מצות: וועלכע בעקערייען נוצען אייזן? ע''פ הלכה א חומרא אדער קולא?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

מצות: וועלכע בעקערייען נוצען אייזן? ע''פ הלכה א חומרא אדער קולא?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מארטש 28, 2017 3:41 pm

ס'איז אינטערסאנט צי וויסען אז ס'דא אסאך מצה בעקערייען וואס נוצען היינט צו טאגס פארן וועלגערען אייזענע שטעקנעס אנשטאטס די האלצערענע. און איז לדעת כמה גדולי ישראל פול מער אויסגעהאלטען ווי די האלצענע שטעקענס.

און נאך אפי' מער אינטערסאנט איז: אז אין ארץ ישראל איז דא בעקערייען וואס נוצען אפי' די טישען פון אייזן! (קליינע טישן: יעדע וועלגערער האט א באזונדערע טיש) און א יעדע 18 מינוט וואשט מען אויס די טישן! יעצט על פי הלכה: איז דא א שטארקע מחלוקת צי ס'איז א חומרא אדער גאר א קולא און גאר א חשש מחמץ.


וואלט געווען אונטערסאנט צי וויסען:

וועלכע בעקערייען היינט צי טאגס נוצען אייזן (אדער גלאז)? און על פי הלכה ווער זענען די פוסקים וואס זענען מחמיר אדער מיקל, און פארוואס?
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דינסטאג אפריל 04, 2017 2:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מארטש 28, 2017 5:22 pm

טיילווייזע רשומה:

בעקערייען וואס ניצען אייזען: פאפא צעהלים חו''ל. קוממיות מצות א''י.


להלכה: בעל דברי יואל להחמיר. פאפא רב זצ''ל להתיר.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2016 1:38 am

תגובהדורך הכל בכתב » דינסטאג מארטש 28, 2017 6:05 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:טיילווייזע רשומה:

בעקערייען וואס ניצען אייזען: קוממיות מצות א''י.


ביזט זיכער? איך געדענק אמאל פלעגן זיי זיך אויפטוהן אז זיי נוצן נישט קיין אייזן. קען זיין אז זיי האבן שוין געשטוישט.

פאנדרעיזער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:46 pm

תגובהדורך פאנדרעיזער » דינסטאג מארטש 28, 2017 6:16 pm

הכל בכתב האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:טיילווייזע רשומה:

בעקערייען וואס ניצען אייזען: קוממיות מצות א''י.


ביזט זיכער? איך געדענק אמאל פלעגן זיי זיך אויפטוהן אז זיי נוצן נישט קיין אייזן. קען זיין אז זיי האבן שוין געשטוישט.

ס'איז נישט אמת. בעיני ראיתי און כ'האב יעצט איבערגעקוקט מיינע בילדער, זיי נוצן האלץ.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מארטש 28, 2017 6:21 pm

פאנדרעיזער האט געשריבן:
הכל בכתב האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:טיילווייזע רשומה:

בעקערייען וואס ניצען אייזען: קוממיות מצות א''י.


ביזט זיכער? איך געדענק אמאל פלעגן זיי זיך אויפטוהן אז זיי נוצן נישט קיין אייזן. קען זיין אז זיי האבן שוין געשטוישט.

ס'איז נישט אמת. בעיני ראיתי און כ'האב יעצט איבערגעקוקט מיינע בילדער, זיי נוצן האלץ.

אהא. פארוואס האבען זיי געטוישט?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

פאנדרעיזער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:46 pm

תגובהדורך פאנדרעיזער » דינסטאג מארטש 28, 2017 6:32 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פאנדרעיזער האט געשריבן:
הכל בכתב האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:טיילווייזע רשומה:

בעקערייען וואס ניצען אייזען: קוממיות מצות א''י.


ביזט זיכער? איך געדענק אמאל פלעגן זיי זיך אויפטוהן אז זיי נוצן נישט קיין אייזן. קען זיין אז זיי האבן שוין געשטוישט.

ס'איז נישט אמת. בעיני ראיתי און כ'האב יעצט איבערגעקוקט מיינע בילדער, זיי נוצן האלץ.

אהא. פארוואס האבען זיי געטוישט?

געטוישט?? ווען האבן זיי גענוצט אייזן?

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג מארטש 28, 2017 6:45 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:ס'איז אינטערסאנט צי וויסען אז ס'דא אסאך מצה בעקערייען וואס נוצען היינט צו טאגס פארן וועלגערען אייזענע שטעקנעס אנשטאטס די האלצערענע. און איז לדעת כמה גדולי ישראל פול מער אויסגעהאלטען ווי די האלצענע שטעקענס.

און נאך אפי' מער אינטערסאנט איז: אז אין ארץ ישראל איז דא בעקערייען וואס נוצען אפי' טישען פון גלאז! (קליינע טישן: יעדע וועלגערער האט א באזונדערע טיש) און א יעדע 18 מינוט וואשט מען אויס די טישן! יעצט על פי הלכה: איז דא א שטארקע מחלוקת צי ס'איז א חומרא אדער גאר א קולא און גאר א חשש מחמץ.


וואלט געווען אונטערסאנט צי וויסען:

וועלכע בעקערייען היינט צי טאגס נוצען אייזן (אדער גלאז)? און על פי הלכה ווער זענען די פוסקים וואס זענען מחמיר אדער מיקל, און פארוואס?


אפילו מ'ועט אויפווייזן פונקט פארקערט ווי די קהילה איז זיך נוהג מיט סייענטיפישע הוכחות בלי שום חולק
* אז במציאות איז אייזן קעלטער / וועט קיינער נישט טוישן פון האלץ אויף אייזן.
* אז במציאות איז אייזן הייסער / וועט קיינער נישט טוישן פון אייזן אויף האלץ.

הצד השוה שבהן, אז יעדער האלט אז ער איז זיכער מחמיר.
דער וואס נוצט נאר אייזן, איז קלאר לשיטתו אז ער איז מחמיר און ס'איז פיל בעסער ווי האלץ.
דער וואס נוצט נאר האלץ איז קלאר לשיטתו אז ער איז מחמיר און ס'איז פיל בעסער ווי אייזן.

דאס קען מען זיך אבער נישט דינגען אז מיט אייזן קען מען אויסקנעטן שנעלערע מיירעס. אויף דעם קען מען זיך דערווייל נישט דינגען.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מארטש 28, 2017 6:46 pm

פאנדרעיזער, בלויז געהערט און נאכגעזאגט מפי השמועה. ווער ס'ווייסט די גאנצע בילד זאל זיך ביטע אנריפען.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג מארטש 28, 2017 10:38 pm

א פשוט'ע סבה פ"וו אין א"י זאל מען ענדערש נוצן אייזן און מצדד זיין אז ס'איז גוט אדער גאר בעסער ווי האלץ, איז פשוט די מציאות אז האלץ איז ביטער טייער דארט. אין חו"ל נוצט מען טאקע כמעט יעדער האלץ.

אזוי אויך די פיננער (אין דערבייאיגן אשכול פין 'יאפין'), האב איך געהערט איז פשוט פראקטיש, די מעהל (ווייץ) דארט איז זייער הארט, און ס'ביטער שווער צו ארבעטן דערמיט, ממילא איז די פיננער א שטארקע נחיצות.

עכ"פ ס'איז אינטערעסאנט אז מ'זאל זיך דינגען אין א מציאות, קען מען טאקע נישט וויסן וואס איז באמת הייסער/קעלטער וכדו'?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך מארטש 29, 2017 1:08 am

עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף הונדערט פראצענט.

אינעם גאר אינהאלטסרייכן סעריע איבער מאשין מצות, וועלכע איז געלאפן אין שערי ציון (באבוב) במשך דעם לעצטן יאר, האבן זיי געהאט אראפגעברענגט א מדובר בדברי הפוסקים איבער וואס איז ערגער, א שנעלע היץ וועלכע איז נישט דורכדרינגליך, אדער א לייכטערע היץ וואס גייט מער אריין.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » מיטוואך מארטש 29, 2017 1:21 am

וויליאמסבורג מצה בעקעריי פון פון נחמן בראך וואס איז גענוצט געווארן דורך תלמידי רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע האט געהאט אייזערנע וועלגערען שטעקנעס און אייזערנע
איבערקנעטען שטעקנעס און אויך אייזערנע טישן שוין פאר 15 יאר צוריק
לעצט פאראכטן דורך שיק יונגל אום מיטוואך מארטש 29, 2017 1:27 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך מארטש 29, 2017 1:26 am

ביי הרה״ק מסאטמאר זי״ע, איז געווען א מדובר צו מען זאל דאס אנהייבן נוצן, און דער רבי האט דאס בכלל נישט אפגעווארפן, נאר האט אנגעהויבן אריינקוקן דערין. אינצווישן איז ער ל״ע נסתלק געווארן, איז דאס קיינמאל ארויס לכלל מעשה.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:39 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:להלכה: בעל דברי יואל להחמיר

איבער וועלגער שטעקענעס וכו' איני יודע, אבער דאס איז ברור אז מאלן מיט אן אייזערנע מיל איז אים נישט ניחא געוועזן ווייל עס ווערט דערהיצט וכמובן אז אויב איז מען חושש אויף היץ ביי אייזן איז דאס מאלן די הארבסטע.

חוץ וואס ער האט פערלאנגט אז א איד א בעל הוראה זאל זיין במקום דאס גאנצע צייט פון מאלן [ און מ'זאל אפמאלן אלעס איידערן באקן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך מארטש 29, 2017 10:14 am

שיק יונגל האט געשריבן:וויליאמסבורג מצה בעקעריי פון פון נחמן בראך וואס איז גענוצט געווארן דורך תלמידי רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע האט געהאט אייזערנע וועלגערען שטעקנעס און אייזערנע
איבערקנעטען שטעקנעס און אויך אייזערנע טישן שוין פאר 15 יאר צוריק


זיי האבן משנה געווען. פינטל.
עס האט גארנישט מיט דעם וואס דער מכשיר רופט זיך תלמיד מהרה״ק מסאקמיר.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מארטש 29, 2017 2:10 pm

farshlufen האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:להלכה: בעל דברי יואל להחמיר

איבער וועלגער שטעקענעס וכו' איני יודע, אבער דאס איז ברור אז מאלן מיט אן אייזערנע מיל איז אים נישט ניחא געוועזן ווייל עס ווערט דערהיצט וכמובן אז אויב איז מען חושש אויף היץ ביי אייזן איז דאס מאלן די הארבסטע.

חוץ וואס ער האט פערלאנגט אז א איד א בעל הוראה זאל זיין במקום דאס גאנצע צייט פון מאלן [ און מ'זאל אפמאלן אלעס איידערן באקן.

הרב פארשלאפען, אזוי האב איך געהערט, אז די רבי זי''ע איז געווען קעגען נוצען אייזן פאר סיי וואס, צוליב דעם וואס אייזן ווערט הייס ווען מען נוצט איר, און איז ממילא ממהר להחמיץ.


אדרבה איינער ווייסט דא: פון סיי וואספארע "סאטמארע בעקעריי" וואס מען נוצט דארט אייזענע טישן, אייזענע וועלגער העלצלעך, אדער א אייזענער שטעקען צום אויסקנעטן?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מארטש 29, 2017 2:14 pm

זייער אינטערסאנט איז:

אז דא און חו''ל נוצען ממש אלע בעקערייען האלצענע שטעקנס און טישן (חוץ פאפע צעהלים -וואס איך ווייס דערווייל אז נישט). ווידער און א''י הער איך, אז רובו דרובו בעקערייען נוצען בדווקה יא אייזן (חוץ אפשר קוממיות נישט). -שטעלט זיך דער שאלה: ווי קען זיין אז ס'דא אזא גרויסע חילוק ממש מן הקצה אל הקצה.. פון א''י ביז חו''ל ??


איינער האט א תשובה אויף די שאלה?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:00 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:זייער אינטערסאנט איז:

אז דא און חו''ל נוצען ממש אלע בעקערייען האלצענע שטעקנס און טישן (חוץ פאפע צעהלים -וואס איך ווייס דערווייל אז נישט). ווידער און א''י הער איך, אז רובו דרובו בעקערייען נוצען בדווקה יא אייזן (חוץ אפשר קוממיות נישט). -שטעלט זיך דער שאלה: ווי קען זיין אז ס'דא אזא גרויסע חילוק ממש מן הקצה אל הקצה.. פון א''י ביז חו''ל ??

איינער האט א תשובה אויף די שאלה?

קוק צוריק מיין תגובה פריער, איך האב אזוי געהערט אמאל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:03 pm

אוואדע. ענטפערט אבער נישט מיין פראגע פארוואס דא און חו''ל נוצט ממש קיינער נישט קיין אייזן, וואס איז פול מער פראקטיש.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:04 pm

צולייגער האט געשריבן:עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף הונדערט פראצענט.

אינעם גאר אינהאלטסרייכן סעריע איבער מאשין מצות, וועלכע איז געלאפן אין שערי ציון (באבוב) במשך דעם לעצטן יאר, האבן זיי געהאט אראפגעברענגט א מדובר בדברי הפוסקים איבער וואס איז ערגער, א שנעלע היץ וועלכע איז נישט דורכדרינגליך, אדער א לייכטערע היץ וואס גייט מער אריין.

משמע אז ביידע האבן זיך זייערע פראבלעמען, און איבעראל טוט מען וואס איז לייכטער.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:08 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אוואדע. ענטפערט אבער נישט מיין פראגע פארוואס דא און חו''ל נוצט ממש קיינער נישט קיין אייזן, וואס איז פול מער פראקטיש.

ממש נישט? דעמאלטס האט איר נישט ריכטיג געפרעגט אייער פראגע, אדער נישט געליינט וואס כ'האב געשריבן. ווענגלייך אויף אייער פראגע אין אייער פריערדיגע תגובה איז מיין תגובה געווען גאנץ א קלארע הסבר (אויבצוואר, ס'קען זיין אנדערע הסברים אויך).
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:13 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אוואדע. ענטפערט אבער נישט מיין פראגע פארוואס דא און חו''ל נוצט ממש קיינער נישט קיין אייזן, וואס איז פול מער פראקטיש.

ממש נישט? דעמאלטס האט איר נישט ריכטיג געפרעגט אייער פראגע, אדער נישט געליינט וואס כ'האב געשריבן. ווענגלייך אויף אייער פראגע אין אייער פריערדיגע תגובה איז מיין תגובה געווען גאנץ א קלארע הסבר (אויבצוואר, ס'קען זיין אנדערע הסברים אויך).

ר' יוד קלארערהייט האט איר זעכער נישט געענפערט מיין פראגע. כ'קען אפשר פראבירען אויסרעכענענען.. אבער קלאר מסביר געווען האט איר נאר פא''וו מען נוצט אייזן און א''י (ווייל ס'איז ביליגער דארט). אבער לאמיר דאך פראבירען אויסרעכענען וואס איר האט אפשר געמיינט.. אפשר האט איר געמיינט צו זאגען ווייל דא און חו''ל איז האלץ ביליגער. יא?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מארטש 29, 2017 11:25 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:זייער אינטערסאנט איז:

אז דא און חו''ל נוצען ממש אלע בעקערייען האלצענע שטעקנס און טישן (חוץ פאפע צעהלים -וואס איך ווייס דערווייל אז נישט). ווידער און א''י הער איך, אז רובו דרובו בעקערייען נוצען בדווקה יא אייזן (חוץ אפשר קוממיות נישט). -שטעלט זיך דער שאלה: ווי קען זיין אז ס'דא אזא גרויסע חילוק ממש מן הקצה אל הקצה.. פון א''י ביז חו''ל ??


איינער האט א תשובה אויף די שאלה?

אקעי אז קיינער ענפערט נישט אויף די שאלה וועל איך ענטפערען מה שנראה לעניות דעתי בזה.


די תרוץ איז ווי פאלגענט. און ארץ ישראל וואס די עדה החרדית ובראשם הגאון רבי פנחס עפשטיין זצ''ל האבען מתיר געווען צו נוצען אייזן (ומפי השמועה: נישט אייזן, נאר בלויז aluminum !) איז מען מיקל אין א'' און מען נוצט אייזן (aluminum) לויט ווי די הוראה פון די עדה החרדית איז געווען. ווידער דא אין אמעריקע -און דא קום איך צום חידוש הדבר- וואס דא אין אמעריקע איז געווען א רבי, דער סאטמערע רבי ז''ל וואס האט מפקפק געווען איבער אייזן אז ס'ווערט הייס און איז ממילא ממהר להחמץ, זעהט מען כמעט נישט "קיין איין בעקעריי דא אין חו''ל" (חוץ פאפא צעהלים) וואס זאל נוצען אייזן! נלע''ד אז מען זעהט דא די געוואלדיגע כח ההשפעה און געוואלדיגע כח של אותו זקן דער רבי ז''ל וואס וויבאלד ער האט געהאט קובע געווען אז אייזן איז ממהיר להחמץ האט ער קובע געווען א מנהג לדורות וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל! כן נראה לענ''ד.


קיין אנדערע פשט האב איך נישט געפונען! אדרבה ווער ס'האט יא זאל זיך געזונטערהייט אנרופען!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 8:38 am

אם קבלה הוא נקבל ואם לדין יש תשובה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:52 pm

תגובהדורך שמאלציג » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 10:26 am

פון די נייע הגדה ברך משה קונטרס בסופו בצל תומר פרק ד אות ו
צוגעלייגטע
d_l.PNG

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 6:45 pm

farshlufen האט געשריבן:אם קבלה הוא נקבל ואם לדין יש תשובה.

לא אינו קבלה! רק סברה מה שנראה לענ''ד!! אדרבה מה הוא התשובה שיש לך?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], newsman, אוהב חסידים און 6 געסט