פעלעד האט געשריבן:דעי בריוו האט גארניש אנגעלייקט מיט דעם אשכול, ער רעדט דא איבער צניעות און נישט איבער חשש ע"ז.
פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
די תשובות האבן נישט קיין דאטום. איז עס יעצט ארויסגעקומען?
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8346
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
נישט אמת, שוין געזעהן א שטיק צייט צוריק
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
שוין געווען דאכצעך ערגעץ דא אין דעם אשכול דיססקוסירט די סיבה פארוואס הרב חיד"ו איז פין די איינציגסטע מתירים אויף דעם.
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
שמחהלע האט געשריבן:שוין געווען דאכצעך ערגעץ דא אין דעם אשכול דיססקוסירט די סיבה פארוואס הרב חיד"ו איז פין די איינציגסטע מתירים אויף דעם.
היתכן ער איז זיך מתחצף אנטקעגן די מעוררים? אונז האב מיר א 3 סטעפ פלען (Three-Step Plan) און ער מאכט אלעס חרוב. מען טאר דאס נישט צולאזן.
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
אונגארישע הייזער האט געשריבן:נישט אמת, שוין געזעהן א שטיק צייט צוריק
די תשובה "שער מהודו בימינו" איז א לעצטיגע תשובה.
שמחהלע האט געשריבן:שוין געווען דאכצעך ערגעץ דא אין דעם אשכול דיססקוסירט די סיבה פארוואס הרב חיד"ו איז פין די איינציגסטע מתירים אויף דעם.
עיין קובץ עץ חיים ניסן תש"פ עמוד שע"ח בטוטו"ד, והמבזה ת"ח אין תרופה למכתו.
למעשה פון די דיינים וואס האבן באמת אדורכגעטוהן די נושא איז ער בכלל נישט דער איינציגסטער, אדרבה רובם מקילים.
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
ח"ו נישט קיינעם מבזה געווען, כ'געדענק נאר אז מהאט עס שוין ערגעצוואו דיסקוסירט..
איך זאג נישט ווער סאיז גערעכט לכאן ולכאן.
איך זאג נישט ווער סאיז גערעכט לכאן ולכאן.
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
מה אנו האט געשריבן:אונגארישע הייזער האט געשריבן:נישט אמת, שוין געזעהן א שטיק צייט צוריק
די תשובה "שער מהודו בימינו" איז א לעצטיגע תשובה.שמחהלע האט געשריבן:שוין געווען דאכצעך ערגעץ דא אין דעם אשכול דיססקוסירט די סיבה פארוואס הרב חיד"ו איז פין די איינציגסטע מתירים אויף דעם.
עיין קובץ עץ חיים ניסן תש"פ עמוד שע"ח בטוטו"ד, והמבזה ת"ח אין תרופה למכתו.
למעשה פון די דיינים וואס האבן באמת אדורכגעטוהן די נושא איז ער בכלל נישט דער איינציגסטער, אדרבה רובם מקילים.
אדרבה אז די קענסט ברענג אהער א קאפי פונען קובץ.
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
מה אנו האט געשריבן:
שפתיים ישק, אבער איך זע אז ער בארירט נישט איין טענה וואס איך האב געשריבן אויבן, אז דער ראש האוסרים איז לויט דעם פונקט אזוי פסול...
אדער ווייסט נישט הרב שווייד דערפון, אדער שרייבט ער עס נישט ווייל עס פאסט נישט צו שרייבן אזוי אויף א גדול אפי' בדרך ומטונך. אויב אזוי בין איך מקנא זיין כח המעצר.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35409
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
מה אנו האט געשריבן:
אנשולדיגט די שארפע לשונות צום סוף לייגן צוגרינד די גאנצע בירור, ותמהני על הקובץ החשוב פארן עס דרוקן אזוי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
Yang2020 האט געשריבן:מה אנו האט געשריבן:
שפתיים ישק, אבער איך זע אז ער בארירט נישט איין טענה וואס איך האב געשריבן אויבן, אז דער ראש האוסרים איז לויט דעם פונקט אזוי פסול...
אדער ווייסט נישט הרב שווייד דערפון, אדער שרייבט ער עס נישט ווייל עס פאסט נישט צו שרייבן אזוי אויף א גדול אפי' בדרך ומטונך. אויב אזוי בין איך מקנא זיין כח המעצר.
איך בין חושש אז איר האט געמאכט א טעות, די שאלה דא איז נישט אלס קורבה, נאר אלס שוחד, איז ממילא לויט די אוסרים נאר די מתיר פסול אלס שוחד, אבער די אוסר מעג פסקנ'ן לאיסור.
פארשטייט זיך אז די אוסרים נעמען נישט אן ווי איר האט געברענגט אויבן פון די חזו"א (וידוע שהחזו"א שם בא לאפוקי משיטת הגר"י מסאלאנט ובעלי המוסר), נאר זיי האלטען ווי פיל סאטמארע האלטען אז אלע גדו"י אין א"י מעגען נישט פסקנ'ן בענין הבחירות ולקיחת תקציבים ווייל עס איז נוגע זיי אדער זייערע ישיבות וכדו'.
בעצם השאלה מתי כן חוששים לנגיעה ומתי לא, יש בזה הרבה סתירות בגמרות וראשונים אשר אכהמלהב"ז, ויש שמחלקים בין הוראה לאחרים וכו', עכ"פ בניד"ד אני מסכים שמותר להגרחי"ד ווייס שליט"א לפסוק להיתר (והוא כמובן אינו צריך להסכמתי...), אבל קצת מן הטענות כנגד טענת האוסרים על שוחד לוקים באי דיוק.
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
1. איז פארהאן א מקור דערויף, אז פארדינסט פון א קרוב (באמת א קרוב'ס קרוב, וואס איך שטעל זיך פאר אז הגרחי"ד קען אים קוים, אבער לאמיר זאגן קרוב) הייסט א נגיעה, חוץ פון דיני קורבה?
דאס וואס פילע סאטמארע האלטן אז רבנים אין א"י קענען נישט פסק'ענען איבער בחירות אדער נעמען געלט איז ווייל זיי אליין שטייען אויס צו פארדינען דערפון, נישט זייערע קרובים'ס קרובים. דאלת"ה וואלטן רבנים איבער די וועלט אויך געווען פסול, ווילאנג זיי האבן קרובים'ס קרובים אין א"י.
אין אנדערע ווערטער, נישט איך האב דא פארטוישט צווישן קורבה און שוחד נאר די שרייבערלעך, מיט דעם וואס זיי האבן דא דן געווען חומרי קורבה. איז לויט זיי טאקע שווער פארוואס זאל מען נישט פסל'ען קרובים לחובה פונקט אזוי.
2. לויט אזא געדאנקענגאנג וואס טרעפט נגיעה להתיר מיט דעם וואס א קרוב'ס קרוב האט עפעס א קליינע געשעפטל, וואלט נישט געווען שווער צו טרעפן אויך א נגיעה לאסור מיט דעם וואס א קרוב מצד אשתו האט אזא געשעפטל. ודי בזה.
דאס וואס פילע סאטמארע האלטן אז רבנים אין א"י קענען נישט פסק'ענען איבער בחירות אדער נעמען געלט איז ווייל זיי אליין שטייען אויס צו פארדינען דערפון, נישט זייערע קרובים'ס קרובים. דאלת"ה וואלטן רבנים איבער די וועלט אויך געווען פסול, ווילאנג זיי האבן קרובים'ס קרובים אין א"י.
אין אנדערע ווערטער, נישט איך האב דא פארטוישט צווישן קורבה און שוחד נאר די שרייבערלעך, מיט דעם וואס זיי האבן דא דן געווען חומרי קורבה. איז לויט זיי טאקע שווער פארוואס זאל מען נישט פסל'ען קרובים לחובה פונקט אזוי.
2. לויט אזא געדאנקענגאנג וואס טרעפט נגיעה להתיר מיט דעם וואס א קרוב'ס קרוב האט עפעס א קליינע געשעפטל, וואלט נישט געווען שווער צו טרעפן אויך א נגיעה לאסור מיט דעם וואס א קרוב מצד אשתו האט אזא געשעפטל. ודי בזה.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
Yang2020 האט געשריבן:1. איז פארהאן א מקור דערויף, אז פארדינסט פון א קרוב (באמת א קרוב'ס קרוב, וואס איך שטעל זיך פאר אז הגרחי"ד קען אים קוים, אבער לאמיר זאגן קרוב) הייסט א נגיעה, חוץ פון דיני קורבה?
דאס וואס פילע סאטמארע האלטן אז רבנים אין א"י קענען נישט פסק'ענען איבער בחירות אדער נעמען געלט איז ווייל זיי אליין שטייען אויס צו פארדינען דערפון, נישט זייערע קרובים'ס קרובים. דאלת"ה וואלטן רבנים איבער די וועלט אויך געווען פסול, ווילאנג זיי האבן קרובים'ס קרובים אין א"י.
אין אנדערע ווערטער, נישט איך האב דא פארטוישט צווישן קורבה און שוחד נאר די שרייבערלעך, מיט דעם וואס זיי האבן דא דן געווען חומרי קורבה. איז לויט זיי טאקע שווער פארוואס זאל מען נישט פסל'ען קרובים לחובה פונקט אזוי.
2. לויט אזא געדאנקענגאנג וואס טרעפט נגיעה להתיר מיט דעם וואס א קרוב'ס קרוב האט עפעס א קליינע געשעפטל, וואלט נישט געווען שווער צו טרעפן אויך א נגיעה לאסור מיט דעם וואס א קרוב מצד אשתו האט אזא געשעפטל. ודי בזה.
אודאי ביזסטו גערעכט, איך האב נאר געשריבען לשיטתם אז עס הייסט יא שוחד (און נישט קורבה).
פיל רבנים אין א"י וואס האבען מתיר געווען בחירות אא"וו האבען נישט געהאט קיין פערזענליכע פארדינסטען פון דעם (אלא שאעפ"כ ס"ל להויוא"מ (במאמר שלש שבועות אות קע"א) שמשום אלמות המלכות הם נחשבים לנוגעים בדבר).
גראדע איז יא דא א שטיקל ראיה אז אויך אויב א פריינט פארדינט הייסט עס שוחד פון רש"י אין קידושין דף מ"ד ע"ב ד"ה אפכוה ע"ש (וע"ש ברש"ש ועוד מפרשים שתמהו על רש"י), אבער למעשה איז עס לכאו' נישט א ראיה לפי שלמעשה רב פסק דלא כמו ששלחו לו בשם שמואל.
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
farshlufen האט געשריבן:אנשולדיגט די שארפע לשונות צום סוף לייגן צוגרינד די גאנצע בירור, ותמהני על הקובץ החשוב פארן עס דרוקן אזוי.
לענ"ד נישט גענוג שארף... זיצן אפאר ראצער'ס און שרייבן פאשקעווילן אקעגן די גרעסטע פוסקים, באשמוצן זיי מיט די נידריגסטע בלבולים און לשונות של גנאי, מ'איז פשוט מסלף זייערע ווערטער כדי זיי צו קענען באשולדיגן מיט סילוף, וכו' וכו'. אבער ח"ו אז מ'איז מגלה קלונם ברבים און מ'איז מוחה מיט עטליכע שארפע לשונות דאס טאר מען שוין נישט, אתמהה?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35409
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
כ'גיי נישט אריין אינעם דיון.
אבער, דברי חכמים בנחת נשמעין, מען רעדט נאר פון די תורה'דיגע פונקטן ווי עס פאסט פאר תלמידי חכמים, פעלט נישט אויס מער, ואדרבה, מ'מאכט א פיל בעסערער רושם אזוי.
אבער, דברי חכמים בנחת נשמעין, מען רעדט נאר פון די תורה'דיגע פונקטן ווי עס פאסט פאר תלמידי חכמים, פעלט נישט אויס מער, ואדרבה, מ'מאכט א פיל בעסערער רושם אזוי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
שמעתי שקאסובער רבי שליט"א פסק למעשה להיתר שאין חשש תקרובת ע"ז
איינער מיט מער פרטים? סאיז געווען א דרשה איבער דעם? א בריוו?
איינער מיט מער פרטים? סאיז געווען א דרשה איבער דעם? א בריוו?
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
וויליאמסבורג איז געווען פריש באהאנגען מיט א קול קורא די שבת, עפעס פרישע נייעס?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 700
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך
פעלעד האט געשריבן:שמעתי שקאסובער רבי שליט"א פסק למעשה להיתר שאין חשש תקרובת ע"ז
איינער מיט מער פרטים? סאיז געווען א דרשה איבער דעם? א בריוו?
ער האט מודיע געווען דעתו פאר עטליכע יונגעלייט, בתוכם א יונגערמאן וואס זיין ווייב איז א שייטעל מאכער, אין כסדר געפרעגט דעם רבי’ן וואס ער דארף צו טוהן.
דאס איז געקומען נאך וואס ר’ גרשון וועסט איז געזעצן א לענגערע מיטינג מיט’ן רבי’ן אין פארציילט פונקטלעך וואס גייט דארטן פאר, אין בעיקר, וואס נישט !
עד כדי כך אז אין מיטן האט די רבי עם געפרעגט עפעס לגבי וואס ’אמיר דרומי’ טעהנעט, האט ער געלייגט אמיר דרומי אויף די טעלעפאון אין געפרעגט אפאר שאלות אין איינגזעזעהן אז ער דמיונט אין איז זיך סותר מיניה וביה פון א מינוט צום צוויטן.
ועל כן האט די רבי געזאגט ’’אי משום הא נפל כל האיסור בבירא’’