קרישקעלעך בנוגע די תולדות פון תנאים ואמוראים

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:21 am

קרישקעלעך בנוגע די תולדות פון תנאים ואמוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סדר הדורות »

[align=center]א זיוף אויפן נאמען פונעם מגן אברהם![/align]

אין מדרש שמואל פרשה י (דאס איז א מדרש פון חז"ל אויף ספר שמואל, נישט אויפצוטוישן מיטן ספר 'מדרש שמואל' אויף פרקי אבות, פון רבי שמואל די אוזידה), ווערט געברענגט א מעשה וואס איז פארגעקומען צווישן ר' יהודה בן בתירא און אבא אבוי דשמואל, ווען זיי האבן געזאלט מאכן א געשעפט. די מעשה ענדיגט זיך, אז ר' יהודה בן בתירא האט אים געוואונטשן: "תזכה למוקמה בר כשמואל נביאה!" און די ברכה איז מקויים געווארן: "וזכה למוקמה שמואל בר אבא".

בפשטות רעדט מען דא פון 'אבוה דשמואל', וועלכער האט געהייסן אבא בר אבא. די פראבלעם איז אבער, אז עס איז נישט אזוי פשוט דאס וואס אבוה דשמואל האט נאך געקענט ר' יהודה בן בתירא. ר' יהודה בן בתירא האט געלעבט בזמן הבית און נאכן חורבן. אבער כדי אבוה דשמואל זאל קענען טון ביזנעס מיט ר' יהודה בן בתירא, וועט מען מוזן זאגן אז ר' יהודה בן בתירא האט היפש מאריך ימים געווען. [דער סדר הדורות און אנדערע ווייזן שוין אויף, אז עס זענען געווען צוויי ר' יהודה בן בתירא].

אינעם ספר זית רענן וואס דער מגן אברהם האט מחבר געווען אויפן ילקוט שמעוני, ווערט פארענטפערט די הערה אויף אַן אומגערישטע וועג. איך וועל מעתיק זיין פון זית רענן וואס איז געדרוקט אין גליון פון ילקוט שמעוני דפוס ווארשא תרל"ו-תרל"ח, און אזוי איז אויך געדרוקט אין מהדורת וגשל: "אבא אבוי, פירוש אביו זקנו איזה דורות לפניו". נישט ווי מיר האבן געמיינט אז 'אבא אבוי דשמואל' באדייט 'אבא דער טאטע פון שמואל', נאר עס מיינט 'איינע פון די אור-עלטערן פון שמואל'.

זית רענן תרלח.JPG
זית רענן תרלח.JPG (83.05 KiB) געזען 1040 מאל

אבער וויסנדיג אז אלעס מוז נאכגעקוקט ווערן אין דפוס ראשון, האב איך אויך דאס נאכגעקוקט אין זית רענן דפו"ר (דעסויא תס"ד). וואס שטעלט זיך ארויס? אז לא דובים ולא יער, עס שטייט דארט גאנץ עפעס אנדערש. דער מגן אברהם זאגט אז ר' יהודה בן בתירא האט מעגליך מאריך ימים געווען.

זית רענן דפוס דעסויא.JPG
זית רענן דפוס דעסויא.JPG (98.12 KiB) געזען 1040 מאל

אינעם ווארשעווער דרוק האט שמעון משה חאנעס מקצר געווען דעם זית רענן כאוות נפשו, און אפטמאל אריינגעלייגט זיינע אייגענע סברות, בשעת'ן ארויסווארפן די אריגינעלע ווערטער פונעם מגן אברהם (זע ישורון, ג, עמ' תשמט)! דא איז א קלאסישער ביישפיל וואו אזוינס איז פארגעקומען.
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויטש!

א ישר כח פאר די וויכטיגע ידיעה.

ועל הכלל כלו יצא, די האבן געטאן און געפאטשקעט אין פירושי הקדמונים כבתוך שלהם, און אפילו במילתא דעבידא לגלויא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סדר הדורות »

גענומען פון דא
אדער יא האט געשריבן:
סדר הדורות האט געשריבן:אין מדרש שמואל פרשה י (דאס איז א מדרש פון חז"ל אויף ספר שמואל, נישט אויפצוטוישן מיטן ספר 'מדרש שמואל' אויף פרקי אבות, פון רבי שמואל די אוזידה)

פונקט די וואך איז מיר אויסגעקומען צו צוצייכענען אהין, האב איך געזעהן אז ס'איז פארהאן דרוקן וואס שטייט אויפן שער בלאט מדרש שוחר טוב על ספר שמואל
צו הייסט אלע מדרשים אויף נ"ך שוחר טוב??

דאס האב איך פארצייכנט ביי מיר בענין זה:
"שוחר טוב" אינו אלא כינוי ל'מדרש תהלים' הפותח בפסוק "שחר טוב יבקש רצון" (משלי יא כז).

זה לשון ש' בובר במבוא למדרש שמואל דף ד ע"א: "ויש אשר יכנהו בטעות בשם 'שוחר טוב', יען כי נדפס בוויניציא בשנת רננ"ו יחד עם מדרש תהלים המכונה שוחר טוב (על שם התחלתו), קראו גם למדרש שמואל 'שוחר טוב'. וכאשר נדפס אחר כך בעיר פראג בשנת שע"ג, הציגו על השער 'מדרש שוחר טוב, מדרש תהלים ומשלי רבתא עם מדרש שמואל רבתא'...".
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)
סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סדר הדורות »

[align=center]וויאזוי איז רב יהודה געווארן רב חסדא?[/align]

ווען עולא איז אנגעקומען קיין פומבדיתא, האט רב יהודה געשיקט זיין זון רב יצחק ער זאל גיין זען וויאזוי עולא מאכט הבדלה. רב יצחק בריה דרב יהודה האט אבער געשיקט אביי'ן אנשטאט אים, און רב יהודה האט אים אויסגע'מוסר'ט דערויף (פסחים קד ע"ב).

אין ספר יוחסין דפוס קראקא שמ"א ווערט געברענגט ביי די מעשה רב חסדא אנשטאט רב יהודה. דער סדר הדורות מערקט אן דערויף: "ראה כי יש כאן עירבוב דברים והשמטה".

יוחסין דפוס קראקא.JPG
יוחסין דפוס קראקא.JPG (113.98 KiB) געזען 972 מאל


פונעם קראקעווער דרוק יוחסין, איז די 'גירסא' אריינגעפארן אין אלע שפעטערע דרוקן יוחסין (אויסער יוחסין השלם).

פון וואו קומט די טעות 'רב חסדא' אנשטאט 'רב יהודה'?

עס איז פשוט געשען אַן אינטערעסאנטער סארט גרייז: אין ספר יוחסין דפוס ראשון, קושטא שכ"ו, פעלן די ערשטע דריי אותיות פון 'יהודה', דער צווייטער דרוקער, אין קראקא שמ"א, האט געהאלטן אז מען דארף דארט אריינשטעקן א 'חס', אזוי ארום שטייט 'חסדה', און האט פשוט'ערהייט פארראכטן 'חסדא' אנשטאט 'חסדה', ויצא העגל הזה...

יוחסין דפוס קושטא.JPG
יוחסין דפוס קושטא.JPG (57.86 KiB) געזען 972 מאל


אין ספר יוחסין כת"י שטייט ריכטיג 'רב יהודה'.

יוחסין כתב יד.JPG
יוחסין כתב יד.JPG (50.47 KiB) געזען 972 מאל
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: קרישקעלעך בנוגע די תולדות פון תנאים ואמוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

סדר הדורות האט געשריבן:[align=center]א זיוף אויפן נאמען פונעם מגן אברהם![/align]

אין מדרש שמואל פרשה י (דאס איז א מדרש פון חז"ל אויף ספר שמואל, נישט אויפצוטוישן מיטן ספר 'מדרש שמואל' אויף פרקי אבות, פון רבי שמואל די אוזידה), ווערט געברענגט א מעשה וואס איז פארגעקומען צווישן ר' יהודה בן בתירא און אבא אבוי דשמואל, ווען זיי האבן געזאלט מאכן א געשעפט. די מעשה ענדיגט זיך, אז ר' יהודה בן בתירא האט אים געוואונטשן: "תזכה למוקמה בר כשמואל נביאה!" און די ברכה איז מקויים געווארן: "וזכה למוקמה שמואל בר אבא".

בפשטות רעדט מען דא פון 'אבוה דשמואל', וועלכער האט געהייסן אבא בר אבא. די פראבלעם איז אבער, אז עס איז נישט אזוי פשוט דאס וואס אבוה דשמואל האט נאך געקענט ר' יהודה בן בתירא. ר' יהודה בן בתירא האט געלעבט בזמן הבית און נאכן חורבן. אבער כדי אבוה דשמואל זאל קענען טון ביזנעס מיט ר' יהודה בן בתירא, וועט מען מוזן זאגן אז ר' יהודה בן בתירא האט היפש מאריך ימים געווען. [דער סדר הדורות און אנדערע ווייזן שוין אויף, אז עס זענען געווען צוויי ר' יהודה בן בתירא].

אינעם ספר זית רענן וואס דער מגן אברהם האט מחבר געווען אויפן ילקוט שמעוני, ווערט פארענטפערט די הערה אויף אַן אומגערישטע וועג. איך וועל מעתיק זיין פון זית רענן וואס איז געדרוקט אין גליון פון ילקוט שמעוני דפוס ווארשא תרל"ו-תרל"ח, און אזוי איז אויך געדרוקט אין מהדורת וגשל: "אבא אבוי, פירוש אביו זקנו איזה דורות לפניו". נישט ווי מיר האבן געמיינט אז 'אבא אבוי דשמואל' באדייט 'אבא דער טאטע פון שמואל', נאר עס מיינט 'איינע פון די אור-עלטערן פון שמואל'.

זית רענן תרלח.JPG

אבער וויסנדיג אז אלעס מוז נאכגעקוקט ווערן אין דפוס ראשון, האב איך אויך דאס נאכגעקוקט אין זית רענן דפו"ר (דעסויא תס"ד). וואס שטעלט זיך ארויס? אז לא דובים ולא יער, עס שטייט דארט גאנץ עפעס אנדערש. דער מגן אברהם זאגט אז ר' יהודה בן בתירא האט מעגליך מאריך ימים געווען.

זית רענן דפוס דעסויא.JPG

אינעם ווארשעווער דרוק האט שמעון משה חאנעס מקצר געווען דעם זית רענן כאוות נפשו, און אפטמאל אריינגעלייגט זיינע אייגענע סברות, בשעת'ן ארויסווארפן די אריגינעלע ווערטער פונעם מגן אברהם (זע ישורון, ג, עמ' תשמט)! דא איז א קלאסישער ביישפיל וואו אזוינס איז פארגעקומען.

זייער אינטעסאנט אז איר האט דאס אליין אנגעמערקט דער בעלזער רב מהרי"ד האט געהאט א שיעור קבוע דווקא אינעם ערשטען דרוק - ליינט דעם גליון הוגי תורה פרשת חקת עמוד 4 ופלא הוא
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: קרישקעלעך בנוגע די תולדות פון תנאים ואמוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אז מרעדט פון תנאים ואמוראים
איך האב געטראפן אז וויפקידיע האט זייער שיינע באשרייבונגען אויף אסאך תנאים ואמוראים, לדוגמא רבי יהודה הנשיא https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A8% ... 7%99%D7%90
רבי יוחנן https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A8% ... 7%A0%D7%9F
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”