שאגת ארי האט געשריבן:עלטעפעטער האט געשריבן:והעיקר חסר
בלייבן זיצן און א חסידות און בלאזן אז די היינטיגע איז נישט... איז געפערליך.
געפעלט דיר נישט טרעף א צווייטן!
נישט געטראפן קיין בעסערס? איז דאס די רבי ווי דו דארפסט זיין און דו דארפסט זיי זיך מכניע/מבטל זיין ווי א תלמיד הבעל שם צום אור שבעת הימים הבעש"ט.
שוין אפגעפסקנט אלץ הלכה למשה מסיני, אדער מען מעג זיך נאך קריגן?
נישט קיין הל"מ.
אפשר האב איך נישט גוט ארויסגעברענגט די לעצטע שורה איז לאמיר פרובירן נאכאמאל:
אויב האסטו געטראפן בעסערס דהיינו א רבי וואס שטימט צו דיין definition פון צדיק דאן גיי אהין, און לאז זיך אפ פון חשבונות צו די נייע רבי פון דיין געוועזענע חסידות איז בעסער אדער ערגער. ס'איז דיר שוין נישט רעלעווענט.
אויב האסטו נישט געטראפן בעסערס און דו ווילסט צוליב דעם ארויסטשעקן פון די נושא פון התקשרות לצדיק דאן גאו עהעד. און מעדזיק... די רבי איז דיר מער נישט רעלעווענט.
אויב האסטו נישט געטראפן בעסערס און דו ווילסט צוליב דעם בלייבן ביי דיין עקזיסטירינדע רבי, איז וואס האסטו פון אים מעסטן מיט זיין פארגייער? כבר ראינו אזעלעכע וואס א קוויטל גייען זיי נישט אריין, ס'הייסט ער איז דאך נישט ווי זיין טאטע. ביים טיש (אויב זיי קומען) עסן זיי זיך, דאס איז א טיש??? ביי די רבי זצ"ל איז דאך געווען... קיין דרך אין התקשרות איז עס נישט (אין בעסטען פאל).
אויב האסטו נישט געטראפן בעסערס און דו ווילסט צוליב דעם בלייבן ביי דיין עקזיסטירינדע רבי ווי א נארמאלע חסיד דאן לאז זיך אפ פון אלע טענות ומענות פאקוס אויף די מעלות און ארבעט אויף א טיפע און שטארקע התקשרות און זיי זיך מכניע/מבטל ווי א תלמיד הבעל שם צום אור שבעת הימים הבעש"ט.
איז אס פונקליך האט א מענטש פון האבן א שלעכטע געפיל,טענות ומענות אויף א רבי?
גענוג קלאר אדער איינער וויל נאך חולק זיין? אדרבה איך בין אפן צו הערן נאך מיינונגען. אבער פליז אריינקומען קלאר 1)מיט וועלעכע חלק מען איז חולק 2)שרייב וואס דו האלטסט (דהיינו נישט נאר שרייבן אז מאיז חולק, נאר ארויסברענגען די אייגענע קוק ווינקל)