מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די דרשות אויף פרשת קרח זענען שוין יפה נדרשים, אין אלע מדרשים און מפרשים.
דא וויל איך קומען מיט א נייע מחודש'דיגע פשט אויף פרשת קרח, און פשט מיין איך טאקע זעהן פשוט פשט פון די פסוקים.

ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי ודתן ואבירם בני אליאב ואון בן פלת בני ראובן ויקמו לפני משה ואנשים מבני ישראל חמשים ומאתים נשיאי עדה קראי מועד אנשי שם ויקהלו על משה ועל אהרן ויאמרו אלהם רב לכם כי כל העדה כלם קדשים ובתוכם ה’ ומדוע תתנשאו על קהל ה’ וישמע משה ויפל על פניו

א. ויקומו ויקהלו, וואס איז די צוויי זאכן, און פארוואס שטייט נישט אויף איינמאל אויף אלעמען צוזאמען נאר עקסטער קרח דתן אבירם און און, און עקסטער חמישים ומאתים איש.

ב. וואס איז יעצט געשעהן אז זיי האבן זיך דערמאנט אז כל העדה כולם קדושים?


וידבר אל קרח ואל כל עדתו לאמר בקר וידע ה’ את אשר לו ואת הקדוש והקריב אליו ואת אשר יבחר בו יקריב אליו זאת עשו קחו לכם מחתות קרח וכל עדתו ותנו בהן אש ושימו עליהן קטרת לפני ה’ מחר והיה האיש אשר יבחר ה’ הוא הקדוש

ג. משה רבינו זאגט אז מארגן וועט קלאר ווערן דריי זאכן 1. את אשר לו. 2. ואת הקדוש. 3. ואת אשר יבחר בו. וואס זענען די דריי זאכן.

ד. און פארדעם הייסט ער קחו לעם מחתות און ער פירט אויס ויהיה האיש אשר יבחר ה' הוא הקדוש. משמע פון זיינע ווערטער אז די קטורת וועט נאר אויסקלארן אויף די חלק פון האיש אשר יבחר ה' הוא הקדוש. וויאזוי וועט אבער קלאר ווערן די אנדערע צוויי זאכן דורך די קטורת?

ה. קחו לכם מחתות קרח וכל עדתו, משמע אז נאר זיי און אהרן נישט, פארוואס? ביותר אז שפעטער זאגט זיי משה אז אהרן וועט אויך נעמען א מחתה.


רב לכם בני לוי ויאמר משה אל קרח שמעו נא בני לוי

ו. ווי קומט דא אריין בני לוי?

ז. וואס פשט אז ס'ווערט אפגעהאקט אינמיטן מיט ויאמר משה (און נאך א עקסטערן פסוק), ס'וואלט געדארפט שטיין ויאמר משה אל קרח שמעו נא בני לוי רב לכם בני לוי.


המעט מכם כי הבדיל אלהי ישראל אתכם מעדת ישראל להקריב אתכם אליו לעבד את עבדת משכן ה’ ולעמד לפני העדה לשרתם ויקרב אתך ואת כל אחיך בני לוי אתך ובקשתם גם כהנה לכן אתה וכל עדתך הנעדים על ה’ ואהרן מה הוא כי תלונו עליו

ח. דער לשון לכן אתה וכל עדתך הנועדים על ה', איז א שווערע לשון.

ט. וואס פרעגט משה ואהרן מה היא כי תלונו עליו, דאס איז דאך געווען די גאנצע מחלוקת אז זיי האבן נישט מסכים געווען אז אהרן איז דער כהן.

וישלח משה לקרא לדתן ולאבירם בני אליאב ויאמרו לא נעלה המעט כי העליתנו מארץ זבת חלב ודבש להמיתנו במדבר כי תשתרר עלינו גם השתרר אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאתנו ותתן לנו נחלת שדה וכרם העיני האנשים ההם תנקר לא נעלה ויחר למשה מאד ויאמר אל ה’ אל תפן אל מנחתם לא חמור אחד מהם נשאתי ולא הרעתי את אחד מהם

י. וואס איז די טענה פון אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאתנו, ווען יא וואלט דאס פארענטפערט פארוואס אהרן איז דער כהן?!

יא. אויב משה רבינו דאווענט דא אל תפן אל מנחתם פארוואס האט ער זיי נאך נאכדעם געהייסן מאכן די קטרת? נאר מהמשך הכתובים נראה אז נאר לגבי דתן ואבירם האט ער דאס געבעטן. איז די שאלה פארוואס טאקע זייער קטרת זזאל נישט ווערן אנגענומען מער פון קרח ועדתו?


ויאמר משה אל קרח אתה וכל עדתך היו לפני ה’ אתה והם ואהרן מחר וקחו איש מחתתו ונתתם עליהם קטרת והקרבתם לפני ה’ איש מחתתו חמשים ומאתים מחתת ואתה ואהרן איש מחתתו

יב. פארוואס זאגט ער נאכאמאל? די ענטפער איז לכאורה ווייל ער טוישט דא, מלכתחילה האט ער געזאגט קחו לכם מחתות קרח וכל עדתו, דהיינו ווער ס'וויל נכלל אים דעם קרח דתן אבירם און און חמישים ומאתים, און אויך ווער ס'וויל מכל העדה, אבער יעצט זאגט ער נאר קרח און 250 און ער לייגט צו אהרן. מה נשתנה יעצט פון פריער?

ויקחו איש מחתתו ויתנו עליהם אש וישימו עליהם קטרת ויעמדו פתח אהל מועד ומשה ואהרן, ויקהל עליהם קרח את כל העדה אל פתח אהל מועד וירא כבוד ה’ אל כל העדה.

יג. משמע אז אהרן האט נישט געלייגט קיין קטרת, אויסער אויב מ'וועט זאגן אז משה האט אויך געלייגט א זאך וואס איז שווער צו זאגן, ווייל ער האט דאך געוויסט אז ער איז א זר לגבי קטרת.

וידבר ה’ אל משה ואל אהרן לאמר הבדלו מתוך העדה הזאת ואכלה אתם כרגע ויפלו על פניהם ויאמרו אל אלהי הרוחת לכל בשר האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצף

יד. אויב די עדה האט דער אויבערשטער געמיינט כל העדה און משה ואהרן האבן געטענהט אז סקומט נאר מיתה פאר די וואס האבן זיך געשלאגן, אויב אזוי וואלטן זיי געדארפט זאגן אז נאר זי 250 און קרח דתן ואבירם זאלן שטארבן. אויב האט דער אויבערשטער געמיינט נאר עדת קרח פארוואס שטייט האיש אחד? פארוואס איז קרח מער א חוטא ווי זיי?.


וידבר ה’ אל משה לאמר דבר אל העדה לאמר העלו מסביב למשכן קרח דתן ואבירם ויקם משה וילך אל דתן ואבירם וילכו אחריו זקני ישראל וידבר אל העדה לאמר סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה ואל תגעו בכל אשר להם פן תספו בכל חטאתם ויעלו מעל משכן קרח דתן ואבירם מסביב ודתן ואבירם יצאו נצבים פתח אהליהם ונשיהם ובניהם וטפם ויאמר משה בזאת תדעון כי ה’ שלחני לעשות את כל המעשים האלה כי לא מלבי אם כמות כל האדם ימתון אלה ופקדת כל האדם יפקד עליהם לא ה’ שלחני ואם בריאה יברא ה’ ופצתה האדמה את פיה ובלעה אתם ואת כל אשר להם וירדו חיים שאלה וידעתם כי נאצו האנשים האלה את ה’ ויהי ככלתו לדבר את כל הדברים האלה ותבקע האדמה אשר תחתיהם ותפתח הארץ את פיה ותבלע אתם ואת בתיהם ואת כל האדם אשר לקרח ואת כל הרכוש וירדו הם וכל אשר להם חיים שאלה ותכס עליהם הארץ ויאבדו מתוך הקהל וכל ישראל אשר סביבתיהם נסו לקלם כי אמרו פן תבלענו הארץ ואש יצאה מאת ה’ ותאכל את החמשים ומאתים איש מקריבי הקטרת
וידבר ה’ אל משה לאמר אמר אל אלעזר בן אהרן הכהן וירם את המחתת מבין השרפה ואת האש זרה הלאה כי קדשו את מחתות החטאים האלה בנפשתם ועשו אתם רקעי פחים צפוי למזבח כי הקריבם לפני ה’ ויקדשו ויהיו לאות לבני ישראל ויקח אלעזר הכהן את מחתות הנחשת אשר הקריבו השרפים וירקעום צפוי למזבח זכרון לבני ישראל למען אשר לא יקרב איש זר אשר לא מזרע אהרן הוא להקטיר קטרת לפני ה’ ולא יהיה כקרח וכעדתו כאשר דבר ה’ ביד משה לו

וילנו כל עדת בני ישראל ממחרת על משה ועל אהרן לאמר אתם המתם את עם ה'.


טו. וואס איז געווען זייער טענה דא?


ויהי בהקהל העדה על משה ועל אהרן ויפנו אל אהל מועד והנה כסהו הענן וירא כבוד ה'. ויבא משה ואהרן אל פני אהל מועד. וידבר ה' אל משה לאמר . הרמו מתוך העדה הזאת ואכלה אתם כרגע ויפלו על פניהם.

טז. פארוואס האבן זיי דאסמאל נישט פראבירט צו בעטן?


ויאמר משה אל אהרן קח את המחתה ותן עליה אש מעל המזבח ושים קטרת והולך מהרה אל העדה וכפר עליהם כי יצא הקצף מלפני ה' החל הנגף. ויקח אהרן כאשר דבר משה וירץ אל תוך הקהל והנה החל הנגף בעם ויתן את הקטרת ויכפר על העם. ויעמד בין המתים ובין החיים ותעצר המגפה

יז. משה זאגט פאר אהרן שים קטרת און נאכדעם הולך אל העד, אבער אהרן שטייט וירץ אל תןך הקהל און נאר נאכדעם ויתן את הקטרת.ביותר פארוואס שטייט ויקח כאשר דבר משה ווען ער האט נישט געטון כאשר דבר משה?

יח. די שינוי הלשון עדה קהל און עם.


וידבר ה' אל משה לאמר. דבר אל בני ישראל וקח מאתם מטה מטה לבית אב מאת כל נשיאהם לבית אבתם שנים עשר מטות איש את שמו תכתב על מטהו וגו'

יט. וואס איז נאכגעווען יעצט אז מהאט נאך געדארפט די מטות. מער פון דעם אויב דאס האט טאקע פארמאכט אלע טענות פארוואס האט מען נישט געטון דאס גלייך אנהייב און שלום על ישראל?
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 06, 2021 3:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מקרא כפשוטו - קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לאמיר ארייווארפן א ווערטל ביז די תריצים...
מ’זאגט נאך פארוואס די בעלי בתים האבן אלץ נאר קשיות און קשיות
ווייל זיי זעצן זיך צום אלשיך הקדוש און הייבן אן לערנען, און נאך אפאר מינוט איז ער שוין אין א טיפן דרימל איז וואס בלייבט אים אין קאפ איז נאר די קשיות...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

;l;p- :lol:

האבן מיר שוין אויך מקיים געווען דעם מילתא דבדיחותא פארן לערנען....

דרך אגב, די מהלך פון שרייבן קשיות פארדעם איז אויך אברבנאל און מלבי"ם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דער אבן עזרא שרייבט:
זה הדבר היה במדבר סיני כאשר נתחלפו הבכורים ונבדלו הלוים, כי חשבו ישראל שמשה אדונינו עשה מדעתו לתת גדולה לאחיו גם לבני קהת שהם קרובים אליו ולכל בני לוי שהם ממשפחתו.
והלוים קשרו עליו בעבור היותם נתונים לאהרן ולבניו, וקשר דתן ואבירם בעבור שהסיר הבכורה מראובן אביהם ונתנה ליוסף אולי חשדוהו בעבור יהושע משרתו, גם קרח בכור היה כי כן כתוב. ודגל ראובן חונה בנגב וקרח בנגב המשכן כי הוא מבני קהת. ואלה נשיאי העדה היו בכורים והם היו מקריבים את העולות על כן לקחו מחתות.
והראיה על זה הפירוש מופת המטה שראו כל ישראל כי השם בחר שבט לוי תחת הבכורים. על כן כתוב ותכל תלונתם כי התלונה על זה היתה. גם אמר משה כי לא מלבי, בעבור שחשדוהו כי מלבו עשה, ועוד לא ה' שלחני בשליחות הזה כי כבר האמינו בו כל ישראל.
ועוד ראיה גמורה כי כל העדה כלם קדושים וזה רמז לבכורים שהם קדושים כי כן כתוב קדש לי כל בכור והם היו הכהנים הנגשים אל ה' והם עיקר כל העדה.

דער אבן עזרא וויל נישט לערנען אז די כונה עדה איז "נאר" בכורים, ווייל בפשטות איז דא פסוקים וואס שטומט נישט מיט דעם.
ווי געשריבן אין פרשת שלח קען מען יא אויפבויען א געוויסן מהלך און דאס ברויך א באזינדערן אשכול.

די מהלך אז די 250 זענען געווען בכורים ווערט דערמאנט ביי כמעט אלע מפרשים דא אז דאס איז געווען די עיקר מחלוקת.

רבינו בחיי שרייבט יא אז די טענה כי כל העדה כולם קדושים איז נאר אויף די בכורים. על הבכורות אמר כן, כענין שכתוב קדש לי כל בכור.

דער רמב"ן שרייבט אויף דעם אבן עזרא:
וזה מדעתו של רבי אברהם שהוא אומר במקומות רבים אין מוקדם ומאוחר בתורה לרצונו, וכבר כתבתי כי על דעתי כל התורה כסדר זולתי במקום אשר יפרש הכתוב ההקדמה והאחור וגם שם לצורך ענין ולטעם נכון.
אבל היה הדבר הזה במדבר פארן בקדש ברנע אחר מעשה המרגלים, וכו', והנה ישראל בהיותם במדבר סיני לא אירע להם שום רעה, כי גם בדבר העגל שהיה החטא גדול ומפורסם היו המתים מועטים ונצלו בתפלתו של משה שהתנפל עליהם ארבעים יום וארבעים לילה. והנה היו אוהבים אותו כנפשם ושומעים אליו ואלו היה אדם מורד על משה בזמן ההוא היה העם סוקלים אותו, ולכן סבל קרח גדולת אהרן וסבלו הבכורים מעלת הלוים, וכל מעשיו של משה. אבל בבואם אל מדבר פארן ונשרפו באש תבערה ומתו בקברות התאוה רבים, וכאשר חטאו במרגלים לא התפלל משה עליהם ולא בטלה הגזרה מהם, ומתו נשיאי כל השבטים במגפה לפני ה', ונגזר על כל העם שיתמו במדבר ושם ימותו, אז היתה נפש כל העם מרה והיו אומרים בלבם כי יבואו להם בדברי משה תקלות, ואז מצא קרח מקום לחלוק על מעשיו וחשב כי ישמעו אליו העם.

דער רמב"ן איז מפרש אז הן הכי נמי די טענות איז געווען ווי דער אבן עזרא שרייבט, אבער נישט ווי דער אבן עזרא זאגט אז מחלוקת קרח איז געווען גלייך נאך וואס מ'האט גענומען די לווים אנשטאדט די בכורים ווייל אויב איז דאס געווען שפעטער וואס איז יעצט געשעהן אז זיי האבן זיך יעצט אויפגעוועקט, אויף דעם שרייבט דער רמב"ן אז זיי האבן נישט געוואלט ארויס קומען קעגן משה ריבנו וואוסנדיג אז מ'וועט זיי נישט אויסהערן, אבער יעצט נאך די מעשה המרגלים וואס איז נגזר געווארן אז זיי גייען בלייבן אין מדבר, מצאו בעלי הדין לחלוק.

און ווי דער כלי יקר שרייבט: נראין הדברים שנתקבצו אל קרח אנשים מרי לבב אוהבי יותרת הכבוד והשררה בחשבם כי לכלם יתן שררות, כי זה הדבר אשר בקשה נפש כל אנשי שם אשר אמרו ביניהם נעשו לנו שם פן נהיה לבוז ויוכיח על זה ראש דבריהם רב לכם וגו'. כי אמרו דין הוא שתהיה השררה חוזרת חלילה מן אחד לחבירו כי רב לכם שימים רבים לישראל שנהגתם עליהם שררה וראוי שתתנו שבט ההנהגה ביד אחרים כי כל העדה כלם קדושים.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מכל אלין נראה לפרש יפה פרשה זו.

בהקדם אז די עדה - וואס ווי געשמועסט דאס זענען די סנהדרין - זענען געווען די בכורי ישראל.
די געדאנק דארף ווערן אויסגעארבעט קלארער, וואס פשט אז נאר די בכורים זאלן זיין פון די סנהדרין, און פארוואס זאל א פשוט נישט קענען זיין פון די סנהדרין. דאס וועט מען לאזן פאר די אשכול פון עדה.
אבער לאמיר דא זעהן (בהנחה אז דער יסוד איז אמת) צו מ'קען מיט דעם מאכן אז 'פרשה זו יפה נפשטת'.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מקרא כפשוטו - קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

@איינס, דו ווארסט אויף תשובות, אדער גייסטו אריינקומען מיטן פשט, א שטייגער ווי די קשיות פאר די הונגערישע פלפולים?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די קדושת הבכורים טרעפן מיר גלייך נאך מכת בכורות, זאגט די תורה קדש לי כל בכור פטר כל רחם בבני ישראל באדם ובבהמה לי הוא.
און אין במדבר שטייט כי לי כל בכור ביום הכתי כל בכור בארץ מצרים הקדשתי לי כל בכור בישראל מאדם עד בהמה לי יהיו אני ה'.

וואס איז אבער די קדושת הבכורים שטייט נישט קלאר אין די תורה, זיי ווערן דערמאנט איין מאל אלס כהנים ביי מתן תורה, אבער דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין עבודת הקרבנות. און דער רמב"ן שרייבט הנה הבכורים נתקדשו להיות לשם מעת שצוה קדש לי כל בכור בבני ישראל באדם וגו' והיו בכורים רבים בישראל ולא נפדו עד הנה שעדין לא נאמר למי יהיה הפדיון כי עתה הוא שנתקדשו הכהנים ועדין לא נצטוו במתנות הכהונה והנה הם עומדים בקדושתן סתם ויתכן שהיתה בהן עבודת הקרבנות כדברי רבותינו (ויש לדון פארוואס ער שרייבט 'יתכן' ווען די גמרא זאגט קלאר עד שלא הוקם המשכן היו הבמות מותרות ועבודה בבכורות. נראה אז ער מיינט צו זאגן אז למעשה האט מען נישט געמאכט קיין עבודה ס'איז נאר געווען במות מותרות און די בכורים וואלטן ווען געמאכט די עבודה אויב מ'וואלט מקריב געווען קרבנות)

ווען דער אויבערשטער נעמט די לויים אנשטאט די בכורים שטייט: את מטה לוי והעמדת אתו לפני אהרן הכהן ושרתו אתו ושמרו את משמרתו ואת משמרת כל העדה לפני אהל מועד לעבד את עבדת המשכן ושמרו את כל כלי אהל מועד ואת משמרת בני ישראל לעבד את עבדת המשכן.
פון דעם זעהן מיר אז די בכורים וואלטן געדארפט טון דאס וואס די לויים האבן געטון.
און ס'שטומט זייער גוט די כפל הלשון משמרת "כל העדה" און משמרת "בני ישראל" (און דער מלבי"ם שרייבט טאקע אז עדה דא איז זיכער נישט בני ישראל, נאר ער שרייבט אז די כונה איז די סנהדרין וז"ל: שסתם עדה הם הסנהדרין. אויב גייען מיר מיט די הנחה אז די בכורים זענען די עדה שטומט דאס נאך בעסער דא אין פסוק).

למעשה ווען מ'האט אויפגעשטעלט דעם משכן האט גער אויבערשטער געזאגט פאר משה רבינו:
ויאמר ה' אל משה פקד כל בכר זכר לבני ישראל מבן חדש ומעלה ושא את מספר שמתם מא ולקחת את הלוים לי אני ה' תחת כל בכר בבני ישראל.
ויפקד משה כאשר צוה ה' אתו את כל בכר בבני ישראל ויהי כל בכור זכר במספר שמות מבן חדש ומעלה לפקדיהם שנים ועשרים אלף שלשה ושבעים ומאתים.

די לוויים זענען אבער נאר געווען שנים ועשרים אלף, האט דער אויבערשטער געזאגט: ואת פדויי השלשה והשבעים והמאתים העדפים על הלוים מבכור בני ישראל ולקחת חמשת חמשת שקלים לגלגלת בשקל הקדש תקח עשרים גרה השקל ונתתה הכסף לאהרן ולבניו פדויי העדפים בהם.

נראה לומר אז פון די 273 בכורים האט מען שפעטער ממנה געווען די מנויים (אולי כדי לפייסם). 12 האבן געווארן נשיאים, און ווען ס'איז געקומען צו די מרגלים האט מען אויך געדארפט נעמען אלע 12 פון זיי, אבער משה רבינו האט מיטגעשיקט יהושע בון נון און נאר גענומען 11 פון די בכורים.
און שוין אויסגעשמועסט אין פרשת שלח ווי שיין דאס שטומט אין די פסוקים.

וכאן מצא בעל דין לחלוק, די בכורים האבן געהאט טענות אויף דעם וואס משה האט געשיקט יהושע בון נון אנשטאדט איינער פון זיי (און מה נאה אז דער אבן עזרא שרייבט: אולי חשדוהו בעבור יהושע משרתו).

ווען מיר נעמען אראפ פון די 273 בכורים 12 נשיאים און 11 מרגלים בלייבן מיר מיט 250 בכורים.

שרייבט אבער רש"י (פון א מדרש) כנס ר"נ ראשי סנהדראות רובן משבט ראובן שכיניו והם אליצור בן שדיאור וחביריו. און לויט די חשבון פריער אז אליצור בן שדיאור איז געווען א נשיא וואלט דאך גדארפט זיין 251.

שטייט אבער ביי בנות צלפחד: אבינו מת במדבר והוא לא היה בתוך העדה הנועדים על ה' בעדת קרח כי בחטאו מת, די מפרשים מיטשען זיך דארט פארוואס רעכענען זיי אויס נאר די חטא פון קרח.
די גמרא זאגט אז צלפחד איז געווען א בכור, לפי זה שטומט זייער גוט, ווייל ער וואלט ווען געדארפט זיין פון די 250 אבער הוא לא היה בתוך העדה (-בכורים) הנועדים על ה' בעדת קרח.
ויצא צלפחד ונכנס אליצור בן שדיאור און זיי זענען געווען די בכורים און סנהדרין וואס האבן זיך מצרף געווען מיט קרח.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:@איינס, דו ווארסט אויף תשובות, אדער גייסטו אריינקומען מיטן פשט, א שטייגער ווי די קשיות פאר די הונגערישע פלפולים?

איך האלט אינמיטן שרייבן, אבער אדרבה אויב איינער האט וואס צו שרייבן זאל ער אריינקומען

---

ניט פארשטאנען וועגן די הונגערישע פלפולים
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אבער פארוואס האט דיקא אליצור בן שדיאור געהאט טענות מער פון די אנדערע נשיאים?
לויטן פשט פריער אז די נשיאים האבן נישט געקומען מיט די 250 ווייל זיי האבן באקומען נשיאות האט דאך אליצור בן שדיאור אויך געדארפט זיין שטיל.


נאר ווי דער כלי יקר שרייבט: נתקבצו אל קרח אנשים מרי לבב, דא איז געווען אנגעגעסנקייט פון כל מיני מענטשן בענין די התמנות'ן:
בכורים
די עדת ישראל, די בכורים האבן געהאט טענות פארן זיי אויפטוישן מיט די לויים, און דער אבן עזרא שרייבט אז משה האט נישט געהאט קיין טענות אויף זיי בענין די חלק, ווייל ס'איז נישט געקומען מיט א מופת מאת ה'.
בני ראובן
זייער טענה איז געווען אז זיי זענען די שבט הבכורה און זיי קומט זיך די עבודה.
און אליצור בן שדיאור , וואס ווי געשמוסט איז ער געווען א בכור, און די תורה זאגט אויף די נשיאים ראשי בית אבותם, וואס קען זיין פשט אז ער איז געווען דער בכור פון בכור פון בכור ביז ראובן בן יעקב, האט געהאלטן אז איהם קומט זיך די כהונה גדולה.
קרח
על ידי מה נחלק?, על ידי אליצפן בן עוזיאל אחי אביו, שנעשה נשיא על משפחתו, שנאמר: ונשיא בית אב למשפחות הקהתי אליצפן בן עוזיאל. אמר קרח: ארבעה אחים היו אחי אבא, שנאמר: ובני קהת עמרם ויצהר חברון ועוזיאל. עמרם הבכור, זכה אהרן ובניו לכהונה, ומשה אחיו למלכות. מי ראוי ליטול את השניה לא השני?!. ואני בנו של יצהר, הייתי ראוי להיות על משפחתי נשיא. והוא עשה בנו של עוזיאל קטן של אחי אבא יהא גדול עלי. הריני חולק ומבטל כל מה שנעשה על ידו. לפיכך הייתה מחלקותו.

ווען מיר נעמען קרח'ס טענה, און דאס אבער נישט געווען קיין טענה, ווייל אויב דארף מען גיין אויף א סדר, דעמאלטס דארף מען צוריק גיין ביז ראובן, און דעמאלטס וואלט קרח קיינמאל אנעקומען צו זיין נשיא.
ובפרט דתן ואבירם וואס נישט זיי זענען בכורים, און נישט זייער טאטע, וואו ס'שטייט אין פסוק: ראובן בכור ישראל בני ראובן חנוך משפחת החנכי לפלוא משפחת הפלאי. וגו' ובני פלוא אליאב. ובני אליאב נמואל ודתן ואבירם. אויב וואלט מען געדארפט גיין אויפן סדר וואלט די כהונה געווען ביי זייער פעטער חנוך.
ועל כל זאת איז בכלל נישט שייך קיין טענות ווען מיר ווייסן אז סאיז על פי ה', נאר ווי געשריבן נתקבצו מרי לבב יעדער מיט זיינע טענות און צוזאמען האבן זיי געזאגט: הרינו חולקים ומבטלים כל מה שנעשה על ידו.

יותר מכך זעהט מען טאקע אויך אין פסוק און אויך אין די מדרשים אז די וואס האבן זיך למעשה געטענהט מיט משה זענען נאר געווען די 250 בכורים אבער קרח דתן ואבירם האבן געווען מער פון אונטער די קוליסן, אזוי איז משמע אין מדרש: מיד ציוה ועשה מאתים וחמישים טליתות תכלת, ונתעטפו בהן אותן חמישים ומאתים איש ראשי סנהדראות. אבער קרח דתן און אבירם האבן זיך נישט געטענט מיט משה.

ועוד שם: אין את מוצא שהשיבו דבר, לפי שהיה פקח ברשעתו. אמר: אם אני משיבו, יודע אני בו שהוא חכם גדול, עכשיו 'יקפחני בדבריו' ומקלקלני, ואני מתרצה לו בעל כורחי. מוטב שלא אזקק לו. ווייל די שטארקע בעיס קעגן משה איז געווען טענות הבכורים און דארט איז טענת דתן ואבירם נישט קיין טענה, און ןאזסוי אויך טענת קרח אז ער וויל די כהונה איז נישט געווען די טענה וואס די בכורים האבן געוואלט די לויה.

און יעצט לאמיר זעהן די פסוקים ווי זיי ווערן פארענטפערט מיט א מוראדיגע קלארקייט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי ודתן ואבירם בני אליאב ואון בן פלת בני ראובן
ווי געשריבן פריער קרח האט געהאט טענות אז מ'האט איהם נישט געגעבן די נשיאות, אבער זיינע טענות זענען נישט געווען אין פלאץ ווייל אויב גייט מען לפי הגדול גדול קודם, דארף אלעס צוריק גיין צו בני ראובן, און דערפאר האט ער גענומען מיט זיך בני ראובן, אז אויב משה וועט ענטפערן אז ס'דארף גיין צו בני ראובן, וועלן זיי זאגן נו געב איבער די גאנצע מלוכה פאר אונז.

ויקמו לפני משה
ויקומו לפני משה - שלא קמו בסתר, ויש הפרש בין לפני ובין מפני (אבן עזרא)
קרח דתן און אבירם האבן נישט געקומען צו משה רבינו בפניו, ווייל זיי האבן גוט געוויסט אז זייערע טענות זענען לעכערליך. אמר: אם אני משיבו, יודע אני בו שהוא חכם גדול, עכשיו 'יקפחני בדבריו' ומקלקלני, ואני מתרצה לו בעל כורחי. מוטב שלא אזקק לו.
ויקומו לפני משה איז טייטש זיי זענען ארויס בפרהסיא קעגן משה רבינו און געבונטעוועט קעגן איהם.

דא שטייט נישט לפני אהרן ווייל זייערע טענות איז נישט געווען דירעקט צו די כהונה נאר ווי דער מדרש זאגט הריני חולק ומבטל כל מה שנעשה על ידו.

ואנשים מבני ישראל חמשים ומאתים נשיאי עדה קראי מועד אנשי שם ויקהלו על משה ועל אהרן
די בכורים האבן שוין יא געקומען צו משה און אהרן ווייל זיי האבן געהאט א גערעכטע טענה, ווי דער אבן עזרא שרייבט: ואם ידע משה כאשר היה בהר סיני כי נבחר שבט לוי, לא ידעו ישראל. און מדבריהם נראה אז איינמאל זיי האבן געהאט טענות האבן זיי שוין חולק געווען אויף די כהונה אויך, ווייל זיי זענען דאך געווען ראוי להקריב קרבנות ווי דער רמב"ן שרייבט.
און דא שטייט טאקע יא משה און אהרן ווייל זייערע טענות איז געווען קעגן משה פארן צונעמען די לויה פון זיי, און איינמאל זיי האבן שוין געהאט טענות האבן זיי שוין פארגעשטעלט אלע טענות, און אויך פארשריגן משה פארן נעמען די מלוכה און אהרן פארן נעמען די כהונה.

ויאמרו אלהם רב לכם, כי כל העדה כלם קדשים, ובתוכם ה’ ומדוע תתנשאו על קהל ה’.
רב לכם - סגי לכון (תרגום). די לכם (אבן עזרא)
גענוג געווען!, ביז יעצט האבן מיר געשוויגן, אבער יעצט מער נישט.
זייער טענות אויף משה איז נישט געווען פארוואס ער איז דער מלך, ווייל יעדער פארשטייט אז צו פירן א קהל דארף איינער שטיין בראש, און אייביג וועט מען קענען פרעגן פארוואס פונקט יענער. אזוי אויך לגבי כהונה פון אהרן, אויב נאר איינער איז כהן גדול מוז דאך אייביג זיין נאר איינער, און אייביג וועט מען קענען פרעגן פארוואס פונקט ער. אבער דא קומען זיי און זאגן סגי לכון, דו האסט געהאט די מלוכה (ווייל דו האסט אונז למעשה ארויס גענומען פון מצרים און יעדער האט פארשטאנען אז ס'קומט דיר), דיין ברודער האט געהאט די כהונה, ער איז א בכור און ער מעג, אבער סגי לכון גענוג געווען, יעצט איז צייט צו לאזן א צווייטן.

וישמע משה ויפל על פניו
ווי רוב מפרשים לערענען איז דאס געווען א נבואה וואס ער האט דא באקומען צו זאגן דעם בוקר, און דערפאר נאר משה און נישט אהרן.

וידבר אל קרח ואל כל עדתו לאמר בקר וידע ה’ את אשר לו ואת הקדוש והקריב אליו ואת אשר יבחר בו יקריב אליו. זאת עשו קחו לכם מחתות קרח וכל עדתו ותנו בהן אש ושימו עליהן קטרת לפני ה’ מחר והיה האיש אשר יבחר ה’ הוא הקדוש
מארגן וועט מען אלעס אויסקלארן.
1) את אשר לו - צו וועם געהערט די לויה, ווי מיר טרעפן דעם לשון "והיו לי הלווים".
2) ואת הקדוש - ווער ס'איז כהן גדול, פארדעם וועט מען נוצן קטרת.
3) ואת אשר יבחר בו - דער מנהיג, ווי מיר טרעפן אויף משה רבינו "לולי משה בחירו" (מושב זקנים)

משה רבינו זאגט זיי נישט ווי אזוי וועט מארגן קלאר ווערן יעדע זאך, נאר די קטרת וואס דאס דארף אויסקלארן ווער זאל זיין כהן זאגט ער זיי יא, ווייל די סיבה פארוואס ער שטופט דאס אפ אויף מארגן ווייל מ'זאל מקטיר זיין די קטרת של בקר.

און משה רבינו זאגט דא פאר ווער 'סוויל נאר, קחו לכן מחתות קרח וכל עדתו, נישט עדה אדער עדת ישראל נאר עדת קרח, דהיינו אלע וואס זענען אין קרח'ס גרופ, בכורים אדער פשוטים ישראלים אדער לוויים, ווער ס'וויל נעמען די בחינה פון די קטרת קען דאס קומען טון.
און די קטרת וועט אויסקלארן די חלק פון ווער איז דער "קדוש" דער כהן גדול.

משה רבינו האט געוואלט ווייזן פאר קרח ועדתו אז ער האט נישט קיין שום פראבלעם פארקערט ווער ס'וויל זאל קומען, און ער האט געהאלטן אז מארגן ווען די אלע וועלן זעהן אז די קטרת איז נישט נתקבל וועט יעדער פארשטיין אז זיי זענען נישט קדוש און וויבאלד אהרן הכהן האט דאך שוין זיין קרבן נתקבל געווארן ביום השמיני וועט יעדער שטיל ווערן. דערפאר דא האט ער נישט געזאגט אז אהרן זאל אויך מאכן קטרת.

רב לכם בני לוי
און לגבי די בני לוי פירט משה רבינו אויס עטס זענטס גערכט 'סגי לכון' בני לוי (תרגום), גענוג וואס זיי האבן געהאט ביז יעצט די לויה.
דהיינו משה רבינו זאגט זיי, לאמיר נישט יעצט רעדן אויף די חלק מארגן וועט מען דאס שוין אויסקלארן.
משה רבינו האט דא געוואלט פארדינען צו בארואיגן די געמוטער און זיי ווייזן ווי מ'זאגט אויף אונזער שפראך איך בין דא מיטצוארבעטן מיט ענק.

דאס אלעס האט משה רבינו גערעדט צו די בכורי ישראל.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 06, 2021 10:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

אזוי בלאנדשענדיג אין ivelt טרעף איך אן א קוואל מיט פרישע וואסער פון ווי סגיסט זיך לויטערע חידושים

נאך מיט אזא ענוה ווען קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז ממש נישט קיין ווערטער...
לעצט פארראכטן דורך צופלאטשעט אום מאנטאג יוני 07, 2021 12:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר כח פאר די פיבעק

הערות פרכות און קשיות תקבלו ברחמים וברצון...

געוויסע נקודות בין איך אליין נישט אזוי באקוועם, און איך פיל אז סאיז אביסל אריינגעשטופט און נישט אויסגעארבעט צו זאגן אז ס'איז פשוטו של מקרא, אדרבה מתוך דיבוק חברים ווערט זאכן קלארער. צומאל אפפרעגן און צומאל באפעסטיגן.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 07, 2021 1:15 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ויאמר משה אל קרח שמעו נא בני לוי
איינמאל משה רבינו האט בארואיגט די בכורים (אדער אזוי האט ער לפחות געמיינט) יעצט גייט משה רבינו צו די אנדערע כדי זיי צו בארואיגן.

ער איז אריבער צו קרח און זאגט איהם: קרח טייערע פארוואס מישטו די יוצרות? די פארפירסט קעגן מיר און פירסט א מערכה בתוך בני ישראל,

שמעו נא בני לוי
כאטש וואס די לווים האבן נישט ארויסגעקומען מיט טענות צו איהם, און נאר קרח האט געפירט דא א מערכה, זאגט ער בלשון רבים אלס די תוכן הדברים.
ער זאגט איהם לאמיר רעדן צווישן אונז, די ביסט דאך א לוי לאמיר רעדן אפן.

המעט מכם כי הבדיל אלקי ישראל אתכם מעדת ישראל להקריב אתכם אליו לעבד את עבדת משכן ה’ ולעמד לפני העדה לשרתם ויקרב אתך ואת כל אחיך בני לוי אתך ובקשתם גם כהנה
די ווייסט זייער גוט אז די טענות פון די בכורי ישראל איז בכלל נישט אויף די כהונה, זייער טענות איז אויף די חלק וואס מ'האט זיי צוגענומען די לויה. דו האסט זיך נאר ארויף געכאפט אז איינמאל זיי זענען אנגעווייטאגט שפילסטו מיט מיט זיי. דו באהאלטס זיך אונטער זיי ווייל דו ווייסט אז אויב וועסטו שרייען אויף די התמנות'ן וועט כלל ישראל דיר פארשרייען, הלמאי מ'האט גענומען דיין גאנצן שבט און זיי מנשא געווען העכער פון די אנדערע און אויף דעם שווייגסטו?

איז פארוואס פארפירסטו בכלל אז דו ווילסט די כהונה?

לכן אתה וכל עדתך הנעדים על ה’ ואהרן מה הוא כי תלונו עליו
איבער דעם טאקע אז איך האב מקרב געווען דיין שבט אתה וכל עדתך הנועדים על ה', דאס איז דאך זייער טענות דא, ואהרן מה היא כי תלונו כליו? פארוואס מישט מען דא אריין די כהונה?
והה"א נוסף (אבן עזרא) דהיינו אז פשט איז: לכן אתה וכל עדתך נועדים על ה'. (דערפאר איז דאס דו און די עדה און נישט קיין צווייטער)
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 07, 2021 1:16 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ולא מצינו שקרח ענה לו, ווייל יעדער פארשטייט אז קרח האט נישט געהאט קיין שום ענטפער אויף דעם.

און יעצט האט משה געוואלט בארואיגן דתן ואבירם וואס האבן ווי פארגעשטעלט די צד פון בני ראובן.
די פראבלעם מיט זייער טענה, אז די בכורה האט יעקב אבינו אוועק גענומען פון ראובן, און שוין געשריבן פריער בכורים זענען זיי נישט געווען און ניטמאל זייער טאטע איז געווען א בכור, סאיז געווען טענות לשם טענות.

די איינציגסטע טענה וואס זיי האבן געקענט האבן אויף משה רבינו איז א כללות'דיגע טענה אויף משה'ס מלוכה, פארוואס לאזט ער נישט אויך א צווייטן.

וישלח משה לקרא לדתן ולאבירם בני אליאב
משה ברוב ענוותנות לאזט זיך אראפ צו זיי און רופט זיי צו הערן על מה אנו דנים, לאמיר זעהן וואס ענק ווילן, כאטש וואס זייערע טענות זענען נאר געווען לשם מחלוקת.

ויאמרו לא נעלה, המעט כי העליתנו מארץ זבת חלב ודבש להמיתנו במדבר כי תשתרר עלינו גם השתרר אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאתנו ותתן לנו נחלת שדה וכרם
אנע שום בושה, טענה'ן זיי העליתנו מארץ זבת חלב ודבש.
און וואס ליגט אונטער דעם? אויב משה רבינו האט זיי געראטעוועט פון קענכטשאפט ביי פרעה, זאגט די שכל אז ער איז דער וואס דארף זיין דער מלך, אז נישט ער ווער יא?
זאגן זיי ניין, דו האסט אונז אוועק גענומען פון א ארץ זבת חלב ודבש, נישטא קיין שום סיבה אז תשתרר עלינו.

און אויב וואלסטו אונז לפחות אריינגענומען צו א צווייטן ארץ זבת חלב ודבש, וואלטן אונז פארשטאנען ווייל למעשה זענען אונז געווען קנעכט פאר פרעה, אבער אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאותנו.

האנשים ההם תנקר?! לא נעלה
מיינסטו טאקע מיר זענען בלינד?! (רשב"ם)
ניין, מיר ווילן נישט קומען צו דיר.

ויחר למשה מאד
נצטער עד למאוד (רש"י), ס'איז דאך נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש בכלל.

ויאמר אל ה’ אל תפן אל מנחתם לא חמור אחד מהם נשאתי ולא הרעתי את אחד מהם
מילא די בכורים און אפילו קרח וואס האט געשפילט אביסל פאליטיק אבער דאך האט ער עפעס טענות, זיי זענען דא נאר פשוט לשם מחלוקת אן קיין שום זין אונטער דעם, און דערפאר אפילו אויב זיין וואלטן ווען ראוי געווען צו זיין כהנים בעט איך דיר אל תפן אל מנחתם.

משה רבינו לייגט צו, ווען איך וואלט זיי עפעס שלעכטס געטון אדער אפילו נאר זיי אויסגענוצט אמאל, וואלט מען געקענט דן זיין, אבער לא הרעותי ולא חמור אחד נשאתי, קיין שום סיבה נישט זיי זאלן זיך קריגן מיט מיין הנהגה.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 07, 2021 1:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דא האט שוין משה רבינו געגעזהן אז די טענות איז נישט קיין טענות מיט שכל, נאר ס'ברענט א אש המחלוקת און מ'שיסט אין די וועלט אריין אבי צו האבן טענות.
און דערפאר אויב וועט אהרן נישט מאכן קיין קטרת וועט מען דאך מארגן זאגן, אפשר טאקע די 250 זענען נישט ראוי, אבער אפשר אהרן אויך נישט, איי ביום השמיני האט שוין אהרן מקריב געווען?
שרייבט דער רמב"ן: ואותו היום יש לנו טענה עליו שלא היה לבחור באהרן שיהיה הוא לבדו הכהן רק בזכות ישראל שעשו המשכן ולכל שליח צבור היה יורד.

און דערפאר זאגט משה רבינו
ויאמר משה אל קרח אתה וכל עדתך היו לפני ה’ אתה והם ואהרן מחר וקחו איש מחתתו ונתתם עליהם קטרת והקרבתם לפני ה’ איש מחתתו חמשים ומאתים מחתת ואתה ואהרן איש מחתתו
לאמיר נישט איינשטעלן אז מארגן זאל זיך אנהייבן פרישע טענות, זאל אהרן אויך מאכן קטרת און ווען אהרן'ס קטרת וועט נתקבל ווערן און זייער קטרת נישט וועט מער נישט זיין קיין טענות.

און דתן ואבירם האט ער שוין בכלל נישט גערעכנט ווייל זיי האבן איהם שוין אויסגעקלארט אז זיי זענען בכלל נישט דא צו פארשטיין נאר צו מחזיק זיין במחולקת. און א מקום לחלוק וועט מען טרעפן אויך פון אונטער דער ערד, און מארגן וועלן זיי זאגן אפשר אהרן טאקע יא אבער אפשר נאך איינער, ועוד וואס זיי זאלן נאר נישט אויפקומען.
משה רבינו האט זיך אבער נישט גערעכנט מיט זיי וואוסנדיג אז כלל ישראל זענען נישט דא צו סתם אנדרייען נאר ווי דער אבן עזרא שרייבט אז זיי האבן געהאט א טענה (נישט קיין גערעכטיגע ווייל משה איז דאך געשטעלט געווארן מאת ה' און זיי האבן דאך געזעהן בהר סיני אז דבר ה' גייט דורך משה, אבער דאך איז דאס נישט סתם צו אנהאלטן מחלוקת אן קיין שום טענה).


ויקחו איש מחתתו ויתנו עליהם אש וישימו עליהם קטרת ויעמדו פתח אהל מועד ומשה ואהרן
פארוואס אהרן האט נישט געלייגט קיין קטרת?

ויקהל עליהם קרח את כל העדה אל פתח אהל מועד וירא כבוד ה’ אל כל העדה
מתחלה היה לב העם אחרי משה ואהרן וכאשר לקחו קרח ועדתו איש מחתתו וישימו עליהם קטרת ועמדו פתח אהל מועד עם משה ואהרן אז קרא קרח לכל העדה ואמר להם כי בכבוד כולם הוא מקנא וייטב הדבר בעיניהם ונקהלו כלם לראות אולי יישר בעיני האלקים ותשוב העבודה לבכוריהם. (רמב"ן)
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 07, 2021 1:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דא האלטן מיר ווען די בכורים האבן שוין געלייגט די קטרת, ס'איז נישט געווען קיין שעה ה' אל מנחתם, אבער מצד שני האבן זיי נישט באקומען קיין עונש. והרואה אומר, קען זיין זיי זענען יא גערעכט, והא ראיה זיי שטארבן נישט.

וידבר ה’ אל משה ואל אהרן לאמר הבדלו מתוך העדה הזאת ואכלה אתם כרגע
את גדולי העם הנועדים תמיד אל פתח אהל מועד או בכורי כל ישראל הראויים לעבודה ולא הזכיר העם כמו בעגל ובמרגלים כי אילו היו כל ישראל היה אומר ואכלה אותם כרגע ואעשה אותך לגוי גדול (רמב"ן)
לפי די הנחה אז עדה איז בכורים, שטומט זייער גוט די המשך הפסוקים, ער האט דא נישט גערופן אלע אידן, ווייל זיי איז דאס דאך נישט נוגע, ער האט נאר גערופן די עדה. און די גזירה איז נאר געווען אויף די בכורים, דערפאר שטייט נישט ואעשה אותך לגוי גדול, ווייל אויך אויב אלע בכורים שטארבן וועט נאך בלייבן כלל ישראל פון די פשוטים.

והנה נתחייבו כליה שהיו מהרהרים אחרי רבם והם כמהרהרים אחרי השכינה ומוותרים על נבואת נביא בלבם וחייבין מיתה בידי שמים (רמב"ן)

ויפלו על פניהם ויאמרו אל אלהי הרוחת לכל בשר האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצף
זיי זאגן נישט קרח דתן ואבירם חטאו ועל כל העם תקצוף? ווייל די גזירה איז בכלל נישט געווען אויף קרח דתן ואבירם און כלל ישראל, נאר אויף די עדה (די בכורים, נכלל אין דעם קרח וואס איז געווען א בכור).
און פארדעם זאגן זיי האיש אחד יחטא (קרח) ועל כל העדה תקצוף?
משה ואהרן למדו עליהם זכות שלא חטא במעשה אלא קרח והוא הגורם והוא המפתה אותם וראוי הוא שימות לבדו לפרסם ולהודיע ענשו לרבים וזו דרך מבקשי רחמים שיקלו החטא מעל העם ונותנין אותו על היחיד הגורם מפני שהוא חייב על כל פנים. (רמב"ן).
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

איינס 'יפה נדרשת'
הפלא ופלא!
עס שטומט הערליך שיין,
אין קורצן ווילסטו זאגן אז עס איז בבחינת פון תיתי חדא מתרתרי,
די פארענטפערסט בעיקר די קשיות הלשונות פון די פסוקים צו זאגן אז עס זענען דא געווען אפאר מינע טענות,
און דיין הויפט יסוד אז די צוויי הינדערט און פיפציג סנהדרין זענען געווען די בכורים, שטומט אויך זייער גוט לפי האבן עזרא כמו שכתבת,
פון ווי נעמסטו אז עס זענען געווען 11 מרגלים? איך מיין אז עס איז נאר געווען צעהן, ע' סוטה דף ל''ד:,
גציילטע דיוקים דארף מען נאך בעסער אויסארבעטן און די פסוקים, אבער חוץ פון דעם איז דאס געוואלדיג,
(ווען האסטו שוין געהאט צייט צו אדורך לערנען די חומש ומפרשים?)
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מרגלים איז געווען 12
איך האב געשריבן א 11 זענען געווען בכורים, ווי געשריבן אין פרשת שלח אז יהושע איז נישט געווען פון די עדה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
במה שהורשית התבונן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 10:29 am

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במה שהורשית התבונן »

שר התורה האט געשריבן:(ווען האסטו שוין געהאט צייט צו אדורך לערנען די חומש ומפרשים?)

ער קוקט שוין לענגער אריין אין זיין ספר ווי אייך! ס'איז מיר א חידוש אז ער האט נאך כח צו שטיין, גרשון למשל ליגט שוין אויף דער ערד, וואס איז? מ'קען נאך אלץ לערנען אזוי!

שכוח @איינס ביסט מיר מחיה!!!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

במה שהורשית התבונן האט געשריבן:
שר התורה האט געשריבן:(ווען האסטו שוין געהאט צייט צו אדורך לערנען די חומש ומפרשים?)

ער קוקט שוין לענגער אריין אין זיין ספר ווי אייך! ס'איז מיר א חידוש אז ער האט נאך כח צו שטיין, גרשון למשל ליגט שוין אויף דער ערד, וואס איז? מ'קען נאך אלץ לערנען אזוי!

שכוח @איינס ביסט מיר מחיה!!!

שלום אליכם (קוקט מיר נישט אויס גענצליך א פרישער, אבער שינו השם זיכער,)
איך האף וועסט אינז טאקע געבן ''מה להתבוננן''
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך שיין.

רוב זאכן שטייען שוין אין די מפרשים, אבער ס'איז הערליך מסודר.

די חידושים זענען בעיקר, די חשבון פון 250 בכורים.
און די גרעסטע חידוש, אז משרע"ה האט למראית עין מודה געווען צו די טענה פון די בכורים, זיי צו בארואיגן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אוראייניקל האט געשריבן:הערליך שיין.

רוב זאכן שטייען שוין אין די מפרשים, אבער ס'איז הערליך מסודר.

די חידושים זענען בעיקר, די חשבון פון 250 בכורים.
און די גרעסטע חידוש, אז משרע"ה האט למראית עין מודה געווען צו די טענה פון די בכורים, זיי צו בארואיגן.

יא רוב זאכן זענען פון די מפרשים, נאר סאיז מיר געווען שווער צו צוכיינען יעדן מאל

די בכורים איז אייגנס וואס ליגט מיר שוין אין קאפ 3 4 יאר
די רב לכם בני לוי, איז מיר איינגעפאלן נאר דעם שבת ביים זיך פארקוקן צו קענען שרייבן.

איך בין אביסל אומבאקוועם מיט דעם, אבער דא פארענטפערט זייער גוט פארוואס סווערט אפגעהאקט. און דער תרגום טייטשט טאקע סגי לכון וואס ס׳טומט נישט מיט רש״יס פשט. און ממילא קען מען זאגן אז דאס איז כונת התרגום און סאיז א שטיקל מקור

האף איך נאך צו האבן צייט שפעטער און צוענדיגן ביזן סוף
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וילנו כל עדת בני ישראל ממחרת על משה ועל אהרן לאמר אתם המתם את עם ה'.
יאשימו אותם על שנתנו העצה הזאת להקטיר קטורת זרה לפני ה' מדעתם שהמקריבים אותם נשרפים כי השם לא אמר למשה להקריב הקטורת הזאת והוא לא אמר לישראל בשם ה' לעשות כן אם כן מעצמם נתנו העצה הזאת אשר מתו בה העם והיו יכולין לתת אות ומופת אחר במטה או בזולתו (רמב"ן)
די בכורי ישראל האבן געהאט טענות אויף משה רבינו, פארוואס ער האט זיי געהייסן מאכן קטרת, ווייל די עיקר טענה זייערע איז דאך געווען איבער די לויה, און מ'וואלט געדארפט מאכן א סימן (ווי מ'האט טאקע געטון ביים סוף מיט די מטות) און זיי וואלטן דאס אנגענומען. און פארוואס האט ער זיי געהייסן מאכן קטרת וואס הזר איז במיתה, און מה גם ס'האט בכלל נישט אויסגעקלארט צו לויים קענען זיי נישט זיין.

ויהי בהקהל העדה על משה ועל אהרן ויפנו אל אהל מועד והנה כסהו הענן וירא כבוד ה'. ויבא משה ואהרן אל פני אהל מועד. וידבר ה' אל משה לאמר . הרמו מתוך העדה הזאת ואכלה אתם כרגע ויפלו על פניהם.
דער אבן עזרא שרייבט אז ויפלו על פניהם איז להתפלל.

פארוואס איז געקומען די גזירה? פארוואס האט נישט געהאלפן משה רבינו'ס תפילה? און על כולםם פארוואס האט משה טאקע געהייסן מאכן קטרת?

ויאמר משה אל אהרן קח את המחתה ותן עליה אש מעל המזבח ושים קטרת והולך מהרה אל העדה וכפר עליהם כי יצא הקצף מלפני ה' החל הנגף. ויקח אהרן כאשר דבר משה וירץ אל תוך הקהל והנה החל הנגף בעם ויתן את הקטרת ויכפר על העם. ויעמד בין המתים ובין החיים ותעצר המגפה
העדה שהם הסנהדרין וזקני העם עמדו קרוב אל אהל מועד בראש העם והעם והקהל שהם המון העם עמדו אחריהם רחוק מאהל מועד, וכאשר יצא הקצף מלפני ה' שהוא המשחית שיצא מאהל מועד חשב משה שיתחיל להכות בהעדה שהם הזקנים שבהם יפגע ראשונה וצוה שאהרן ישים הקטורת באהל מועד ויולך אל העדה שהם הזקנים שבהם יחל הנגף, ויקח אהרן כאשר דבר משה ששם הקטרת בפנים וכוון לכפר בו על העדה שהם הזקנים, אבל המשחית לא התחיל להכות בצד שבו עומדים העדה רק בצד האחר שבו עמדו הקהל שהם העם ההמונים, שעז"א והנה החל הנגף בעם, ר"ל שלא היה כפי שחשב משה שהנגף יחל בהעדה שהם הזקנים שקרובים אל אהל מועד כי הנגף החל בעם שהם ההמון שעמדו אחורי העדה, וע"כ הוצרך לרוץ אל תוך הקהל שהם ההמון, ורץ אל תוכם כי הנגף היה בצד האחר שלא יכול להגיע לשם אלא דרך הקהל שבצד של אהל מועד שלא הגיע המשחית אליהם, ובאשר הקטרת ששם על האש באהל מועד הושם ע"ד לכפר על הזקנים, ועתה נודע לו שצריך לכפר על העם ההמון, והכפרה צריך שיהי' לשם המתכפר, הוצרך ליתן קטורת מחדש שבו יתכפרו ההמון ולכן ויתן את הקטרת נתן קטורת פעם שנית לכפר על העם ההמונים (מלבי"ם)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וידבר ה' אל משה לאמר. דבר אל בני ישראל וקח מאתם מטה מטה לבית אב מאת כל נשיאהם לבית אבתם שנים עשר מטות איש את שמו תכתב על מטהו וגו'

למעשה האט מען נאכנישט געגעבן קיין סימן פאר כלל ישראל ובראשם די בכורים אז זיי זענען נישט ראוי צו זיין לווים. און דערפאר האט דער אויבערשטער געהייסן מאכן די מטות.
די מטות איז נישט געווען קיין סימן אויף די כהונה נאר אויך די לויה, און דערפאר האט מען נישט געדאפרט מאכן מטות אין שבט לוי אליין צו זעהן ווער ס'איז דער כהן.

מיר זעהן דא אז כאטש קיינער האט דא נישט געהאט קיין טענות האט גער אויבערשטער געהייסן מאכן דעם סימן, מזה נראה אז דאס איז לכתחילה געווען די פלאן, און דאס האט משה רבינו געמיינט ווען ער האט געזאגט: בקר ויודע ה' את אשר לו, אז מ'וועט מאכן די סימן המטות, און אויך נאך וואס די 250 זענען געשטארבן איז דאס נאכנישט אויסגעקלארט געווארן האט מען דאס טאקע יעצט געטון, און ווי דער פסוק זאגט והשיכותי מעלי את תלונות בני ישראל.

סאיז דא אסאך צו צולייגן און פארברייטערן והמוסיף יתברך.

און א התנצלות: בשעתן שרייבן ווערט צומאל אראפ געלייגט די מעשה זייער פשוט און אפילו צומאל בלא מתכון אביסל ביליג (ווי למשל אז די בכורים זענען געווען באליידיגט אז מ'האט זיי געהייסן צאלן 5 שקלים), ס'איז ח"ו נישט מיט כונה נאר צומאל איז גרינגער אזוי דאס צו אראפ שרייבן, אבער פארשטייט זיך אז אלעס האט א טיפערע כוונה אויך ואני לא באתי אלא לפרש פשוטו של מקרא.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

@איינס
דעס אידאך ממש איינס אין די וועלט קיפ איט אפ
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”