גיין מיט א טלית בגלוי אויפ׳ן גאס. פונקט ווי א שטריימל?

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

שרייזשע האט געשריבן:וויזניצע רבי פון מאנסי זצ"ל האט נישט געלאזט גיין און שפיטאל מיט א שטריימעל, אלס דעם אויס.

כ׳האב קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס׳שטימט.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

האט איינער ג'קלערט אז דער אינדיאנער מיט זיין גרינער שמאטע און אראנזשע בארד איז גורם אנטי-אינידיאנישקייט? דארף דער אראבער זיך אויסטוהן זיין ווייסער שמאטע?
צו זאגן אז אונזער לבוש איז דער שורש פון אנטיסעמיטיזם איז נאאיוו און מסוכן!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

יידישע קהילות האט געשריבן:האט איינער ג'קלערט אז דער אינדיאנער מיט זיין גרינער שמאטע און אראנזשע בארד איז גורם אנטי-אינידיאנישקייט? דארף דער אראבער זיך אויסטוהן זיין ווייסער שמאטע?
צו זאגן אז אונזער לבוש איז דער שורש פון אנטיסעמיטיזם איז נאאיוו און מסוכן!

ראנג אשכול!
מ׳האט נישט דן געווען דא אנטיסעמעטיזם. מ׳האט גערעדט וויאזוי די התנהגות פון ערליכע אידן איז געווען און וויאזוי ס׳דארף זיין. בכלל נישט וואס ס׳איז גורם.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובה דורך עושר וכבוד »

אויב וועלן מענטשן הרגענען אראבער, זאל דער אראבער בעסער שנעל אויסטון זיין שמאטע. לעת עתה זענען אידן ליידער אין גלות, דער אראבער נישט.

א שטריימל איז א לבוש מיט וואס מען גייט אויפן קאפ פונקט ווי להבדיל דער גויאישער היטל וואס יעדע גוי האט געהאט 100 יאר צוריק. ס'איז טאקע אנדערש, אבער פארט נארמאל געווען אמאל. (היינט זענען די גויים אנדערש און גייען אן היטן, און די אידישע שטריימלעך זענען אויך אנדערש...) משא"כ א טלית וואס איז א מאדנער ווייסער לבוש.

דאס איז די סיבה פארוואס רבותינו הק' האבן אלץ מקפיד געווען נישט גיין מיט א טלית אין גאס, נאר באדעקט אונטערן רעזשוואלקע. משא"כ די שטריימל איז אלץ געווען אויפגעדעקט, חוץ ווען מען איז נישט אין קיין היימישע געגנט וואו עס קען זיין אויפפאלנד, דארט גייט מען טאקע נישט דערמיט.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

שרייזשע האט געשריבן:וויזניצע רבי פון מאנסי זצ"ל האט נישט געלאזט גיין און שפיטאל מיט א שטריימעל, אלס דעם אויס.

איך בין געווען אמאל און שפיטאל יום כיפור צום געבורטס פון א קינד, און איך האב געזען דארט אינגערמאן זיך ארומדרייען און די האלוועיס מיטן קיטל און טלית מיטן זילבערנע עטרה, איך האב מיר געפילט אביסעל אומבאקוועם דערמיט. איז דארט געוועזן א וויזנצע אינגעמאן, און ער האט אים געזאגט אז וויזניצע רבי האט געגעבן א הוראה פאר זיינע חסידים נישט צו זיך דרייען און שפיטאל מיט א שטריימל, וכל שכן נישט מיטן קיטל און טלית.
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

לב בשר האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האט איינער ג'קלערט אז דער אינדיאנער מיט זיין גרינער שמאטע און אראנזשע בארד איז גורם אנטי-אינידיאנישקייט? דארף דער אראבער זיך אויסטוהן זיין ווייסער שמאטע?
צו זאגן אז אונזער לבוש איז דער שורש פון אנטיסעמיטיזם איז נאאיוו און מסוכן!

ראנג אשכול!
מ׳האט נישט דן געווען דא אנטיסעמעטיזם. מ׳האט גערעדט וויאזוי די התנהגות פון ערליכע אידן איז געווען און וויאזוי ס׳דארף זיין. בכלל נישט וואס ס׳איז גורם.

די שמיעס האט זיך אנגעהויבן דא און עס איז יא באצויגן צו דעם
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

לב בשר האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:וויזניצע רבי פון מאנסי זצ"ל האט נישט געלאזט גיין און שפיטאל מיט א שטריימעל, אלס דעם אויס.

כ׳האב קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס׳שטימט.

נאכאמל עס קען זיין אז געוויסע גדולים האבן יא אדער נישט געהאלטן דערפון
מיין טענה איז נאר דאס וגם עיין כאן
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אין אמעריקע, און אין ניו יארק סיטי בפרט זענען אלע אין גלות, דער איד, דער אראבער, דער מעקסיקאנער, דער שווארצער, דער כינעזער, דער איטאליענער, דער אינדיאנער, ס'איז איין גרויסע קיבוץ גלויות פון multiculturalism. אפשר אין מאנסי זענען דא גוים וואס האבן א פראלעם מיט א טלית, פון די סיטי האבן די חברה שוין לאנג אפגעטראגן.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

ווען סאטמאר רב האט גערעדט פון גיין מיט א שטריימל איז עס נישט געווען משום סכנה וכדו'. עס איז געווען ווייל גויים האבן געלאכט. אויב איז א טלית (וכן שטריימל) א "סכנה" און רייצט אויף גויים וואס זענען עלול אויף רציחה, איז נישט פארהאן קיין שום מצוה, ענין, מנהג, מסורה, צו גיין דערמיט אויפן גאס, אפי' לדעת כל הצדיקים.

----

חלב האקט (מעלקט), אמת. מ'רעדט פון דער געדאנק שבו, נישט צו זיין באקוועם דאהי.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

נו שוין האט געשריבן:אונזערע רביס האבן געטוען טאקע אנדערש, און געגאנגן מיט א רעשוואלקע אין הייסטע זומער טעג כדי צו פארדעקן די טלית, מעולם לא עלתה על דעתם צו גיין מיט א אפענע טלית.

וועלכע רבי איז געגאנגענן מיט א רעלזשוואקע צו פארדעקן די טלית?

נעמען ביטע
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

קאטטשקעלע האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:וויזניצע רבי פון מאנסי זצ"ל האט נישט געלאזט גיין און שפיטאל מיט א שטריימעל, אלס דעם אויס.

כ׳האב קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס׳שטימט.

נאכאמל עס קען זיין אז געוויסע גדולים האבן יא אדער נישט געהאלטן דערפון
מיין טענה איז נאר דאס וגם עיין כאן

איך קען מעיד זיין אז הרב שאר שוינט נישט קיינעם, פון אגודה ביז סאטמאר. ווען ער האלט עפעס זאגט ער עס. ער שטעלט זיך נישט צו צו קיינעם. איך האב אים שוין געהערט האקן אויף כמעט יעדעם.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

קאנסילמאן האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אונזערע רביס האבן געטוען טאקע אנדערש, און געגאנגן מיט א רעשוואלקע אין הייסטע זומער טעג כדי צו פארדעקן די טלית, מעולם לא עלתה על דעתם צו גיין מיט א אפענע טלית.

וועלכע רבי איז געגאנגענן מיט א רעלזשוואקע צו פארדעקן די טלית?

נעמען ביטע

סאטמאר, באבוב, וויזניץ, ואטו כי רוכלא?
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

פאר די וואס פארפירען נישט צו גיין מיטען טלית, חשוב לדעת די מעשה פון רבי מעכעלע מנתני זצ"ל אויפן פליגער: אבער איך האב זיי נישט אויסגעזאגט אז איך בין א איד נישט צו מאכען א חילול השם, אזא פנים האבן די מהלכים כאילו די טלית און נישט די הוט און בארד און פיאות מאכט אים פאר א איד.

נעקסט גייט מען בעטען צו באהאלטען די פיאות, אויסטיען די קאפעל, פיקוח נפש דוחה הכל!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

עושר וכבוד האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אונזערע רביס האבן געטוען טאקע אנדערש, און געגאנגן מיט א רעשוואלקע אין הייסטע זומער טעג כדי צו פארדעקן די טלית, מעולם לא עלתה על דעתם צו גיין מיט א אפענע טלית.

וועלכע רבי איז געגאנגענן מיט א רעלזשוואקע צו פארדעקן די טלית?

נעמען ביטע

סאטמאר, באבוב, וויזניץ, ואטו כי רוכלא?

רעכענסט אויס סתם נעמען פון רבי'ס?!
אדער פראבירסט צו שרייבען איבער די נושא וועלכע רבי עס איז געגאנגענן מיטען רעלזשוואקע צו באהאלטען די טלית?
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

עושר וכבוד האט געשריבן:איך קען מעיד זיין אז הרב שאר שוינט נישט קיינעם, פון אגודה ביז סאטמאר. ווען ער האלט עפעס זאגט ער עס. ער שטעלט זיך נישט צו צו קיינעם. איך האב אים שוין געהערט האקן אויף כמעט יעדעם.

און דאס ברענגט ארויס אז...?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

שרייזשע האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:וויזניצע רבי פון מאנסי זצ"ל האט נישט געלאזט גיין און שפיטאל מיט א שטריימעל, אלס דעם אויס.

איך בין געווען אמאל און שפיטאל יום כיפור צום געבורטס פון א קינד, און איך האב געזען דארט אינגערמאן זיך ארומדרייען און די האלוועיס מיטן קיטל און טלית מיטן זילבערנע עטרה, איך האב מיר געפילט אביסעל אומבאקוועם דערמיט. איז דארט געוועזן א וויזנצע אינגעמאן, און ער האט אים געזאגט אז וויזניצע רבי האט געגעבן א הוראה פאר זיינע חסידים נישט צו זיך דרייען און שפיטאל מיט א שטריימל, וכל שכן נישט מיטן קיטל און טלית.

אין 770 איסטערן פארקוועי האט מען געהאלטן דייקא יא צו גיין בגלוי צו ווייזן שטאלץ, וכן דעת כמה ניקים באייוועלט :wink:
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

קאנסילמאן האט געשריבן:פאר די וואס פארפירען נישט צו גיין מיטען טלית, חשוב לדעת די מעשה פון רבי מעכעלע מנתני זצ"ל אויפן פליגער: אבער איך האב זיי נישט אויסגעזאגט אז איך בין א איד נישט צו מאכען א חילול השם, אזא פנים האבן די מהלכים כאילו די טלית און נישט די הוט און בארד און פיאות מאכט אים פאר א איד.

נעקסט גייט מען בעטען צו באהאלטען די פיאות, אויסטיען די קאפעל, פיקוח נפש דוחה הכל!

אויב ס'וועט האלטן ביי מסירת נפש וועט מען טאקע דארפן. פונקט ווי ביים צווייטן וועלט מלחמה. ה' ישמרנו.

אבער די טלית איז א מסורת רבותינו. עי' ערוך השולחן:

בזמנו [של הרמ"א] היו היהודים דרים בפני עצמם והיו יכולים לילך גם בטלית גדול לבית הכנסת ... ובזמנינו בעונותינו הרבים אי אפשר לעשות זה כלל ואנו מניחים הטלית והתפילין בבית הכנסת

קיצור שולחן ערוך:

בקהילות שיש ליהודים רחובות בפני עצמן, מצווה להתעטף בציצית ולהניח תפילין בביתו, וילך כך לבית הכנסת. ובמקום שדרים בין האומות, או שצריך לעבור דרך מבואות מטונפות, יש להתעטף בציצית ולהניח תפילין בפרוזדור של בית הכנסת,

כף החיים:

במקום שנמצאים שם עכו״ם הולכים ברחובות, וחושש שילעיגו עליו אם ילבוש ציצית ותפילין בביתו והולך לבית הכנסת, ראיתי חכמים מתחכמים שלובשים טלית גדול ותפילין דרש"י ודרבינו תם בביתם, ואחר כך כשהולכים לבית הכנסת מכסים התפילין תחת הכובע שבראשם, והטלית מניחים אוחו על כתפיהם תחת הגלימא, ואחר כך כשבאים לבית הכנסת מוציאים הטלית מתחת הגלימא ומניחים אותו על ראשיהם ועל גופם והתפילין מתחת הכובע, כדי לכסותו בטלית. אמנם פה עיר עז לנו ירושת״ו (=ירושלים תבנה ותכונן) לא יש לא יוהרא ולא הלעגה מן העכו״ם

ועוד.
געהאפט
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געהאפט »

עושר וכבוד האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אונזערע רביס האבן געטוען טאקע אנדערש, און געגאנגן מיט א רעשוואלקע אין הייסטע זומער טעג כדי צו פארדעקן די טלית, מעולם לא עלתה על דעתם צו גיין מיט א אפענע טלית.

וועלכע רבי איז געגאנגענן מיט א רעלזשוואקע צו פארדעקן די טלית?

נעמען ביטע

סאטמאר, באבוב, וויזניץ, ואטו כי רוכלא?

האב איך נישט געוויסט אז אור המקיף האט מיט פארדעקען די טלית
Please correct me if I am wrong
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

קאנסילמאן האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:איך קען מעיד זיין אז הרב שאר שוינט נישט קיינעם, פון אגודה ביז סאטמאר. ווען ער האלט עפעס זאגט ער עס. ער שטעלט זיך נישט צו צו קיינעם. איך האב אים שוין געהערט האקן אויף כמעט יעדעם.

און דאס ברענגט ארויס אז...?

דער תגובה איז צו א צווייטן.

לגבי די רבי'ס מיט רעזשוואלקע, כפי ידיעתי איז דאס די סיבה, נישט אויפצודעקן די טלית. אויב דו ווייסט פון עפעס אנדערש ביטע שרייב.

(אור המקיף איז נאר ליל שב"ק)
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

די טלית איז די אור מקיף שבת צופרי, דערפאר מאכט מען קידוש מיטן רעשוואלקע ביינאכט און מיטן טלית צופרי.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אינמיטען לעצטען זומער איס אשת ר׳ יכקב ריכטער אוועק האב איך דעמאלטס געליינט דא אדער אין איינע פין די צייטונגען אין כהאב עס איבער געטשעקט ביי זיינע קינדער זיין ווייב הא געוואוינט אין באדעפעסט ווען ער האט חתונה געהאט איז ער אהין געגאנגען פאר אפאר וואכן האט אים די רבי אנגעזאגט "נישט" צו גיין מיט די שטריימל ווייל עס רייצט אויף די גוים די רבי האט אים געזאגט די וועסט אוועק פארן נאך אפאר וואכן אין די אידן דארט וועלן ליידן פין דעם
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עושר וכבוד האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האט איינער ג'קלערט אז דער אינדיאנער מיט זיין גרינער שמאטע און אראנזשע בארד איז גורם אנטי-אינידיאנישקייט? דארף דער אראבער זיך אויסטוהן זיין ווייסער שמאטע?
צו זאגן אז אונזער לבוש איז דער שורש פון אנטיסעמיטיזם איז נאאיוו און מסוכן!

אויב וועלן מענטשן הרגענען אראבער, זאל דער אראבער בעסער שנעל אויסטון זיין שמאטע. לעת עתה זענען אידן ליידער אין גלות, דער אראבער נישט.

א שטריימל איז א לבוש מיט וואס מען גייט אויפן קאפ פונקט ווי להבדיל דער גויאישער היטל וואס יעדע גוי האט געהאט 100 יאר צוריק. ס'איז טאקע אנדערש, אבער פארט נארמאל געווען אמאל. (היינט זענען די גויים אנדערש און גייען אן היטן, און די אידישע שטריימלעך זענען אויך אנדערש...) משא"כ א טלית וואס איז א מאדנער ווייסער לבוש.

דאס איז די סיבה פארוואס רבותינו הק' האבן אלץ מקפיד געווען נישט גיין מיט א טלית אין גאס, נאר באדעקט אונטערן רעזשוואלקע. משא"כ די שטריימל איז אלץ געווען אויפגעדעקט, חוץ ווען מען איז נישט אין קיין היימישע געגנט וואו עס קען זיין אויפפאלנד, דארט גייט מען טאקע נישט דערמיט.

פון וואו נעמט איר דאס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

ברוך שכוונתי:
עושר וכבוד האט געשריבן:ווען סאטמאר רב האט גערעדט פון גיין מיט א שטריימל איז עס נישט געווען משום סכנה וכדו'. עס איז געווען ווייל גויים האבן געלאכט. אויב איז א טלית (וכן שטריימל) א "סכנה" און רייצט אויף גויים וואס זענען עלול אויף רציחה, איז נישט פארהאן קיין שום מצוה, ענין, מנהג, מסורה, צו גיין דערמיט אויפן גאס, אפי' לדעת כל הצדיקים.

פעיק נוז האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האט איינער ג'קלערט אז דער אינדיאנער מיט זיין גרינער שמאטע און אראנזשע בארד איז גורם אנטי-אינידיאנישקייט? דארף דער אראבער זיך אויסטוהן זיין ווייסער שמאטע?
צו זאגן אז אונזער לבוש איז דער שורש פון אנטיסעמיטיזם איז נאאיוו און מסוכן!

אויב וועלן מענטשן הרגענען אראבער, זאל דער אראבער בעסער שנעל אויסטון זיין שמאטע. לעת עתה זענען אידן ליידער אין גלות, דער אראבער נישט.

א שטריימל איז א לבוש מיט וואס מען גייט אויפן קאפ פונקט ווי להבדיל דער גויאישער היטל וואס יעדע גוי האט געהאט 100 יאר צוריק. ס'איז טאקע אנדערש, אבער פארט נארמאל געווען אמאל. (היינט זענען די גויים אנדערש און גייען אן היטן, און די אידישע שטריימלעך זענען אויך אנדערש...) משא"כ א טלית וואס איז א מאדנער ווייסער לבוש.

דאס איז די סיבה פארוואס רבותינו הק' האבן אלץ מקפיד געווען נישט גיין מיט א טלית אין גאס, נאר באדעקט אונטערן רעזשוואלקע. משא"כ די שטריימל איז אלץ געווען אויפגעדעקט, חוץ ווען מען איז נישט אין קיין היימישע געגנט וואו עס קען זיין אויפפאלנד, דארט גייט מען טאקע נישט דערמיט.

פון וואו נעמט איר דאס?

אזוי האב איך אלץ געוואוסט. איך האב געברענגט עטליכע מקורות פריער אז בין הגויים גייט מען נישט אזוי, וכן ראיתי כמה וכמה אדמורים אן דעם רעשוואלקע אין קאנטרי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עושר וכבוד האט געשריבן:ווען סאטמאר רב האט גערעדט פון גיין מיט א שטריימל איז עס נישט געווען משום סכנה וכדו'. עס איז געווען ווייל גויים האבן געלאכט. אויב איז א טלית (וכן שטריימל) א "סכנה" און רייצט אויף גויים וואס זענען עלול אויף רציחה, איז נישט פארהאן קיין שום מצוה, ענין, מנהג, מסורה, צו גיין דערמיט אויפן גאס, אפי' לדעת כל הצדיקים.

----

חלב האקט (מעלקט), אמת. מ'רעדט פון דער געדאנק שבו, נישט צו זיין באקוועם דאהי.

מען טאר נישט זיין באקוועם דאהי? מקור ביטע. ביים קויפן דיין האנדא אדעסי פרובירסטו אויך נישט צו זיין באקוועם, אדער נאר דארט וואו דו ביזסט 'קאמפלעקסט' פון דעם גוי, דארט טאר מען נישט זיין באקוועם?

גיין א טלית ברענגט רציחה? פון וואו נעמט איר דאס?
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום זונטאג דעצעמבער 15, 2019 8:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”