הרב מגאליציען האט געשריבן:טאלנער יונגערמאן האט געשריבן:דאז איז טאקע באקאנט.
לענ"ד פארדעם טאקע האט דער דגל נאר געברענגט דער נקודה פון 'לכשיפוצו מעיינותיך חוצה', דהיינו אז דער נקודה אליינס קען אויך צוברענגן דער גאולה השלימה!
האסט אפשר אמאל געלערנט דער בריוו אינערווייניג?
הא לך לשון קדשו:
image_2021-08-24_221327.png
לויט ווי דו פארשטייסט דער דגל וויאזוי ביסטו מסביר דער בעש"ט'ס ווייטאג?
אלא מאי איז פשוט דאס וואס דער דגל ברענגט אראפ בלויז דער "יפוצו מעיינותיך חוצה" ווייל בלויז אויף דעם האט ער געטראפן א רמז אין פסוק, וואס זאל ער טוהן ער האט נישט געפונען א רמז אויף דער "יעשו יחודים ועליות כמוך"? און טאקע דערפאר ענדיגט ער צו ע"ש.
איר מיינט טאקע אז ווען א צדיק האט געזאגט תורה האט ער געזוכט א שיינע טייטש און ע"פ דעם געזאגט וואס ער האט געוואלט זאגן, אדער ער האט געזאגט וואס ער האט געוואלט זאגן, און אמאל צוגעלעעגט א טייטש???
נאר אז איר צייכענט צו 'ע"ש' איז טאקע א שיינע ראיה, אבער עכ"ז הרה"ק מליובאוויטש זי"ע פלעגט נאכזאגען 'לכשיפוצו מעיינותיך חוצה' (עי' לדוגמא ליקוטי שיחות חט"ו ע' 282), און אין חב"ד פארשטייט מען טאדע אז דאס גייט אן.
הרב מנחם ברוד:אכן, כיום אנו רואים כי מעיינותיו של הבעש"ט נפוצו חוצה. הם הגיעו לכל קצווי תבל ולכל שכבות העם בישראל. אין היום יהודי שלא טעם, בדרך כלשהי, מאורו של הבעש"ט. מי בלימוד תורתו, מי בסיפורי נפלאותיו, מי בהליכה בדרכיו ומי באימוץ השמחה וההתלהבות שהביא.
אין ספק שדרכו של הבעש"ט יש בה מזור גם לתחלואי דורנו. ככל שנלמד ליישם את דרך הבעש"ט – באהבת-ישראל, בלימוד זכות על יהודים, בהימנעות מדיבורים קשים ומהפחדות ואיומים על בני-ישראל – כן תגבר האחדות בתוך העם ויתקרבו עוד המונים לאור התורה ומצוותיה.
ירקרקות האט געשריבן:פשטות באציט ער זיך אויפ'ן גאנצן בריוו.
אלענפאלס, וואס רופט איר 'לכשיפוצו'?
אין חב"ד מיינט עס לערנען 'תניא' מיט אלע עוברי ארח.
לאמעך הערן וואס איר שפירט.
פארגעסט נישט: המוציא מחבירו עליו הראיה. איר ווילט דא עפעס מחדש זיין אין דגל, בכבוד גדול. מאכט נאר זיכער אז עס איז אונטערגעבעט כהוגן.
איך בין גרייט צו הערן.
ווען איר רעדט צום זאך ברויכט איר נישט שרייען.
פארגעסט נישט: המוציא מחבירו עליו הראיה. ווען איר רעדט צום זאך ברויכט איר נישט שרייען!