קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
יעצט געליינט די הקדמה. הערליך איז נישט דאס ווארט! גיי אן!
אגב ליגט מיר אין זכרון א באקאנט שטיקעל פון דעם הייליגען ספר איבער לימוד התורה ווי אזוי מען דארף לערנען צי ווערן איינס מיטן אייבערשטען ווייל די באשעפער האט זיך זאלסט און אויך זיין חכמה אריין געלייגט אין די תורה גופא. אין תניא שטייט אויך די יסוד.

- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30741
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ערשט יעצט באגעגנט דעם שיעור. וואו בינעך געווען?! אויפגעכאפט ביז דא און זיך סובסקרייבט צום אשכול צו מיטהאלטן די ווייטערדיגע.
הערליך שיין מארעץ! thought-provoking און טיעף, לאמיר האפן עס וועט אונז מאכן פאר א בעסערע איד! קיפ אפ די גאאד ווארק.
(אגב, קענסט עס מאכן אין א גליון פארמאט און לייגן אויף לדעת וכדו'... זאלן נאר אידן הנאה האבן...)
איי געס דו רעדסט פון דער חז"ל סוף חלק ג' פון דער הקדמה, "לעולם יהיו דברי תורה בידיך כללים ולא פרטים", וואס איז טאקע אין ספרי (ספרי האזינו לב, ב). אבער דארט האסטו נישט אנגעצייכענט אז עס איז פון ספרי...
וואס מיינען הנדסה און תכונה?

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אבער, דאס וואס עס פעלט זיך אויס ביים וויסן די כללים: עס צו וויסן און ארויסהאבן מיט אלע גרעניצן און בחינות, אזויווי די חז"ל זאגן (אין די אויבנדערמאנטע ספרי.)
איי געס דו רעדסט פון דער חז"ל סוף חלק ג' פון דער הקדמה, "לעולם יהיו דברי תורה בידיך כללים ולא פרטים", וואס איז טאקע אין ספרי (ספרי האזינו לב, ב). אבער דארט האסטו נישט אנגעצייכענט אז עס איז פון ספרי...
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:פון די אלע זאכן וואס געפונען זיך אויף די וועלט, און דורך די אלע וועגן וויאזוי מען פארשטייט די זאכן וואס געפונען זיך אויף די וועלט. וואו למשל: הנדסה, תכונה. און אנדערע חכמות, וואס פון דעם נעמט זיך אמת'דיגע הקדמות, וואס נעמט זיך דורכ'ן ווערן איבערצייגט פון די חכמות, איבער די אמת'דיג'קייט פון די "מציאת השם"
וואס מיינען הנדסה און תכונה?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
ייש"כ קנאפי פאר די הערות און חיזוק.
תכונה מיינט די אלע כוכבים ומזלות. (אזוי האב איך היינט געזעהן אין די ספר דעת תבונות טאקע פון די רמח"ל. [אגב, איך האב א חלום צו מאכן א פירוש אויך אויף זיין ספר דעת תבונות.)
הנדסה מיינט לכאורה engineering.
יא, עס איז די זעלבע ספרי. כ'מיין אז דארטן איז עס מער באריכות, אבער ער רעדט פון די נושא פון מאכן די תורה פאר כללים כדאי מען זאל עס בעסער געדענקען.
בנוגע די גליון, עניוואן וואס וויל עס טוהן איז וועלקאם, איך בין נישט באקאנט וויאזוי עס צו טוהן.
תכונה מיינט די אלע כוכבים ומזלות. (אזוי האב איך היינט געזעהן אין די ספר דעת תבונות טאקע פון די רמח"ל. [אגב, איך האב א חלום צו מאכן א פירוש אויך אויף זיין ספר דעת תבונות.)
הנדסה מיינט לכאורה engineering.
יא, עס איז די זעלבע ספרי. כ'מיין אז דארטן איז עס מער באריכות, אבער ער רעדט פון די נושא פון מאכן די תורה פאר כללים כדאי מען זאל עס בעסער געדענקען.
בנוגע די גליון, עניוואן וואס וויל עס טוהן איז וועלקאם, איך בין נישט באקאנט וויאזוי עס צו טוהן.
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30741
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:תכונה מיינט די אלע כוכבים ומזלות. (אזוי האב איך היינט געזעהן אין די ספר דעת תבונות טאקע פון די רמח"ל. [אגב, איך האב א חלום צו מאכן א פירוש אויך אויף זיין ספר דעת תבונות.)
הנדסה מיינט לכאורה engineering.
איך טראכט צו האסט אפשר נישט גוט געפינטעלט. און עס דארף צו זיין:
...ע״פ חכמת הטבע, ההנדסה, התכונה ושאר החכמות - די חכמה פון נאטור, אינדזשענירונג, אסטראנאמיע, און אנדערע חכמות.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:תכונה מיינט די אלע כוכבים ומזלות. (אזוי האב איך היינט געזעהן אין די ספר דעת תבונות טאקע פון די רמח"ל. [אגב, איך האב א חלום צו מאכן א פירוש אויך אויף זיין ספר דעת תבונות.)
הנדסה מיינט לכאורה engineering.
איך טראכט צו האסט אפשר נישט גוט געפינטעלט. און עס דארף צו זיין:
...ע״פ חכמת הטבע, ההנדסה, התכונה ושאר החכמות - די חכמה פון נאטור, אינדזשענירונג, אסטראנאמיע, און אנדערע חכמות.
אה, איך האב געמיינט אז די אלע זענען אין די חכמת הטבע. ייש"כ פארן אויפקלערן אויף די וועג.
(אויפ'ן "גליון" וועל איך אריינלייגן די אלע פארריכטונגען.)
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
אה מען רעדט שוין פין א גליון
געוואלדיג
כ'האב מורא'דיג הנאה
עלה והצלח
געוואלדיג
כ'האב מורא'דיג הנאה
עלה והצלח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
גאלדענע פעדער האט געשריבן:יעצט געליינט די הקדמה. הערליך איז נישט דאס ווארט! גיי אן!
אגב ליגט מיר אין זכרון א באקאנט שטיקעל פון דעם הייליגען ספר איבער לימוד התורה ווי אזוי מען דארף לערנען צי ווערן איינס מיטן אייבערשטען ווייל די באשעפער האט זיך זאלסט און אויך זיין חכמה אריין געלייגט אין די תורה גופא. אין תניא שטייט אויך די יסוד.
כ'מיין אז עס ווערט ארויסגעברענג אין אלע זייע ספרים, בעיקר אין זיין ספר "דרך עץ חיים" (אין געוויסע דרוקן פון זיין ספר "מסילת ישרים" שטייט עס נאכדעם.)
און ווי אויך ווערט די יסוד ארויסגעברענגט אין תניא. (כ'גלייב אז ס'שטייט אויך אין אנדערע ספרים.)
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
געוואלדיג שיין
געוואלדיגע ארבעט
עלה והצלח
געוואלדיגע ארבעט
עלה והצלח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
ייש"כ פאר אלע וואס גיבן מיר חיזוק צו גיין ווייטער.
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
נו רבי ווי די המשך מיר ווארטן שוין אזוי שטארק דערויף
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
שוין, איך בין גרייט פאר נעקסטע שיעור!
נאכאמאל א יישר כח פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס דו לייגסט אריין, עס דערקענט זיך די השקעה.
למעשה בין איך געקומען צום אויספיר אז מען ברויך צוקומען צו א "גרויסע עם הארץ" צו קענען גוט פארשטיין דעם הייליגן ספר...

__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!

- שר חמישים
- תגובות: 54
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
א הערליכע מאסיווע ארבעט, שכרך הרבה מאד.
דא לייג עטליכע הערות, וואס איך האב פארשטאנען אביסל אנדערש, והבוחר יבחר:
הסבה והמסובב – א זאך וואס דרייט אן (מסבב) א צווייטע (למשל א טאטע איז די סיבה פונעם קינד), א זאך וואס ווערט אנגעדרייט (מסובב) דורך א צווייטע זאך (למשל א קינד איז א מסובב פונעם טאטן).
הנושא והמתחבר – די 'עצם' זאך, און די זאך וואס איז נישט קיין עצם, נאר א 'מקרה' וואס ווערט צוגעטשעפעט צו א עצם זאך, די עצם זאך טראגט [-נושא] אויף אסאך מיני מקרים [-נשואים-מתחברים], (למשל די וואסער איז די עצם, און די הייסקייט דערפון איז נאר צוגעטשעפעט צו די וואסער, מ'קען עס אפטיילן דערפון, דורכן אפקילן דאס וואסער).
אם 'חלק' הוא, יבקש לדעת 'הכל' שהוא חלק ממנו – אויב באגעגנסט דיך נאר מיט א האלבע זאך, פרוביר דורך דעם איינעם 'חלק' פון די זאך, אויסצוטרעפן וואס עס איז דאס 'גאנצע' זאך.
אם סבה [-א זאך וואס דרייט אן עפעס אנדערש], יחקור על מסובו [-פארשט נאך וועלכע מיני זאכן ווערן אנגעדרייט דורך דעם אנדרייער], אם מסובב [-א אנגעדרייטע זאך]– את סבתו [-פארש נאך ווער איז זיין אנדרייער].
אם מתחבר [-א מקרה וואס איז צוגעקלעבט צו א עצם וואס טראגט אים, למשל היץ, קעלט, קאלירן, ושאר מקרים], יבקש על נושאו [-זוך נאך ווער איז די עצם וואס טראגט אים].
עלה והצלח בס"ד!

ייש"כ פאר די הערות, איך וויל דיר זאגן די אמת,
1) איך בין אויך נישט געווען קלאר מיט דעם וואס עס מיינט פונקטלעך, דערנאך האב איך געזעהן זיין ספר "דעת תבונות" וואו דארטן איז ער מסביר די אלע "קאוד ווערטער" מיט א פונקטלעכקייט.
2) איך האב נישט געהאלטן אז עס איז וויכטיג אריינצוגיין צו detailed מסביר זיין די אלע ווערטער ווען דאס איז נאר פשוט מסביר אז מען דארף לערנען יעדע ווארט פונקטלעך. איך האף נאך איין טאג צירוקצוקומען צו די ספר אויך. בעזר השם.
איך האף היינט אדער מארגן ארויפצולייגן א המשך צום ספר.
הצלחה רבה.
1) איך בין אויך נישט געווען קלאר מיט דעם וואס עס מיינט פונקטלעך, דערנאך האב איך געזעהן זיין ספר "דעת תבונות" וואו דארטן איז ער מסביר די אלע "קאוד ווערטער" מיט א פונקטלעכקייט.
2) איך האב נישט געהאלטן אז עס איז וויכטיג אריינצוגיין צו detailed מסביר זיין די אלע ווערטער ווען דאס איז נאר פשוט מסביר אז מען דארף לערנען יעדע ווארט פונקטלעך. איך האף נאך איין טאג צירוקצוקומען צו די ספר אויך. בעזר השם.
איך האף היינט אדער מארגן ארויפצולייגן א המשך צום ספר.
הצלחה רבה.
-
- שר חמישים
- תגובות: 54
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm
Re:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:דערנאך האב איך געזעהן זיין ספר "דעת תבונות"
מיינסט לכאורה דעם ספר ההגיון.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
ארויפגעלייגט די קומענדיגע שטיקל ב"ה.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
אה! ייש"כ אויפ'ן פרישע שיעור, ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן.
און נאר צוויי קליינע הערות
ס'וואלט אפשר געווען פאסיגער מסביר צו זיין די צוויי שורות אלץ אן הקדמה צום המשך, ואס דער רמח"ל לייגט אראפ צוויי נקודות, וואס פון דעם בויט זיך דער המשך.
לדוגמא
כדי צו פארשטיין דעם קומענדיגן נקודה, דארף מען מקדים זיין צוויי הקדמות, וואס פון זיי בויעט זיך אויס דער נקודה.
א) הנה, התכלית בבריאה היה, להטיב מטובו יתברך שמו לזולתו. -1) די באשעפערס ציהל מיטן באשאפן די וועלט איז געווען, צו גיבן פון זיין גוטס פאר א צווייטן.
והנה, תראה כי הוא לבדו יתברך השלימות האמיתי המושלל מכל החסרונות, ואין שלימות אחר כמוהו כלל. -2) און דו וועסט זעהן, אז נאר די בעשעפער אליינס איז גאנץ אן קיין חסרונות, און ס'איז נישט דא אזא שלימות ווי אים בכלל.
ממילא קומט אויס...
לכאורה וואלט געדארפט צו שטיין
"און נישט הנאה האבן, מיט אזא שלימות ווי דער באשעפער'ס שלימות".
מ'ווארט אויפ'ן המשך...
און נאר צוויי קליינע הערות
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:א) הנה, התכלית בבריאה היה, להטיב מטובו יתברך שמו לזולתו. - די באשעפערס ציהל מיטן באשאפן די וועלט איז געווען, צו גיבן פון זיין גוטס פאר א צווייטן.
והנה, תראה כי הוא לבדו יתברך השלימות האמיתי המושלל מכל החסרונות, ואין שלימות אחר כמוהו כלל. - און דו וועסט זעהן, אז נאר די בעשעפער אליינס איז גאנץ אן קיין חסרונות, און ס'איז נישט דא אזא שלימות ווי אים בכלל.
ס'וואלט אפשר געווען פאסיגער מסביר צו זיין די צוויי שורות אלץ אן הקדמה צום המשך, ואס דער רמח"ל לייגט אראפ צוויי נקודות, וואס פון דעם בויט זיך דער המשך.
לדוגמא
כדי צו פארשטיין דעם קומענדיגן נקודה, דארף מען מקדים זיין צוויי הקדמות, וואס פון זיי בויעט זיך אויס דער נקודה.
א) הנה, התכלית בבריאה היה, להטיב מטובו יתברך שמו לזולתו. -1) די באשעפערס ציהל מיטן באשאפן די וועלט איז געווען, צו גיבן פון זיין גוטס פאר א צווייטן.
והנה, תראה כי הוא לבדו יתברך השלימות האמיתי המושלל מכל החסרונות, ואין שלימות אחר כמוהו כלל. -2) און דו וועסט זעהן, אז נאר די בעשעפער אליינס איז גאנץ אן קיין חסרונות, און ס'איז נישט דא אזא שלימות ווי אים בכלל.
ממילא קומט אויס...
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:והנה, מצד אחר, הטוב הזה, אי אפשר שימצא אלא בו. על כן, גזרה חכמתו, שמציאות ההטבה האמיתית הזאת יהי' במה שיתן מקום לברואים, לשיתדבקו בו ית"ש באותו השיעור שאפשר להם שיתדבקו, ואז נמצא, שמה שמצד עצמם, אי אפשר שיתוארו בשלימות ית"ש, הנה מצד התדבקם בו, יגיע להם באותו השיעור שאפשר ליתאר בשלימות ההוא ית"ש. מצד היותם מתדבקים בו. וימצאו, נהנים בטוב האמיתית ההוא, בערך שאפשר להם ליהנות בה, - אבער פון די אנדערע זייט, די גוטס, קען זיך נישט געפונען נאר ביי אים. וועגן דעם האט די באשעפער געמאכט, אז די גוטס זאל געגעבן ווערן דורך א וועג ווי די מענטשן זאלן זיך קענען באהעפטן מיט אים לויט וויפיל מען קען זיך באהעפטן מיט אים, און דעמאלץ וועט אויסקומען אז: פון די מענטשנס זייט קען מען זיך טאקע נישט צוקומען צו די שלימות פון די באשפער און נישט הנאה האבן פון די גוטס פון די באשעפער, אבער דורך דעם וואס זיי באהעפטן זיך צו די באשעפער, וועלן זיי קענען באקומען די שלימות פון די באשעפער און הנאה האבן פון דעם.
לכאורה וואלט געדארפט צו שטיין
"און נישט הנאה האבן, מיט אזא שלימות ווי דער באשעפער'ס שלימות".
מ'ווארט אויפ'ן המשך...
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
אוראייניקל האט געשריבן:
זייער גוטע פאוינטס, אויף די צווייטע נקודה: איך האב קודם אזוי געוואלט שרייבן, אבער לויט ווי כ'פארשטיי וואלט עס צומישט דעם ליינער צו פארשטיין וואס ער שרייבט. מען האט נישט הנאה פון די שלימות, נאר פון די גוטס פון די באשעפער. און די גוטס קען ער נישט האבן מיט אזא שלימות ווען נישט ער איז דבוק אין די באשעפער.
און בנוגע דיין ערשטע נקודה: בעצם איז יעדע ווארט א הקדמה צו די קומענדיגע ווארט, און בפרט אין די ספר. וועסט זעהן אז די נקודה וואס ער הייבט אן אז נאר די באשעפער האט שלימות איז שוין געשטאנען פריער אין די ספר. נאר אין יעדע פרק וואס מען לערנט, זעהט מען מער אין מער וויאזוי יעדע ווארט איז אויסגערעכנט, און פארוואס די אלע הקדמות וואס ער האט געשריבן אין די ערשטע חלק פון די ערשטע פרק פעלן אויס צו וויסן בעפארן לערנען די ספר.
קען זיין אז איך דארף שרייבן א הקדמה בעפאר די שיער צו ארויסברענגען וואס ער גייט דא אויסשמועסן.
איך קען נישט יורד זיין לסוף דעתו פונעם ליינער ווען איך שרייב עס. סאו, אלעס וואס דו שרייבסט, איז חידושים פאר מיר. ייש"כ פארן זאגן.
ייש"כ פאר די אלע וואס קאמענטירן, סיי חיזוק: וואס גיבט מיר די כח צו גיין ווייטער. און סיי די וואס גיבן הערות/הארות. וואס מאכט נאר גרינגער צו פארשטיין, און פארבעסערט מיר אויך אויס. ומתלמידי יותר מכולם.
-
- שר חמישים
- תגובות: 54
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
ייש"כ שטארק הנאה געהאט!
איך ווארט שוין אויפן קומענדיגן שיעור.
איך ווארט שוין אויפן קומענדיגן שיעור.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
בתודה על העבר ובבקשה על העתיד וויל איך יעצט אויסדרוקן מיין דאנק צום באשעפער וואס האט מיר געגעבן די געדאנק צו שרייבן די פירוש אויפ'ן ספר דרך ד' אויף אידיש.
א גרויסן יישר כח פאר די אלע וואס האבן קאמענטירט און פארראכטן, ס'גיבט מיר די שטופ צו גיין ווייטער, זאל די באשעפער העלפן אז קומענדיגע יאר זאלן מיר קענען אנגיין ביתר שאת וביתר עז.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענשט יאר.
ידידכם המכונה 'גרויסע עם הארץ'

- פויגל מילך
- שר מאה
- תגובות: 210
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am
Re:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די אלע וואס האבן קאמענטירט און פארראכטן, ס'גיבט מיר די שטופ צו גיין ווייטער, זאל די באשעפער העלפן אז קומענדיגע יאר זאלן מיר קענען אנגיין ביתר שאת וביתר עז.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענשט יאר.
ידידכם המכונה 'גרויסע עם הארץ'
אכי"ר.
מיר ווארטן שוין
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
-
- שר חמישים
- תגובות: 54
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm
Re: קאמענטארן אויף: ספר דרך השם - עם ביאור
יישר כח, הערליכע ווערק, כה לחי!
קליינטשיגע הערות וועלן נאכפאלגן אי"ה
קליינטשיגע הערות וועלן נאכפאלגן אי"ה