מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

נישט געזען אזא אשכול, אויב שוין דא ביטע צו ווייזן און אהין פירן.

אין וויזניץ הייבט מען אן די שנעלע ניגון ביים פיוט פין לכה דודי ביי וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה און נישט ביי לא תֵבושִׁי. איז דאס אלץ די שטאטע ניגון וואס מען האט דארט געזינגן אויף לכה דודי האט געהאט נאך א פאל אדער איז דא עפעס טיפער דעראין?
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

נישטאמת האט געשריבן:נישט געזען אזא אשכול, אויב שוין דא ביטע צו ווייזן און אהין פירן.

אין וויזניץ הייבט מען אן די שנעלע ניגון ביים פיוט פין לכה דודי ביי וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה און נישט ביי לא תֵבושִׁי. איז דאס אלץ די שטאטע ניגון וואס מען האט דארט געזינגן אויף לכה דודי האט געהאט נאך א פאל אדער איז דא עפעס טיפער דעראין?

עד שאתה שואל אויף מנהג וויזניץ. מהיכי תיתי אנצוהייבן לעבעדיג ביי לא תבושו??
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

גלות איד האט געשריבן:

אזוי טוט מיין טאטע
דעת יחידאה
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:47 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת יחידאה »

איך ווייס נישט זיכער אויב דאס איז די סיבה פארוואס די מנהג האט זיך אנגעהויבן, אבער -
לכה דודי האט 10 בתים (אריינגערעכנט די פזמון), מיט די ערשטע זיבען כנגד די שבע מידות (חג"ת נהי"מ), און די לעצטע דריי כנגד כתר, חכמה, און בינה. טוישט מען דעם ניגון נאך 7 (די שנעלע/שטייטע קען אויך האבן צוטוהן מיט עלמא דאיתגליא און עלמא דאיתכסיא).
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

די וויזשניצער חסיד'ס טאטע הייבט אן ביי והיו למשיסה, סאו מען קען צומאכן דעם אשכול.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

די אשכול קען גראדע זיין אינטערעסאנט ביטע אראפ לייגען די געווער.
איך וואלט אריין געלייגט דעם אשכול אין ידיעות התורה ווי איידער ביי על הצדיקים.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

אין סקווער זינגט מען בכלל נישט ביי לכה דודי.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

די מעשה גייט אז אין וויזניץ פלעגט מען בכלל נישט זינגען, אזוי ווי ביי ק-ל אדון זינגט מען אויך נישט, נאר מ'זאגט עס מיט א נוסח.
מסתמא ווען די אהבת ישראל איז געקומען קיין גרויסווארדיין, האט ער זיך צוגעשטעלט צום מנהג המקום, און אנגעהויבן זינגען. האט ער אבער נישט געוואוסט אז ביי לא תבושי דארף מען טוישן די ניגון, און ער האט געזינגען ווייטער די ערשטע ניגון. בין גברא לגברא האט מען אים געזאגט אז מ'דארף טוישן אויף א לעבעדיגע ניגון, האט ער געטוישט ביי והיו למשיסה, און מאז והלאה איז שוין אזוי פארבליבן.
צו די מעשה איז אמת, ווייסעך נישט, אבער ס'איז א גוטע מעשה.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

להגדיל שמו האט געשריבן:אין סקווער זינגט מען בכלל נישט ביי לכה דודי.

אין ראחמיסטריווקא זינגט מען נאר יוט שחל להיות בשבת אדער מצאי יוט. אויך ווען עס איז דא א חתן
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:אין סקווער זינגט מען בכלל נישט ביי לכה דודי.

אין ראחמיסטריווקא זינגט מען נאר יוט שחל להיות בשבת אדער מצאי יוט. אויך ווען עס איז דא א חתן

איך מיין אז דאס איז א מנהג פונעם היינטיגן רבי'ן (פון ב"פ).
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

כמעט אין אלע רוסישע חסידות זינגט מען נישט ביי לכה דודי
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

ווער זאגט פאראויס די חזן אדער קהל?
וועלעכע וועג דרייט מען זיך אויס בא באי בשלום? כל פינה שאתה פונה לימין? די רעכטע זייט? אדער מיטנעמען מיט זיך די רעכטע זייט בשעת מדרייט זיך צו לינקס...
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

גלות איד האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נישט געזען אזא אשכול, אויב שוין דא ביטע צו ווייזן און אהין פירן.

אין וויזניץ הייבט מען אן די שנעלע ניגון ביים פיוט פין לכה דודי ביי וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה און נישט ביי לא תֵבושִׁי. איז דאס אלץ די שטאטע ניגון וואס מען האט דארט געזינגן אויף לכה דודי האט געהאט נאך א פאל אדער איז דא עפעס טיפער דעראין?

עד שאתה שואל אויף מנהג וויזניץ. מהיכי תיתי אנצוהייבן לעבעדיג ביי לא תבושו??

בקונ' מעלי דשבתא עמ' מ"א הובא טעם על זה בפשטות דעד לא תבושי הוא בקשה על הגאולה לכן מזמרים אותה בניגון התעוררות ומשם ואילך מתחיל בחיזוק ובטחון על הגאולה ע"כ מזמרים ניגון של שמחה
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:ווער זאגט פאראויס די חזן אדער קהל?

מ'זאגט עס אזוי ווי אונז זאג מיר די "פזמון" ביי סליחות, דער חזן הייבט אן "לכה דודי ... פני שבת נקבלה", דערנאך זאגט קהל "לכה דודי .... " און אויך "שמור וזכור .... פני שבת נקבלה", און דער בעל תפלה זאגט נאך "שמור וזכור ....", און אזוי ווייטער זאגט די ציבור יעדע שטיקל פאראויס, און דערנאך זאגט עס די בעל תפלה.
די אינטערסאנטע זאך וואס פאסירט, אז ביי בואי בשלום דרייט זיך דער עולם שוין צוריק ווען מ'האלט ביים סוף שטיקל, און דער בעל תפלה וועלכע זאגט עס שפעטער ווי דער ציבור, שטייט אויסגעדרייט צו מערב, מיטן פנים צום עולם, און אזוי זאגט ער הויך "בואי בשלום".
לפי מנהג ראחמיסטריווקא הנ"ל, אז יום טוב וכו' זינגט מען יא, גייט עס אבער אויך אויף דעם סדר אז דער עולם זאגט די שטיקלעך פאראויס, און דער בעל תפלה זינגט עס נאך, קומט אויס אז ביי בואי בשלום שטייט דער בעל תפלה מיטן פנים צום עולם, און גארגלט זיך אויס זיין ניגון ווען יעדער קוקט אים אין די נאז אריין. נישט בא'טעמ'ט...
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

שרייב-פעדער האט געשריבן:
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:ווער זאגט פאראויס די חזן אדער קהל?

מ'זאגט עס אזוי ווי אונז זאג מיר די "פזמון" ביי סליחות, דער חזן הייבט אן "לכה דודי ... פני שבת נקבלה", דערנאך זאגט קהל "לכה דודי .... " און אויך "שמור וזכור .... פני שבת נקבלה", און דער בעל תפלה זאגט נאך "שמור וזכור ....", און אזוי ווייטער זאגט די ציבור יעדע שטיקל פאראויס, און דערנאך זאגט עס די בעל תפלה.
די אינטערסאנטע זאך וואס פאסירט, אז ביי בואי בשלום דרייט זיך דער עולם שוין צוריק ווען מ'האלט ביים סוף שטיקל, און דער בעל תפלה וועלכע זאגט עס שפעטער ווי דער ציבור, שטייט אויסגעדרייט צו מערב, מיטן פנים צום עולם, און אזוי זאגט ער הויך "בואי בשלום".
לפי מנהג ראחמיסטריווקא הנ"ל, אז יום טוב וכו' זינגט מען יא, גייט עס אבער אויך אויף דעם סדר אז דער עולם זאגט די שטיקלעך פאראויס, און דער בעל תפלה זינגט עס נאך, קומט אויס אז ביי בואי בשלום שטייט דער בעל תפלה מיטן פנים צום עולם, און גארגלט זיך אויס זיין ניגון ווען יעדער קוקט אים אין די נאז אריין. נישט בא'טעמ'ט...

אוי וויי, א רחמנות אויף אזא בעל תפלה....
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שרייב-פעדער האט געשריבן:
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:ווער זאגט פאראויס די חזן אדער קהל?

מ'זאגט עס אזוי ווי אונז זאג מיר די "פזמון" ביי סליחות, דער חזן הייבט אן "לכה דודי ... פני שבת נקבלה", דערנאך זאגט קהל "לכה דודי .... " און אויך "שמור וזכור .... פני שבת נקבלה", און דער בעל תפלה זאגט נאך "שמור וזכור ....", און אזוי ווייטער זאגט די ציבור יעדע שטיקל פאראויס, און דערנאך זאגט עס די בעל תפלה.
די אינטערסאנטע זאך וואס פאסירט, אז ביי בואי בשלום דרייט זיך דער עולם שוין צוריק ווען מ'האלט ביים סוף שטיקל, און דער בעל תפלה וועלכע זאגט עס שפעטער ווי דער ציבור, שטייט אויסגעדרייט צו מערב, מיטן פנים צום עולם, און אזוי זאגט ער הויך "בואי בשלום".
לפי מנהג ראחמיסטריווקא הנ"ל, אז יום טוב וכו' זינגט מען יא, גייט עס אבער אויך אויף דעם סדר אז דער עולם זאגט די שטיקלעך פאראויס, און דער בעל תפלה זינגט עס נאך, קומט אויס אז ביי בואי בשלום שטייט דער בעל תפלה מיטן פנים צום עולם, און גארגלט זיך אויס זיין ניגון ווען יעדער קוקט אים אין די נאז אריין. נישט בא'טעמ'ט...

אזוי פירט מען זיך אויך אין בעלזא, נאר היינטיגע צייטן זינגט מען יא יעדע וואך.
אין בעלזא פלעגט זיין די מנהג צו זינגען, ביז איינער פון די רבי'ס (כ'געדענק נישט יעצט צו מרן מהר"י זי"ע צו מרן מהרי"ד זי"ע) האט אויף די עלטערע יארן נישט געהאט קיין כח צו שטיין צו לאנג, און היות ס'איז א מנהג צו שטין ביי לכה דודי, כפי המקובל אז דער פייטן האט זיך אזוי אויסגענומען, האט מען אויפגעהערט צו זינגען, וכן נהגו ביי מרן מהר"א זי"ע חוץ אין שיינע שבתים וכנ"ל.
און די סדר פון זאגן איז אזוי ווי א פזמון וכנ"ל.
(ויש לברר צו די סקווירא'ער מנהג קומט נישט פון בעלזא).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אין ברסלב הייבט מען אויך אן די לעבעדיגע ניגון אויף והיו למשוסה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הוספות לתגובתי הנ"ל.

דאס אויפהערן זינגען איז געווען אין די עלטערע יארן פון מרן מהר"י זי"ע.
אין שיינע שבתים וואס מ'האט יא געזינגען, האט זיך מרן מהרי"ד זי"ע אראפגעזעצט בשעת'ן זינגען, און זיך אויפגעשטעלט בשעת'ן זאגן.

די מקור פון זאגן ווי א פזמון איז ווי מנהג אשכנז, וואס ווי ס'איז נישט דא קיין ענין ע"פ קבלה, האט מרן מהר"ש זיך געפירט כמנהג אשכנז, זייענדיג רב פון שטאט.
ולפי"ז איז טאקע זייער מסתבר אז אין סקווירא (וכן ראחמיסטריווקא - ב"פ) פירט מען זיך אזוי מטעם בעלזא.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

א חסיד האט געשריבן:כמעט אין אלע רוסישע חסידות זינגט מען נישט ביי לכה דודי

גערעכט.
קרלין, רוזין, חב’’ד, קאסוב-ויזניץ (לפני גראסווערדיין), טשערנאביל (לענפיה), סלונים, ברסלב, וכו’
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
א חסיד האט געשריבן:כמעט אין אלע רוסישע חסידות זינגט מען נישט ביי לכה דודי

גערעכט.
קרלין, רוזין, חב’’ד, קאסוב-ויזניץ (לפני גראסווערדיין), טשערנאביל (לענפיה), סלונים, ברסלב, וכו’

די לעצטע 100 יאר בערך זינגט מען יא אין ברסלב לכה דודי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און קל אדון זינגען זיי יא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

עס איז דא א מעשה אז איינמאל איז די לאנצעטע רב ר' אלתר ז"ל, געווען אויף שבת אין סקווער ביי זיין זון ר' שמואל חיים ז"ל . און מען האט אים מכבד געווען מיט קבל"ש, - איך געדענק נישט צו ביי די ערשטע פאר שטיקלעך האט ער נישט געזינגען - און פלוצלינג האט ער זיך גענימען זינגען... אויפן וועג אהיים האט אים זיין זון געפרעגט וואס איז געשען?! האט ער גענפערט יעך האב זעך נישט געקאנט איינהאלטן.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

אין טאהש איז די מנהג אז די חזן וקהל זינגען צוזאמען
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
א חסיד האט געשריבן:כמעט אין אלע רוסישע חסידות זינגט מען נישט ביי לכה דודי

גערעכט.
קרלין, רוזין, חב’’ד, קאסוב-ויזניץ (לפני גראסווערדיין), טשערנאביל (לענפיה), סלונים, ברסלב, וכו’

אין חב"ד מ'זינגט יא לכה דודי.
(איך וויס נישט צו ס'איז א נייער זאך אדער אזוי איז געווען אלע דורות)
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:אין טאהש איז די מנהג אז די חזן וקהל זינגען צוזאמען

איז עס אייביג געווען אזוי? כהאב געזען לעצטענס קהילות ווי מען האט געטוישט צו טין אזוי, סאיז זייער שיין און האלט אפ מענטשן פין שמועסן ביי לכה דודי
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”