינטערעסאנט צי וויסן וואס איז די קשר צו פר וירא.



בנות לוט
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

סארקאזי האט געשריבן:פיינע ווארע דאס ייש''כ
קיינמאל נישט געהערט פון בנות לוט מעשה דאס פארציילט ר' יעקעלע? סאיז געדריקט?

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=37171
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

פי די עף.
אטעטשמענטס
פרשת וירא רבי יענקעלע געלינסקי.pdf
(102.79 KiB) געווארן דאונלאודעד 44 מאל
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

א דאנק אייך הער קאנסאלטענט.
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

פרשת וישלח

"ויצו אתם לאמר כה תאמרון לאדוני לעשו, עם לבן גרתי ואחר עד עתה, ויהי לי שור וחמור צאן ועבד ושפחה, ואשלחה להגיד לאדני למצא חן בעיניך” זאגט רש”י ”גרתי” בגימטריא תרי”ג, כלומר: עם לבן הרשע גרתי ותרי”ג מצוות שמרתי, ולא למדתי ממעשיו הרעים.

מיר איז זייער שווער, עשו האט געלערנט דעם פסוק מיט רש”י?

נניח אז ער האט עס געלערנט מיט רש”י וואס פונקטליך זאגט אים יעקב דא? וואס קערט עשו אויב יעקב האט יא אדער נישט איינגעהאלטן די תרי”ג מצוות, וואס גייט אים אן אויב יעקב האט זיך יא אדער נישט אפגעלערנט פון פעטער לבן? און אויב פאר עשו’ן מאכט עס יא א חילוק, פארוואס זאגט ער עס אים נישט ארויס קלאר, נאר ברמז?!

יעקב אבינו וויל אונז דא לערנען א טיפן דערהער, און מ’זאל עס וויסן לדורות עולם -

אז פאר אונז, די אידן וואס לערנען רש”י, איז די עיקר אויב מ’היט די תרי”ג מצוות, אבער פאר עשו אינטערעסירט גאר אן אנדערע זאך: די האסט שור? האסט חמורים? שעף, קנעכט און דינסטן? אזוי?! דעמאלטס ביזטו עפעס…

הגאון רבי אהרן קאטלער זצ”ל האט אמאל פאררופן אן אסיפת רבנים בעיניני העומדים על הפרק, צו מחזק זיין און אויפקלערן אויף פירצות וואס הייבן זיך אן אריינצורייסן ביים ציבור. איז געזיצן דארט דער פרעזידענט פונעם שול ווי די אסיפה איז פארגעקומען, און ער פרעגט איינעם דארט שטילערהייט " אויף וויפיל זיצט ער" אויף אמעריקאניש: וויפיל פארדינט ער.

”איך האב נישט קיין אהנונג” מורמעלט אים זיין שכן, ”אפשר טויזענט, קען זיין אפילו צוויי טויזענט א חודש”.

”ווי האט ער די העזה צו רעדן!” ברומט ער ארויס מיט א קאכעדיגע חימה, ”ער ווייסט נישט אז דא זיצן ראבייס וואס מאכן זעכציג זיבעציג אלפים א יאר?!”

דרך ארץ פאר זיי!

איך האב מיר אליינס איבערצייגט, בדידי הוה עובדא.

איך בין געווען א שבת אין פאראקאוועי, און מ’האט מיר מכבד געווען צו רעדן פרייטוג צונאכטס אין איין בית המדרש, שבת אינדערפרי אין א צווייטן בית המדרש, ביי שלש סעודות אין אן אנדערן שול, נאך הבדלה זאגט מיר מיין בעל אכסניא, אז ”אין דעם בית המדרש” ווי איך האב גע’דרש’נט ביי שלש סעודות ”דאווענט א גרויסער גביר, ער איז זייער איבערגענומען געווארן פון דיין דרשה, ער וויל מיט דיר שמועסן”.

נו, פארוואס נישט. מ’האמיר זיך אויפגעהויבן און אריבערגעגאנגען. ער האט אונז אויפגענומען זייער שיין, ער האט זיך זייער געפריידט צו אונז. ”איר זאגט זייער שיין” קאמפלימענט מיר דער בעה”ב ”דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב”. און פארדעם האט ער מיר גערופן, ער האט געהערט אז איך נעם צאם געלט פאר החזקת התורה און ער וויל געבן א שיינעם סכום.

איך האב מיר זייער געווינדערט, קיינער האט מיר נאך קיינמאל נישט גערופן אז ער וויל מיר געבן געלט פון זיין אייגענעם ווילן, און נאכדערצו א שיינעם סכום. ווער נאך ווי מיר ווייסט וויפיל כוחות און ענערגיע, וויפיל אנשטרענגונגען און תחבולות עס גייט יעדע דבר שבקדשה, יעדע נדבה פאר תורה!

איך האב מיר נאך מער געווינדערט אז אויפן דיינונג רום טיש ווי ער האט מיר מכבד געווען זיך צו זעצן איז געליגן אויסגעשפרייט א באנק סטעיטמענט פון ”טשעיס מאנהעטן בענק”, וואס זיכט א באנק סטעיטמענט 15 מינוט נאכן זמן אויפן טיש, איך האב גלייך געשמעקט אז דאס האט עפעס מיט מיין באזוך, בשעת דער בעה”ב איז ארויסגעגאנגען אריינברענגען כיבוד מיט טיי וואס ער האט אויך בטעות נאך נישט צוגעגרייט פריער וויסענדיג אז איך בין אויפן וועג צו אים, האב איך אריינגעבליקט אינעם באנק סטעיטמענט - רצונו של אדם זהו כבודו, דאס וויל דאך דער בעה"ב - שטייט דארט אז ער האט 11 מיליאן דאללאר אוועילעבעל אין באנק.

”איך האב א בן יחיד”, זאגט דער גביר, ”א שיינער, א געלונגענער, איך האב אים אריינגענומען אין די ביזנעס”.

”אסאך נחת”, ווינטש איך אים.

”אמן”, גיבט ער א קרעכץ, ”ער גרייט זיך חתונה צו האבן מיט א גויטע רח”ל, מיין הארץ איז מיר צובראכן אויף שברי שברים, איך האב מיר שוין געבעטן צו אים, געוויינט צו אים, צוגעזאגט גאלדענע גליקן, מיין גאנצע פארמעגן, געסטראשעט אז איך וועל אים אוועקנעמען מיין גאנצע ביזנעס, מיינע נכסים, גארנישט האט נישט געהאלפן, איך רעד צו טויבע אויערן. רבי! איך האב געהערט אייער דרשה איר האט א שפראך ווי ס’דארף צו זיין, צוקער זיס, געשמאק, בא’טעמ’ט, פרייליך, איבערצייגענד, אויב איר זענט מצליח אים צו משכנע זיין ער זאל אויפגעבן די נבילה, ברענג איך אייך א בענק טשעק פון פינף און א האלב מיליאן דאלאר, האלב פון מיין פארמעגן”.

”הערט מיר גוט אויס”, זאג איך אים, ”איך נעם צאם געלט פאר החזקת התורה, איך גיי נישט פאר מיר פריוואט, פאר מיר, איך דארף נישט דיינע פאר פרוטות”, ענק האבן געדארפט זעהן די גרימאסן ווען איך אנגערופן זיינע מיליאנען ’פרוטות’. ”מיין פערסאנעל פארמעגן ווערט געשאצט מער פון הונדערט מיליאן טאלער!"

הו הא, ער האט אנגעהויבן קוקן אנדערש אויף מיר, די גאנצע גבירישע בליק פון אויבן אויף אראפ, האט זיך עפעס אויסגעלעוועלט, די שפיציגי באנעמונג צום איזראעלישן שנארער, האט נאכגעלאזט ווי א פלעט טייער, ער איז שוין געווארן נייגעריג, ”ווי אזוי האט איר געמאכט אזא פארמעגן?!”

”אה, זייער פשוט! קוק אהער: לאמיר שוין זאגן אז איך גיי מצליח זיין, איך וועל מאכן דעם דזשאב מיט אים, און דיין זון וועט צוריק ציען, ער וועט אפלאזן די שיקסע, און יעצט וואס? ער וועט אנשטאט דעם נעמען א ’אידישע’, מיט וועלכע אידישע מיינט איר גייט עס זיין? הא? וועלכע חינוך גייען דיינע אייניקלעך באקומען? וויפיל אידיש נחת גייסטו שוין זעהן? הא? און דאס איז דיר ווערט פינף און א האלב מיליאן דאלאר. און ס’איז טאקע ווערט, איך מאך עס נישט אוועק, ס’איז ווערט מער פון דעם. אבער מיר, ברוך השם, איך האב צוועלעף קינדער קע”ה, אלע האבן חתונה געהאט ברוך השם מיט פיינע וואוילע ערליכע אידישע טעכטער, איבער הונדערט אייניקלעך בליע”ה, און איר אייניקלעך, זיסע און לעכטיגע, אלע גייען בדרך השם, זיצן און לערנען, מרביצי תורה, תלמידי חכמים, איידעלע טייערע אינגעלייט, פרומע צנועות’דיגע ווייבלעך, בא’חנ’טע פרייליכע קינדער, זיי ברענגען מיר ברוך השם גאר אסאך אידיש נחת, איז דאס נישט ווערט הונדערט מיליאן דאלאר?! אבער ס’קומט זיך דיר א שכוח, די האסט מיר געעפנט די אויגן דאס צו אנערקענען און פארשטיין ווי רייך איך בין. איך קען אפשר ניצן דעם טעלעפאון אהיים צו רופן, צו מבשר זיין די נייעס פאר מיין רעביצין?”

אויפן פלאץ האב איך אהיים גערופן, פון גרויס עקסייטמענט האב איך פארגעסן וויפיל שעות אונז זעמיר אפגערוקט, איך האב איר אויפגעוועקט 3 אזייגער פארטאגס, איר צו מבשר זיין אז אונז זעמיר מיליאנערן, וואס מיליאנערן, ביליאנערן!

און פאר דעם צובראכענעם טאטן האב איך געזאגט: ”איך וויל נישט גיסן זאלץ אויף דיינע ווינדן, אבער דער חפץ חיים זצ”ל פארציילט אויף אזא טאטע וואס האט געזוכט דעם ”תכלית” פון זיין זון, האט ער אים געשיקט אין אוניווערסיטי אין פעטערבורג, ער זאל שטודירן, ער זאל אויסוואקסן א מענטש. נאך א יאר איז דער זון אהיים געקומען אן א קאפל, מיט א שיינעם פריזור, א גלאטן פנים”.

דער טאטע האט פארקלאפט זיינע הענט און זיך ציוויינט: ”אוי הלואי וואלט איך דיר געזען צוריק קומען פון וואלאזשין, מיט א גמרא אין די האנט!”

זאגט אים זיין ווייב: ” די קענסט אים נישט שיקן קיין פעטערבורג, און וועלן ער זאל צוריק קומען פון וואלאזשין”...

געט ער אזא קרעכץ: "וואס קען מען טוהן, ווען די שכל קומט שפעט”. און ער הייבט זיך אויף מיר ארויס צו באגלייטן, אזוי ווי א גביר באגלייט ארויס א משולח, אין איין סעקונדע האט ער אויפגעהערט טראכטן אז איך בין אויך א מיליאנער, ווי שטארק ער האט מיר ארויף געקוקט, ווי הויעך איך בין געווען אין זיינע אויגן, אבער אויב ”בסך הכל” האב איך דורות ישרים מברכים, בין איך צוריק צו מיין נאטורליכע שטאנד, א קליינטשיגער נידעריגער איזראעלישן שנארער…

נישט שיין צו זאגן, א בליק פון עשו. "תרי”ג מצוות שמרתי” דאס איז פאר פירוש ולומדי רש”י, די עיקר איז וויפיל אקסן און חמורים יעקב אבינו האט, "אויף וויפיל זיצט ער"...

ווען אונז זעה מיר א איד א זקן ויושב אוהל א גאון עולם זיצן מיט אן אויסגעפאשענעם באראן, פון וועם כאפן מיר מער התפעלות?... ווען ס’קומט צו מכבד זיין איינעם אין ביהמ”ד צו סיי ווי אימער, פאר וועם גיימיר מער? פאר א אינגערמאן וואס הארעוועט 12 שעה א טאג אויף די גמרא, וואס איז בקי בכל קצוי התורה, אדער פאר דעם רייסער וואס פראוועט סיום’ס אויף סטעטוס און ווייסט אפילו נישט פון וואס די מסכת וואס ער אקארשט מסיים רעדט זיך?... צו וועלכע בילד קאנעקטן מיר מער? א איד וואס מאכט חתונה זיין דרייצענטע קינד און טאנצט לפני הכלה מיט א שבח והודאה צום באשעפער אז ער האט ברוך השם זוכה געווען צו ארויס געבן זיין לעצטע קינד, כולם שוה לטובה, אלע יראים ושלמים און פון אינטער אים שטייען אויסגע’שורה’ט צוועלעף אינגעלייט אנגעכאפט האנט ביי האנט, א מחזה הוד, יעדער פאר זיך מיט א הדרת פנים, א פולן בארד, צוגעמאכט די בעקיטשע, און אפשר מיט ווייסע זאקן אויך, טאנצענדיג מיט התלהבות, זיך מיטפרייענדיג מיט זייער ראש המשפחה, און פון די אינטערגראונד שטייען נאך צענדליגע אייניקלעך, אדער אן אנגעשאשקעטער פריץ וואס האט טאקע א טען מען בענד, מיט דיזי מאכענדע לעמפלעך בליצן ארום ווי א טעאטער, טאנצט מיט זיין דריטע און לעצטע קינד און פון די צוויי זייטן שטייען זיינע צוויי מגולחים אן א שטריימלעך מיט אפענע בעקיטשעס כאפן אפ דעם געהויבענעם טאנץ מיט זייערע סמארט פאונס, און פון פארנט שטייט א קליין אייניקל מיט א האנט גראנאט צו קענען באשפריצן דעם זיידענס נייעם פערצן אינטשיגע שטריימעל מיט געמאלענע נוי סוכה?...

גייען מיר מער פאר ”עם לבן גרתי ולא למדתי ממעשיו הרעים”, פאר ”ותרי”ג מצוות שמרתי”, אדער פאר שוורים וחמורים?
לעצט פארראכטן דורך גוזמא אום דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

צום באלעקן!

יישר כח!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

ארחיקה נדד האט געשריבן:צום באלעקן!

יישר כח!

גארנישט קיין גוזמא, קום אריין עפטער!
מנהיג הדורות
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:15 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנהיג הדורות »

זייער זיס דעי שמועס ברענג נאך סחורה ביטע
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”