אפאר דיבורים אויף שבועות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפאר דיבורים אויף שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

מען זעט אין די תורה א וואונדערליכע זאך.
ווען כלל ישראל האט געזאגט אז זיי ווילן אנעמען די תורה פונעם אייבערשטן, זיי האבן געשריגן 'כל אשר דיבר ה' נעשה', גלייך האט זיי די אייבערשטער געגעבן א מצוה פון 'והגבלת את העם', א שטרענגע מצוה אז זיי מעגן נישט ארויפגיין אויפן בארג! און די תורה איז מאריך איבער דעם און ווארנט אן גאר שטארק די אידן דערוועגן.

און די זעלבע גלייך פאר קבלת התורה זאגט די אייבערשטער נאכאמאל פאר משה 'רד העד בעם פן יהרסו לעלות אל ה' לראות', און ס'שטייט אויף דעם נאך עטליכע פסוקים, די תורה איז מאריך אויף דעם מער ווי סיי וועלכע ענין פאר קבלת התורה.
און ס'לכאורה א שטיקל פלא, פארוואס דוקא פאר מתן תורה האט די אייבערשטער געמאכט אזא מצוה און אזוי מזהיר געווען אויף דער ענין, ס'קוקט אויס ווי דאס איז א שטיקל הכנה צו קבלת התורה וואס יעדער דארף האבן.

נאר מען קען טאקע פשוט פארשטיין אז דא ליגט א מורא'דיגע יסוד אין די קיום התורה.
"גם בענין ההתקרבות להשי''ת יש יצר הרע גדול, שלפעמים ריבוי ההתלהבות חוץ מהמדה הוא מהיצר הרע, כי יש יצר הרע גדול כשמתחיל להתקרב להשי''ת. ועל כן בשעת מתן תורה הזהיר השי''ת למשה 'רד העד בעם פן יהרדו אל ה' לראות', כי ישראל היו אז במעלה גדולה והוצרכו להזהירם מהיצה''ר שיש בהתקרבות להשי''ת" (ליקו''מ ע''ב).

ווי נאר א איד וויל אריינגיין אין עבודת ה', ער שרייט אויס 'כל אשר דיבר ה' נעשה', 'נעשה ונשמע', תיכף זאגט אים דער אייבערשטער אז אויב וויל ער טאקע זוכה זיין צו דעם דארף ער האבן צום ערשט הגבלה און צמצום.
דאס הייסט אז אוודאי זיין רצון דארף תיכף זיין צו די העכסטע, ער דארף מקבל זיין אויף זיך די גאנצע תורה מיט אלע מצוות פון די קלענסטע ביז די גרעסטע, אבער אין 'למעשה' דארף ער האבן א הגבלה און נישט כאפן אלעס אויף אמאל, ער דארף זיך מצמצם זיין אין זיין מקום און מצב און נישט הורס זיין לעלות אל ה', וואס דעמאלטס קען ער נאר אלעס פארלירן.

און דער נקודה איז א זאך וואס מען קען נישט מגדיר זיין, יעדער דארף אליינס וויסן זיין מצב.
אבער דאס קען יעדער יא פשוט ארויסנעמען צום ערשט, אז ער דארף מקבל זיין די תורה ברצון אפילו אויב ער ווייסט אז ער האלט נישט ביים יעצט מקיים זיין למעשה די תורה בשלימות וויבאלד ער איז גאר ווייט דערפון, איז אבער די קיום מיט די קבלה נישט געבינדן אויפן מינוט.
צום ערשט ווייס וואס די אייבערשטער וויל פון דיך, פארשטיי אז דאס איז די איינציגסטע אמת'ע גוטס אויף דער וועלט און נעם עס אן, און נאכדעם אויף למעשה הייב אן מיט וויפיל דו קענסט, יעדע מינוט לויט זיין מצב, נקודה השייכה ללבו בעת הזאת, אבער די קבלה און רצון איז ביזן סוף.

און טאקע אויף למעשה דארף מען זיך זייער פרייען מיט יעדע נקודה, טון וואס מען קען, יעדע ביסל איז זייער טייער, טון נאך און נאך, אבער וויסן ווי מען איז און נישט שפרינגען קיין מדריגות און כאפן אורות און השגות און עבודות מער ווי די מענטש קען און מער ווי ער האלט.

און דאס איז פונקט אזא נסיון ווי א עבירה, עס איז א געהעריגע יצר הרע כנ''ל ווייל די יצר הרע ווען ער זעט אז די מענטש גייט סייווי אריינגיין אין עבודת ה', ער האט א התעוררות פון שבועות וכו', ער וויל יעצט זיך נעמען און ער גייט אים נישט קענען אפהאלטן דערפון,
דאן וועט ער אים ארויפווארפן ביזן הימל, אים גלייך מאכן אריינשפרינגען ביזן סוף, און דעמאלטס וועט זיין יעלו שמים ירדו תהומות... קודם וועט ער פליען ביזן הימל און נאכדעם וועט ער אראפ פאלן ביזן תהום... און ווי מען זעט במציאות.

און נאכמער, א מענטש דארף זיין גרייט אז ער וועט אראפ פאלן פון זיין עבודת ה' און ער וועט דארפן אנהייבן פון ניי נאכאמאל, און דאס איז א נסיון פארן מענטש פונעם אייבערשטן צו זען אז ער מיינט עס ערנסט.
און דאס איז אויך אזא בחינה פון א הגבלה, די מענטש מיינט אז ער איז קונה עבודת ה' מיט איין מאל, אבער די אמת איז אז ס'גייט נישט אזוי, יעדע מענטש דארף זיין גרייט אז יהיה מה שיהיה אפילו אויב איך וועל אראפ פאלן וועל איך ווייטער ווילן און זוכן דעם אייבערשטן און טון וואס איך קען און זיין בשמחה בה'.
און טאקע די תורה הק' דערציילט אז פאר מתן תורה איז געווען א מורא'דיגע ענן וערפל און פחדים'דיגע קול שופר וכו', דאס איז אויך געווען א הקדמה צו מתן תורה אז מען דארף זיין גרייט צו זיך אנהאלטן אינעם אייבערשטן און אין זיין תורה אפילו אין ענן וערפל און חושך.

זאל די אייבערשטער העלפן מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה כראוי און ריכטיג אריינגיין אין עבודת ה' במדה ובמשקל כראוי, און דורכדעם זוכה זיין צו די ריכטיגע קיום התורה כרצון ה'.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: אפאר דיבורים אויף שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פי די עף

מיט אפאר שטיקלעך ליקוטי הלכות איבער דער ענין.

.
אטעטשמענטס
שבועות תשפ''א.pdf
(59.07 KiB) געווארן דאונלאודעד 31 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”