לכבוד הושענא רבה האב איך געלערנט חלק ג' פון די הקדמה. עס איז ממש אויגנעפענד. דער רמח"ל שרייבט טיף און ווייזט אונז אן ווי אזוי צו פארשטיין דאס לעבן, ווי אזוי זיך צו פירן. זיין חכמה וקדושה איז שטוינענד, למעלה מן הטבע (ווער בין איך דאס צו זאגן, איך האף אז מען מעג דאס זאגן).
אהן די ביאור וואלט איך נישט גענצליך, קלאר פארשטאנען וואס די רמח"ל שרייבט.
דאס איז צום סוף פון די הקדמה חלק ג':
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ואף על פי שלא הבחין בם עדיין, ולא הכיר היותם פרטי הכלל ההוא, כי הנה. כשיבוא אחד מהם לידו, לא יניח מלהכיר אותו, כיון שכבר ידוע אצלו העניין הכללי, אשר אי אפשר להם היות בלתו. – און כאטשיג וואס די האסט נאכנישט געטראפן די פרט, און די האסט נישט געוויסט אז די פרט איז א פרט פון די כלל וואס די זעהסט יעצט, אבער ווען די וועסט זיך באגעגענען מיט איינער פון די פרטים פון די כלל, וועסטו עס שוין דערקענען, ווייל די קענסט שוין די פרטים פון יענע כלל, וואס אן די פרטים, קען נישט זיין די כלל. (אז די לערנסט דורך די פרטים פון יעדע כלל, וועסטו ארויסהאבן גוט די כלל, און די וועסט אוטאמאטיש געדענקען ווען די קומסט אן צו א פרט, אז עס איז א פרט פון די כלל. און אן קענען די פרטים פון די כלל, האסטו נישט ארויס די כלל.)