קאמענטארן אויף 'געדענק דעם תנא/אמורא!'

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

סדר הדורות האט געשריבן:אלס הכרת הטוב פארן פותח האשכול, וואס טוט למען ידיעת תולדותיהם של התנאים והאמוראים, שטעל איך דא ארויף א שמועס בנוגע די שאלה: פון וועלכן שבט שטאמט דער תנא רבי אליעזר בן הורקנוס?

רבי אליעזר בן הורקנוס.pdf

הערות והוספות אויפן ארטיקל יתקבלו בשמחה אינעם קאמענטארן אשכול.


א וואונדערבארע שטיקל!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סדר הדורות »

רבי חנינא בר חמא האט דא באקומען א פלאץ צווישן די תנאים, ווען אין פאקט ווערט ער גערעכנט אלס אמורא. רבי חנינא איז טאקע געווען א תלמיד פון רבינו הקדוש, און האט געדארפט דינען אלס ראש ישיבה אנשטאט אים, אבער זיין פלאץ איז צווישן (אדער בראש פון) די ערשטע אמוראים. [כאטש טייל ראשונים ברענגען אז אמאל איז 'רבי חנינא תנא ופליג', דאך איז ער נאך אלץ אן אמורא].

דער רמ"ע מפאנו טוט אויף א חידוש, אז 'רבי חנינא' וואס ווערט אמאל דערמאנט אין ברייתות, קען מעגליך זיין ר' חנינא בר חמא, כאטש ער איז באמת אן אמורא, דאס איז וויבאלד ער איז געווען אזוי נאנט צום תקופת התנאים.
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

היימישער הייקער האט געשריבן:ער איז געווען א גרויסע גביר (ירושלמי ב"מ פ"ד ה"ז), האט געהאט אן אויסערגעווענליכע שיינע הדרת פנים, ענליך צו יעקב אבינו (ב"מ פד.), און איז געווען א גיבור עצום (ברכות ס.). ער האט זיך גוט אויסגעקענט אין מאטאמאטיק (ירושלמי תרומות פ"ה ה"א), דאקטעריי (חולין נט.), דער גריכישער שפראך (ירושלמי פאה פ"א ה"א), און אין אלע אפיקורסישע מיינונגען. ער האט דאס גענוצט זיך צו טענה'ן מיט זיי (ירושלמי תענית פ"ב ה"א). זיי האבן אים טאקע זייער פיינט געהאט און געזוכט אים צו שעדיגן (ע"ז כח.).
ער איז געווען זייער אנגעזעהן ביי די רומיים און האט פיל געשתדלט פאר זיי מיט גרויס הצלחה. ווען ער פלעגט אנקומען אין פאלאץ פלעגן די פרויען אים אנטקעגן קומען און באגריסן מיט גרויסע טיטלען (כתובות יז.).
נאך וואס זיין רבי ר' יוחנן איז אוועק, און עס איז געווען א צייט וואס די רומיים האבן שטארק אונטערדריקט די יודן אין א"י, האט ר' אבהו איינגעליידנט די ישיבה צו מופען פון טברי' קיין קיסריה, וואס דארט האט ער געקענט שטיין אויף די וואך און שתדל'ן צו צורוה לאזן די יודן (מ"ק כה:).

מיט די אלע מעלות, איז ער געווען א מורא'דיגע עניו. ער האט געזאגט 'אין העולם מתקיים אלא בזכות מי שמשים עצמו כמי שאינו (חולין פט.), און ער איז געווען א יפה דורש און יפה מקיים. ער פלעגט ארומפארן איבער ארץ ישראל צו פארשפרייטן תורה (אולי האט עס אויך געהאט צוטוהן מיט זיינע פארצווייגטע געשעפטן) (מ"ק כה:).
ער איז געווען א תלמיד פון ר' יוחנן, און ער ברענגט פון אים הונדערטער מימרות אין ש"ס. ער איז אויך געווען בקי אין קבלה (בראשית רבה ג,ז, שיר השירים רבה א, נב).

די דריי סארטן תרועות וואס מיר מאכן ר"ה, האט ער מתקן געווען אין קיסריה. אזוי אויך איז באקאנט פון אים די מימרא, 'במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד.' זי"ע.


בעצם איז נאך דא גאר אסאך חומר אויף ר' אבהו, זיין יראת שמים, זיין עניוות, זיין אויסטערלישע אהבת תורה, וכו' וכו', נאר מען פראבירט עס צו האלטן קורץ.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

באקומען אין אישי

א גוט יאר הרב הייקער שליט"א
אויסגעזען האט עס אז דו ביסט א איש שדה, למעשה שטעלט זיך ארויס אז איר זענט גאר א יושב אוהלים, און נאך מיט א געשמאק! א ראי' אז דו יושבסט מער אין די אוהלים ווי אין די וועלדער איז, ווייל פון די אוהלים שרייבסטו מער...


שקויעך פאר די קאמפלימענט!

בנוגע די גמרא אין כתובות אז די פרויען פלעגן באגריסן אינעווייניג שטייט באזינגען... ס' איז מיר זייער אינטערעסאנט געווען ס'פשט, זענען זיי געווען מטעם המלכות? אז מ'האט גארנישט געקענט טון? ס' דארף א הסבר מיינעך


דא האסטו די גמרא
ר אבהו.png
ר אבהו.png (11.98 KiB) געזען 2359 מאל


די ווארט ומשרין, קומט לכאורה פון די ווארט שיר. שיר איז נישט דוקא א 'ניגון' נאר א פיוט. כדוגמת שירת האזינו, שיר השירים, וכדו'. א זמר איז א ניגון. כנלפע"ד.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

און יא, זיי זענען לכאורה געווען מטעם המלכות.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

פון עיון יעקב קידושין ע: איז משמע אז עס איז יא געווען בקול זמר.
קול באשה.png
קול באשה.png (25.06 KiB) געזען 2358 מאל


אולי אזויווי רש"י זאגט אין מגילה ביי אסתר וואס מען האט איר געגעבן צו עסן קדלי דחזירי, והיא ח"ו לא היתה אוכלת, די זעלבע זאך וויל די גמרא נאר ארויסברענגען דעם כבוד וואס מען האט אים צוגעטיילט מבי קיסר, והוא ח"ו לא היה שומע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אינטערסאנט טאקע.
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

אברהם בן ארי' האט געשריבן:מיין קאמענטאר:

איך באלעק מיר די פינגערס! יישר כח.

same here
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

green sunday האט געשריבן:
אברהם בן ארי' האט געשריבן:מיין קאמענטאר:

איך באלעק מיר די פינגערס! יישר כח.

same here


העי! היינט טאר מען נישט לעגן די פינגערס!

שקויעך דיר.
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

יישר כוחכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

מורא,דיג הנאה פון די אשכול, קיפ איט אפ.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

מחשבהטובה האט געשריבן:מורא,דיג הנאה פון די אשכול, קיפ איט אפ.


שכח
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

היימישער הייקער האט געשריבן:ער האט זיך נאך געדרייט ביי ר' יוחנן בן זכאי (ב״ב י:) און ער האט זייער לאנג געלעבט. ער האט עס אנגעהאנגן אין דעם וואס ער האט זיך געפירט צוגעלאזן (מגילה כח.). ער פלעגט מתפלל זיין פארן אריינגיין אין ביהמ"ד ער זאל נישט געשטרויכעלט ווערן אין הלכה, און געדאנקט דעם אויבירשטן ביים ארויסגיין, אז ער איז זוכה צו זיצן און לערנען (משניות ברכות פ״ב מ״ב).
נאר איין הלכה איז געבליבן פון אים, וואס ווערט געברענגט פילע מאל אין ש"ס 'שהיה עושה את יום הבפורים כשבת לתשלומין' (מגילה ז:, פסחים כח., ועוד). אפילו די הלכה קוקט אויך נישט אויס ווי א געווענליכע מימרא, נאר א מעשה רב ווי אזוי ער פלעגט פסק'נען. ר' ישמעאל פלעגט אים משמש זיין (שבועות כו.). אגדות איז דא פון אים עטליכע.

הערות והארות יקבלו ברצון דא.


אז מען לאזט שוין נישט פארעכטן דארט, עמיר לייגן די אפדעיטעט ווערזשען דא:

ר' נחוניא בן הקנה – דער צוגעלאזענער מקובל
די תפלה פון אנא בכח, וואס איז געבויט אויפן שם מ"ב האט ער פארפאסט (תשובת הרשב"א א' ק"כ). אזוי אויך האט ער פארפאסט די קבלה'דיגער ספר הבהיר אויף בראשית וואס ווערט געברענגט אפט אין רמב"ן מיטן טיטל מדרש ר' נחוניא בן הקנה. ער האט זיך נאך געדרייט ביי ר' יוחנן בן זכאי (ב״ב י:) און ער האט זייער לאנג געלעבט. ער האט עס אנגעהאנגן אין דעם וואס ער האט זיך געפירט צוגעלאזן (מגילה כח.). ער פלעגט מתפלל זיין פארן אריינגיין אין ביהמ"ד ער זאל נישט געשטרויכעלט ווערן אין הלכה, און געדאנקט דעם אויבירשטן ביים ארויסגיין, אז ער איז זוכה צו זיצן און לערנען (משניות ברכות פ״ב מ״ב). נאר איין הלכה איז געבליבן פון אים, וואס ווערט געברענגט פילע מאל אין ש"ס 'שהיה עושה את יום הכפורים כשבת לתשלומין' (מגילה ז:, פסחים כח., ועוד). אפילו די הלכה קוקט אויך נישט אויס ווי א געווענליכע מימרא, נאר א מעשה רב ווי אזוי ער פלעגט פסק'נען. ר' ישמעאל פלעגט אים משמש זיין (שבועות כו.). אגדות איז דא פון אים עטליכע.
סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סדר הדורות »

היימישער הייקער האט געשריבן:ער איז געווען א שטארקע עניו (ב"מ פד., סנהדרין י"א:) אבער פון זיין זוהן, רבינו הקדוש האט ער געהאלטן עולם ומלאו. איינמאל ווען רבינו הק' האט זיך אפגערעדט אז ר' אלעזר ב"ר שמעון האלט זיך חשוב'ער פון אים, האט רשב"ג געזאגט אז ראב"ש איז גערעכט, ווייל כאטש וואס דו ביסט טאקע א לייב, ביסטו דאך די זוהן פון א פוקס, משא"כ ראב"ש איז א לייב די זוהן פון א לייב, דער גרויסער רשב"י (ירושלמי שבת ס"ג:).
און אן אנדערע פאל האט ער געלאזט א פרוי שפייען אויף אים כדי צו מאכן שלום בית (נדרים ס"ו:).
עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז רבינו הק' קריגט זיך אסאך מיט זיין טאטע, און עפ"ר ווערט רבי'ס דעה געברענגט אין די משנה איידער זיין טאטע'ס! (שבת יט., עירובין לב., ועוד.)

ער איז געווען א תלמיד מובהק פון זיין טאטע רבן גמליאל דיבנה, אבער ער האט געלערנט, און ווערט אפט געברענגט אין די משנה, צוזאמען מיט זיין טאטעס חברים, , ר' יהודה, ר' יוסי און ר' מאיר די תלמידים פון ר' עקיבא. דאס אז ער איז געווען גערעכנט ווי א חבר פאר די פיל עלטערע תנאים, ברענגט נאך מער ארויס ווי שטארק זיין עניות איז געווען.

ער איז געווען נשיא אין גאר א שווערע תקופה פאר כלל ישראל. ער האט צוגעזעהן די חורבן ביהמ"ק און די גרויזאמע הריגות אין ביתר. ער האט געזאגט אויף זיך דעם פסוק עיני עוללה לנפשי מכל בנות עירי, מיין קלאג איז נאך גרעסער פון אלע טעכטע פון מיין שטאט. פון טויזענט געלוגענע בחורים וואס זענען געווען אין זיין משפחה, איז געבליבן נאר ער מיט איין קאזין (סוטה מ"ט:, ב"ק פג.).

צוליב זיין ייחוס, האט מען אים אויפגענומען אלץ נשיא, טראץ זיין יונגן עלטער. ר' נתן הבבלי האט מען געשטעלט אלץ אב"ד און ר' מאיר אלץ חכם. טראץ זיין גרויס עניוות, האט ער שטארק געזוכט צו אויפהייבן די כבוד פון די נשיאות נאך די גרויסע חרבנות. ביז דאן איז געווען די סדר אז די תלמידים האבן זיך אויפגעשטעלט סיי פארן נשיא און סיי פארן אב"ד און דעם חכם. האט ער געהייסן אז די תלמידים זאלן זיך נישט אויפשטעלן פאר יעדן גלייך, נאר עס זאל זיין חילוקים. ווען ר' מאיר און ר' נתן, וואס זענען געווען עלטער פון אים, האבן געזוכט צו שטערן, האט ער זיי ארויסגעווארפן פון די ישיבה. ער האט זיי שפעטער אריינגעלאזט מיטן תנאי, אז ר' מאיר וועט מען רופן 'אחרים' און ר' נתן 'יש אומרים.' ר' מאיר האט למעשה זיך אוועקגעצויגן פון תקוע קיין טברי'. רשב"ג האט טאקע מצליח געווען צוריקצוברענגן די שטאלץ צו די נשיאות. רשב"ג האט נישט געהאט קיין סך תלמידים. די ישיבות זענען שוין דעמאלס נישט געווען אין איין צענטראלער פלאץ, נאר יעדער חכם האט געהאט זיין אייגענע ישיבה.

אין הלכה, מאכט ער אסאך מאל חילוקים לויט די מציאות, למשל לא כל הביברין שוין (שבת פי"ג מ"ה) לא כל העיירות ראויות לחומה (ב"ב פ"א מ"ה) און נאך. אזוי אויך זאט ער הכל כמנהג המדינה (כתובות פ"י מ"ד). די הלכה איז כמותו חוץ מערב וצידון וראיה אחרונה (כתובות עז.)

נפטר בערך בשנת ג' תע"ה, און רבינו הק' האט ממלא געווען מקומו. מיר דערמאנען זיין הייליג נאמען צוויי מאל א טאג ביי די קטורת. זי"ע.



לאטס אייך הערן דא.

ייש"כ! געוואלדיג!

אבער, לבקשתך, אפאר הערות:

די ווערטער "ער האט צוגעזעהן די חורבן ביהמ"ק" - זענען שווערליך. זיין טאטע האט צוגעזען דעם חורבן, נישט ער. [דער תולדות תנו"א האט דא אביסל א צעמישעניש, וועלנדיג אננעמען די השערות פונעם דורות הראשונים].

די מעשה מיט די "טויזנט געלונגענע בחורים", זאגט תוספות אין עבודה זרה לב סוע"א אז עס איז געווען זיין זיידע רשב"ג הזקן. ויש להרחיב בנושא.

די שנת הפטירה ג' תע"ה איז פארשטייט זיך א טעות. דער תולדות תנו"א ברענגט אז ער איז אוועק בערך תע"ה לשטרות (בערך ג'תתקכ"ג-ד).
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די לעצטע טעות אידאך טאקע בושות.. גיימער עס פארעכטן.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

לידיעה בעלמא, די חומר נעם איך צאם פון ארטסקראלס נייער introduction to the talmud, וואס איז דרך אגב א הפלא'דיגער חיבור, און אויך טאקע פון תולדות תנו"א.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

סדר הדורות האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:

די מעשה מיט די "טויזנט געלונגענע בחורים", זאגט תוספות אין עבודה זרה לב סוע"א אז עס איז געווען זיין זיידע רשב"ג הזקן. ויש להרחיב בנושא.


נו, אפשר ביסטע טאקע מרחיב, איך בין נייגעריג צו הערן.

א גרויסע ייש"כ פאר די הערות.
סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סדר הדורות »

היימישער הייקער האט געשריבן:
סדר הדורות האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:

די מעשה מיט די "טויזנט געלונגענע בחורים", זאגט תוספות אין עבודה זרה לב סוע"א אז עס איז געווען זיין זיידע רשב"ג הזקן. ויש להרחיב בנושא.


נו, אפשר ביסטע טאקע מרחיב, איך בין נייגעריג צו הערן.

א גרויסע ייש"כ פאר די הערות.

אויף דערווייל לאמיר ברענגען וואס דער נחל עדן שרייבט:
דברי התוספות בעבודה זרה תמוהים מאוד. א. דבאמת נהרג רבן שמעון בן גמליאל הזקן ואיך אמר דנשתייר כו'. ב. דבפירוש אמרינן בירושלמי פ"ד דתענית דזה שאמר רבן שמעון בן גמליאל אלף ילדים כו' הוא בחורבן ביתר. ורבן שמעון בן גמליאל נהרג בחורבן הבית. ועל כרחך דהוא רבן שמעון בן גמליאל השני בנו של רבן גמליאל דיבנה ואביו של רבי, ויש להאריך בזה. אך ראיתי שכבר דברו בזה המבקרים, קצרתי בזה.
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ער פרעגט דאך טאקע גוט. אינטערסאנט. איך האב מיך געווינדערט וויזוי ארטסקראל האט פארזען אן אפענעם תוס', זעה איך עס איז נישט אזוי פשוט.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

היימישער הייקער האט געשריבן:ביז דאן פלעגט מען באערדיגן מתים אין טייערע קליידער און די ארעמעלייט פלעגן זיך זייער מיטשן. רבן גמליאל האט דערפאר געהייסן אז מען זאל אים באערדיגען אין פשוט'ע לינענע קליידער, וממנו ילמדו וכן יעשו. און אזוי פירט מען זיך טאקע עד היום! (אויב מעג מען זאגן, איז פאסיג אז אזוי ווי רבן גמליאל האט זיך אוועקגעגעבן צו ביליגער מאכן די סטענדערט בימיו, האט די השגחה עליונה אזוי צוגעפירט אז מען זאל ניצן זיין הייליגן נאמען אין די היינטיגע קאמפיין צו ביליגער מאכן די סטענדערט...)

לאטס אייך הערן דא.


ציקאש!
און אוודאי ש'כוח פארן באשרייבונג. זיך צום באלעקן די פינגערס.
לעצט פארראכטן דורך חוח בין השושנים אום מיטוואך פעברואר 12, 2020 11:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

לבדיחתא בעלמא...
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

Yang2020 האט געשריבן:פון עיון יעקב קידושין ע: איז משמע אז עס איז יא געווען בקול זמר.
קול באשה.png


אולי אזויווי רש"י זאגט אין מגילה ביי אסתר וואס מען האט איר געגעבן צו עסן קדלי דחזירי, והיא ח"ו לא היתה אוכלת, די זעלבע זאך וויל די גמרא נאר ארויסברענגען דעם כבוד וואס מען האט אים צוגעטיילט מבי קיסר, והוא ח"ו לא היה שומע.

נישט געווען דעמאלטס קיין היימישע פאלאטישאנס וואס זאלן דאס פארדאמען אויף טוויטער
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
באמת א חכם
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:35 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמת א חכם »

קיסריה האט געשריבן:
סדר הדורות האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:זיין רבי דער בעל מח״ס דורות הראשונים איז דער ערשטער אויפצוקומען מיט דעם אז רבה האט געלעבט מער פון 40 יאר, און משבש זיין אלע גירסאות התלמיד.

זיינע ראיות זענען גאנץ שטארקע, פון אגרת רב שרירא גאון און נאך, אבער משבש זיין אלע ספרים איז עפעס וואס קיינער וויל נישט.

דער דורות הראשונים איז א פלא. פון איין זייט איז ער זייער געוואגט ווען עס קומט משבש צו זיין אונזער גירסא על פי הנחותיו. דער ביישפיל פון 'רבה' איז א גוטע דוגמא. אזוי אויך בענין 'שנת תק"ל' לשטרות בנוגע ירידת רב לבבל. און נאך אנדערע פלעצער.

פון דער אנדערער זייט, האט ער בשיטה נישט גענוצט דעם דקדוקי סופרים, און אפטמאל האט ער דורכדעם געבויעט בנינים אויף גרייזיגע גירסאות און איינגעפלאנצט אילנות שענפיהם מרובים ושרשיהם מועטים והרוח באה ועוקרתם...


ר׳ יצחק אייזיק הלוי (דורות הראשונים) איז א מלאך המושיע אינעם פעלד פון היסטאריע בימי חז״ל, אנגעהויבן פון זמן בית מקדש און די דורות אראפ.

ער גיט מכות מרדות פאר צונץ, גרעטץ, אייזיק הירש ווייס (דור דור ודורשיו) זכריה פראנקל, ראפאפארט, שד״ל - עד זוב דם. - אבער נישט תמיד גייט ער מיט מסורה.

ער איז שרעקליך אייפערדיג און אלעס בדרך פולמוס ואנגריא.

אין בדומה לו.

אמת 100%!
אבער פון די אנדערע זייט האט ער נישט מורא צו זאגן ריייייזיגע חידושים, וואס נישט נאר לא קדמו אדם נאר אנדערע שרייבען בפירוש פארקערט, ווי למשל זיין שיטה אין די עשרה הרוגי מלכות, אז מען האט געהארגעט רשב"ג און נישט ר' ישמאעל כהן גדול, (איך האב נישט דעם ספר פאר מיר צוצוצייכענען פונקטלעך ווי ער זאגט עס, ואתכם הסליחה),
און בכלל אינעם גאנצען ספר גייט ער מיט די מהלך אז אפי' רש"י אדער תו' זאגן עפעס בעניני היסטאריע איז עס נישט מוכרח ווייל 'לא היה דרכם של רבותינו הראשונים לעסוק בזה'
ע"כ קריגט ער אפי' מיט ראשונים (בענין הקאליר ועוד ועוד)
נישט סתם א חכם, באמת א חכם...
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

Yang2020 האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:
אין א סייד נאוט. עס וועלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן לגבי רב יוסף, ראש ישיבה איז ער געווען נישט מער ווי די לעצטע 2 יאר. מיר ווייסן דאך אז רב יוסף חלה ושכח תלמודו, קומט אויס אז מ'האט ממנה געווען רב יוסף אלץ ראש ישיבה זייענדיג בלינד און נאך'ן פארגעסן דאס לערנען?


אינטערסאנט טאקע, נישט געטראכט דערפון.


ווער זאגט אז רב יוסף חלה איז געווען בעפאר מען האט אים ממנה געווען?
א שטיקל ראי' אז נישט, ווייל בעפאר מען האט ממנה געווען רבה האט מען דאך געשיקט פון ארץ ישראל אויף רב יוסף אז סיני עדיף, און בשעת רבה איז געווען ראש ישיבה איז רב יוסף אפילו אומנא לביתי' לא קרא, וואס איז דא וואס טייטשן אז ער איז קיינמאל נישט געווארן קראנק. מוז עס זיין נאך פטירת רבה, און מסתמא נאך וואס רב יוסף איז נתמנה געווארן.

לויט ווי ווייניג מאל עס ווערט דערמאנט אז מען האט אים געדארפט פארבעסערן, קעגן וויפיל טויזנטע מאל מימרות פון רב יוסף ווערן נאכגעברענגט, קוקט אויס אז עס איז נישט געווען קיין לאנגע תקופה. אויב איז עס נישט געווען סוף ימיו, אפשר איז זיין זכרון צוריקגעקומען צו אים נאך א וויילע.

און בכלל, חלה ושכח תלמודו מיינט נישט חלילה אז ער האט אלעס פארגעסן. מען זעט יעדעס מאל וואו עס שטייט אז ער האט מפלפל געווען אין די סוגיות, נאר פארגעסן געוויסע פרטים, און קעגן רב יוסף סיני האט עס געהייסן פארגעסן. קען זיין ער איז נאך אפילו אזוי געווען דער גרעסטער אין בקיאות.

אין ברכות (סד.) שטייט אז די סיבה פארוואס רב יוסף האט נישט געוואלט אננעמען די ראש ישיבה'שאפט איז וויבאלד די שטערן זעער האבן אים געזאגט אז ער וועט נאר זיין ראש ישיבה צוויי יאר, און די גמרא זאגט אויף דעם "וכל הנדחה מפני השעה שעה נדחת מפניו" און רש"י זאגט אויף דעם "והשעה עמדה לו שלא הפסיד שנותיו בכך", קוקט אויס אז די שטערן זעער זענען געווען גערעכט און ער איז טאקע נאר געווען ר"י פאר צוויי יאר.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”