שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הגאון ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

איינס האט געשריבן:https://drive.google.com/drive/folders/1MZUKzFeRvufGbQhv-Szt97HIi1h9DHhs

פארוואס קען איך עס נישט דאונלאודן?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הגאון ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דער רמב״ם שרייבט אויף א פלאץ אז צו קענען א חכמה איז נישט גענוג צו לערנען אויף איין פיס, ער ברענגט ארויס זייער שטארק אז צומאל קומען מענטשן און בעטן ״זאג מיר אין איין ווארט ווי אזוי ארבעט דאס און דאס?״ און דער מענטש כאפט נישט אז די זאכן איז נישט מעגלי צו פארשטיין אן קיין לענגערע אריכות.

איך האב נישט געטראפן יעצט דעם לשון הרמב״ם אבער בענין זה קרוב לזה שרייבט ער אין הקדמה לפירוש המשנה
והנני נותן לך בו משל מבואר, כגון שנשאל לאיש מאנשי חכמת הרפואה והחשבון והניגון, ומהיר בחכמת הטבע, ונבוב ומשכיל, והוא נעור וריק מחכמת התשבורת וחכמת הכוכבים. ונאמר לו מה אתה אומר באיש שהוא טוען שגוף השמש שאנו רואים כאילו היא עגולה קטנה ויאמר שהוא גוף כדור, וגודל הכדור ההוא כגודל כדור הארץ מאה וששים וששה פעם ושלושה שמיני פעם, וכדור הארץ שבמידתה עשינו המידות האלה הוא כדור שיש בהקפו ארבעה ועשרים אלף מיל, ויהיה על הדרך הזה מגיע לדעת כמה מילין יש במידות גודל כדור השמש. אין ספק שהאיש ההוא זך הרעיון אשר השכיל מן החכמות כל מה שאמרנו לא ימצא בנפשו מקום לקיים זאת האמונה, וכל זה דבר רחוק בעיניו בלי מושג, והטענה השכלית תבאר לו בתחילת המחשבה שהטענה הזאת בטלה, כי איך אפשר להיות האדם על מקום כפי זרת אחד מן הארץ וידע שעור גרם השמש והקיפה ומידת שיטחה עד אשר תהיה דעתו כוללת אותה כמו שהוא כולל מידת חלק מחלקי הארץ, ועוד יאמר איך אפשר זה והנה גרם השמש בשמים בתכלית המרחק, ואפילו ראיית גרם השמש על נכון אי אפשר לנו, ולא נשיגהו אלא זיוו בלבד, ואיך יגיע אדם למעלה שיוכל למדוד אותו וידקדק מידתו בשלושה שמיני פעם, זה דבר שווא שאין כמוהו, ולא יהיה בלבו ספק על היות זאת הטענה בטלה ושלא תוכל להיות. אבל כשירגיל נפשו בלימוד ספרי המידות וחכמת מה שהוא ראוי בתבניות הכדוריות וזולתם מן הערכים הנערכים זה לזה, ויעתק משם אחר כן אל הספר המסודר בעניין זה והדומה אליו, רוצה לומר ספר תכונת הגלגלים הידוע ספר "אלמגסטי", אז יתברר אצלו זאת הטענה ותשוב לו טענה אמת שאין בה ספק ושיש עליה מופת, ולא יהיה אצלו הפרש בין שגוף השמש הוא כשיעור הזה או שהשמש היא מצויה, וירגיל שכלו להאמין הדבר שהיה בתחילה מרחיק הרחקה גדולה, ויאמין בו אמונה גמורה הנה זה יוכל להיות. ואנחנו לא הסכמנו על האיש ששאלנוהו זה העניין שיהיה חסר מן החכמות האחרות, אבל שיהיה טוב השכל וזך הטבע וחכם, והשאלה אשר שאלנוהו משאלות הלמודים שהיא מן המדרגה שיעלו בה לאלהיות. קל וחומר יהיה העניין במי שאין לו חכמה כלל, ולא הרגיל נפשו בדרך מדרכי חכמות הלמודים, אבל היה נסעו משכל אמו לשכל אשתו, שנשאלהו שאלה משאלות האלהיות שהם צפונות בדרשות, אין ספק שהם רחוקים בעיניו כרחוק השמים מן הארץ, ויקצר שכלו להבין דבר מהם.

לעניננו, איך האב ארויף געלייגט דא די שיעור פון ר׳ בערל, סאיז טאקע לאנג, אבער נישטא קיין צווייטע מהלך דאס צו מסביר זיין נאר מיט א לאנגן וועג
גאר א שטארקע שיעור און זייער קלאר ארויסגעברעגנט גאר אסאך נושאים אין יסודי היהדות והחסידות.

שמעו ותחי נפשכם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הגאון ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איינס האט געשריבן:דער רמב״ם שרייבט אויף א פלאץ אז צו קענען א חכמה איז נישט גענוג צו לערנען אויף איין פיס, ער ברענגט ארויס זייער שטארק אז צומאל קומען מענטשן און בעטן ״זאג מיר אין איין ווארט ווי אזוי ארבעט דאס און דאס?״ און דער מענטש כאפט נישט אז די זאכן איז נישט מעגלי צו פארשטיין אן קיין לענגערע אריכות.

איך האב נישט געטראפן יעצט דעם לשון הרמב״ם אבער בענין זה קרוב לזה שרייבט ער אין הקדמה לפירוש המשנה
והנני נותן לך בו משל מבואר, כגון שנשאל לאיש מאנשי חכמת הרפואה והחשבון והניגון, ומהיר בחכמת הטבע, ונבוב ומשכיל, והוא נעור וריק מחכמת התשבורת וחכמת הכוכבים. ונאמר לו מה אתה אומר באיש שהוא טוען שגוף השמש שאנו רואים כאילו היא עגולה קטנה ויאמר שהוא גוף כדור, וגודל הכדור ההוא כגודל כדור הארץ מאה וששים וששה פעם ושלושה שמיני פעם, וכדור הארץ שבמידתה עשינו המידות האלה הוא כדור שיש בהקפו ארבעה ועשרים אלף מיל, ויהיה על הדרך הזה מגיע לדעת כמה מילין יש במידות גודל כדור השמש. אין ספק שהאיש ההוא זך הרעיון אשר השכיל מן החכמות כל מה שאמרנו לא ימצא בנפשו מקום לקיים זאת האמונה, וכל זה דבר רחוק בעיניו בלי מושג, והטענה השכלית תבאר לו בתחילת המחשבה שהטענה הזאת בטלה, כי איך אפשר להיות האדם על מקום כפי זרת אחד מן הארץ וידע שעור גרם השמש והקיפה ומידת שיטחה עד אשר תהיה דעתו כוללת אותה כמו שהוא כולל מידת חלק מחלקי הארץ, ועוד יאמר איך אפשר זה והנה גרם השמש בשמים בתכלית המרחק, ואפילו ראיית גרם השמש על נכון אי אפשר לנו, ולא נשיגהו אלא זיוו בלבד, ואיך יגיע אדם למעלה שיוכל למדוד אותו וידקדק מידתו בשלושה שמיני פעם, זה דבר שווא שאין כמוהו, ולא יהיה בלבו ספק על היות זאת הטענה בטלה ושלא תוכל להיות. אבל כשירגיל נפשו בלימוד ספרי המידות וחכמת מה שהוא ראוי בתבניות הכדוריות וזולתם מן הערכים הנערכים זה לזה, ויעתק משם אחר כן אל הספר המסודר בעניין זה והדומה אליו, רוצה לומר ספר תכונת הגלגלים הידוע ספר "אלמגסטי", אז יתברר אצלו זאת הטענה ותשוב לו טענה אמת שאין בה ספק ושיש עליה מופת, ולא יהיה אצלו הפרש בין שגוף השמש הוא כשיעור הזה או שהשמש היא מצויה, וירגיל שכלו להאמין הדבר שהיה בתחילה מרחיק הרחקה גדולה, ויאמין בו אמונה גמורה הנה זה יוכל להיות. ואנחנו לא הסכמנו על האיש ששאלנוהו זה העניין שיהיה חסר מן החכמות האחרות, אבל שיהיה טוב השכל וזך הטבע וחכם, והשאלה אשר שאלנוהו משאלות הלמודים שהיא מן המדרגה שיעלו בה לאלהיות. קל וחומר יהיה העניין במי שאין לו חכמה כלל, ולא הרגיל נפשו בדרך מדרכי חכמות הלמודים, אבל היה נסעו משכל אמו לשכל אשתו, שנשאלהו שאלה משאלות האלהיות שהם צפונות בדרשות, אין ספק שהם רחוקים בעיניו כרחוק השמים מן הארץ, ויקצר שכלו להבין דבר מהם.

לעניננו, איך האב ארויף געלייגט דא די שיעור פון ר׳ בערל, סאיז טאקע לאנג, אבער נישטא קיין צווייטע מהלך דאס צו מסביר זיין נאר מיט א לאנגן וועג
גאר א שטארקע שיעור און זייער קלאר ארויסגעברעגנט גאר אסאך נושאים אין יסודי היהדות והחסידות.

שמעו ותחי נפשכם

זייער שיין.

ווי איז די "תנא דבי אליהו" וואס ער ברענגט צו וויאזוי די אידן האבן געענטפערט אין מצרים?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ער זאגט נאך פון כתב סופר נישט פון תנא דבי אליהו
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איינס האט געשריבן:ער זאגט נאך פון כתב סופר נישט פון תנא דבי אליהו

קען זיין, ווי איז דאס, איך וויל עס נאכקוקן
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

איינס האט געשריבן:https://drive.google.com/drive/folders/1MZUKzFeRvufGbQhv-Szt97HIi1h9DHhs

געוואלדיג, ישר כח פארן עס ארויף לייגן,
נישט געקענט מיטהאלטן די שעורים אין ביהמ"ד הגדול, וועל מיר זיך יעצט אראפזעצן אין אויס הערן
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איך האב אויסגעהערט די שיעורים אויף דעם לינק און שטארק הנאה געהאט. אויסער אסאך ידיעות וואס כ'האב קונה געווען, בין איך קלאר געווארן וואס מיינט מסורה, מנהגים, און חסידות בכלל.

יישר כח הר"ר בערל שליט"א פארן אויסקלארן די יסודות.
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

יש"כ איינס פאר'ן צוברענגן.

איך הער עס יעצט אויס בזכותך.

זייער גוט אז ער אדרעסירט די ענינים דירעקט, בדרך שאלה ותשובה, מיט א ברייטקייט.

בלייבט איבער צו האפן שטארק אז עס וועט עפעס אויפטוהן פאר אידישקייט.
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הערליך שיין דער הרב ר' בערל נ"י.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יעצט געענידגט הערן

אין מילים, קלאר! שטארק!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

איז דא ערגעץ ווי מען קין עס הערן אויף א טעלעפאן ליין?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לכאורה אויף קול סאטמאר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

איך קען מיך נישט אויס דארט, וואלט איינער געקענט אנצייגן וואס צו דריקן אנצוקומען צו דעם שיער
מזלא טבא
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 1:22 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזלא טבא »

מען קען עס הערן אויפ'ן פאון-ליין פון "חיינו"

845-823-0461
און דרוקט #1
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ הרב איינס פארן אהערברענגען די געוואלדיגע שיעור פון רבי בערל שליט"א, אשר פקע שמיה מיט זיינע שטארקע דרשות בהשקפת החיים.

מיט א פאר יאר צוריק האב איך זיך איינגעהאנדלט פאר בלויזע ח"י דאללאר דעם אלבום דער וועג פון טראכטן - 20 געקליבענע דרשות אין יעדן הינזיכט פון לעבן. א חלק פון די נקודות וואס ער האט ערווענט אין די דרשה אין ק"י ווערט דארט אויסגעשמועסט אויף א ברייטערע פארנעם.

https://www.koltorahonline.com/artists/ ... chten.html
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יישר כח הרב איינס פארן ברענגן
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

ווייס איך נישט אויב עס איז שוין דא אן אנדערע ארט ווי מדעבאטירט דעם שיעור פון ר' בערל, אויב נישט, וועל איך דא אריינלייגען מיינע צוויי צענט,
איז אזוי, ר' בערל איז א געוואלדיגער בעל כשרון אין
1) אראפברענגען השקפות צום פראקטישען שכל, ד''ה ער נעמט געדאנקען, אין ברענגט דאס אראפ אזוי ווי מרעדט ביזנעס,און דאס גייט זייער שטארק אריין אין א מענטש,
2) ער באנוצט זיך אסאך מיט הומאר ווען ער וויל ארויסברענגען א געדאנק באניצט ער זיך אסאך מיט הומאר און טרייבט געפערליכע שפייס, כדי צו פראווען זיין פוינט,
3) ער רעדט זייער באקוועם און נאטירלעך ד''ה ער רעדט דארט מסתמא פאר קרוב צו טויזענט אידען, און ס'שפירט זיך ווי די זיצט ביי אים אין אפיס און טשילסט מיט אים, וואס ס'מאכט זייער געשמאק אויסצוהערן,
און אצינד צום עצם שיעור,
א מענטש וואס הערט דעם שיעור ווערט זייער נתפעל פון די סאך אינפארמאציע מיט היסטאריע וואס ער גיסט אויס, בנוסף וויאזוי ער ''באקסט'' זאכען,
ד''ה ער צושניידט גרויסע שטיקער און פעקעדשט עס, אין דעם איז ער א מומחה,
אבער איך האב אויך אביסל ביקורת אויפן תוכן הענין איך וויל עס אויסשמועסן מיטען גרעסטען רעספעקט,
1) ער איז מסביר פארוואס חסידישע אידען זענען געגאנגען מט וואלענע ציצית נישט קיין קאטענע, זאגט ער ווייל חסידות האט געלערענט וואס א מצוה איז, אין קאטענע ציצית איז נאר א דרבנן און וואלענע איז א דאורייתא, און אנטשאט צו פארדינען א ''מיליאן'' וויל ער פארדינען א ''ביליאן'' דאס איז זייער גיט אנצוווארעמען א בחור ער זאל מחבב זיין מצוות כדי צו באקומען מער שכר, אבער איך מיין אז עס איז נישט בכלל נישט ריכטיג קאטאגערזירט א חסידישער איד,
א חסידישער איד טוט יעדע זאך מיטען גאנצען ברען און פלאקער כדי צו זיין מער נענטער צום אייבירשטען נישט נאר יוצא צו זיין די הלכה

2) ער זאגט אז אסאך מענטשען קוקען אן אז אונז זעמיר זייער ריסטריקטעט און צוקוועטשט, גארנישט טאר מען נישט, די תורה לאזט כמעט אלעס, נאר קומען די רבנן און לייגען צו, קומען די חסידישע רבי''ס און לאזען שוין גארנישט, און בעצם זענען מיר זייער באקסעדיג וכו'
איז ער מסביר אז חסידות איז בעצם די ברייטסטע זאך וואס איז נאר דא, די צדיקים האבען מגלה געווען וואס טוט זיך אפ אונטער די קאליסען, נישט זיין קליינקעפיג און אויבערפלעכליך,

לענ''ד איז דאס א פשעטיל, ס'ענטפערט בכלל נישט זיין פראבלעם, די סבה פארוואס חסידות ריסטריקט מער,און פארלאנגט מער, איז ווייל זיי הייבען אויף דעם מענטש צו א העכער דרגה אין עבודת ה', און ממילא דארף מען זיך אויפירען העכער, און אה''נ ווען עס פעלט די פנימיות און ער ווייסט נישט וואס חסידות און עבודת ה' איז, ווערט ער טאקע צוריסען וואס ווילסטו פון מיר, איז די ארבייט אריינצובויען ווארעמקייט מיט השגות, נאכדעם וועט ער פארשטיין אז א גריל איז פראסט,
און ר' בערל איר ווילט מיר זאגען אז אונזער חסידות איז ברייט און אויפגעקלערט, וויפיל שרייט מען אויף אונז, לערן נישט קיין חב''ד לערן נישט קיין זוה''ק מדארף נישט גיין צו טיף, טוה וואס מהייסט, סאיז נישט אונזער וועג וכדומ',''מסורה'' טוה וואס דיין טאטע טוט, יו קענט העוו איט אן באויט וועיס, די ווילסט האבען די פרעים פון חסידות און ווען דער בחור פילט ליידיג גייסטו אים זאגען די ביזט ברייט?
ער איז עס זייער שיין מסביר אז חסידות האט אסאך ריסקי זאכען וואס אז מען לערענט עס נישט ריכטיג קען מען גרייזען, און פארדעם אז ער רעדט אין סאטמאר וואלט ער געדארפט ארויסברענגען אז פארדעם האט דער רבי נישט געלערענט אסאך לימודים פון בעש''ט ווייל ער האט געהאלטען אז מקען גרייזען, און טאקע געשריבען נשתכח און יא אפילו דאס אז סאיז דא אזא זאך ווי א צדיק, דאס האט דער רבי אויך נישט געלערענט, ווייל מיט דעם קען מען אויך גרייזען, און יא חסידות איז זייער ברייט, אבער קיינער גיט נישט דעם ברייטקייט פארען עולם ווייל מהאט מורה דערפון, נו וואס האקט איר אין קאפ מיט ברייטקייט,

3) אינעם דריטען שיעור ווען ער רעדט פון מסורה דארט האט ער מיר אינגאנצען פארלוירען ד''ה ווען איר פרעגט א איד פארוואס מאכסטו א ברית פאר דיין נייע געבוירען קינד איז דער תירוץ ווייל מיין טאטע האט געמאכט, פארוואס האלטסטו שבת ווייל מיין טאטע האלט שבת, ''דאס איז א פארדריסליכע טעות איז זאלט דאס פארעכטען'' דער תנא דבי אליהו רעדט פון מצרים נאך פאר סאיז געווען א תורה, האבען זיי נאר דאס געקענט ענטפערן, היינט אז מפרעגט מיר פארוואס מאכסטו א ברית דארף מען ענטפערן ווייל די תורה הייסט, און קענסט צולייגען אז מיין טאטע האט מיך אויפגעצויגען צו היטען די תורה, און בכלל מסורה מיט די תורה גייען צוזאמען מיט די תורה אן מסורה קען מען גרייזען, און מיט מסורה אן תורה קען מען אויך גרייזען והדברים ארוכים ויגעים ואכמ''ל

כהאב געהאט נאך הגהות אבער סאיז צו א גרויסע אריכות ועוד חזון אי''ה
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סארקאזי האט געשריבן:ווייס איך נישט אויב עס איז שוין דא אן אנדערע ארט ווי מדעבאטירט דעם שיעור פון ר' בערל, אויב נישט, וועל איך דא אריינלייגען מיינע צוויי צענט,
איז אזוי, ר' בערל איז א געוואלדיגער בעל כשרון אין
1) אראפברענגען השקפות צום פראקטישען שכל, ד''ה ער נעמט געדאנקען, אין ברענגט דאס אראפ אזוי ווי מרעדט ביזנעס,און דאס גייט זייער שטארק אריין אין א מענטש,
2) ער באנוצט זיך אסאך מיט הומאר ווען ער וויל ארויסברענגען א געדאנק באניצט ער זיך אסאך מיט הומאר און טרייבט געפערליכע שפייס, כדי צו פראווען זיין פוינט,
3) ער רעדט זייער באקוועם און נאטירלעך ד''ה ער רעדט דארט מסתמא פאר קרוב צו טויזענט אידען, און ס'שפירט זיך ווי די זיצט ביי אים אין אפיס און טשילסט מיט אים, וואס ס'מאכט זייער געשמאק אויסצוהערן,
און אצינד צום עצם שיעור,
א מענטש וואס הערט דעם שיעור ווערט זייער נתפעל פון די סאך אינפארמאציע מיט היסטאריע וואס ער גיסט אויס, בנוסף וויאזוי ער ''באקסט'' זאכען,
ד''ה ער צושניידט גרויסע שטיקער און פעקעדשט עס, אין דעם איז ער א מומחה,
אבער איך האב אויך אביסל ביקורת אויפן תוכן הענין איך וויל עס אויסשמועסן מיטען גרעסטען רעספעקט,
1) ער איז מסביר פארוואס חסידישע אידען זענען געגאנגען מט וואלענע ציצית נישט קיין קאטענע, זאגט ער ווייל חסידות האט געלערענט וואס א מצוה איז, אין קאטענע ציצית איז נאר א דרבנן און וואלענע איז א דאורייתא, און אנטשאט צו פארדינען א ''מיליאן'' וויל ער פארדינען א ''ביליאן'' דאס איז זייער גיט אנצוווארעמען א בחור ער זאל מחבב זיין מצוות כדי צו באקומען מער שכר, אבער איך מיין אז עס איז נישט בכלל נישט ריכטיג קאטאגערזירט א חסידישער איד,
א חסידישער איד טוט יעדע זאך מיטען גאנצען ברען און פלאקער כדי צו זיין מער נענטער צום אייבירשטען נישט נאר יוצא צו זיין די הלכה

2) ער זאגט אז אסאך מענטשען קוקען אן אז אונז זעמיר זייער ריסטריקטעט און צוקוועטשט, גארנישט טאר מען נישט, די תורה לאזט כמעט אלעס, נאר קומען די רבנן און לייגען צו, קומען די חסידישע רבי''ס און לאזען שוין גארנישט, און בעצם זענען מיר זייער באקסעדיג וכו'
איז ער מסביר אז חסידות איז בעצם די ברייטסטע זאך וואס איז נאר דא, די צדיקים האבען מגלה געווען וואס טוט זיך אפ אונטער די קאליסען, נישט זיין קליינקעפיג און אויבערפלעכליך,

לענ''ד איז דאס א פשעטיל, ס'ענטפערט בכלל נישט זיין פראבלעם, די סבה פארוואס חסידות ריסטריקט מער,און פארלאנגט מער, איז ווייל זיי הייבען אויף דעם מענטש צו א העכער דרגה אין עבודת ה', און ממילא דארף מען זיך אויפירען העכער, און אה''נ ווען עס פעלט די פנימיות און ער ווייסט נישט וואס חסידות און עבודת ה' איז, ווערט ער טאקע צוריסען וואס ווילסטו פון מיר, איז די ארבייט אריינצובויען ווארעמקייט מיט השגות, נאכדעם וועט ער פארשטיין אז א גריל איז פראסט,
און ר' בערל איר ווילט מיר זאגען אז אונזער חסידות איז ברייט און אויפגעקלערט, וויפיל שרייט מען אויף אונז, לערן נישט קיין חב''ד לערן נישט קיין זוה''ק מדארף נישט גיין צו טיף, טוה וואס מהייסט, סאיז נישט אונזער וועג וכדומ',''מסורה'' טוה וואס דיין טאטע טוט, יו קענט העוו איט אן באויט וועיס, די ווילסט האבען די פרעים פון חסידות און ווען דער בחור פילט ליידיג גייסטו אים זאגען די ביזט ברייט?
ער איז עס זייער שיין מסביר אז חסידות האט אסאך ריסקי זאכען וואס אז מען לערענט עס נישט ריכטיג קען מען גרייזען, און פארדעם אז ער רעדט אין סאטמאר וואלט ער געדארפט ארויסברענגען אז פארדעם האט דער רבי נישט געלערענט אסאך לימודים פון בעש''ט ווייל ער האט געהאלטען אז מקען גרייזען, און טאקע געשריבען נשתכח און יא אפילו דאס אז סאיז דא אזא זאך ווי א צדיק, דאס האט דער רבי אויך נישט געלערענט, ווייל מיט דעם קען מען אויך גרייזען, און יא חסידות איז זייער ברייט, אבער קיינער גיט נישט דעם ברייטקייט פארען עולם ווייל מהאט מורה דערפון, נו וואס האקט איר אין קאפ מיט ברייטקייט,

ער האט מגדיר געווען חסידות אז ס'איז א אופן פון "פארשטיי וואס מ'פארלאנגט פון דיר, און פארשטיי וואו דו קומסט אן מיט וואס דו טוסט", פרעג איך דיר: ער פערזענליך האלט אז מ'זאל נישט לערנען חב"ד? און אפילו די רביז"ל, צי האט ער געהאלטן אז מ'זאל "חלילה" נישט לערנען חב"ד? זוהר? צו פארשטיין וואס דאס איז אלץ א מצווה. וואס דאס איז אלץ דאס ענין נישט צו שערן די האר? וכו'. אדער ווי הויעך עניני קדושה רירט אן?

דו אליין ביסט מקדים די תירוץ פאר דיין קשיא. "ער רעדט אויף א ביזנעס שפראך, פראקטיש".
3) אינעם דריטען שיעור ווען ער רעדט פון מסורה דארט האט ער מיר אינגאנצען פארלוירען ד''ה ווען איר פרעגט א איד פארוואס מאכסטו א ברית פאר דיין נייע געבוירען קינד איז דער תירוץ ווייל מיין טאטע האט געמאכט, פארוואס האלטסטו שבת ווייל מיין טאטע האלט שבת, ''דאס איז א פארדריסליכע טעות איז זאלט דאס פארעכטען'' דער תנא דבי אליהו רעדט פון מצרים נאך פאר סאיז געווען א תורה, האבען זיי נאר דאס געקענט ענטפערן, היינט אז מפרעגט מיר פארוואס מאכסטו א ברית דארף מען ענטפערן ווייל די תורה הייסט, און קענסט צולייגען אז מיין טאטע האט מיך אויפגעצויגען צו היטען די תורה,

אפשר מיינט ער צו זאגן אז מ'זאל ענטפערן "ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי איבערגעגעבן אז דאס וויל פון מיר די תורה, דאס וויל פון מיר השי"ת, און נישט עפעס אנדערש".

דארט אין תנא דבי אליהו שטייט אויך , אז זיי האבן געזאגט אז אונזערע טאטעס האבן אונז געזאגט אז דאס וויל פון אונז השי"ת אז מיר זאלן טון.

והשם הטוב יעזור
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

סארקאזי האט געשריבן:2) ער זאגט אז אסאך מענטשען קוקען אן אז אונז זעמיר זייער ריסטריקטעט און צוקוועטשט, גארנישט טאר מען נישט, די תורה לאזט כמעט אלעס, נאר קומען די רבנן און לייגען צו, קומען די חסידישע רבי''ס און לאזען שוין גארנישט, און בעצם זענען מיר זייער באקסעדיג וכו'
איז ער מסביר אז חסידות איז בעצם די ברייטסטע זאך וואס איז נאר דא, די צדיקים האבען מגלה געווען וואס טוט זיך אפ אונטער די קאליסען, נישט זיין קליינקעפיג און אויבערפלעכליך,

לענ''ד איז דאס א פשעטיל, ס'ענטפערט בכלל נישט זיין פראבלעם, די סבה פארוואס חסידות ריסטריקט מער,און פארלאנגט מער, איז ווייל זיי הייבען אויף דעם מענטש צו א העכער דרגה אין עבודת ה', און ממילא דארף מען זיך אויפירען העכער, און אה''נ ווען עס פעלט די פנימיות און ער ווייסט נישט וואס חסידות און עבודת ה' איז, ווערט ער טאקע צוריסען וואס ווילסטו פון מיר, איז די ארבייט אריינצובויען ווארעמקייט מיט השגות, נאכדעם וועט ער פארשטיין אז א גריל איז פראסט,
און ר' בערל איר ווילט מיר זאגען אז אונזער חסידות איז ברייט און אויפגעקלערט, וויפיל שרייט מען אויף אונז, לערן נישט קיין חב''ד לערן נישט קיין זוה''ק מדארף נישט גיין צו טיף, טוה וואס מהייסט, סאיז נישט אונזער וועג וכדומ',''מסורה'' טוה וואס דיין טאטע טוט, יו קענט העוו איט אן באויט וועיס, די ווילסט האבען די פרעים פון חסידות און ווען דער בחור פילט ליידיג גייסטו אים זאגען די ביזט ברייט?
ער איז עס זייער שיין מסביר אז חסידות האט אסאך ריסקי זאכען וואס אז מען לערענט עס נישט ריכטיג קען מען גרייזען, און פארדעם אז ער רעדט אין סאטמאר וואלט ער געדארפט ארויסברענגען אז פארדעם האט דער רבי נישט געלערענט אסאך לימודים פון בעש''ט ווייל ער האט געהאלטען אז מקען גרייזען, און טאקע געשריבען נשתכח און יא אפילו דאס אז סאיז דא אזא זאך ווי א צדיק, דאס האט דער רבי אויך נישט געלערענט, ווייל מיט דעם קען מען אויך גרייזען, און יא חסידות איז זייער ברייט, אבער קיינער גיט נישט דעם ברייטקייט פארען עולם ווייל מהאט מורה דערפון, נו וואס האקט איר אין קאפ מיט ברייטקייט

איר זענט דא זייער גערעכט!

אבער לכאורה איז דאס וואס ר' בערל וויל דא לאפוקי, ער וויל טאקע אט דאס - לאפוקי פון די צוגאנג וואס דו ברענגסט אראפ אין דיין תגובה, ער וויל ארויסברענגען די מעלה פון חסידות אין איר אמת'ער שורש - און לאפוקי ווי אזוי מען לייגט עס אראפ פאר אונז.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די דריטע שיעור איז ווייל למעשה ווען איינער פרעגט שאלות, קען מען נישט אייביג ענטפערן אויפן מינוט, ופעמים דארף מען א לענגערן הסבר, אויף ביז דעמאלטס איז דאס די ענטפער

הגע עצמך ער זאגט דארט אז ווען ער געבט ווען די דריטע שיעור צום ערשט וואלט ער נישט געדארפט בכלל געבן די ערשטע צוויי.
נו, פארוואס האט ער טאקע נישט געגעבן נאר די דריטע?

ווי יעדער פארשטייט, ווען איינער קומט און פרעגט פארוואס און מענטפערט ווייל אזוי, פילט ער אז דו אליין ווייסט נישט און דו פראבירסט נאר באהאלטן פון איהם. ווען א קינד זעהט זיין טאטן אדער רבין איז אזוי אומזיכער מיט זיינע יסודות איז ער נאך מער אומזיכער מיט דעם. דערפאר האט ער געגעבן א שיעור צו אויסקלארן בביאור נפלא, שכלדיג און געפיליש. אבער יעצט ווען דו זעהסט אז זאכן וואס זענען געווען אזוי אומקלאר זענען יא קלאר, ווען דו האסט נאך קשיות איז באופן כללי דארפסטו וויסן אז למעשה דארפסטו טון וואס דיינע עלטערן האבן געטון, אויב האסטו שאלות ספעציפיש גיי פרעג מוועט דיר געבן א ענטפער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

סארקאזי האט געשריבן:אבער איך האב אויך אביסל ביקורת אויפן תוכן הענין איך וויל עס אויסשמועסן מיטען גרעסטען רעספעקט,
1) ער איז מסביר פארוואס חסידישע אידען זענען געגאנגען מט וואלענע ציצית נישט קיין קאטענע, זאגט ער ווייל חסידות האט געלערענט וואס א מצוה איז, אין קאטענע ציצית איז נאר א דרבנן און וואלענע איז א דאורייתא, און אנטשאט צו פארדינען א ''מיליאן'' וויל ער פארדינען א ''ביליאן'' דאס איז זייער גיט אנצוווארעמען א בחור ער זאל מחבב זיין מצוות כדי צו באקומען מער שכר, אבער איך מיין אז עס איז נישט בכלל נישט ריכטיג קאטאגערזירט א חסידישער איד,
א חסידישער איד טוט יעדע זאך מיטען גאנצען ברען און פלאקער כדי צו זיין מער נענטער צום אייבירשטען נישט נאר יוצא צו זיין די הלכה

גראדע האט מיר דעי גאנצע ציצית פשעטיל אביסל געקיצלט.

פארוואס פעהלט אויס זיך צו בויען אויף די דקדוקי הלכה וואס איז פאררופן אויף דער ערשטער דור חסידים (בגדי צמר, סכינים מלוטשים) כדי צו פארשטארקען דאס רוף צו אנהאלטן דעם היינטיגע היימישע לבוש?

דאס איז דאך קלאר אז וואס עס ברענט פאר ר' בערל שליט"א, איז דער היימישער שם-לשון-לבוש, וואס דער וואלענע טלית קטן איז אין צענטער דערפון, איז צו וואס בויען בנינים שלא ממין הטענה?
(אין דעם טאג וואס עס וועט ערצייגט ווערן א וואלענע ווייסע לייכטע טלית קטן וועט דאך קיין איין רב [לאפוקי סוחרים] נישט ארום לויפן מעורר זיין דאס צו קויפן כדי נישט צו מוותר זיין אויף ביליאנען [לויט געוויסע פוסקים]...)

ולעצם הענין, ביי חסידים איז מען דען מקפיד צו לערנען מסכתות וואס רעדן פון א מצוה דאורייתא כדי אריינצוכאפן ביליאנען במקום מסכתות עירובין און ידים?

איך דארף נאך אויסהערן שיעורים 2 און 3, אפשר קלארט ער אויס דעם ענין בהמשך.
למען לא ניגע לניק (ליפא)
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

סענסיטיוו האט געשריבן:

לימוד התורה איז ביליאנען אפגעזעהן וואספארא סארט מקצועות סאיז, ווי סאיז באקאנט דער חת''ס קריגט אויפן חובת הלבבות טענה
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

וואס האט וואלענע טלית קטן מיט חסידים? די ליטווישע גייען פונקט אזוי מיט וואלענע נאר אונטער די העמד
א'מונה ב'טחון ג'עלט
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שיעור נפלא ביסודי היהדות - הרב ר׳ בערל טויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך האב אויסגעהערט עטליכע שיעורים פון ר' בערל טויבער אין קרית יואל איבער לבוש והמסתעף, עס איז הערליך שיין מלא תוכן,אבער אויף איין זאך מיז יאך מעיר זיין.

ביי איינס פון די שיעורים, ער ברענגט ארויס געוואלדיג אז ווי א דור שפעטער מיז מען מאכן מער תקנות, גדרים וסייגים זיך צו האלטן ביי אידישקייט, א דוגמא זאגט ער אז אברהם אבינו איז מסתמא נישט געגאנגען מיט א קאפל!!!! עפעס א ראי' - וואס איז נישט מוכרח- אז די תקנה פון קאפלעך איז הערשט געווארן שפעטער.

איך קען מיך נישט איינהאלטן און זאגן אז במחילת כבוד תורתו איז דאס נישט ריכטיג, פון די גמרא וואס ער ברענגט איבער כסי רישך איז בכלל נישט מוכח אז דאס איז דעמאלס געווארן א תקנה, און בכלל איז דא וואס לערנען אז דאס מיינט א צווייטע כיסוי. אבער אברהם אבינו וואס ווערט אנגערופן אין די תורה ירא אלקים אתה איז זיכער געגאנגען מיט א קאפל.

זעהט אויס אז דער מגיד ווייסט נישט פונעם חמדה גנוזה בשם דעם צאנזער רב אז אברהם אבינו איז גאר געגאנגען מיט א שטריימל און סטראקעס. אבער אפילו ווען נישט דאס איז חלילה צו זאגן אז אברהם אבינו איז געגאנגען אן א קאפל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”