"והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

"והבאתי השמש בצהרים", ליקוי חמה בעבר ובהווה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג יולי 27, 2017 1:44 pm

בס"ד - כל הזכויות שמורות לסופער-סטאר

והיה ביום ההוא נאום ה' אלקים, והבאתי השמש בצהרים, והחשכתי לארץ ביום אור"
(עמוס ח ט, ובברייתא דשמואל הקטן פ"ב שהוא ליקוי החמה).



וואס ווייזט אונז א ליקוי חמה?
די גמרא (סוכה כט א) זאגט אז א ליקוי חמה איז א שלעכטע סימן פאר די אומות העולם, ווייל זייער לוח איז געבויט אויפן הילוך החמה, און א ליקוי לבנה איז א שלעכטע סימן חלילה פאר אידן, ווייל אונזער לוח איז געבויט אויפן לבנה (וראה בלוח דבר בעתו, שכיום שהישמעאלים מונין ללבנה הסימן רע הוא להם ולא לישראל, עיי"ש הוכחתו, ובקובץ בית אהרן וישראל קל"ט עמוד קנ"ז חלק עליו בתוקף).
די גמרא זאגט אויך קלאר אז דער סימן איז פאר די פאלק וואס קען זעהן די ליקוי (עיי"ש).

כאטש די ליקוי קען מען אויסרעכענען פון פריער, איז עס נאך אלס א שלעכטע סימן, פונקט ווי אלע סימנים פון שטערן זעהעריי (אסטראלאגיע), וואס לויט ווי חז"ל לערנען אונז קען מען דורך די שטערנס זעהן עתידות וואס וועט פארקומען.
עס איז נישט קיין נייע ערפינדונג צו קענען פאראויס אויסרעכענען ווען די ליקויים וועלן פארקומען, שוין אין די צייטן פונעם ערשטן ביהמ"ק אין יאר ג' אלפים קע"ה האט א יוונישע אסטראנאמער מיטן נאמען טאלוס פאראויסגעזעהן א ליקוי חמה.

אין ברייתא דשמואל הקטן (סוף פרק א) שטייט קלאר וויאזוי אויסצורעכענען ווען עס וועט געשען א ליקוי חמה אדער ליקוי לבנה:
"אחד בראשו ואחד בזנבו, או שניהם בראשו או שניהם בזנבו, בין מלפניו בין מלאחריו, בין שניהם מצד אחד בין שניהם משני צדדים, שמש וירח קדרו, אחד מן המאורות ואחד מן הכוכבים אספו נגהם".

און דארט אין פרק ב' איז דער ברייתא מאריך צו רעכענען די ליקויים. אזוי אויך אין פרקי דר' אליעזר (פ"ז) איז ער מאריך בענין הליקוי.

מען דערציילט אויף קלאמבוס, אז ווען ער איז אנגעקומען צו די האפן פון פערו, האבן זיינע מאטראזן זיך פארטשעפעט מיט די אינדיאנער דארט וועלכע האבן זיי געוואלט פארטרייבן. קלאמבוס האט געוואוסט אז מארגן דארף פארקומען א ליקוי חמה (געבויט אויף די רעכענונגען פון זיין חבר, ר' אברהם זכות בעל ספר יוחסין, וועלכער האט אויסגעשטעלט קלאמבוסעס מאפעס), האט ער געסטראשעט די אינדיאנער אז ער וועט אויסלעשן די זון. צומארגנס בשעתן ליקוי זענען זיי געפאלן צו זיינע פיס און זיך אינטערגעגעבן.

א ליקוי חמה ווייזט בדרך כלל אויף מלחמות וועלכע וועלן פארקומען אין די לענדער ווי די ליקוי איז געזען געווארן.

(אין תורה שלמה (מילואים לפרשת בא) ברענגט ר"מ כשר פון א אסטראנאמער, וועלכער האט אויסגערעכנט אז ביי מכת חושך איז געווען א ליקוי חמה מלא איבער מצרים העליונה, אבער נישט איבער מצרים התחתונה, דארט ווי גושן איז, און ער טענהט אז דערפאר איז לכל בני ישראל היה אור במושבותם. ר"מ כשר רייסט אים דארט שטארק אראפ, און ער ברענגט אז שוין פאר 700 יאר צוריק שרייבט דער בעל "המבחר" אז מען קען נישט זאגן אז עס איז געווען א ליקוי חמה ביי מכת חושך, ווייל עס שטייט דאך "ולכל בני ישראל היה אור במושבותם").

אין יאר תרנ"א שרייבט דער אלטער פון קעלם זצ"ל:
"שמעו בית ישראל את אשר אגידה כי הלא דבר הוא.
והנה בקיץ העבר שנת תרנ"א בהתחלת הקיץ היה ליקוי חמה, ובעינינו ראינו כי אח"כ נלקה העולם בחיצי רעב, ועכשיו בשבוע העבר היה בעו"ה ליקוי לבנה, ויש לנו בית ישראל לדאוג מאוד בזה, ולפי השערתי היה שחור ואדום גם יחד, ואיתא בגמרא שם כו'".


הגאון ר' אליהו מן דערציילט (פניני אגדות חז"ל, סוכה דף קי"ח):
"עדותו של הרב אריה פינסקי שפורסמה ברבים, שבהיותו נער קטן בשנת תשטו לערך, זכה ללמוד חומש רש"י עם זקינו הגה"צ ר' אליהו לאפיאן זצ"ל בהיכל ישיבת קמניץ בירושלים. אמו בקשה ממנו שילמוד עמו פרשת השבוע פ' בראשית. וכשהגיעו לפסוק והיו לאותות גו', למד עמו את הרש"י בזמן שהמאורות לוקין כו', וכאן הפסיק וסיפר לו שיום לפני פרוץ מלחמת העולם הראשונה היה חושך בחוץ באמצע היום, ממש כמו לילה, ולמחרת פרצה המלחמה העולמית הראשונה ששינתה סדרי העולם".


א געוויסער "שמואל ליפשיץ" וועלכער האט געלעבט אינעם שטעטל אנטיפאליע ביים ערשטען וועלט קריג, שרייבט אין זיינע זכרונות:
"ווען די מאביליזירטע זענען אדורכגעגאנגען אויפן הויפט שאסיי, זענען אלע אידן ארויס אויפן גאס און זיי באגלייט מיט טרערן אין די אויגן. אין דעם טאג פאר זייער אפפארן, איז גראדע אויסגעפאלן א ליקוי חמה, האבן מענטשן גערעדט: דאס ווייזט אויף שלעכטע צייטן, אז די קריג האט זיך צופלאקערט".


אזוי שרייבט אויך אלימלך זאנדער פון מאגעלניצע:
"אנהייב זוממער 1941 האבן מיר קינדער געהערט: בקרוב וועט פארקומען א ליקוי חמה. פאר אונז, אן אונטרעסאנטער דערשיינונג, זעהן דורך פארסאדזשעטע גלעזלעך די פארטונקעלטע זון, און אין מיטן טאג וועט נאכט... פאר די עלטערן איז דאס געווען א סיבה פאר זארג, די גמרא זאגט "אז די ליכטער ווערן פארטונקעלט מיינט דאס אז עפעס שלעכטס גרייט זיך אויף אידישע שונאים", דער סימן האט זיך ליידער ארויסגעוויזן אלס ריכטיגער".


און אנשיל לעבענדיגער פון פינסק שרייבט:
"און אט, אין א געוויסע פרייטאג, א ליקוי חמה. מענטשן האבן געקוקט מיט פארויכערטע גלעזער און פארגעזאגט אז דאס איז א שלעכטער סימן. און דאס שלעכטס האט לאנג נישט געלאזט ווארטן אויף זיך [די ערשטע וועלט קריג]".


א יאר פארן צווייטע וועלט קריג, איז ארויס אין אמעריקא א ספר מיטן נאמען "פלגי שמן" פון הג"ר מנחם ריזיקאוו, שרייבט ער דארט אזוי (פלגי שמן, תרצ"ט ניו יארק, עמוד קצג):
"והנה בשנת תרצ"ט ביום ראשון דר"ח אייר היה צריך להיות ליקוי חמה (ורק שהיה ביום ההוא כל היום גשמים ויום המעונן לא היה נראה), וכן מצינו במס' סנהדרין "אם ראית מלכיות מתגרות זו בזו חכה לי, עי' שם. והמלחמה הזאת שצריכה להיות תהיה מלחמה אשר לא היתה כזאת מעולם, וליקוי חמה הוא סימן רע לאומות וכו', וא"כ תהא המלחמה הזאת אחרית ותהא בעז"ה רפואה לישראל וכו'".

די ספר איז נאך געדרוקט געווארן פארן קריג, און דער מחבר האט פאראויסגעזען א ריזן מלחמה.

די גאלף מלחמה אקעגן עיראק,האט זיך אנגעהויבן ב' שבט, צומארגנס פון א ליקוי חמה. אינטרעסאנט איז אז אין ירמיה (נא ב) שטייט: "ושילחתי לבבל זרים וזרוה ויבקקו את ארצה כי היו עליה מסביב ביום רעה".

---------


עס איז אבער דא א צווייטע גמרא (סוכה כט) "על ארבעה דברים המאורות לוקים, על מגדלי בהמה דקה בירושלים, ועל קוצצי אילנות טובות, ועל כותבי פלסתר, ועל מעידי עדות שקר".
די גמרא איז שווער מסביר צו זיין אויב מען קען פאראויסזעהן די ליקויים, ווייל מען רעדט דאך פון עבירות וועלכע זענען ביד האדם נישט צו טוהן.

אסאך גדולי האחרונים פרעגן די קשיא, זעה די ווערטער פונעם רמ"א אין ספר "תורת העולה" (ח"א פ"ח):
"והוא מאמר נבוך, כי לקוי המאורות בא מכח מהלך הכוכבים".

אזוי פרעגט אויך דער מהר"ל (אין דרוש על התורה): "והלא בחושבנא תליא מילתא".
און דערפאר זענען דא וועלכע לערנען פשט אין די גמרא אז מען רעדט נישט פון די סארט ליקויים, נאר פון די פלעקן פון די זון. זעה סידור יעב"ץ סוף הל' קידוש החודש, און יערות דבש ח"ב דרוש יב. א שטארקע ראיה דערצו איז פון דעם תנא דבי אליהו (פרק טז) וועלכע רעדט ארום אויב מען זעט א ליקוי חמה אינמיטן חודש. ווי באקאנט קען א ליקוי חמה געשען נאר ביים מולד.

א פלאדיגע זאך שטייט אבער אין עיון יעקב, אויפן מאמר חז"ל "כל היודע לחשוב תקופות ומזלות כו', אז מיר אידן ווייל מיר קענען אויסרעכענען ווען די ליקוי וועט זיין, דערפאר האבן מיר נישט מורא פונעם ליקוי, אזויווי עס שטייט אין פסוק "ומאותות השמים אל תחתו", משא"כ די גוים וועלכע קענען עס נישט אויסרעכענען, ווען עס געשעט מיינען זיי אז עס ווייזט אויף עפעס שלעכטס. וז"ל:
"כל היודע לחשב תקופות ומזלות ואינו חושב וכו'. הכוונה, דע"י חישוב תקופות ומזלות יודע מתי ישתנו אותות השמים כגון ליקוי חמה ולבנה וכה"ג, הכל בא ע"י המשכת גלגל חמה ותקופתה והילוך המזלות, לכן כתיב מאותות השמים אל תחתו כי יחתו המה, משא"כ זה שאינו חושב, נראה שעלה על דעתו שעולם כמנהגו נוהג ומשו"ה את פועל ה' לא יביטו ומעשה ידיו לא ראו, ואם יראה איזו שינוי באותות השמים יחתו כמו המה, וזהו חכמתכם ובינתכם לעיני העמים".


עס דארף דא ווערן אנגעצייכנט, אז אינמיטן חודש אב תשע"ז וועט אויך פארקומען א האלבע ליקוי לבנה. בדרך כלל פאר און נאך א ליקוי חמה מאכט זיך אפט א ליקוי לבנה, און ווער עס פארשטייט וויאזוי די ליקויים ארבעטן, פארשטייט די סיבה דערצו.


מאכט מען עפעס א ברכה אויף א ליקוי חמה?

אין ארחות רבינו (ח"א דף צה) ברענגט ער פונעם סטייפלער אז מען מאכט נישט קיין ברכה עושה מעשה בראשית אויף א ליקוי. אין הנהגות החזו"א שרייבט הגר"ח קנייבסקי אז די טעם פארוואס מען מאכט נישט קיין ברכה איז ווייל עס איז נישט קיין גוטע סימן. אבער אין ספר שער העין ברענגט דער מחבר אז ער האט געפרעגט דעם בעל שבט הלוי זצ"ל אויב מען דארף מאכן א עושה מעשה בראשית אויף א ליקוי, און ער האט אים געענטפערט "צריך להתיישב בדבר" (דער שבט הלוי האט געהאטן אז מען ברויך מאכן א עושה מע"ב בלי שם ומלכות אויף אלע וואונדערליכע זאכן, אפילו די וועלכע ווערן נישט דערמאנט אין שו"ע, ער אליין האט געמאכט א ברכה אויף א וואסער פאל (waterfall) אין שווייץ.

דער פרישה (או"ח סי' רפה) טייטש "קרא לשמש ויזרח אור, ראה והתקין צורת הלבנה", אז דער באשעפער האט געזען אז מענטשן וועלן דינען דעם זון, האט ער אויסגעשטעלט אז די לבנה זאל פארשטעלן דעם זון פון צייט צו צייט, וועלן מענטשן איינזען אז די זון איז נישט גאט.

אזוי זאגט דער פייטן אין "כתר מלכות":
"אז יעמוד הירח לפני השמש כעב שחורה,
ויסתיר מעין כל ראיה מאורה,
בעת הזאת יבושו ממחשבותיהם,
החושבים כי השמש אלוקיהם
"


די באקאנטע מעשה מיטן חפץ חיים אז ער האט געקוקט אויפן ליקוי מיט א טינקעלע גלאז, און דערנאך גערעדט איבער דאס אז די זון איז אויך נישט מער ווי א נברא. די מעשה האט דערציילט הר' אלתר טובי' ווין, וועלכער איז דארט געווען בשעת מעשה.
א צווייטער תלמיד פונעם חפץ חיים, ר' שמואל פליסקין, איז אויך דארט געווען, ער דערציילט ווי דער ראדינער ראש ישיבה, הגאון ר' נפתלי טרופ זצ"ל, איז געשטאנען אינדרויסן מיטן עולם און געקוקט און געקוקט, זייענדיג מסביר פאר זיינע ארומיגע: "מען דארף נישט קוקן, מען דארף זעהן!!".


וואס פארא נוצן האבן מיר פון א ליקוי חמה?

נפלאות הבורא.
באמת איז דאס שיינען פון די זון יעדן טאג, אסאך אינטרעסאנטער ווי די ליקוי חמה, ווען די זון איז פשוט פארשטעלט דורכן לבנה. נאר וואס דען, מיר זענען אלע געוואוינט דאס צו זעהן.
דער חובות הלבבות שרייבט אזוי אין שער חשבון הנפש פ"ג חשבון כ"ג:
"שצריך האדם להתפעל מכל מעשה ה', ולא להתפעל רק מהדברים שלא הורגלו לראותו, כקדרות השמש והירח וכו' והדומה להם".

זייער ענליכע ווערטער זאגט אויך דער אורחות צדיקים (שער הזכירה), ער רעדט זיך אפ אויף די וועלכע ווערן נתפעל פון די טוישונגען אין מעשה בראשית און נישט פון די מעשה בראשית זעלבס:
שיזכור תמיד גדולתו של האל יתברך. ויבין בריאות העולם גדולים וקטנים, ואיך הגלגלים הולכים, השמש והירח והכוכבים, וירידת הגשמים ונשיבת הרוחות, וכאלו עוד הרבה עצמוּ מִסַפר. ובשביל שאדם רואה אלו הנפלאות תמיד אינו תמה לבו על כך, אבל כשהחמה או הלבנה לוקה אז הוא תמה מאוד – זהו בשביל שאינו תדיר ורגיל כמו סיבוב השמש בכל יום ממזרח למערב. לכן הבט אליהם, ועשה עצמך כאילו לא ראית הנפלאות מימיך, ויהא נראה כאילו היית סומא עד עתה ועכשיו פתחת עיניך – אז היה נפלא בעיניך מאוד, כך תעשה עצמך בכל יום. וכן אמר דוד (תהלים קלט יד): "נפלאים מעשיך, ונפשי ידעת מאוד".


עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז איינשטייןס באקאנטע טעאריע איבער רעלאטיוויטעט, איז אויפגעוויזן געווארן נאר דערנאך וואס סיר ארטאר אדינגטאן האט אין יאר 9191 באמערקט בשעת א ליקוי חמה, ווי די שיין פון די שטערנס נאנט צו די זון ווערן פארדרייט דורך די גראוויטי פונעם זון.

און לסיום, אין ס' מנחת יהודה ברענגט ער א מוראדיגן שיינע פשט וואס ער האט געהערט "מפי קבלן אלמוני המתגורר בשכונת גילה", אויפן פסוק "ואוהביו כצאת השמש בגבורתו" וואס חז"ל דרשענען עס אויף "הנעלבין ואינן עולבין". האט ער געטייטשט אז בשעת א ליקוי חמה, שטעלט זיך די לבנה פארנט פונעם זון און פארשטעלט אים, כאילו ער פארשעמט אים. אבער די זון קריכט דערנאך ארויס פון אינטער די לבנה, מיטן גאנצן "גבורה", כאילו עס איז גארנישט געשען, און שיינט ווייטער. דאס איז "הנעלבין ואינם עולבין שומעין חרפתם ואינם משיבים!".
לעצט פאראכטן דורך super-star אום זונטאג יולי 30, 2017 10:56 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג יולי 27, 2017 1:46 pm

שיין שיין!!!

יישר כח
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 2:12 pm

super-star האט געשריבן:

עס איז אבער דא א צווייטע גמרא (סוכה כט) "על ארבעה דברים המאורות לוקים, על מגדלי בהמה דקה בירושלים, ועל קוצצי אילנות טובות, ועל כותבי פלסתר, ועל מעידי עדות שקר".
די גמרא איז שווער מסביר צו זיין אויב מען קען פאראויסזעהן די ליקויים, ווייל מען רעדט דאך פון עבירות וועלכע זענען ביד האדם נישט צו טוהן.

אסאך גדולי האחרונים פרעגן די קשיא, זעה די ווערטער פונעם רמ"א אין ספר "תורת העולה" (ח"א פ"ח):
"והוא מאמר נבוך, כי לקוי המאורות בא מכח מהלך הכוכבים".

אזוי פרעגט אויך דער מהר"ל (אין דרוש על התורה): "והלא בחושבנא תליא מילתא".
און דערפאר זענען דא וועלכע לערנען פשט אין די גמרא אז מען רעדט נישט פון די סארט ליקויים, נאר פון די פלעקן פון די זון. זעה סידור יעב"ץ סוף הל' קידוש החודש, און יערות דבש ח"ב דרוש יב. א שטארקע ראיה דערצו איז פון דעם תנא דבי אליהו (פרק טז) וועלכע רעדט ארום אויב מען זעט א ליקוי חמה אינמיטן חודש. ווי באקאנט קען א ליקוי חמה געשען נאר ביים מולד.

דער מהר"ל פרעגט און בלייבט שווער?!
פארוואס ברענגט איר נישט דברי מהר"ל אין באר הגולה, וואס ער איז מבאר די גמרא בטוב טעם ודעת?!

דער רמ"א בלייבט שווער?!
פארוואס ברענגט איר נישט דברי הרמ"א בתורת העולה, ער האט דאך א ביאור רחב בדברי הגמרא?!

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:33 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:דער מהר"ל פרעגט און בלייבט שווער?!
פארוואס ברענגט איר נישט דברי מהר"ל אין באר הגולה, וואס ער איז מבאר די גמרא בטוב טעם ודעת?!

דער רמ"א בלייבט שווער?!
פארוואס ברענגט איר נישט דברי הרמ"א בתורת העולה, ער האט דאך א ביאור רחב בדברי הגמרא?!


אין ספרי גדולי האחרונים זענען דא כמה וכמה מהלכים אין די גמרא, ואני לא באתי כאן אלא לעורר.
איך האב אבער געברענגט די קשיא בשם דער רמ"א און דער מהר"ל, צו ווייזן די חומר הנושא.
דער מהר"ל האב איך געברענגט פון דרוש על התורה און נישט פון באר הגולה, צוליב די מליצה וואס איך האב געוואלט מעתיק זיין.

אז מען רעדט שוין, דארף מען אויך צוצייכענען צום של"ה הקדוש, וועלכער לערנט יא כפשוטו די גמרא, און ער פארענטפערט באריכות (כעין התירוצים הנודעים על קושיית הידיעה והבחירה).
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:43 pm

לתועלת הציבור האב איך צוזאמגעשטעלט א קורצע פרעזענטאציע, וויאזוי די קומענדיגע ליקוי וועט אויסזעהן פון דער נאנט (מיט א טעלעסקאפ) פאר אונז וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק. מיט די פונקטליכע שעות און מינוטן פון ווען עס הייבט זיך אן ביזן ענדע, היות כמעט אלע וויזואלע קליפס זענען פון די "פולע" ליקוי וועלכע מען וועט נישט קענען זעהן דא.

דא האט איר:
https://www.dropbox.com/s/ndr9vasar0hht ... 6.mp4?dl=0
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 6:14 pm

super-star האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:דער מהר"ל פרעגט און בלייבט שווער?!
פארוואס ברענגט איר נישט דברי מהר"ל אין באר הגולה, וואס ער איז מבאר די גמרא בטוב טעם ודעת?!

דער רמ"א בלייבט שווער?!
פארוואס ברענגט איר נישט דברי הרמ"א בתורת העולה, ער האט דאך א ביאור רחב בדברי הגמרא?!


אין ספרי גדולי האחרונים זענען דא כמה וכמה מהלכים אין די גמרא, ואני לא באתי כאן אלא לעורר.
איך האב אבער געברענגט די קשיא בשם דער רמ"א און דער מהר"ל, צו ווייזן די חומר הנושא.
דער מהר"ל האב איך געברענגט פון דרוש על התורה און נישט פון באר הגולה, צוליב די מליצה וואס איך האב געוואלט מעתיק זיין.

אז מען רעדט שוין, דארף מען אויך צוצייכענען צום של"ה הקדוש, וועלכער לערנט יא כפשוטו די גמרא, און ער פארענטפערט באריכות (כעין התירוצים הנודעים על קושיית הידיעה והבחירה).

וועל איך זיך בעסער מסביר זיין, איר האט געברענגט דער מהר"ל צו ווייזן דעם חומר הענין, (און איר זענט אוועק מכח דעם מפשטות הגמ' אז דער לקוי חמה איז כפשוטו.)

איבער דעם האב איך מעורר געוועהן בתמיה, אז דער מהר"ל (אין באר הגולה באר שישי פרק ב', און אין פרק א בכללות) האט מייחד געוועהן א גאנצן ביאור אין דעם ענין אז מען רעדט פון ליקוי כפשוטו, און ער איז מסביר עומק דברי חז"ל וואס איז געוועהן כוונתם באמרם אז בעוון וכו' איז חמה לוקה, כאטש מען קען דאס אויס רעכענען פון פאראויס, און חז"ל האבן געוואוסט פון דעם. (אזוי ווי דער קשת)
דער רמ"א אין "תורת העולה" איז נוטה מפירוש העקידה ומפירוש "יסוד עולם" ווייל לפי פירושם איז די גמרא נישט כפשוטו, און ער איז מאריך מיט א לאנגן הסבר, און פירט אויס אז אפילו ס'איז א דבר טבעי, כך גזר הא-ל יתברך אז ס'זאל זיין א סימן וכו'.
[מחמת האריכות וועל איך נישט ברענגען די ביידע לשונות]

ברענגען דברי מהר"ל בעת ווען כוונתו איז פונקט פארקערט, און מכח דעם אוועק גיין פון פשטות הגמרא "ווייל ס'איז שווער", איז ממש היפוך דבריו, איבערהויפט ווען ער פירט דארט א מלחמה מיט די מלגלגים על דברי חז"ל [און צוליב דעם האט ער געמאכם דעם ספר באר הגולה]


וועגן אייער עצם מהלך וואס איר האט האט געברענגט במקום זה, איז אן עקסטער שמועס.

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג יולי 27, 2017 6:41 pm

סיי דער רמ"א און סיי דער מהר"ל לערנען נישט די גמרא כפשוטו. נישט אז די "מאורות לוקין" איז נישט כפשוטו, נאר די ד' דברים זענען נישט כפשוטו.

לויטן רמ"א, רעדט מען דא נישט פון קיין עונש אויף ד' עבירות, נאר אז דער וואס זאגט אז "חמה לוקה" איז א כותב פלסתר, און כעי"ז דער מעיד שקר. דער "מגדל בהמה דקה כו'" לערנט דער רמ"א בכלל נישט כפשוטו.
לויטן מהר"ל, רעדט מען דא אויך נישט פון קיין עונש אויף ד' עבירות, נאר אז די מאורות לוקין אונז צו ווייזן אז מענטשן זענען בטבעם "נוטה" צו די ד' דברים.

דער יערות דבש איז שוין נענטער צום "פשט".
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 7:00 pm

super-star האט געשריבן:סיי דער רמ"א און סיי דער מהר"ל לערנען נישט די גמרא כפשוטו. נישט אז די "מאורות לוקין" איז נישט כפשוטו, נאר די ד' דברים זענען נישט כפשוטו.

לויטן רמ"א, רעדט מען דא נישט פון קיין עונש אויף ד' עבירות, נאר אז דער וואס זאגט אז "חמה לוקה" איז א כותב פלסתר, און כעי"ז דער מעיד שקר. דער "מגדל בהמה דקה כו'" לערנט דער רמ"א בכלל נישט כפשוטו.
לויטן מהר"ל, רעדט מען דא אויך נישט פון קיין עונש אויף ד' עבירות, נאר אז די מאורות לוקין אונז צו ווייזן אז מענטשן זענען בטבעם "נוטה" צו די ד' דברים.

דער יערות דבש איז שוין נענטער צום "פשט".

זאל איך אהער ברענגען דעם לשון המהר"ל אין באר הגולה באר השישי פרק ב (און אויך פ"א לרווחא למילתא) אות באות?
און שפעטער דעם לשון הרמ"א דעם גאנצן אויסשניט?
(פון עמוד ס' ביז אנהייב ס"ב דפוס תל-אביב תשנ"ב)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יולי 27, 2017 10:26 pm

שכח סופער סטאר!!

א הערליכע ארבעט, סיי מיט די פרעזענטאציע און סיי די ארטיקל
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » פרייטאג יולי 28, 2017 11:01 am

ראיית דמות ליקוי החמה במים...
ס' יש מנחילין לר' פנחס קצנלפויגין, תלמיד בעל ה'סמיכת חכמים, סי' סג:
"אח"כ בזמן החורף ת"ס הייתי בק' טאמאשוב אצל אמ"ו א"ז הרב הצדיק מה"ר ליזר זצ"ל ואין אני זוכר באיזה חודש באתי לשם, וברוך מזכיר נשכחות שבתוך הדברים ממילא שמעית לי שהייתי שם ער"ה ת"ס, בהיות שאני יודע בבירור בהיותי בק' טאמשוב בער"ה היה ליקוי חמה, וזכורני שראיתי בתוך כלי עץ שמלאוהו במים, וראינו בתוך המים איך החמה והלבנה קרובים ותכופים זה בזה, וא"כ היה המעשה ע"כ ער"ה ת"ס".


נסיונו של הגאון האדר"ת להפסיק תפילתו לראות בליקוי חמה (מספרו "נפש דוד"):
"בראש חודש אלול תרמ"ז הייתי בעיר זעמבראווא, ובבוקר ערב שבת קודש היה אז ליקוי חמה כללית, ואני התפללתי אז עם הציבור ובטרם גמרתי ברכת גאל ישראל ראיתי שהצפרים נכנסים לקיניהן והאור מחשיך והולך, בכל זאת התגברתי על רצוני לראות את הליקוי וכמה הוא, וסגרתי עיני כדרכי מעודי להתפלל בעינים סגורות תפלת שמ"ע, ובעת השלמתי תפילתי כבר תמה עת הליקוי והיה אור כראוי שהיתה כבר אז שעה ששית בבוקר, בטלתי רצוני מפני כבוד ד' יתברך שמו".


האדמו"ר מליובאוויטש בילדותו חזה מראש ליקוי חמה:
מתוך סיפורו של חברו בעיר מולדתו (נדפס בקובץ י"ג אייר):
"כפי שהזכרתי לעיל התרשמתי לראשונה מחדרו של מענדל ש' [רמ"מ שניאורסון, האדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל], שקירותיו כוסו במפות כוכבי השמים והמזלות למשפחותיהם. כמאה עדים העידו המפות על תחום התעניינותו המיוחד, פרט למנה היומית הגדושה של עיון בגמרא פוסקים וחסידות עסק בלימוד וחקר תנועת מערכת כוכבי הלכת, וכל זה כמובן מתוך חישובים מתמטיים מדוייקים. תורה זו וכל הקשור בזה למד תוך כדי ביקוריו הרבים בבית קרובו הרבי מליובאוויטש הקודם שהתגורר בלנינגרד. בביקורים אלה נהג מענדל ש' לבקר במצפה הכוכבים הידוע בפולקובו שבעיר לנינגרד.
לשם מה אני מקדים את כל הסיפור הזה על תחום התעניינותו של מ' שניאורסון? את כל זה אני מקדים משום מקרה שקרה באחד מימי החורף של 1925, דומני באחד מימי ראשית חדש פברואר של אותה שנה. בביקור בביתם גילה לנו מענדל כי לפי חישוביו המתמטיים ייתכן ליקוי חמה בעשרים וחמישה בפברואר באותה שנה.
אני, יונה כסה, ועוד אחד מקרובי המשפחה, מטיה גורארי, גם עלם חריף שכל וחסיד, היינו מוקסמים מיכולת ראייה זו של מענדל ש', ומטיה זה הנהן מתוך אהדה והסכמה לגילויו של מענדל, באמרו: היו בטוחים כי דברי מענדל נאמנים הם.
אני, כדרכי, סיפרתי על כך גם לאחי בצלאל, לחברי ולבני משפחתי, בקוצר רוח ציפיתי לתאריך הנקוב הנ"ל. עברו ימים ושבועות, הכינותי לי גם זכוכיות מפוייחות כנדרש כדי להסתכל בשמש הנעלמת ובחושך האופף את כדור הארץ.
סוף סוף הגיע היום המצופה והמקווה, אולם השמש כמנהגה נוהגת, מאירה את לבנת השלג כתמול שלשום, אין ליקוי ולא דובים ולא יער.
כמובן גם הפעם לא שיניתי ממנהגי לבקר את חברי לייבל ש', אולם בשיחה החטופה בו שיתף עצמו ולקח חלק גם מענדל נ"י, הרגשתי שפניו לא היו אתו. ברם כאשר העירותי בזהירות תוך כדי שיחה כי הצטערתי מהעדר הליקוי שלא התקיים, כי התכוננתי לאירוע, התעורר ר' מענדל משלוותו, והעיר מתוך ביטחון מלא ובהרגשת מהימנות, כי חישוביו היו מדוייקים, וכי הוא נכון להוכיחם לכל מומחה בתחום זה.
ואכן כעבור יום או יומיים הופיעה כתבה בשבועון "אוגוניוק זיק" כי ליקוי החמה נראה בשלושה מוקדים, בחלקי תבל שונים, אבל לא בחלק ארצנו זה, וכי משלחות מדעיות הגיעו למקומות אלה לסקור ולחקור תופעה זו ולהסיק מסקנות.
בביקור הבא בבית שניאורסון לאחר מכן, כאשר הודעתי לו על כך, ידע להגיב מתוך שמחה ופניו נהרו, הוא חזר לשלוותו כי עבודתו בתחום מערכת הכוכבים היתה מהימנה".
לעצט פאראכטן דורך super-star אום זונטאג יולי 30, 2017 10:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » פרייטאג יולי 28, 2017 12:30 pm

אין Feb 24 1925 איז טאקע געווען א ליקוי חמה מלא, וועלכע איז געזען געווארן נאר אין אמעריקא, און נישט אין מזרח אירופא. דאס שטימט מיט די זכרונות פונעם ליובאוויטשער רביס חבר.
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז עס איז געווען באריכטען אין די דעמאלסדיגע ניו יארקע צייטונגען, אז די וועלכע געפונען זיך אין מאנהעטן פון 96 סטריט און העכער וועלן זעהן די טאטאלע ליקוי, און די וועלכע געפונען זיך פון 96 סטריט און אראפ וועלן נאר זעהן א האלבע ליקוי.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » פרייטאג יולי 28, 2017 1:25 pm

שיינע ליקוט.
אינטערעסאנט דער מהלך פון עיון יעקב, ס'איז משמע אז דאס עצם רעדן אז ס'איז נישט קיין גוטע סימן איז גורם, ווי מ'זעט אסאך מאל.

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

"משאללה אבן אתרי" און אונזער ליקוי חמה

תגובהדורך super-star » זונטאג יולי 30, 2017 5:27 pm

משאללה איז געווען א אידישער אסטראנאמער און אסטראלאג, וועלכער האט געלעבט אנהייב תקופת הגאונים. ער איז געבוירן געווארן אין מצרים אבער ווי עס שיינט האט ער געוואוינט אין פערסיע, ביז ער איז גערופן געווארן דורכן ח'אליף אל מאנצור קיין בבל, כדי צוצוהעלפן מיטן אויספלאנירן א נייען הויפט שטאט פונעם איסלאמישן אימפעריע.
ער האט דאן צוזאמען מיט אנדערע איסלאמישע ארכיטעקטן אויסגעשטעלט דעם מאפע פונעם באקאנטן שטאט "באגדאד", וועלכע עס האט דערנאך גענומען פיר יאר צו בויען און איז זינט דאן געווארן דעם הויפט שטאט פון בבל-עיראק, און פאר הונדערטע יארן געווען פארעכנט ווי די שענסטע שטאט אינעם גאנצן אימפעריע.
משאללה איז באקאנט אין די אראבישע וועלט אלס דער גרעסטע אסטראנאמער אין זיין צייט, ער איז אויך געווען פון די באקאנסטע אסטראלאגן (שטערן זעהער) אין זיין תקופה, און ער האט געשריבן אין אראביש איבער 20 ביכער אין די נושאים. דער ח'אליף האט אים געבעטן ער זאל אויסרעכענען די דאטום ווען מען זאל אנהויבן בויען באגדאד, אז עז זאל געפאלן אין א גוטע מזל, לויט זיין שטערן זעהעריי. מיט זיין עצה, האט מען אנגעהויבן בויען אין יאר 762 למספרם.

חוקרים זענען מסופק איבער זיין אידישן נאמען, מעגליך "משה" "מנשה" "יתרו" און נאך.

עס איז אינטרעסאנט, אז כאטש משאללה ברענגט אין זיינע ביכער די יוונישע אסטראנאמערס, ווי אריסטו און תלמי (בטלמיוס), האט ער אבער א גאנץ אנדערע טעאריע איבער די מהלך הכוכבים. אנשטאט די ניין גלגלים פון די יוונישע אסטראנאמיע, איז דא לויט משאללה צעהן גלגלים. די צוגעקומענע גלגל לייגט משאללה אריין אונטערן גלגל היומי. לשיטתו איז ארום די גלגל י"ב מזלות וואס אין דעם געפונען זיך אלע כוכבי שבת, דא נאך א גלגל וואס ווערט אויך צוטיילט און 12, און אין אים געפונט זיך די "סימנים" פון די מזלות. מיט דעם איז ער מסביר די "נקיפה" (Precession), דאס איז א פענאמאנע וואס מיר זעהען איבער די יארן, ווי די מזלות רוקן זיך אוועק פון זייער "ריכטיגע פלאץ", איין מעלה (דעגרי) יעדע הונדערט יאר (ראה רמב"ם יסוה"ת פ"ג ה"ט).
משאללה שרייבט נישט צו זיין שיטה האט ער מקבל געווען אדער עס איז זיינס א חידוש. אבער עס איז זייער מעגליך אז דאס איז געווען בקבלה פון די אלטע אידישע "סוד העיבור" וועלכע איז נאך געווען באקאנט בזמן האמוראים (משאללה האט געלעבט נישט מער ווי 200 יאר נאכן חתימת התלמוד)
דער רמב"ם, וועלכער האט געלעבט 400 יאר נאך משאללה, שרייבט אז ברבות השנים איז פארלוירן געווארן די "סוד העיבור" וואס שבט יששכר האבן עוסק געווען דערין, און אויף וואס די סנהדרין האט געבויט די עיבור החודש והשנה. און דערפאר בויט די רמב"ם די חשבונות אין הלכות קידוש החודש אויף די ביכער וואס די חכמי יוון האבן מחבר געווען.

דער אבן עזרא, וועלכער איז אליין געווען גאר גרויס אין אסטראלאגיע, האט אויך מתרגם געווען צוויי פון משאללהס ספרים אויף לשון הקודש. איינע פון די ספרים, וואס דער אבן עזרא האט א נאמען געגעבן "למשאלה בקדרות", מיינענדיג "די חיבור פון משאללה איבער די ליקויים", רעדט זיך פון די ליקוי החמה והלבנה, און ווי אזוי מען קען ארויסנעמען פון די ליקויים עתידות וואס וועט פארקומען, לטוב ולמוטב.

און קומענדיגע מאמר, וועלן מיר בעז"ה פרובירן גיין מיט משאללה'ס כללים אין די אסטראלאגיע פון א ליקוי חמה, און זעהן צו מיר וועלן קענען פאראויסזאגן עפעס את אשר יקרה אותנו, לויט די אויסשטעל פון די זון לבנה און שטערנס, בשעתן ליקוי הבעל"ט.
לעצט פאראכטן דורך super-star אום זונטאג יולי 30, 2017 5:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג יולי 30, 2017 5:40 pm

פדף עם שייך
ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 9:16 am

super-star האט געשריבן:און קומענדיגע מאמר, וועלן מיר בעז"ה פרובירן גיין מיט משאללה'ס כללים אין די אסטראלאגיע פון א ליקוי חמה, און זעהן צו מיר וועלן קענען פאראויסזאגן עפעס את אשר יקרה אותנו, לויט די אויסשטעל פון די זון לבנה און שטערנס, בשעתן ליקוי הבעל"ט.

איך האב מיר דא אינטערגענומען א ערנסטע מעשה, פאראויסצוזאגן עתידות לויטן ליקוי חמה הבא עלינו לטובה. איך האב אויך געהאט בדיעה צו מאכן א לענגערע הקדמה בנוגע "תמים תהיה" "אל תחקור אחר עתידות" לויט די אלע דיעות אין ראשונים.
בשעתן פרובירן זיך אריינצוווארפן בכל המחשבה אינעם "למשאלה בקדרות" פונעם אבן עזרא, האב איך אינדערזייט אביסעלע חוקר געווען מער איבער משאללהס היסטאריע (זעה פריעדיגע תגובה), כאטשע איך האב געהאלטן ביז יעצט אז זיין אסטראנאמיע און אסטראלאגיע איז אור אלט, און ווארשיינליך שטאמט דאס פון אידישע מקורות, אבער נאכגייענדיג אביסל די אינפארמאציע איבער אים, איז מיר נתגלה געווארן א נייעם בילד.

די היינטיגע היסטאריקער לייגען אראפ משאללה ווי א פערסישער אדער מצרישער "איד", די סיבה דערצו זענען די אלע איסלאמישע שריפטן פון זיינע צייטן וועלכע רופן אים אהן איד.
די אמת איז לכאורה טאקע אז משאללה איז געווען מזרע ישראל. אבער אז מיר קוקן אביסל איבער זיינע ביכער זעען מיר אז משאללה האט מיט יהדות גאנץ ווייניג שייכות געהאט, און ווארשיינליך האט ער זיך געטויפט אויף איסלאם.
משאללה האט געשריבן א ביך איבער די אסטראלאגישע היסטאריע פון די וועלט פון בריאת העולם ביז זיין צייט, מיטן נאמען "כִּתאב פי אלקִראנאת ואלאַדיאן ואלמִלַל". ער שטעלט זיך דארט בעיקר אויף דריי צייטן, די מבול, לידת יש"ו, און לידת מחמוד יש"ו. ער ווייזט דארט אז ביי די דריי געשענישן זיינען די צוויי פלאנעטן שבתאי און צדק געווען אין קארדינאציע (התחברות, Conjunction, איך האב נישט געטראפן קיין ריכטיג אידיש ווארט דערפאר). שרייבט ער אז בשעתן מבול זיינען זיי געווען אין א שלעכטן "בית" אבער ביי די געבורט פון די צוויי זענען זיי געווען אין א גוטן "בית", וואס לפי דעתו ווייזט דאס אויף א אויפגייענדיג "נביא" (ער פרובירט אויפצוווייזן אז ביי יציאת מצרים איז אויך געווען אזא סארט קארדינאציע).

דער אבן עזרא, זייענדיג א גרויסן חסיד פון אסטראלאגיע בכלל און פון משאללה בפרט, נעמט אהן (בפירושו על התורה) משאללהס רעכענונגען אויף יציאת מצרים. און ר' אברהם בן חייא הנשיא (באקאנט אלס ראב"ח) ברענגט אפילו זיינע חשבונות אויף יש"ו און מוחמד (אהן ברענגען אז דאס שטאמט פון משאללה), ער טייטש דאס אויס אז די סארט קארדינאציעס ווייזן אויף "די געבורט פון א נייע פאלק אדער גלויבונג", און נישט אויף קיין נייעם נביא ח"ו.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:39 am

א שכח הרב סופער אויף ביז אהער, מ'ווארט מיר נאך אויף א המשך

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:19 am

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:א שכח הרב סופער אויף ביז אהער, מ'ווארט מיר נאך אויף א המשך
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

ר' סעדיה גאון און דער ליקוי חמה

תגובהדורך super-star » זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:39 pm

מיר אלע (וועלכע טוען אביסעלע אין די הילוך השמש) ווייסן אז א ליקוי חמה קען נאר געשען אין דער רגע פונעם מולד הלבנה, ווייל דאן איז דאך דער לבנה צווישן די זון און דער ערד.
שטעלט זיך דאך א מורא'דיגע קשיא, מיר האבן געהערט אין ביהמ"ד דעם שבת אויסרופן דעם מולד פארן בענטשן ר"ח, אז דער מולד וועט זיין דינסטאג פארמיטאג 11:44, און דער ליקוי וועט דאך פארקומען מאנטאג נאכמיטאג? דהיינו דער מולד פאלט אויס קרוב צו 24 שעה נאכן ליקוי? אתמהה?

דער קשיא האט געבאדערט דעם באקאנטן גאון ר' סעדי' גאון ווען ער האט בייגעלעבט א ליקוי חמה אין באגדאד, ער האט געזען אז דער ליקוי איז געפאלן 8 שעה פארן זמן המולד.
און דערויף האט רס"ג געבויט זיין שיטה, אז אונזער מולד וואס מיר אויף דעם אונזער לוח איז נישט הלכה למשה מסיני, און עס איז נישט מדויק בכלל.

דער אב"ע האט מחבר געווען זיין באקאנטן אגרת השבת זייענדיג אין לאנדאן בסוף ימיו, די מעשה קען יעדער און עס איז געדריקט אין אסאך זמירות'לעך, ווי דער שבת האט זיך באוויזן צום אב"ע אין חלום צוליב א ספר וועלכער האט געשריבן אז דער שבת הייבט זיך אהן און ענדיגט זיך פארטאגטס.
וואס עס איז נישט אזוי באקאנט, איז, אז דער באקאנטע "אגרת השבת" איז נאר די הקדמה פון א ספר וואס דער אב"ע האט געשריבן איבער אסטראנאמיע, אויפצוווייזן אז דער טאג הייבט זיך אהן פון אנהייב נאכט, און דער אב"ע שרייבט סוף פונעם ספר אז מיט דער איז ער מקיים דעם בקשה פונעם שבת, אז ער זאל שרייבן בריוון און ארומשיקן איבעראל, וז"ל:
והנה נתבאר באגרת הזאת שקראתיה אגרת השבת, שהיא אוגרת כל תשובותיה על שם האגרת שראיתי בחלומי, מתי ראשית היום, גם ראשית החדש, גם ראשית השנה; והשם הנכבד שהוא ראשון בלי ראשית, ואחרון בלי אחרית, הוא יקרב קץ אחרית הימים, ולהשיבנו כימי עולם וכשנים קדמוניות, אמן!

דער ספר "אגרת השבת" איז געדריקט געווארן נאר צוויי מאל, 1) אינעם ספר מבחר המאמרים פון רנב"ש הרופא, ליוורנו ת"ק, 2) אין כרם חמד חלק ד'.

הנוגע לעניננו, ברענגט דארט דער אב"ע דעם אויבנדערמאנטן מאורע, ווי רס"ג האט געזען דעם ליקוי אין באגדאד, און געבויט דערויף אז אונזער מולד איז נישט מדוייק, און דער ראב"ע שרייבט אז רס"ג האט געמאכט 4 טעותים:
והנה יהיה בין מולד חשבוננו פעמים ובין מולד האמת אלה השעות לפנים או לאחור, על כן טעה הגאון שאמר כי ראה רגע קדרות השמש בבגדאד לא היה בעת המולד, על כן אמר כי חשבון הקדמונים לא היה בדקדוק יפה. רק חשבונם הוא הנכון, והוא טעה ארבע טעיות:
האחת, כי היה ראוי שידע דרך הארוכה והקצרה, כאשר יעשו חכמי המזלות, כי אין מחלוקת בין מולד ישראל למולד חשבון הגוים במהלך האמצעי, עד שידע מתי הוא המולד האמתי;
והטעות השנית, כי חשבון המולד על ירושלם, ובינה ובין בגדאד במרחק האורך שתי שלישיות שעה;
והטעות השלישית, כי צריך הוא לדעת השתנות המראה באורך, בעבור כי הקדרות למראה העין;
והטעות הרביעית, השתנות המראה כפי המרחב.

אלע טענות פונעם אב"ע זענען נוגע פאר אונזער ליקוי אויכעט. ממילא לאמיר מסביר זיין זיינע טענות:

די ערשטע טענה איז, אז ווי באקאנט (ומבואר ברמב"ם הל' קידוש החודש) איז אונזער מולד נאר א עוורעדש, א מולד האמצעי. אבער די ריכטיגע צייט פונעם מולד (מולד האמיתי) קען געפאלן עטליכע שעות פריער אדער שפעטער, און חז"ל האבן געהאט א פונקליך חשבון וויאזוי צו רעכענען דעם מולד האמיתי (כמבואר ברמב"ם שם).
קומענדיגע מאנטאג, בערך 2:00 נאמיטאג (אויפן ניו יארקער זייגער) געפאלט טאקע דעם מולד האמיתי פון אלול.

די צווייטע טענה איז, אז דער זמן המולד רעכענט מען איבער ירושלים, און צווישן ירושלים און באגדאד איז דא א חילוק פון א 3/4 שעה.
קומט אויס אז ווען מען האט אויסגערופן דעם שבת אז דער מולד וועט זיין דינסטאג פארמיטאג 11:44, מיינט דאס ווען אין ירושלים איז יענע צייט, און ביי אונז אין ניו יארק איז דעמאלס דינסטאג 4:44 פארטאגס, אדער לויטן זומער זייגער 5:44 פארטאגס, ממילא איז דער הבדל צווישן דעם ליקוי און דעם מולד (האמצעי) אסאך קלענער.

די צווייטע טענה פונעם אב"ע, שרייבט אויך דער רשב"ץ אין די תשובות, ער האלט אבער אז מען רעכנט די זמן המולד נישט העכער ירושלים, נאר בסוף המזרח. און ער נעמט דאס טאקע פון די טענה פון רס"ג אז דער מולד איז געווען 8 שעה נאכן ליקוי, וז"ל (שו"ת תשב"ץ ח"ג סי' רט"ו):
כי המולדו' הוקבעו על סוף המזרח, וכשאנו אומרים מולד תשרי הוא ביום א' בתחילת שעה ראשונה מהלילה, אין זו על ארץ ישראל אלא מסוף המזרח. וכבר זכר הגאון רבינו סעדיה ז"ל שהוא ראה לקות שמשי בחשבון שעה שיהי' המולד יותר על אותה שעה ח' שעות, ובלא ספק שהלקות אינו אלא בשעת המולד, וסיבת מרחק הלקות מעת המולד במקומו של רבינו סעדיא הוא מרחק מקומו ממקום המולד, כי הוא הי' בבגדאד והוא רחוק מקצה המזרח ה' מעלות. וכשעברו מקצה המזרח בעת הלקות עשר שעות עם התחלפות ההבטה, עדיין לא עברו בבגדאד אלא שתי שעות. וזהו סבת ההתחלפות שראה הגאון ז"ל, והוא מגלה לנו כי מקום המולד הוא בסוף המזרח, ונתבארה הקדמה זו.



די דריטע טענה איז, אז דער מולד געשעהט אין איין רגע איבער די גאנצע וועלט, משא"כ דער ליקוי טוישט זיך לויט ווי דער מענטש שטייט, ממילא איז נישט שייך צו פרעגן פארוואס די מולד איז נישט די זעלבע רגע פונעם ליקוי.
לאמיר נעמען אונזער ליקוי פון שנת תשע"ז. און מערב אמעריקע (ארעגאן) וועט מען זען דער ליקוי בערך 10 אינדערפרי, און דא אין ניו יארק (מזרח אמעריקע) וועט מען עס זען ערשט 2:44 נאכמיטאג, קומט דאך אויס אז דער ליקוי ריקט זיך פון פלאץ צו פלאץ און איז נישט די זעלבע רגע איבעראל, דערפאר איז נישט שייך צו זאגן אז דער ליקוי געשעהט נאר ברגע המולד.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:40 pm

געוואלדיג!

יישר כח פארן אונז מהנה זיין פון דיינע רייכע ידיעות!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:45 pm

א גרויסן שכוח הרב סופער-כוכב
די קשיא פונם רבינו סעדי' גאון האבן מיר געפרעגט אין שוהל די וואך, און מאנכע האבן געוואלט טענה'ן אז סי'ז גאר א טעות אין לוח....., אבער א גרעסערע חכם האט גע'טענה'ט אז ס'מוז זיין אז דער מולד איז דינסטאג וויבאלד ר"ה הבעל"ט געפאלט דאך דאנערשטאג איז דאך זיכער מולד תשרי ערגעץ מיטוואך צייט....
שוין
בינעך שוין רואיגער...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:16 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:געוואלדיג!

יישר כח פארן אונז מהנה זיין פון דיינע רייכע ידיעות!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:44 pm

שלום עליכם הרב סופער סטאר!

מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אויף אייך, כ'האב שיעור געמיינט אז .... כ'ווייס נישט וואס.
דורך געשלאפן דעם זומער ווי א ווייסער בער ?

אילו לא בא הלוקוי אלא בשבילך, דיינו.

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:25 pm

יישר כח איך האב געהאט די קשיא ביים ראש חודש בענטשען, איך האב אבער געוויסט אז די מולד פארסירט איינמאל א חודש אין די זייגער איז די ירושלים זייגער וואס מאכט ז שלימים פאר קידוש לבנה פריער ווי אויב מרעכענט פון ניא יארק אזוי ווי סדא אין געוויסע לוחות

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג אוגוסט 20, 2017 8:51 pm

די תירץ איז פשוט
1] די מולד איז לויט די אמאליגע ארץ ישראל'דיגע זייגער וואס דאס מיינט בערך 7 שעה מיט 21 מינוט געריקט פון ניו יארק,
סא קודם האלט מען שוין 7 א האלב שעה א חילוק
2] פעמים די גמרא זאגט שוין אז פעמים בא בארוכה ופעמים בא בקצרה, ווי די רמב"ם איז מסביר אז עס האט א גלגל קטן אויפן גלגל גדול,
און די אבן עזרא זאגט אז עס קען גיין בי 14 שעה א חילוק און יעצט איז עס כמעט די מערסטע בארוכה וואס עס קען זיין.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:16 pm

צוריק ארויפגעברענגט, לתועלת הרבים השואלים:
super-star האט געשריבן:לתועלת הציבור האב איך צוזאמגעשטעלט א קורצע פרעזענטאציע, וויאזוי די קומענדיגע ליקוי וועט אויסזעהן פון דער נאנט (מיט א טעלעסקאפ) פאר אונז וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק. מיט די פונקטליכע שעות און מינוטן פון ווען עס הייבט זיך אן ביזן ענדע, היות כמעט אלע וויזואלע קליפס זענען פון די "פולע" ליקוי וועלכע מען וועט נישט קענען זעהן דא.

דא האט איר:
https://www.dropbox.com/s/ndr9vasar0hht ... 6.mp4?dl=0
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט