chicken האט געשריבן:אזוי צו אזוי האט געשריבן:פראהביטש האט געשריבן:chicken האט געשריבן:ווער עס איז ביים שבת בעט מען אויב מען קען ארויפצוקומען מיט באריכטן יישר כח
מיר האבן ב"ה געהאט די זכי' מיט צו האלטן דעם הערליכן שבת מיט ר' שמעון צוזאמען מיט נאך ארום 300 אידן מקשיבי שיעוריו הנפלאים.
כ'בין בכלל נישט קיין שרייבער ובפרט איבער צו געבן מיינע הרגשים. אבער פטור בלא כלום אי אפשר.
ר' שמעון, האט מיט זיין נעימות'דיגער לשון לימודים אויף געטרעטן משך דעם שבת ווי פאלגענד:
פאר קבלת שבת.
ביי די סעודה פרייטאג צו נאכטס עטליכע מאל.
שבת צופרי ביים קידוש.
שבת ביי די מיטאג סעודה.
שבת נאכמיטאג פאר די בחורי חמד.
ביי שלש סעודות, (אגב דער שלש סעודות איז געפראוועט געווארן נוסח סאטמאר...)
ביי מלוה דמלכה איז געווען א שאלות ותשובת סעסיע ווי עס איז אויס געקלארט געווארן דורך ר' שמעון אויף א הערליכן אופן מערערע שאלות וואס דער עולם האט אריין געגעבן.
יישר כח פארן ארויפקומען!!! אפשר קענט איר זאגן וועלכע נושאים? די תפילות זענען געווען נוסח קארלין? ביי שלס איז געווען התעוררות?
תפילות איז געווען נוסח סאטמאר..., איך האב באמערקט עטליכע בחורים מיט קארלינער היטן ווי זיי פלאקערן אריין ביין דאווענען, אבער אלעס איז געווען נוסח סאטמאר, (אגב, 2 סאטמארע יואלי'ס זענען געווען שטארק אינסטרעמענטאל צו צושטעלן דעם שבת, ר' יואל ב"ר ליפא קרויס און ר' יואל ב"ר בנציון אהרן ווצ"ב).
די נושאים:
פאר קבלת שבת האט ער גערעדט אז טראץ דעם וואס עס זענען זיך צוזאמען געקומען אזויפיל אידן פון פארשידענע קרייזן וואס די גופים קענען זיך נישט, זענען אבער די נשמות היימיש, מיט זייער א שיינע הסבר.
אויך האט ער ארויס געברענגעט אז ער זעהט די סיעתא דשמיא וואס ער האט ביים איבער געבן די שיעורים, אז דאס קומט בכח פון די שומעים, ווייל כמה פעמים וואס ער גרייט זיך אן א שיעור איבער א נושא, און למעשה ווערט דער שמועס פארקיווערט צו גאר אן אנדערע גאנג ווי דאס וואס ער האט זיך צוגעגרייט, דערנאך הערט ער צוריק ווי אידן לאזן מעסעדשעס פול מיט התפעלות אז דער שיעור איז געווען ממש געווידמעט פאר אים, פאר זיין פעקל וואס ער מוטשעט זיך וכו' וכו'.
פרייטאג צו נאכטס האט ער גערעדט אז מען דארף לערנען חומש פשוט פשט, אם בחוקתי תלכו, אז מען פירט זיך ווי א איד דעמאלט גייט גוט אויף דער וועלט, פשוטו כמשמעו, נישט קיין פרושים און פשעטלעך אז דאס מיינט יענע וועלט וכדו', א מפורש'ע פסוק אין די תורה אז מען פירט זיך ערליך באקומט מען עולם הזה, און מען זאגט עס יעדן טאג, צוויי מאל א טאג אין והיה אם שמוע.
איי וועט א מענטש פרעגן מיר זעהן דאך אמאל
צדיק ורע לו, דער תירוץ אויף דעם איז אז מען דארף קודם זיכער מאכן אז מען האט קלאר ארויס וואס דאס מיינט א
צדיק און וואס דאס מיינט
רע, נישט וואס מיר רופן צדיק איז אויבן אין הימעל א צדיק, א מענטש קען אמאל האבן א ענין וואס ער דארף מתקן זיין און ביז דאס ווערט נישט מתוקן איז ער נאך נישט קיין אמת'ער צדיק כלפי שמיא.
דאס זעלבע לגבי רע, נישט דאס וואס מיר מיינען אז עס איז רע איז טאקע רע, וויפיל מאל שטעלט זיך ארויס אז דאס וואס מען האט געמיינט אז עס איז רע איז גאר געווען א גרויסע טובה פאר דעם מענטש.
איך שרייב עס בקיצור אבער ער האט עס הערליך זיס אראפ געלייגט.
דאס איז פאר יעצט, אי"ה אז עס וועט זיין צייט העעך ממשיך זיין.