הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סארוואש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:37 am

הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

תגובהדורך סארוואש » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:07 pm

מען מעג ארויפלייגן א מזוזה ביינאכט?

איז דא ערגעץ א קלארע דיאגראם ווי אויפ טיר צו לייגן א נייע מזוזה?

ווי קען מען טרעפן א לשם יחוד אדער תפלה פאר מען לייגט ארויף א מזוזה?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21982
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:24 pm

על רגל אחת?

1) יא
2) אויף די רעכטע זייט, די אויבערשטע דריטל, שיעף. [וועלכע ס'איז די רעכטע איז נישט אלעמאל א גרינגע ענטפער, צומאל ברויך מען פרעגן א מורה הוראה.
3)פשוט, לשם יחוד וכו' ויהי נועם, די ברכה. [מ'דארף מברר זיין פארדעם צו מ'קען טאקע מאכן א ברכה ביי די טיר און שטוב וכו'.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:30 pm

נישט פארגעסן וואס שטייט אין שו"ע בטפח הסמוך לחוץ
ארויס פין בבל

מחשב
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:38 pm

און אינזין האבן לשם מצות מזוזה, (שיש סוברים שצריך קביעה לשמה).
הוי מחשב...

מחשב
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:40 pm

קאווליר האט געשריבן:נישט פארגעסן וואס שטייט אין שו"ע בטפח הסמוך לחוץ


נארמאל אז עס דא טיר, איז נישט שייך אנדערש, אויב איז נישטא קיין טיר קען זיין נאך אסאך שאלות.
הוי מחשב...

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:43 pm

אז מ'רעדט שוין יא פון הל' מזוזה,
ביי א עלעוועיטאר דארף מען לייגן ביי יעדע שטאק א מזוזה, אדער ס'איז גענוג אז מ'לייגט א מזוזה אין די עלעוועיטאר אז ווען די טיר עפענט זיך ביי יעדע שטאק איז די מזוזה דארט?

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:45 pm

farshlufen האט געשריבן: די אויבערשטע דריטל

אויב איז די טיר זייער הויך (כ׳ווייס נישט ווי אזוי מען מעסט דאס) לייגט מען די מזוזה כנגד הכתף, (אנטקעגן די אקסעל)
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:09 am

א גוטן טייערע יודן, חברי ק"ק אידישע וועלט, שיחיו
מחשב האט געשריבן:און אינזין האבן לשם מצות מזוזה, (שיש סוברים שצריך קביעה לשמה).

נישט האבנדיג געלערנט הלכות מזוזה איז מיר אינטערסאנט צו פארשטיין, וואס קען זיין א דוגמא פון שלא לשמה?
אויבן אויף קלער איך אז דאס קען זיין ביי איינער וואס לייגט דער מזוזה לשם סגולה בעלמא... אבער געווענליך טרעפן זיך נישט אזעלכע יודן אזוי אפט, ממילא איז עס נישט נוגע פאר'ן רב השואל, נישט אזוי?

מחשב
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:05 pm

טלה ונעשה איל האט געשריבן:א גוטן טייערע יודן, חברי ק"ק אידישע וועלט, שיחיו
מחשב האט געשריבן:און אינזין האבן לשם מצות מזוזה, (שיש סוברים שצריך קביעה לשמה).

נישט האבנדיג געלערנט הלכות מזוזה איז מיר אינטערסאנט צו פארשטיין, וואס קען זיין א דוגמא פון שלא לשמה?
אויבן אויף קלער איך אז דאס קען זיין ביי איינער וואס לייגט דער מזוזה לשם סגולה בעלמא... אבער געווענליך טרעפן זיך נישט אזעלכע יודן אזוי אפט, ממילא איז עס נישט נוגע פאר'ן רב השואל, נישט אזוי?


מתעסק בעלמא איז אויך א פראבלעם, ווייל עס איז דא א חיובי פון לשמה, נישט א היפך כוונה פון א שלא לשמה.

image.png
image.png (85.98 KiB) געזעהן 1532 מאל
הוי מחשב...

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:11 pm

(דאס איז פון הרב בלויא, ריכטיג?)
אינטערסאנט, אינעם פְּנים זעהט אויס אז דער פראבלעם פון שלא לשמה איז נאר אויב א גוי אדער קטן איז קובע, אבער אונטן דערמאנט ער, ארומגערינגלט, "צריך לכוין".
בכל אופן, א דאנק פאר די ידיעה.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:14 pm

דער דין פון א גוי איז נובע פון דער דין פון לשמה, דאס מיינט ער צו זאגן אויבן.
הוי מחשב...

ראובן שמעון
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 03, 2016 3:42 am

תגובהדורך ראובן שמעון » מאנטאג מארטש 04, 2019 3:32 pm

הר גריזים האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא פון הל' מזוזה,
ביי א עלעוועיטאר דארף מען לייגן ביי יעדע שטאק א מזוזה, אדער ס'איז גענוג אז מ'לייגט א מזוזה אין די עלעוועיטאר אז ווען די טיר עפענט זיך ביי יעדע שטאק איז די מזוזה דארט?

ווער זאגט א מעלית דארף א מזוזה עס איז א גרויסע מחלוקות
נעם עס נישט פערזענדליך איך מיין נאר דיין ניק!

ראובן שמעון
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 03, 2016 3:42 am

תגובהדורך ראובן שמעון » מאנטאג מארטש 04, 2019 3:41 pm

דער מנחת יצחק האט א לאנגע תשובה וועגען דעם למעשה איז ער נוטה צו מחייב זיין
בשו"ת בצל החכמה, ר' שלמה זלמן, ר' משה פיינשטיין, קהילת יעקב (סטייפלע), להורות נתן, פטר'ן להורות נתן איז מוסיף אז אויב עס האט ד' על ד' דארף עס יא לכאורה איז עס א דבר פשוט אז דער אנדערע זענען מסכים ביי אזא פאל
חובת הדר (פרק ה' סעיף יא') מצדד להחמיר און ער זאגט אז דער ערשטע שטאק זאל מען לייגען לצד ימין און ביי אלע אנדער שטאקען זאל מען לייגען לצד ימין של יציאת המעלי דהיינו אויף דער לינקע זייט
נעם עס נישט פערזענדליך איך מיין נאר דיין ניק!

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 04, 2019 3:42 pm

ראובן שמעון האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא פון הל' מזוזה,
ביי א עלעוועיטאר דארף מען לייגן ביי יעדע שטאק א מזוזה, אדער ס'איז גענוג אז מ'לייגט א מזוזה אין די עלעוועיטאר אז ווען די טיר עפענט זיך ביי יעדע שטאק איז די מזוזה דארט?

ווער זאגט א מעלית דארף א מזוזה עס איז א גרויסע מחלוקות

פארוואס זאל עס נישט דארפן? עספעשלי ווען מ'קומט אריין פון איין זייט פון די עלעוועיטאר און מ'גייט ארויס פון די אנדערע זייט, איז עס נישט קיין געהעריגע בית שער?

ראובן שמעון
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 03, 2016 3:42 am

תגובהדורך ראובן שמעון » מאנטאג מארטש 04, 2019 3:48 pm

עיין במנחת יצחק ח"ד סימן צג' באריכות
נעם עס נישט פערזענדליך איך מיין נאר דיין ניק!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג מארטש 04, 2019 3:58 pm

א אפענע קיוביקל אפיס דארף א מזוזה?
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: התבונני, לעכטל און 12 געסט