בלאט 1 פון 1

הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:07 pm
דורך סארוואש
מען מעג ארויפלייגן א מזוזה ביינאכט?

איז דא ערגעץ א קלארע דיאגראם ווי אויפ טיר צו לייגן א נייע מזוזה?

ווי קען מען טרעפן א לשם יחוד אדער תפלה פאר מען לייגט ארויף א מזוזה?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:24 pm
דורך farshlufen
על רגל אחת?

1) יא
2) אויף די רעכטע זייט, די אויבערשטע דריטל, שיעף. [וועלכע ס'איז די רעכטע איז נישט אלעמאל א גרינגע ענטפער, צומאל ברויך מען פרעגן א מורה הוראה.
3)פשוט, לשם יחוד וכו' ויהי נועם, די ברכה. [מ'דארף מברר זיין פארדעם צו מ'קען טאקע מאכן א ברכה ביי די טיר און שטוב וכו'.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:30 pm
דורך קאווליר
נישט פארגעסן וואס שטייט אין שו"ע בטפח הסמוך לחוץ

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:38 pm
דורך מחשב
און אינזין האבן לשם מצות מזוזה, (שיש סוברים שצריך קביעה לשמה).

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:40 pm
דורך מחשב
קאווליר האט געשריבן:נישט פארגעסן וואס שטייט אין שו"ע בטפח הסמוך לחוץ


נארמאל אז עס דא טיר, איז נישט שייך אנדערש, אויב איז נישטא קיין טיר קען זיין נאך אסאך שאלות.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:43 pm
דורך הר גריזים
אז מ'רעדט שוין יא פון הל' מזוזה,
ביי א עלעוועיטאר דארף מען לייגן ביי יעדע שטאק א מזוזה, אדער ס'איז גענוג אז מ'לייגט א מזוזה אין די עלעוועיטאר אז ווען די טיר עפענט זיך ביי יעדע שטאק איז די מזוזה דארט?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:45 pm
דורך יש בו
farshlufen האט געשריבן: די אויבערשטע דריטל

אויב איז די טיר זייער הויך (כ׳ווייס נישט ווי אזוי מען מעסט דאס) לייגט מען די מזוזה כנגד הכתף, (אנטקעגן די אקסעל)

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 11:09 am
דורך טלה ונעשה איל
א גוטן טייערע יודן, חברי ק"ק אידישע וועלט, שיחיו
מחשב האט געשריבן:און אינזין האבן לשם מצות מזוזה, (שיש סוברים שצריך קביעה לשמה).

נישט האבנדיג געלערנט הלכות מזוזה איז מיר אינטערסאנט צו פארשטיין, וואס קען זיין א דוגמא פון שלא לשמה?
אויבן אויף קלער איך אז דאס קען זיין ביי איינער וואס לייגט דער מזוזה לשם סגולה בעלמא... אבער געווענליך טרעפן זיך נישט אזעלכע יודן אזוי אפט, ממילא איז עס נישט נוגע פאר'ן רב השואל, נישט אזוי?

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 12:05 pm
דורך מחשב
טלה ונעשה איל האט געשריבן:א גוטן טייערע יודן, חברי ק"ק אידישע וועלט, שיחיו
מחשב האט געשריבן:און אינזין האבן לשם מצות מזוזה, (שיש סוברים שצריך קביעה לשמה).

נישט האבנדיג געלערנט הלכות מזוזה איז מיר אינטערסאנט צו פארשטיין, וואס קען זיין א דוגמא פון שלא לשמה?
אויבן אויף קלער איך אז דאס קען זיין ביי איינער וואס לייגט דער מזוזה לשם סגולה בעלמא... אבער געווענליך טרעפן זיך נישט אזעלכע יודן אזוי אפט, ממילא איז עס נישט נוגע פאר'ן רב השואל, נישט אזוי?


מתעסק בעלמא איז אויך א פראבלעם, ווייל עס איז דא א חיובי פון לשמה, נישט א היפך כוונה פון א שלא לשמה.

image.png
image.png (85.98 KiB) געזעהן 1742 מאל

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 12:11 pm
דורך טלה ונעשה איל
(דאס איז פון הרב בלויא, ריכטיג?)
אינטערסאנט, אינעם פְּנים זעהט אויס אז דער פראבלעם פון שלא לשמה איז נאר אויב א גוי אדער קטן איז קובע, אבער אונטן דערמאנט ער, ארומגערינגלט, "צריך לכוין".
בכל אופן, א דאנק פאר די ידיעה.

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 12:14 pm
דורך מחשב
דער דין פון א גוי איז נובע פון דער דין פון לשמה, דאס מיינט ער צו זאגן אויבן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 3:32 pm
דורך ראובן שמעון
הר גריזים האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא פון הל' מזוזה,
ביי א עלעוועיטאר דארף מען לייגן ביי יעדע שטאק א מזוזה, אדער ס'איז גענוג אז מ'לייגט א מזוזה אין די עלעוועיטאר אז ווען די טיר עפענט זיך ביי יעדע שטאק איז די מזוזה דארט?

ווער זאגט א מעלית דארף א מזוזה עס איז א גרויסע מחלוקות

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 3:41 pm
דורך ראובן שמעון
דער מנחת יצחק האט א לאנגע תשובה וועגען דעם למעשה איז ער נוטה צו מחייב זיין
בשו"ת בצל החכמה, ר' שלמה זלמן, ר' משה פיינשטיין, קהילת יעקב (סטייפלע), להורות נתן, פטר'ן להורות נתן איז מוסיף אז אויב עס האט ד' על ד' דארף עס יא לכאורה איז עס א דבר פשוט אז דער אנדערע זענען מסכים ביי אזא פאל
חובת הדר (פרק ה' סעיף יא') מצדד להחמיר און ער זאגט אז דער ערשטע שטאק זאל מען לייגען לצד ימין און ביי אלע אנדער שטאקען זאל מען לייגען לצד ימין של יציאת המעלי דהיינו אויף דער לינקע זייט

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 3:42 pm
דורך הר גריזים
ראובן שמעון האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא פון הל' מזוזה,
ביי א עלעוועיטאר דארף מען לייגן ביי יעדע שטאק א מזוזה, אדער ס'איז גענוג אז מ'לייגט א מזוזה אין די עלעוועיטאר אז ווען די טיר עפענט זיך ביי יעדע שטאק איז די מזוזה דארט?

ווער זאגט א מעלית דארף א מזוזה עס איז א גרויסע מחלוקות

פארוואס זאל עס נישט דארפן? עספעשלי ווען מ'קומט אריין פון איין זייט פון די עלעוועיטאר און מ'גייט ארויס פון די אנדערע זייט, איז עס נישט קיין געהעריגע בית שער?

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 3:48 pm
דורך ראובן שמעון
עיין במנחת יצחק ח"ד סימן צג' באריכות

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 3:58 pm
דורך ר' יום טוב
א אפענע קיוביקל אפיס דארף א מזוזה?