ספרי חסידות על המועדים החדש

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

ספרי חסידות על המועדים החדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

געזען האב איך לעצטענס פון מכון שער התורה וואס איז באוויסט מיט אירע מוראדיגע אויפטוענגען צו מהדר זיין ספרי חסידות, אז זיי האבן ארויסגעגעבן א הערליכע ליקוט פון באר מים חיים אויף מועדים, איך האלט אז אפשר וואלט געווען כדאי צו נעמען אלע חסידישע ספרים וואס האבן נישט קיין שמועסן אויף ימים טובים און מלקט זיין פון דורכאויס זייער גאנצער ספר שמועסן איבער ימים טובים
אוועטאר
טאלנער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:52 pm

Re: ספרי חסידות על המועדים החדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער יונגערמאן »

צדיק'ל האט געשריבן:געזען האב איך לעצטענס פון מכון שער התורה וואס איז באוויסט מיט אירע מוראדיגע אויפטוענגען צו מהדר זיין ספרי חסידות, אז זיי האבן ארויסגעגעבן א הערליכע ליקוט פון באר מים חיים אויף מועדים, איך האלט אז אפשר וואלט געווען כדאי צו נעמען אלע חסידישע ספרים וואס האבן נישט קיין שמועסן אויף ימים טובים און מלקט זיין פון דורכאויס זייער גאנצער ספר שמועסן איבער ימים טובים

איר זאגט א סברא, אבער דער אמת איז אז אלע נייע איבערגעדריקטע חסידישע ספרים האבען מפתחות, ווי מ'קען זעהן אלע מראה מקומות אויף מועדים השנה. אני הק' שפירט אז לערנען א חסידישע ספר אויף אזא אופן און דער עצם ספר אליינס איז אסאך מער גישמאק און עכט, און מער מעגליך זיך אריין לייגען ראשו ורובו אין דער הייליגע ספר.
'געשענישען זענען באשערט, דאס עגמת נפש מאכט זיך דער מענטש אליין' (הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע)

רבותי, איך בין שוין ארויס פון'ם וועלט. איך בין אויך נישט דא אויף א אנדערע ניק. מ'קען זיך אייביג פארבינדען מיט מיך דארך אימעיל - [email protected]
.
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ספרי חסידות על המועדים החדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

דער אמת איז אז אלע מלקטים למיניהם (כ'רעד די תוכן'דיגע) ברענגען שוין שטיקלעך דבר בעתו מתוך פארווארפענע פלעצער.
מיין איך צו זאגן, אז לענין די עצם שטיקל תורה איז עס נישט געפערליך וויכטיג,
אבער לגבי די עצם ספר, אדער די מחבר ספר, לדוגמא טאקע די הייליגער באמ"ח וואס האט נישט על המועדים, איז עס א געדאנק אז מ'מאכט א נייע יצירה לכבוד הספר או המחבר, אבער פארשטייט זיך נאר ווען עס איז בכדי להכיל כרך שלם ומכובד, און דארף אויך זיין גענוג א פאפולארע ספר וואס זאל זיך לוינען ס'ארבייט.
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”