גליון בני היכלא - הגאון רבי שאול אלתר שליט"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

גליון בני היכלא - הגאון רבי שאול אלתר שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

אין די פסח טעג איז געווען מפורסם א הערליכער גליון, וואס איז ארויסגעקומען פון די קהילה פון הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, הערליכע בליצן מיט שיינע רעיונות, רייך און אינהאלסטפול.

פון אנהויב איז געווען א חינוך שמועס פון דער ראש-ישיבה פאר די מחנכים פון באיאן. צווישן אנדערע ברענגט ער ארויס א שטארקע נקודה, אויף דער פסוק "כאשר ייסר איש את בנו" - את שטייט נישט "כאשר ייסר אב את בנו", ווייל א טאטע האט אסאך מאל נגיעות, וואס וועט מען זאגן אין שטיבל אז מיין זוהן דרייט זיך דא אדער טוט אזוי און אזוי, מען דארף אוועקנעמען דעם 'טאטעשאפט', ווען עס קומט צו שטראפן דעם זוהן, און דאס טון גענצליך אן נגיעות, אזוי ווי א פריוואטע מענטש וואס קומט שטראפן.

צווישן אנדערע זאגט ער אויך דארט אז, קינדער זענען נישט קיין קוקיס און קיכעלעך, וואס מען פארעמט זיי אויס, מען לייגט זיי אריין אין אויוון און עס קומט ארויס געבאקן. יעדע קינד איז א נייע נשמה און א באזונדערע זאך, מען דארף זיך אפגעבן מיט יעדן איינעם "על פי דרכו". דאס דארף מען אנקוקן ווי א שליחות פון הימל, און זיי מחנך זיין מיט רגש און געפיל, פראבירנדיג צו פארשטיין דעם נפש און נשמה פון יעדן קינד באזונדער.

א באזונדערע אפטיילונג איז פארהאן אין דעם גליון, שאלות וואס דער ראש-ישיבה האט געפרעגט פאר די קינדער פון זיין קהילה. דאס איז געווען אין די צייט פון קאראנע, בשעת עס איז נישט געווען קיין חדר, זענען די קינדער געקומען דאווענען יעדן טאג אין זיין מנין. דארט האט ער זיי יעדן טאג נאכן דאווענען געפרעגט א חידה אדער שאלה, און די קינדער האבן אריינגעשיקט ענטפערס דערויף. די שאלות און תשובות קען מען געפינען אין דעם גליון. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז אפילו קינדער פון אנדערע תלמידי תורה און קהילות, זענען מיטגעכאפט געווארן און זיך אינטערעסירט אין די חידות, פראבירנדיג צו ענטפערן דערויף.

לכבוד פסח איז פארהאן אן אפטיילונג איבער ווערטער, ענינים און סיפורים פון די גערער רבי'ס לדורותיהם, אינאיינעם מיט אנדערע פוילישע צדיקים און זייערע הנהגות צום ליל הסדר, באצירט מיט דאקיומענטן און בילדער, טייל פון זיי ווערן אצינד פארעפנטליכט דעם ערשטן מאל.

אן אינטערעסאנטער שמועס איז פארהאן מיט די אייניקלעך פון הרה"ק בעל פני מנחם זיע"א, ווי אזוי ער האט מקיים געווען דעם "למען תספר באזני בנך ובן בנך", און די שמועסן וואס ער האט געהאט מיט די קינדער און אייניקלעך.

דאס איז בלויז א חלק פון דעם הערליכן גליון, וואס איז ארויסגעקומען לכבוד פסח. מלא וגדוש בתורה וחסידות.

מען קען זען דעם גליון דא.
https://online.fliphtml5.com/mtjtk/alap/
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: גליון בני היכלא - הגאון רבי שאול אלתר שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

אימעל אדרעס?
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: גליון בני היכלא - הגאון רבי שאול אלתר שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: גליון בני היכלא - הגאון רבי שאול אלתר שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”